| נשלח ב-19/8/2009 19:38 |
|
| |
לכבוד אנשי שלומינו חברי הפארום
עס איז מיר אנגעקומען זייער שווער אנגעקומען, ביז איך האב באקומען די קוראזש און גענומען די פענע און האנט אריין אפצושרייבן די פאלגענדע שורות. על כן וועל איך עס זאגן קורץ און שארף און יעדע ווארט געמאסטן.
(דער סיבה וואס האט מיר געשטיפט איז צוליב וואס איך האב געהערט אז עס הערשט א שטיקל צומישעניש בא די יונגעלייטלעך ,וואס איך וועל נישט מאריך זיין פארוואס מען דארף זיך נישט צוטוהן מאכן קיין זוז כל שהוא , און דער סיבה פונעם שטיקל בולבול המוחות קומט, ווייל זיי האבן נישט קיין אהנוג אז כך דרכו של עולם און עס איז ממש א דרך הטבע אז מען זאל חוזק מאכן פון יעדע דבר של קדושה מיט אל דברים של גנאי, ווי יעדער קען זיך אליינס איבער צייגן נאכן דורך זוכן אביסל די היסטאריע)
איך וויל דא מודיע זיין א מען ארבעט אויף גאר א ברייטע פאריעקט וועלכע נעמט אריין און זיך די גאנצע היסטאריע פונעם בית סיגעט/סאטמאר. ארויף צום ישמח משה ביזן היינטיגן טאג וואו און אלע טעג זענען אויף געשטאנען מהרסים און האבן געוואלט איבערייסן די הייליגע שלשלת. אראפ געלייגט אלע דעטאלן, פאקטן, דאקומענטן, וכו' אויף וואס א חלק ניכר פרעגט אפ מיניה ביה די גאנצע ארטיקעל וואס איינער האט אויף געבויט פאר זיינע אינטערעסן נאכן שלום מאכן מיט'ן מצב אז ער באלאנגט נישט און קיין נארמאלע קהילה. זאל כאטש זיין עטליכע בלעטער יענעם אינטערצורייסן און פון דעם שעפט ער הויפענעס חיזוק. די ציל פונעם פאריעקט ווערט ברייטער אויס געשמועסט אינעם הקדמה
איך וויל ארויסברענגן א נקודה וואס איך בין ממש נתפעל געווארן. דאס איז די סיסטעם וויאזוי די זאך פירט זיך סיי מיטן אויסשטעל די גאנצע מהלך. יעדע זאך האט א פלאץ וואס פריער און וואס שפעטער. קודם ווערט עס אויסגעשמועסט און קורצן ממש ראשי פרקים, און דענאך אביסל ברייטער, ווי אויך איז יעדע זאך באגלייט מיט א זמן. ווי אויך ארבעטן מען אז יעדע זאך זאל זיין קראנט און דאס מערסטע וואס האט מיר געכאפט איז די רואיגקייט וועס עס הערשט דארט און מען צילט נישט צו מאכן קיין געכאפטע מעשיות כדיי מען זאל קענען יענעם צוריק געבן א חיי שעה נאר מ'ארבעט דורך יעדע דיטעל אז אלעס זאל קלאפן ווי אזייגער און עס איז בכלל נישט נוגע אז איינער שרייבט און די נושא פארקערט ממילא מוז איך יעצט ארויסשיסן מיט עפעס און מאכן אלעס מיט א יאגעניש.
איז כדיי אז דער עולם זאל אביסל האבן סבלנות עס האט נאך נעמען אפאר וואכן,ביז דערווייל יעדן טאג וואס איז דורך ,איז די ארבעט און חומר געווארן גרעסער ממילא העט עס נעמען ביז עס וועט ארויס קומען א דבר השלם
אזוי ווי עס ארבעטן אויף דעם עטליכע ערענסטע בעלי בתים און איינעם מיט נאך צוויי יונגעלייט. וואס קענען ברוך השם גוט מער וויניגער די גאנצע היסטאריע. ממילא איז איבריג אריין צו שיקן בלויזע פאקטן על כן אויב איינער האלט אז ער האט מער אינסייד זאכן וואס איז בשעת מעשה נישט געווען מפורסם און מען קען פון זיינע ווערטער האבן א נוצן קען עס אריין שיקן אויב פארשטייט זיך מיט א מקור צו:[email protected]
איך וויל נאכמאל בעטן נאר אינפארמאציע אדער הערות וואס קעןהאבן א תועלת און נישט זייטיגע זאכן און פארשטייט זיך נישט קיין טענה'רייען וכו' ווייל דאס פארשלעפט די ארבעט
ווי אויך וויל איך בעטן אז מען דארף זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכן איבער די לעצטיגע ארטיקעל. וואס די וואס ווילן אונז אינטערברענגן האבן פארשפרייט. און עס איז בעסער מען לויט זיי און א זייט און מען מאכט זיך ניטאמאל וויסענדיג. און עס איז א שאד זי ך צו טעהנען איבער דעם. מען וועט קיינמאל נישט פארטיגן סיי מיט'ן אפפרעגן ווארט בא ווארט ,צו פאבירן צו פארמעסטן איין ארטיקעל , צו בכלל דן זיין צו מען מעג ליינען צו נישט. מען וועט מוט דעם סיי ווי גאר נישט אויף טוהן זייער גאנצע חיות איז אז מען רעד פון דעם נישט קיין חילק נעקעטיוו צו פאזעטיוו דער עיקר פרייען זיי זיך אז זיי באקומען עפעס אויפמערקזאם(אויב דו לעצטע ווערטער זענען און קעגן זאץ מיט וואס די פארום איז געצילט קענען די מנהלים רואיג אויסמעקן מיינע ווערטער)
הצלחה מרובה
נ.ב.פאר די וואס ווילן ווערן אינפארמירט איבער די ארטיקלען קענען זיך פארבינדן מיט מיר אויף גאגעל טאלק [email protected]
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 20:10 |
|
| |
און אויב וועל איך דיר ארויסשפארן פארן פארלעצן אנווייזונגען, וועל איך זיין א זאלי?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 20:24 |
|
| |
שלום עליכם, אויב אייער ארטיקל וועט זיין אזוי ווי איר זאגט אין אייער הקדמה, נעם איך זיך אונטער אייך צוצושטעלן א פלאטפארמע גענוי ווי די אנדערע אי"ה , איך ווארט צו הערען פון אייך
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:15 |
|
| |
כך דרכם אלע יארן,
אויב איז זיין רבי א שייגץ, זענען אלע פריעדיגע אויך געווען.......עפרה לפ......
און אויב האבן די משכילים אדער סתם מה יעשה'ניקס זיך געקריגט מיט די פריעדיגע צדיקים,
ציליב זייער קנאות און מלחמה וואס זיי האבן געפירט א קעגען די עוקרי תורה,
איז דאס גענוי דאס זעלבע, ווי ערלעכע אידן פירען א מלחמה א קעגן זייער קדוש, פאר דעם וואס די אלע ערלעכע אידן רבנים און דיינים (נישט קיין נייע) זקני תלמידי וחסידי רבנו הקדוש זי"ע,
האבן איינגעזען אז ער רייסט אויס, א יעדעס ביסעלע סאטמערע לחליחות פון די אינווארג בפרט,
און דעם געפיל צום ארגענעלן מקובלדיגן אידשקייט בכלל,
ווי אזוי האט יענער געזאגט,
וואס איז די חילוק צוושען היינטיגע סקווער, און היינטיגע סאטמאר בקר"י,
און סקווער ווייסען אלע קינדער און פרויען, אז די רבי איז אזוי ווי, אדער נאכמער ווי די בעש"ט, נעבך,
און אזוי ווי די רבי פירט זיך אויף צווישען עולם ווי א נארמאלע מענטש, טוט נישט קיין מאדנע זאכען, שרייט נישט פאני, זאגט נישט קיין משוגענע דרשות, בקיצור דאס קינד פרעגט נישט קיין שאלות אויפן רבין, און וואס די פריעדיגע זענען געווען ווייסט ער אויך נישט קיין סאך, במילא גייט עס נאך מיט,
אבער און ק"י פירט זוך די געוועזנע רב אזוי ווי עס ווערט שוין ארויס געברענגט און די ארטיקעל וואס
זכרנו_ימים באציט זיך דערויף, האבען זיי גענימען א מהלך, אויס צו לערנען די קינדער אז אלע פריעדיגע צדיקים זענען געווען אזעלעכע שפלים ווי עם, עפרה לפ......
און אזוי ווי די "ארטוקעל" האט צוזאם גענימען זיינע מעשים טובים און עס ווארפט א ליכט אויף זיין גאנצע מהות, און מען קען דאס נישט אוועק מאכען מיט די הענט אז אלע פריעדיגע זענען אזוי געווען, ווייל עס קלעפט נישט, במילא קען עס אנמאכען גרויסע חרבנות ביים יוגווארג,
על כן איז באשלאסען געווארען אז אזוי ווי מען קען דאס נישט אוועק מאכען, מיטן פארקויפען פארן עולם עפעס א מעשה פון יטב לב וכדומה, אזוי ווי שטענדיג, נאר מען מיז מאכען א געהעריגע ארבעט און אויפשטעלען א סדום בעטל, און צו שניידען אלע פריעדיגע צו עם,
יא יא, אויף וואס איז געווען, און עס איז מער נישט דא, קענט זיי מוריש שקר זיין, אבער דאס ברענגט ארויס א קלארע בילד און תירץ אויף די באוויסטע קשיא, אז אויב איינער שרייבט אן ארטיקעל א קעגען זייער קדוש, לכוארה וואלטען זיי געדארפט צוריק ענטפערן אויף די אנדערע רבי וואס שטייט אויף די אנדערע זייט פון די מטבע,
ניין, הרוצה לשקר ירחיק עדותו, עס איז געווען אמאל אויך די זעלבע זאך, נעבעך אויף זייערע תמימים וואס גייען יעצט אראפ גיין נאך א שטאפל ווייטער פון זייער מקור מים חיים, פון ווי זיי קומען,
אויב קענען זיי נישט אויפווייזען אז די אנדערע רבי וואס לעבט נאך מיט אינז, איז אויך די זעלבע חיה ווי דעם קדוש, ווייל ער לעבט און יעדער זעט דער חילוק קלאר, אז דא רעד מען פון א גייסטיש צירידערטע מענטש, און דא רעד מען פון א העכסט נארמאלע איבערגעטראכטע מענטש,
מיזען זיי גיין נעבעך ארויפציר ירחיק עדותו,
יא עס וועט העלפען פאר זייערע .......וילכו אחר ההבל ויהבלו,
בלייבט נאך איבער צו ענדיגען מיטן
ברוך אלוקנו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:53 |
|
| |
חשובה מנהל
איך לייג ארויף נאכעמאל די זעלבע זאך מיט קארעקשנס
איך ווייס נישט ווי אזוי, אדער צו מען קען בכלל, אליינס אויסמעקען,
ביטע אויסמעקן די ערשטע,
א גרויסן ישר כוח מיט אנטשלדיגונג,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 22:57 |
|
| |
כך דרכם אלע יארן,
אויב איז זיין רבי א שייגץ, זענען אלע פריעדיגע אויך געווען עפרה לפ......
און אויב האבן די משכילים אדער סתם מה יעשה'ניקס זיך געקריגט מיט די פריעדיגע צדיקים,
ציליב זייער קנאות און מלחמה וואס זיי האבן געפירט א קעגען די עוקרי תורה,
איז דאס גענוי דאס זעלבע, ווי ערלעכע אידן פירען א מלחמה א קעגן זייער קדוש,
פאר דעם וואס די אלע ערלעכע אידן רבנים און דיינים (נישט קיין נייע) זקני תלמידי וחסידי רבנו הקדוש זי"ע,
האבן איינגעזען אז ער רייסט אויס, א יעדעס ביסעלע סאטמערע לחליחות פון די יונווארג בפרט,
און דעם געפיל צום ארגענעלן מקובלדיגן אידשקייט בכלל,
ווי אזוי האט יענער געזאגט,
וואס איז די חילוק צוושען היינטיגע סקווער, און היינטיגע סאטמאר בקר"י,
און סקווער ווייסען אלע קינדער און פרויען, אז די רבי איז אזוי ווי, אדער נאכמער ווי די בעש"ט, נעבך,
און אזוי ווי די רבי פירט זיך אויף צווישען עולם ווי א נארמאלע מענטש,
טוט נישט קיין מאדנע זאכען, שרייט נישט פאני, זאגט נישט קיין משוגענע דרשות,
בקיצור דאס קינד פרעגט נישט קיין שאלות אויפן רבין,
און וואס די פריעדיגע זענען געווען ווייסט ער אויך נישט קיין סאך,
אבער און ק"י פירט זוך די געוועזנע רב אזוי ווי עס ווערט שוין ארויס געברענגט און די ארטיקעל וואס זכרנו_ימים באציט זיך דערויף,
האבען זיי גענימען א מהלך,
ווי איידער ציזאגען אז דער קדוש איז אזוי ווי די פריעדיגע, וועט שוין זיין גרינגער אויס צו לערנען די קינדער אז אלע פריעדיגע צדיקים זענען געווען אזעלעכע שפלים ווי עם, עפרה לפ......
און אזוי ווי די "ארטוקעל" האט צוזאם גענימען זיינע מעשים טובים,
און עס ווארפט א ליכט אויף זיין גאנצע מהות,
און מען קען דאס נישט אוועק מאכען מיט די הענט אז אלע פריעדיגע זענען אזוי געווען, ווייל עס קלעפט נישט,
במילא קען עס אנמאכען גרויסע חרבנות ביים יוגווארג,
על כן איז באשלאסען געווארען,
אז מען קען דאס נישט אוועק מאכען, מיטן פארקויפען פארן עולם עפעס א מעשה פון יטב לב וכדומה, אזוי ווי שטענדיג,
נאר מען מיז מאכען א געהעריגע ארבעט און אויפשטעלען א סדום בעטל, און צו שניידען אלע פריעדיגע צו עם,
יא יא, אויף וואס איז געווען, און עס איז מער נישט דא, קענט זיי מוריש שקר זיין,
אבער דאס ברענגט ארויס א קלארע בילד און תירץ אויף די באוויסטע קשיא,
אז אויב איינער שרייבט אן ארטיקעל א קעגען זייער קדוש, לכוארה וואלטען זיי געדארפט צוריק ענטפערן אויף די אנדערע רבי וואס שטייט אויף די אנדערע זייט פון די מטבע,
ניין, הרוצה לשקר ירחיק עדותו, עס איז געווען אמאל אויך די זעלבע זאך,
נעבעך אויף זייערע תמימים וואס גייען יעצט אראפ גיין נאך א שטאפל ווייטער פון זייער מקור מים חיים, פון ווי זיי קומען,
אויב קענען זיי נישט אויפווייזען אז די אנדערע רבי וואס לעבט נאך מיט אינז, איז אויך די זעלבע חיה ווי דעם קדוש,
ווייל ער לעבט און יעדער זעט דער חילוק קלאר, אז דא רעד מען פון א גייסטיש צירידערטע מענטש, און דא רעד מען פון א העכסט נארמאלע איבערגעטראכטע מענטש,
מיזען זיי גיין נעבעך ארויפציר ירחיק עדותו,
יא עס וועט העלפען פאר זייערע .......וילכו אחר ההבל ויהבלו,
בלייבט נאך איבער צו ענדיגען מיטן
ברוך אלוקנו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 23:17 |
|
| |
שלום עליכם, זכרנו_ימים!
איך האב זייער הנאה צו זען ווי דו ביזט א טיפיקל אהרוני.
אנשטאט צו ענטפערן צום פוינט, גייסטו פארדרייען דעם שמועס מיט רעדן פון די סיגעטער גזע.
איך וויל דיר נאר אנמערקן אז איך וועל גיין אסאך העכער:
אדם הראשון האט געהאט 2 זין: קין און הבל, דער עלטערער האט גע'הרג'עט דעם יונגערן איידעלן ברודער.
אברהם אבינו האט געהאט 2 זין: דער עלטערער איז געווען ישמעאל און דער יונגערער אברהם אבינו.
יצחק אבינו האט געהאט 2 זין: דער עלטערער איז געווען עשו הרשע און דער יונגערער יעקב אבינו.
יוסף הצדיק האט געהאט 2 זין: טראתדעם וואס מנשה איז געווען עלטער האט יעקב אבינו מער מחשיב געווען דעם יונגערן אפרים, (אבער דער עלטערער ברודער האט נישט געהאט קיין תערומות!).
אזוי קען מען גיין ווייטער, ועוד חזון למועד.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 03:45 |
|
| |
דעתי' העני' איז אז ווילאנג דער ערהאבענער שרייבער קומט נישט מיט עפעס א ארבעט נאר מיט הקדמות און פארברייטונגען זאל מען נישט מגיב זיין דערויף ווייל זה דרכם כסל למו אז מרייצט אן דעם עולם און נאכדעם קומט א ארטיקל א דוגמא ווי סופערמעסי אדער בן פראדל וכו' וכו'
|
|
|
|
|