בית פורומים כל העולם כולו

תועבה עליך וויליאמסבורג ! היה לא תהיה !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/8/2009 20:13 לינק ישיר 
תועבה עליך וויליאמסבורג ! היה לא תהיה !

דעם בריוו פון דעם שחצן
משה דוד נידערמאן

ווי ער הייסט אז מ'זאל שטימען פאר א קאנדידאט וועלכער שטיצט די תועבה געזעצן.


ווען ס'איז פאראן א קאנידאט וואס איז דערקעגן.


עס לאזט זיך נישט גלייבן אז דאס האבן מיר דערלעבט, אז מ'קקען שוין הייסט אינדארסירן לכתחילה צו שטיצן א תועבה קאנדידאט, געוואלד און געשריגן, און דער פארטרעט נאך וויליאמסבורג.

שומו שמים, מ'דארף אויפרידערן די וועלט !







דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2009 21:46 לינק ישיר 

אפי' מיר זאלען נישט וועלן אבראהאם, מושים אזיהו שיהי'
וועלן מיר האבען א פראבעלם צו אינדארסירן א קאנדידאט א גוי
וואס שטיצט תועבה ווען זיין קעגנער איז קעגן תועבה
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט א היימישער יוד,
ווען עס לויפט אין די זעלבע צייט איינער וואס וואינט ביי אינז אין וומ''ס
ווען עס לויפט אין די  זעלבע צייט איינער וואס האט א רעקארד פין דעליווערן, אין נישט קיין הבטחות

יעדער נארמאלער מענשט פארשטייט דאס, אז ווען עס לויפט א יוד אין א גוי וועלט מען פאר א......

מ'דארף זיין א סעלפהעיטינג מענטש, מיט פארהאסטע געפילן, צו שרייבען אזא שמיציגע ארטיקעל וואס דער בעל..... שרייבט אליין אין דעם שמיציגען איד די וואך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/8/2009 20:59 לינק ישיר 

וועם אינדארסירן די ארוינים/CJC/UJCare/Rabbi Glanz/גרשי שלעזינגער/Mr Katz/חיים ווצ"ב/ דער בלאט/ קיט"ל/ ועוד ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 04:19 לינק ישיר 

לאגיש כתב:
לאגיש גירעדט בין איך שטארק מסופק צו א אידישער קאנדידאט איז א מעלה אדער גאר א חסרון?

פרעגט אייך נאך ביי די עסקנים וויפיל בלוט מען שפייט פון אזעלעכע קאנדידאטן אוואו למשל שעלדאן סילווער!

אפשר איין אידישער קאנדידאט וואס איז גיווען גוט איז ר' מרדכי קאנער....
ווייל ער האט AT LEAST נישט גישטערט...

 


פרעג די ב''פ יודן די חילוק פאר שמחה פעלדער אין זייט שמחה איז ערוועלט
די רעדסט ווי א יודן האסער
האסט אנגעכאפט איין משל, וואס יעדער פארשטייט איז עס נישט קיין ראי' צו אינזער פאל

תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 4:20:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2009 01:51 לינק ישיר 

לאגיש גירעדט בין איך שטארק מסופק צו א אידישער קאנדידאט איז א מעלה אדער גאר א חסרון?

פרעגט אייך נאך ביי די עסקנים וויפיל בלוט מען שפייט פון אזעלעכע קאנדידאטן אוואו למשל שעלדאן סילווער!

אפשר איין אידישער קאנדידאט וואס איז גיווען גוט איז ר' מרדכי קאנער....
ווייל ער האט AT LEAST נישט גישטערט...

תוקן על ידי לאגיש ב- 20/08/2009 1:49:56




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/8/2009 23:46 לינק ישיר 

די איינציגע שייגעץ שטיק דא איז דער פאקט אז משה דוד נידערמאן האט זיך ניטאמאל געוואלט אראפזעצן מיט אבראהאם צו הערן וואס ער האט צו זאגן.

איך פערזענליך האלט גאנץ קנאפ פון אבראהאם, און דער פאקט אז ער גייט מיט בארד און פיאות איבערצייגט מיר נאכנישט אז ער וועט זיין דער בעסטער קאנדידאט פאר חרדישע אידן, מעגליך פארקערט.

מיש נישט אריין קיין נארישקייטן וועגן תועבה, ס'איז דא בכלל נישט נוגע [זע באלד], און מאכט גארנישט אויס ווען ס'קומט צו באשליסן וועגן שטיצן א קאנדידאט.

-----------

בנוגע די עצם טעמע.

רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אלעמאל אוועקגעמאכט די טענה אז מיר דארפן אויסקלויבן אונזער שטיצע פאר א קאנדידאט געוואנדן אין יענעמ'ס שטעלונגען איבער הלכה'דיגע טעמעס. מיר וואוינען אין גלות, אונז קען מיר נישט, וועלן נישט, און טארן נישט מאכן אמעריקע אין א אידיש לאנד וואס פירט זיך לויטן שולחן ערוך. אונזער איינציגער מעסטער איז וואס יענעמ'ס קאנדידאט שטעלונגען זענען פאר ענינים וועלכע זענען אונז נוגע.

דער רבי זי"ע איז שארף ארויס קעגן די קול קורא'ס אין תשמ"ב איבער קאטש און די סארט ענינים. דער רבי האט געזאגט אז ביי אונז איז יעדער גוי שמוציג און תועבה, יעדער גוי שטיצט תועבה ביז א געוויסן שטאפל, און זאגאר עפ"י הלכה טאר מען לכאורה נישט דערקלערן אז דעם גוי'ס תועבה איז אונז מער באקוועם ווי דעם אנדערן גוי'ס תועבה.

[צו נוצן א משל פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די אגודיסטישע פראטעסטן קעגן בג"ץ, ס'איז פונקט ווי זאגן אז מיר דינען נאר א פינגער פונעם עגל].

אויב עפעס, איז ענדערש א פראבלעם צו שטימען פאר סקוואדראן וועלכער איז א איד און טאר עפ"י הלכה נישט שטיצן אזעלכע געזעצן וואס העלפן א בן נח עובר זיין אויף זיינע שבע מצוות, כאטש דארט איז אויך לכאורה נישטא קיין הלכה'דיגער צי אפילו מאראלישער פראבלעם צו שטימען פאר סקוואדראן.

תוקן על ידי - מבקש_האמת - 19/08/2009 23:46:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2009 23:03 לינק ישיר 

זשוליאני08 האט געהאט א פראבלעם וועגען בכלל אינדארסירען איינעם וואס שטיצט תועבה נישט קיין חילוק צו איינער לויפט קעגען אים אדער נישט.

ר' משה דוד, וואס ארבעט שוין יארען לטובת וויליאמסבורגער איינוואונער, ווייסט אויך אז אבראהאם איז א חסידישער איד, אבער אזוי ווי ער ווייסט אז ער האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט פאר אונזער אינטערעסע, והא ראיה ערשט לעצטענס מיט'ן בראדוועי טרייענגעל, קומט זיך אים נישט די אינדארסירונג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 22:51 לינק ישיר 

לעבעדיגער איך בין מסכים מיט דיר יעדעס ווארט, עס איז א גרויסע ווייטאג אז משה דוד האט נישט קיין קאנטראל פון קיינעם ער איז בעל הבית פאר זיך אליין,
און עס איז א גרויסע שאד אז וויליאמסבורג אינדארסט נישט בשלימות אייזיק אבראהם, ווייל ווען גאנץ וויליאמסבורג וואט פאר אבראהם, וואלט ער זיכער אריין געקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2009 22:38 לינק ישיר 

רב יכול, ווען עס קומט צו ערוועלן א קאנדידאט ברויכן מיר קוקן אויף עטליכע פאקטארן, אבער בעיקר ווער וועט אונז זיין דאס בעסטע. אלץ אידן האבן מיר אבער נאך מער זאכן אויף וואס צו קוקן, חוץ פאליטיק.

ביים פאליטיק צווישן סקוואדראן און קאנער איז נישט געווען קיינער וואס איז קעגן די תועבה געזעץ, אלזא איז נישט געווען שייך צו זאגן אויב דער אדער יענער איז קעגן אדער פארן געזעץ. ווען קאנער איז ווען קעגן תועבה וואלט דאס געווען דער הויפט שטאף פאר נידערמאן צו פארפירן קעגן סקוואדראן, אויב האט ער אנשטאט דעם געניצט מציצה בפה ווייס איך שוין וואס קאנער האלט.

אין קורצן: קאט די קרעפ! שיס נישט צוריק א קויל אנע אינהאלט.
---

מיר זענען אידן. מיר וואוינען אין וויליאמסבורג.

עס לויפן דא 6 קאנדידאטן, נאר איינער פון די אלע איז א איד, און נאר איינער פון די אלע וואוינט דא אין ווויליאמסבורג.

איז נישט דאס מערסטע מסתבר אז מיר וויליאמסבורגער אידן זאלן לויפן און ערוועלן דעם אידישער וויליאמסבורגער קאנדידאט??!!

ווער דען וועט אזויפיל ארבייטן פאר אונז וויליאמסבורגער איינוואוינער, אויב נישט איינער וואס וואינט אין סאמע צענטער פון וויליאמסבורג??

ווער דען  וועט אזויפיל ארבייטן פאר אידישע אינטערעסן אויב נישט דער היימישער חסידישער איד??

ווי שעמט זיך נישט משה דוד נידערמאן צו אינדארסירן א פאלנער גוי (וועלעכער ער האט אנגעטוען א קאפל בלויז פארן בילד בכדאי אוועקצונעמען זיינע שילד געפילן אז ער אינדארסירט א גוי!) ווען צו די זעלבע צייט לויפט א היימישער חסידישער איד, א לאנגיעריגער עסקן וואס מאכט נישט קיין געלט פון אונזער ציבור. ווי שעמט ער זיך נישט?!

איך פארשטיי אז ער איז א בוזעם פריינד מיט לאפעז, אבער וועט ער דען נישט פארשטיין אז מיר אידן ברויכן שטימען פאר א איד??? יעדער מאנגאו פארשטייט דאס. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 22:35 לינק ישיר 

דער פאקט איז אז אבראהאם האט נישט געקענט באקומען קיין זיצונג מיט נידערמאן.

דאס טייטש אז נידערמאן האט אים בכלל נישט געגעגבן קיין געלעגנהייט צו זאגן זיינע אישוס, ער האט אים בכלל נישט געוואלט אנערקענען (רעקאגנישען), ווער רעדט נאך פון אינדארסירן.

דאס הייסט א פאררעטער



ווען עס קומט צו די אישו פון תועבה
איז נידערמאן פשוט א מושחת פארן אינדארסירן איינעם וואס שטיצט דאס, ווען ס'איז דא איינער וואס קען געווינען, און וועט קעמפען דערקעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 22:32 לינק ישיר 

מארטין קאנער (ר' מאטי) האט געשטימט תועבה.

דא שטייט עס קלאר:

Squadron said he stands by the positions in the book, but he disagrees with Schumer's opposition to same sex marriage, and he would vote for it in the state Senate. Connor also supports gay marriage.

 http://www.downtownexpress.com/de_245/formerschumer.html





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 22:24 לינק ישיר 

אה שוין, האסט שוין פארגעסען פון די תועבה פראבלעם, מען האלט שוין ביי בראדוועי טרייענגעל...

וואס? אידישע שכנים האבען א פראבלעם דערמיט?, איך ווייס נאכנישט אויב עס איז אמת, אבער וואס איז מיט די הונדערטער אידן וואס וועלען קענען עררייכען עפארדעבעל דירות? מיט זיי דארף מען זיך נישט רעכענען?

די ווייסט גאנץ גוט אז ענקער קעגנערשאפט צו די בראדוועי טרייענגעל איז נאר ווייל ר' משה דוד איז דערפאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 22:15 לינק ישיר 

און FYI , לעווין איז איינער פון די פראנט ראנערס, אבראהאם האט נישט קיין שאנס צו געווינען.


(Levin's supporters see Simon and Thies as the main rivals, given that a Levin backer has filed challenges at the Board of Elections to petitions by them. Update: The Brooklyn Paper reports today on how, in a recent debate sponsored by the newspaper, the candidates went after Levin, Simon, and Thies. And here's a Brooklyn Rail interview with Simon.)

http://atlanticyardsreport.blogspot.com/2009/08/in-33rd-levin-vs-everyone-else-ay.html




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 22:13 לינק ישיר 

פאקטארן? ווי וואס?

אייזיק אבראהאם האט זיך געבעטן הונדערט מאל צום פירער פון UJO אז ער וויל זיך טרעפן מיט אים.

אבער נידערמאן האט באשלאסן אז ניין.
ער מוז טאן וואס לאפעז הייסט.

בראדוועי טרייענגעל האט הונדערטער אידישע שכנים, און וועסט דיך אוודאי וואונדערן אבער UJO האט קיינמאל נישט געוואלט הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

די אידישע איינוואוינער פון דארט זענען נישט מסכים מיט נידערמאנ'ס מהלך
זיי האבן אן אנדערן מהלך, אבער נאכאמאל.

ער מוז טאן וואס לאפעז הייסט.


דער מציאות איז דא איין זאך:
א היימישער איד לויפט, קומט דער פאררעטער נידערמאן און אינדארסירט א גוי גמור. און טוט אים אן א קאפעל און רופט אים ר' מאטי לעווין????

איטס מציצה בפה סטופיד, הא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 21:45 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס קאנאר האט געהאלטען, איך האב נישט געטראפען פון אים א סטעיטמענט איבער די טעמע, אבער די ביסט דער וואס דרייט איבער א וועלט אז מען טאר נישט אינדארסירען איינער וואס שטיצט תועבה, איז די קשיא אויף דיר ווי אזוי האט עטץ געמעגט אינדארסירען סקוואדראן??

און אלץ א סייד נאוט, עס איז דא נאך פאקטארען אריינצונעמען ווען מען טראכט צו אינדארסירען איינעם, אויסער תועבה, ווי למשל, האויזינג, בראדוועי טרייענגעל אא"וו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 21:32 לינק ישיר 

יכול.

דארט ווי ר' מאטי קאנער.


און אז דו פרעגסט יא, פרעג אויך וואס האלט אייזיק אבראהאם?
און איז נישט קיין מצוה צו שטיצן א איד וועלכער וועט אנטשפרעכט צו באקעמפן די תועבה געזעצן
ווי נעמען איינעם וואס וועט קעמפן דערפאר.

ווי איז מענטשליכקייט
ווי איז אידישקייט
ווי איז נארמאלקייט
ווי איז ישרות

געוואלד און געשריגן און גערופן

דאס איז אויסער דעם פאקט אז סטיווען לעווין האט נישט קיין שום שאנס צו געווינען
ווייל 3 קאנדידאטן שטייען העכער אים אין די לאקאלע אנקעטעס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תועבה עליך וויליאמסבורג ! היה לא תהיה !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext