|
|
| נשלח ב-19/8/2009 09:03 |
|
| |
ברעקונג: נייע שחיטה, שחיטה מונחת
דאס איז וואס איז געווען א מעלדונג, אינעם לוח הציבור, וואס גייט ארויס אין בארא פארק, (זימער איז עס פארשפרייט איבער'ן גאנצען קעטסקיל ראיאן, און טאקע דארט אויף איינע פון די בערג, פארן זיך טובל'ן אין מקוה, האב איך דאס באמערקט) פאריגע וואך:
שחיטת מהודרות למדקדקים SUPER GLATT INC.
שחיטה מונחת, בדיקת יבש בין כל שחיטה, שוחט וותיק ומפורסם,
ניקר בכל חומרות אייראפה ובירושלים,
מליחה ע"י משגיחים תלמידי חכמים ויר"ש בדוקדוק יתירה
בפיקוחו האישות
הרה"ג ר' משולם נתן שפיגל שליט"א
אב"ד תפילה למשה מאנסי
צו באשטעלן ביטע רופט
845-608-3265
ביז דא דער עד,
(אויב איינער באקומט עס אויף אימעל, קען ער פעיסטען דא דעם ארגינעילן עד)
נו, וואס וויל איך דא???
אה! איך מיין איר האט געכאפט,
צוויי זאכן:
קודם כל, עס לייגט אריין אין גרויס ספיקות דעם אפענ'ן רוח הקודש פון דעם "קדוש" פון מאנרא, אז זיין שחיטה וועט זיין די גרעסטע, שענסטע, בעסטע, מהודר'סדיגע, (ממש אקוראט ווי זיינע מוסדות) וכל שום וחניכא דאית ליה,
אבער מער פון אלעם,
דא שטייט א ציבור אידן, וואס זיי שרייען מיט גרויס תמימות, דאס זיי וועט גארנישט אנגיין אויף די וועלט, זיי וועלן אויס געבן כל הון דעלמא, צו האבן די מהודר'סדיגע פלייש, זיי וועלן ווייזן פאר די וועלט, עטץ מיינט'ס דא רעד מען פון א באנדע נערנים, וואס גייט עסן פלייש מ'זאל קענען פראפגאנדירן מיט דעם,
לא מיניה ולא מקצתה, דא האט זיך צוזאם גענומען א ציבור אידן, וואס זייער גאנצער ציל און תכלית איז, צו זיין די מהודר'סדיגע מענטשן אויף דער וועלט, אזש ווען משיח וועט קומען וועט ער זיך שפיגלען מיט דע עדה אידן, וואס זיי האבן זיך אזוי מוסר נפש געוווען אריין צולייגען א שטיקל כשר פלייש אין מויל,
נו האט מען אינטערגעשטעלט א שטיקל נסיון פאר דעי אלע אידן, איינער האט זיי אויסגעכאפט, און געפענט א שחיטה, מיט דעי גרויסע חומרא פון שחיטה מונחת, מיט וואס זייער "קדוש" איז אזוי שטארק פארנומען.
איז ווי יעדער פארשטייט, וועלן דעי אלע מחמירים בני מחמירים, זיך מארגן אויס'שורה'ן אין א גרויסע שורה, - עכ"פ אזוי לאנג ווי די "שקלי הקודש" שורות- ביי דעם הרב שפיגל שליט"א, און זיך גיין איינהאנדלען, דעי מהודר'דיגע פליישן, אויף וואס דעי אידן לעכטצן אזוי שטארק,
נו, מסתמא וועט אזוי זיין, הא??????????
תוקן על ידי שמעון93 ב- 19/08/2009 9:03:17
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 09:10 |
|
| |
אז מ'רעדט שוין יא פון דעם ענין איז אין פלאץ אויסצושמועסן אביסל דעם ענין,
די גאנצע ענין פון שחיטה מונחת, איז נישט קיין הלכה'דיגע חומרא, עס ווערט נישט דערמאנט אין קיין שום פוסק, מ'קען מאכן עפעס א משמעות פון ש"ך, אבער אלע פוסקים זאגן אז ס'איז נישט אמת,
נאר וואס דען, אלע יארן מ'האט געשחט'ן די בהמה אנגעכאפט מיט די הענד, איז שחיטה תליה געקענט זיין פראבלעמען, האט מען זיך געפירט מיט שחיטה מונחת,
אבער קומענדיג קיין אמעריקע, און ס'האט זיך אנגעפאנגן די עפאכע פון מאשינען, איז ווען רביה"ק ז"ל האט געזען דע מאשין, און געזען ווי פעסט דאס איז - ווי נירבאטור רב ברענגט אין זיין ספר- האט ער געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, (מ'קען אפי' זאגן, אז ס'איז נאך שטערקער ווי ווען די בהמה ליגט און ס'איז אנגעכאפט מיט די הענד – מיין סברא)
נאר וואס דען, א שטיקל הידור קען יא זיין, פשוט פארדעם, ווייל מ'האט זיך אלע יארן אזוי געפירט, אז בחינה אז מ'טוט נאך די עלטערן מיט א תמימות, (און ווי באקאנט אז אין יענע לאגער, איז דאס איינע פון זייערע גרעסטע יסודות נישט זיך אוועקצורירן קיין זיז כל שהוא...........)
אויב אזוי אז מ'האט שוין ארויס די גאנצע הידור, דארף שוין יעדער אליין'ס אפמאכן פאר זיך,
ווייל די סאטמערע שחיטה (דער וואס גייט שוין אן פופציג יאר) האט אין פלאן יעצט אריבער צוברענגן די שחיטה פון גסות, דא ערגעץ לאקאל, אזוי אז די שוחטים זאלן קענען אהיים קומען, און די דיינים זאלן קענען כסדר אהין פארן, און משגיח זיין אויף די שחיטה.
יעצט שטעלט זיך די פראגע,
ווי ס'איז באקאנט האט יעדע איד אויף דער וועלט געדארפט קויפן קרית יואל'ע טשיקן, פארוואס ווייל ס'האט די גרויסע חומרא אז די שוחטים קענען אהיים גיין שלאפן, נו, וואס טוט זיך דא ביי גסות, וועלכע הידור וועגט איבער איינער דעם אנדערן??
איך מייין יעדער וועט מיזן פרעגן זיין דיין.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 18:26 |
|
| |
די רבי זי''ע בעל דברי יואל האט כמה פעמים געוואלט איינפירן שחיטה מונחת, די בית השחיטות האבן געטענה'ט אז מיט די מאשינען אי אוממעגליך, די ברך משה האט געזאגט פאר רבינו שליט''א אז וועט ער וועט האבן די מעגליכקייט זאל ער זעהו עס אויצופין, פקודתו שמרה און ער האט עס אויסגעפירט ב''ה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 18:29 |
|
| |
נישט אז ווען ר' אהרן אליינס זאגט עס ווען וואלט איך אים יא געגלייבט, אבער עס אינטערעסאנט אנצומערקן אז ניטאמאל ר' אהרן אליין האט געזאגט דעם ליגנד אז זיין טאטע האט אים געזאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 18:30 |
|
| |
נישט אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט פארציילט ער
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 18:37 |
|
| |
א. נישט אלעס וואס זייט טאטע האט אים געזאגט פאלגט ער
ב. נישט אלעס וואס ער זאגט אז זיין טאטע האט אים געזאגט, האט אים זיין טאטע געזאגט
------
ארוינימלעך באמת, גייט יעצט דער קדוש אויפהערן עסן זיין אייגענע פלייש און אנהייבן עסן שפיגל ווייל שפיגל איז מנחת? אדער דארף מען עסן מנחת נאר ווען ס'לוינט זיך "מאני ווייס"?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 18:44 |
|
| |
מעער עסט שוין נישט קיין בהמה פלייש 20 יארת ער עסט נישט קיין אנדגערע שחיטות כאטשיק עס האט טייל פון זיינע חומרות ווילאנג עס האט נישט אלע חומרות
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 18:52 |
|
| |
| אברהםמלמד כתב: |  | נישט אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט פארציילט ער
|
|
דאס ליצנות פון די תגובה איז כדאי לעצמו. נאר פאר אינטערעסאנטקייט, פונוואנעט ווייסטו דערפון?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 18:55 |
|
| |
איך האב געהערט פון מענטשן וואס האבן עס מיטגעהאלטן בשעת מעשה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 20:33 |
|
| |
וועלכע יאר איז דאס געווען?....
(נישט ווייל איך האלט אז דו קענסט נישט פאבריצירן א יאר פונקט ווי דו האסט פאבריצירט די עצם מעשה, נאר איך בין נייגעריג צו וויסן וועלכע יאר דו גייסט אויסקלויבן
תוקן על ידי א_צווייטער ב- 19/08/2009 20:30:46
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 21:04 |
|
| |
איך ווייס נישט ווי אזוי דיך אנצורופן, טיפש, אדער טיפיקל זאלי, אדער איז עס א דאפלט לשון.
נומער איינס ווי דער רבי האט שוין ערווענט ביי די דרשה האט מען אריינגעלייגט אסאך חומרות, דער רבי האט קלאר נישט גערעדט יעצט פון מונחת ווייל דאס איז נאר איינע פון די צענדליגע חומרות, מונחת איז פשוט באוואוסט ווייל אויף דעם האט מען געהאט א שווערע פראבלעם מצד די רעגירונג ומצד די... וד"ל. אבער ס'איז דא גענוג און נאך חומרות וואס איז נישטא ערגעץ אנדערש, ווען הרה"ג ר' יחזקאל ראטה איז געווען באזוכן ביים רבין לעצטן דאנערשטאג ראה איז אויסגעשמועסט געווארן א טייל פון די חומרות.
נומער צוויי,
ז"ל רבינו: מיר ווילן זאגן א בשורה פאר כלל ישראל, זכות אבותי הקדושים עמדה לי, אז עס איז אונז געלונגען מסדר צו זיין א שחיטה מהודרת מאוד מאוד, הן וואס איז נוגע די שחיטה, הן וואס איז נוגע בדיקת הסכין, הן וואס איז נוגע בדיקת הראי', הן אין ניקור, און הן אין די מליחה, זייער אסאך פרטים וואס איז נישט יעצט אריינצוגיין מבאר צו זיין די פרטים, אבער ס'איז נישט קיין גוזמא צו זאגן, ס'איז נישט דא אין אמעריקא נאך אזא שיינע שחיטה מהודרת, ביז דערווייל, אפשר אז א צווייטער וועט אויך מאכן איז תבא עליו ברכת הטוב, אבער ביז דערווייל איז נאך נישט דא, מען קען זאגן ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה.
אונזער רבי פארגינט יעדן אזא שחיטה, דערווייל איז עס אבער נאך נישטא, קען זיין שפיגל האט מונחת אבער אנדערע חומרות האט ער נישט, רובאשקין האט אויך געהאט מונחת און דאך איז דער רבי נישט געווען צופרידן דערפון.
און יעצט בנוגע ווי די שוחטים וואוינען, איז באקאנט אז רבינו שליט"א האט פרובירט עס צו מאכן לאקאל און ס'איז נישט געווען מעגליך, אבער לעומת זה האט מען דערפאר אפגעקויפט א בנין פאר די שוחטים צוגעשטעלט דארט א ביהמ"ד מיט א מקוה, גלייבט נישט וואס איך שרייב פרעגט אייך נאך, און לפי המצב אז ס'איז נישט מעגליך לאקאל איז דאס כאטש די בעסטע.
און מיר ווארטן צו זען ווען די לישקע וועט אהערשטעלן שחיטה פון גסות לאקאל, ס'איז נישטא ווער זאל לאכן, עופות ברענגט מען פון מאנטרעאל און גסות גייט זיין לאקאל, דאס מיינט איפכא מסתברא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 21:25 |
|
| |
וואלןסח
די האסט נישט וואס צו טון מיט דיין צייט?
די האסט א הוה אמינא אז די וועסט איינעם דא אויפקלערן אז באמת רעד מען דא צוזאם אזעלכע שטותים אז זייט ווען שטותים איז באשאפען געווארען האט מען איר נישט גענוצט אזוי סאך ווי אויף דעים פורום דא???
די חברה דא גייט נישט אן וואס די זאגסט און וואס די ענטפערסט, וועסט זאגען אז "איך בין דארט געווען און איך וויס אז ס'איז נישט אמת" וועט מען דיר זאגען אז די ביסט סתם א הייד פארק ניק און מ'קען דיך נישט גלייבען!
די וועסט ענטפערן אויף א קשיא זייערע וועט מען א תגובה שפעטער עס איבערפרעגן ווי גלייך די וואלסט נישט גארנישט געענטפערט,
און מארק מיי ווארדס! יעצט גייט מען זיך נעמען חוזק מאכען פון רבינו שליט"א און פון זיין דרשה און קיין ווארט נישט ענטפערן אויף די תוכן פון די זאליס.
די חברה דא האבען איין איינציגע ציל און די ווייסט וואס דאס איז....
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 21:38 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | | ס'איז נישטא ווער זאל לאכן, עופות ברענגט מען פון מאנטרעאל און גסות גייט זיין לאקאל, דאס מיינט איפכא מסתברא.
|
|
קודם כל איז דא עופות פון עטליכע פלענטס פון וויילאנד. און מען ברענגט טאקע אהער עופות און ווייסע קעלבער פון מאנטריאל אויך, און טאקע ווייל ס'איז עכט "לאקאל". און טאקע אדאנק די שטארקע הידורים.
אלע שוחטים משגיחים וכו', שלאפן געהעריג אין שטוב יעדע נאכט,
דאווענען נארמאל אין בית המדרש, שחרית מנחה מעריב.
די שוחטים ארבעטן ווייניגער ווי אין קרית יואל.
די שוחטים ארבעטן נישט פאר'ן קצב ווי אין קרית יואל.
און ס'האט נאך אסאך הידורים. דערצו איז די טשיקענס פון א גוטע קוואליטי וואס האט ווייניגער כשרות פראבלעמען. און ווי באקאנט איז עס מער זויבער.
די מינדעסטע פראבלעם אדער שאלה ווערט דארט פארקויפט פאר גוים
ועל כולם אויב חלילה זאל זיך מאכן א פראבלעם, געהערט עס נישט פאר א פארטיי וואס לעבט פון פי. אר.
וואס וועט מיט פראפעגאנדע פארהוילן דעם אמת
נאר מוז אויספאלגען די הוראות פון די רבנים (התאחדות, סאטמאר, בעלזא, וויזניץ, טאהש וכו',)
וועלכע זענען באמת בעל הבית.
קרית יואל בית השחיטה המפואר, איז די מערסטע מהודר אין פראפעגאנדע, מיט ר' אהרן'ס שפראך איז שווער זיך צו פארמעסטן. אויב לויט וויפיל איך האב מיך נאכגעפרעגט איז מאנטרעאל מער מהודר אין כשרות.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 08:43 |
|
| |
אז פון שנאה און האס זאל ארויסקומען אז מ'רעדט שטותים והבלים איז א פארשטענדליכע זאך!
אין קרית יואל ארבעט מען פארן קצב דהיינו? מאיר הירש איז בעה"ב אויפן בית השחיטה פרעג מיך אפ! ביי וויינלאנד ארבעט מען פאר????????? "התאכדעס"??? וואס? נישט פאר זילבערשטיין?
איבער קוואליטי האב איך שוין איינמאל געפרעגט און האסט מיר נאכנישט געענטפערט! איך וויל וויסן וואס איז די קוואליטי??!
יעצט איז אזוי! שחיטה מונחת האט מען זיך געפירט אין אלע דורות, דאהי אין אמעריקא האט מען נישט געקענט מאכן מונחת, האט מען מתיר געווען וויבאלד עפ"י שו"ע איז עס נישט קיין פראבלעם, שפעטערע יארן ווען מ'האט שוין געקענט האט מארגערעטן'ער רב ז"ל האט זיך אריינגעטוען אין די נושא אין אהערגעשטעלט שחיטה מונחת און רובשקין האט געמוזט צאלן געלט ווייל ער האט עס דורכאויס פארלאנגט, וויינשטאק וואס האלט די היימישע פלייש אינדוסטרי מיט בלוטיגע פויסטן (פרעגט יעדן בוטשער, רעסטוראנט, טעיק אויט,) האט זייער ליב זיין געלט און גלייכט נישט אויסצוגעבן פאר כשרות, דער באטור'ער רב שליט"א האט נישט געהאט גענוג שטארקייט צו פארלאנגען פון אים וויבאלט מ'פירט זיך שוין אזוי יארן, איז געקומען ר"א ט"ב (פון ק"י) און אים געזאגט איך בין פון דיינע גרעסטע קאסטומערס און איך האלט אז מ'דארף מאכן שחיטה מונחת און אויב קענסטו מיר עס נישט צושטעלן גיי איך מיר צו א צווייטן! אהרן וויינשטאק האט געזען ער מיינט ביזנעס האט ער זיך געבראכן, יעצט ווערט דאך א גרויסער פראבלעם, דער שגץ וואס האט געמאכט א פאבליק סקול און געשטאכן רעדער און פארגאסן בלוט וכו' וכו' ער וועט גאר פארבעסערן די כשרות??? הי' לא תהי'! מ'מוז עס אראפרייסן פאר אלע געלטער! מ'וועט זאגן אז מונחת איז גאר א פראבלעם אלעס אבי נישט ער זאל אונז דא איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אהרן וויינשטאק אז ער מוז פאלגן די בעלי מכשירים!
אונז וועל מיר פון היינט און ווייטער פארדעקן אויף אלע שגץ שטוק פון די וויינשטאק בראדערס אלעס אבי דעם אהרן אונטערצוברענגן, אזוי אויך ווען ר' הלל וויינבערגער האט אונז פארראטן און האט במחתרת אן די רשות פון אונזערע דיינים געטוישט די זאלץ וועל מיר עס פארדעקן אלעס אבי די אהרונים זאלן נישט זיין גערעכט!
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|