איין קליינע הערה: הרב קרשינסקי איז נישט קיין רב המכשיר, ער איז בלויז א משגיח פאר הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק שליט"א וועלכער איז דער בעל מכשיר אויפ'ן גאנצן בית השחיטה, אינאיינעם מיט הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א און הרה"ג ר' אהרן טייטלבוים שליט"א (אדמו"ר סאטמאר).
בערך 6-7 חדשים צוריק איז הרב קרשינסקי באויפטראגט געווארן פונעם רב המכשיר הנ"ל בודק צו זיין "צומת הגידין" אזויווי מ'טוט אין ארץ ישראל און אין אייראפע, הגם דערווייל האט מען גארנישט געטראפן דאהי. הערשט פאר שבועות, נאך עטליכע חדשים פון בדיקות, האט מען אנגעהויבן צו טרעפן. זאפארט האט מען צוגעשטעלט נאך בודקים ווי הרב שפילמאן פון ק"י און נאך כדי צו פארזיכערן אז קיין איין טריפה ווערט ח"ו נישט דורכגעלאזט.
דאס אלעס איז פארגעקומען אן קיין טראסק אדער פאמפע, פונקט ווי פיל אנדערע טרפות וואס מ'איז בודק לחומרא אין קרית יואל, טראצדעם וואס קיין שום אנדערע פלענט איז עס נישט בודק
|
|