דריי טעג פאר ראש השנה וועט זיין יום הדין פאר די קאנדידאטען וואס לויפען פאר די 39 דיסטריקט און ניו יארק סיטי, וואס נעמט אריין א שיינע חלק פון בארא פארק און קענסיגטאן, די קאנדידאטען זענען ווי פאלגענד:
John Heyer
Brad Lander
Josh Skaller
Gery Reilly
Bob Zuckerman
דריי פון די פונעם האלטען זיך אידיש אפשטאמונג, (לאנדער סקאללער זוקערמאן) און די אנדערע צוויי זענען גוים (הייער און ריילי)
די קאנדידאטען לויפען אויף פלאץ פון קאונסיל מאן ביל די בלאזיא וואס געט אויף זיין סיט אין לויפט פאר פאבליק אדוואקאט, די 39 דיסטריקט נעמט אריין א חלק בארא פארק, קענזינגטאן, פארק סלאפ, קאבל היללס, קעראל גארדענס, און ווינסדאר טערעס.
דער ערשטער וואס האט געמאלדען אז ער לויפט פאר דעם סיט איז געווען ברעד לענדער, וואס האט זיך היימיש געמאכט מיט אסאך בארא פארקע עסקנים, און ער דרייט זיך שוין און בארא פארק א לענגערע צייט, און זיך באקאנט געמאכט מיט אסאך מענטשען, אויך האט ער באזיכט ביי אסאך חסד ארגענעזאציעס און בארא פארק, אבער דא קומט דער פראבלעם, לאנדער שטיצט תועבה אויף א גאר א שטארקע אופן, לאנדער שטיצט פאבליק סקולס, ער האט באקומען די אינדראסעמט פון די טיטשערס יוניאן, עם ברענט נישט פריוואטע שולעס, און פארקערט ער זיכט מער צו שטיצען פאבליק סקולס און ווי פארשטייט זיך אליין קענען נישט היימישע אידען שיקן קינדער און פאבליק סקולס, ווייטער לאנדער איז נישט פאר וואטשערס, (די פייארטי 7 וואטשערס וואס בלומבערג האט געוואלט אוועק נעמען), דאס איז אויך נישט פון זיינע נושאים, אויך איז לאנדער נישט פאר ריזאנינג, א שטארקע נושא אין די בארא פארקע געגענד, ער איז א שטארקע ליבערעל, און ער שטימט נישט בכלל מיט בארא פארק, די איינציגסטע זאך וואס יא, אז ער וויל העלפען די ארגענזאציעס און בארא פארק, וואס דאס איז יא א נושא פאר אים.
סקאללער: איז אויך ליבערל דעמאקראט, שטיצט אויך פאבליק סקולס און נישט פריוואטע שולעס, בארא פארק איז פון זיינע קליינע נושאים, ער איז געגיינגען צו אפאר רבנים, און אויך צו אפאר חסד פלעצער, ער איז אויך א שטארקע שטיצער פון תועבה, און שטימט אויך נישט מיט בארא פארק, די חילוק פון לאנדער מיט סקאלער איז אז לאנדער איז אן אלטער עסקן אין זיין געגענט ווי ער וואינט און סקאללער איז דאס אויך נישט.
זוקערמאן: איז א גאר א שטארקע דעמאקראט, אין די תועבה אישו איז ער זייער זייער עקסטרים וד"ל, ער איז ניטאמאל געקומען קיין בארא פארק ער שיקט נישט קיין בריווען קיין בארא פארק אין ער זיכט נישט די וואטס פון בארא פארק.
הייער: איז א פרימער קאטולישער גוי, און ענגליש רופט מען אים א קאנסערוויטיוו דעמאקראט, און אינגאצען אקעגן תועבה, אויף אלע אופנים און וויל פון גארנישט הערן, ער איז א קעגן עבארשען, ער איז זייער שטארק פאר פריוואטע שולעס און האט א מוראדיגע אינטרעס זיי צו העלפען, ער איז זייער שטארק פאר וואטשערס, און ער זאגט אז וועט זיך שטארק שלאגען פאר דעם פראגראם, ער איז זייער שטארק פאר ריזאנינג, עס איז א חידוש ווי אזוי א גוי זאל האבן אין זיך אזויפיל זאכן וואס שטימען מיט אידען ווי הייער, ער האט זיך שוין געטראפען מיט צענדליגע עסקנים, מיט אדמינסטרעטערס, מיט מנהלי המוסדות, ער איז שוין געגיינגען באזוכן ביי חסד ארגענזאציעס, ער איז שוין געווען באזוכען ביי אסאך גדולי אדמור"י ורבני בארא פארק, ער איז אריין געקומען אביסעל שפעטער, אבער ער איז שוין אסאך געווען אין בארא פארק, און ער האט זיך שוין געטראפן מיט זייער אסאך מענטשען.
ריילי איז אויך א גוי א שטארקער דעמאקראט, וואס איז אפילו נישט געקומען קיין בארא פארק און זיכט נישט די בארא פארקע וואט און ער האט זייער שוואכט טשאנסען אריין צו קומען.
מער פרטים וועל איך באלד ארויף לייגען.