עס איז מיר אנגעקומען זייער שווער אנגעקומען, ביז איך האב באקומען די קוראזש און גענומען די פענע און האנט אריין אפצושרייבן די פאלגענדע שורות. על כן וועל איך עס זאגן קורץ און שארף און יעדע ווארט געמאסטן.
(דער סיבה וואס האט מיר געשטיפט איז צוליב וואס איך האב געהערט אז עס הערשט א שטיקל צומישעניש בא די יונגעלייטלעך ,וואס איך וועל נישט מאריך זיין פארוואס מען דארף זיך נישט צוטוהן מאכן קיין זוז כל שהוא , און דער סיבה פונעם שטיקל בולבול המוחות קומט, ווייל זיי האבן נישט קיין אהנוג אז כך דרכו של עולם און עס איז ממש א דרך הטבע אז מען זאל חוזק מאכן פון יעדע דבר של קדושה מיט אל דברים של גנאי, ווי יעדער קען זיך אליינס איבער צייגן נאכן דורך זוכן אביסל די היסטאריע)
איך וויל דא מודיע זיין א מען ארבעט אויף גאר א ברייטע פאריעקט וועלכע נעמט אריין און זיך די גאנצע היסטאריע פונעם בית סיגעט/סאטמאר. ארויף צום ישמח משה ביזן היינטיגן טאג וואו און אלע טעג זענען אויף געשטאנען מהרסים און האבן געוואלט איבערייסן די הייליגע שלשלת. אראפ געלייגט אלע דעטאלן, פאקטן, דאקומענטן, וכו' אויף וואס א חלק ניכר פרעגט אפ מיניה ביה די גאנצע ארטיקעל וואס איינער האט אויף געבויט פאר זיינע אינטערעסן נאכן שלום מאכן מיט'ן מצב אז ער באלאנגט נישט און קיין נארמאלע קהילה. זאל כאטש זיין עטליכע בלעטער יענעם אינטערצורייסן און פון דעם שעפט ער הויפענעס חיזוק. די ציל פונעם פאריעקט ווערט ברייטער אויס געשמועסט אינעם הקדמה
איך וויל ארויסברענגן א נקודה וואס איך בין ממש נתפעל געווארן. דאס איז די סיסטעם וויאזוי די זאך פירט זיך סיי מיטן אויסשטעל די גאנצע מהלך. יעדע זאך האט א פלאץ וואס פריער און וואס שפעטער. קודם ווערט עס אויסגעשמועסט און קורצן ממש ראשי פרקים, און דענאך אביסל ברייטער, ווי אויך איז יעדע זאך באגלייט מיט א זמן. ווי אויך ארבעטן מען אז יעדע זאך זאל זיין קראנט און דאס מערסטע וואס האט מיר געכאפט איז די רואיגקייט וועס עס הערשט דארט און מען צילט נישט צו מאכן קיין געכאפטע מעשיות כדיי מען זאל קענען יענעם צוריק געבן א חיי שעה נאר מ'ארבעט דורך יעדע דיטעל אז אלעס זאל קלאפן ווי אזייגער און עס איז בכלל נישט נוגע אז איינער שרייבט און די נושא פארקערט ממילא מוז איך יעצט ארויסשיסן מיט עפעס און מאכן אלעס מיט א יאגעניש.
איז כדיי אז דער עולם זאל אביסל האבן סבלנות עס האט נאך נעמען אפאר וואכן,ביז דערווייל יעדן טאג וואס איז דורך ,איז די ארבעט און חומר געווארן גרעסער ממילא העט עס נעמען ביז עס וועט ארויס קומען א דבר השלם
אזוי ווי עס ארבעטן אויף דעם עטליכע ערענסטע בעלי בתים און איינעם מיט נאך צוויי יונגעלייט. וואס קענען ברוך השם גוט מער וויניגער די גאנצע היסטאריע. ממילא איז איבריג אריין צו שיקן בלויזע פאקטן על כן אויב איינער האלט אז ער האט מער אינסייד זאכן וואס איז בשעת מעשה נישט געווען מפורסם און מען קען פון זיינע ווערטער האבן א נוצן קען עס אריין שיקן אויב פארשטייט זיך מיט א מקור צו:[email protected]
איך וויל נאכמאל בעטן נאר אינפארמאציע אדער הערות וואס קעןהאבן א תועלת און נישט זייטיגע זאכן און פארשטייט זיך נישט קיין טענה'רייען וכו' ווייל דאס פארשלעפט די ארבעט
ווי אויך וויל איך בעטן אז מען דארף זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכן איבער די לעצטיגע ארטיקעל. וואס די וואס ווילן אונז אינטערברענגן האבן פארשפרייט. און עס איז בעסער מען לויט זיי און א זייט און מען מאכט זיך ניטאמאל וויסענדיג. און עס איז א שאד זי ך צו טעהנען איבער דעם. מען וועט קיינמאל נישט פארטיגן סיי מיט'ן אפפרעגן ווארט בא ווארט ,צו פאבירן צו פארמעסטן איין ארטיקעל , צו בכלל דן זיין צו מען מעג ליינען צו נישט. מען וועט מוט דעם סיי ווי גאר נישט אויף טוהן זייער גאנצע חיות איז אז מען רעד פון דעם נישט קיין חילק נעקעטיוו צו פאזעטיוו דער עיקר פרייען זיי זיך אז זיי באקומען עפעס אויפמערקזאם(אויב דו לעצטע ווערטער זענען און קעגן זאץ מיט וואס די פארום איז געצילט קענען די מנהלים רואיג אויסמעקן מיינע ווערטער)
הצלחה מרובה
נ.ב.פאר די וואס ווילן ווערן אינפארמירט איבער די ארטיקלען קענען זיך פארבינדן מיט מיר אויף גאגעל טאלק [email protected]
Sent on the Sprint® Now Network from my BlackBerry®