בית פורומים אחים אנחנו

סטיוו לעווין VS אייזעק אבראהאם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/8/2009 22:53 לינק ישיר 
סטיוו לעווין VS אייזעק אבראהאם

איך האב ביז היינט געוויסט אז ס'גייט זיין וואלן
פונקטליך וואס די וואלן זענען ווייס איך נישט
איך האב אבער געוויסט אז מ'גייט וועלן פאר אבראהאם, ווארום ער איז א היימישער איד

די לעצטע פאר טעג ווער איך אבער געוואר אז די עסקנים פון שטאט צווישן זיי הרב נידערמאן שטיצן לעווין

טוט מיר א טובה זייט מיר מסביר וואס זענען די וואלן און פארוואס די עסקנים שטיצן לעווין און נישט אבראהאם
לאזט די סאטמארע פאליטיק אינדרויסן ביטע



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 00:44 לינק ישיר 

סאיז ארוניש געשריבן צי רעדען אזוי מנהל מעגסט עס אויסמעקען סאיז בלוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 00:26 לינק ישיר 

hatzula כתב:
דער שרייבער איז הרב שמעון ראלניצקי פין דער שטערן


וואס עפעס הרב? אז ער איז א ארויני קומט אים שוין אטאמאטיש דעם טיטל הרב?

דרך אגב אזא שמוציאן האט נישט אריינצורעדן אין ציבורישע עסקנות, בפרט ווען ער וואוינט נישט אין שטאט.

עצה טובה: הבורח אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו וד"ל

נ.ב. זיין געוועזענע ווייב האט נישט געפאדערט א גט ווייל ער איז געזעצן און געלערנט וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 00:21 לינק ישיר 

איך האלט אז סאיז נישט גיט צי האבן א היימישער אין די גוישע פאליטיק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:27 לינק ישיר 

דער שרייבער איז הרב שמעון ראלניצקי פין דער שטערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:26 לינק ישיר 

דער סעלפאן אליינס האט געקאסט א מאיאנטעק...) פאר דער רעשט פון די חתונה איז ר' אברהם יצחק געזיצן ווי צוגענאגלט צו דעם באמבאסטישן טעלעפאן.

אום זעקס אזייגער פארטאגס איז ר' אברהם יצחק צוריקגעפארן קיין קראון הייטס, און פארגעזעצט מיט זיין שתדלנות לטובת די קראון הייטסער אידן, ריזיקירנדיג מיט זיין לעבן.

די ראיאטן האבן פארגעזעצט פאר דריי טעג און דריי נעכט, און עס איז נישט געווען קיין איין רעגירונגס פירער אין ניו יארק וועלכער זאל ארויסווייזן פירערשאפט, און ברענגען אן ענדע צו דעם פּאגראם. די פּאליסלייט זענען אטאקירט און אנגעגריפן געווארן, אבער האבן געמוזט בלייבן שטיין מיט פארלייגטע הענט און גארנישט טאן. עס האט דערגרייכט אזוי ווייט אז פיל קערוסא, דער יוניאן פירער פון דער פּאליציי, וועלכער איז אליינס אטאקירט געווארן דורך די ווילדע מאסן, האט געדראעט אראפּצונעמען אלע פּאליסלייט פון די גאסן פון קראון הייטס, פאר זייער אייגענער זיכערהייט, סיידן מען ערלויבט פאר דער פּאליציי צו ברענגען אן ענדע צו די ראיאטן.

די קראון הייטס ראיאטן זענען געווען די הויפּט סיבות פארוואס די דעמאלטיגע דעמאקראטישע פירער, מעיאר דינקינס און גאווערנאר מאריא קאומא, האבן פארלוירן ר' אברהם יצחק'ס ביז-דעמאלטיגע שטיצע. ר' אברהם יצחק איז געווען אנטוישט אין קאומא, אז נאך צוויי טעג פון ראיאטן האט ער אנגערופן דינקינס פרעגן וואס עס גייט פאר, אנשטאט איבערנעמען קאנטראל פון דער סיטואציע, פון דעם אומבאלומפּערטן מעיאר, דורך אריינשיקן נעשאנעל גאורד טרופּן אין דער שטאט, וועלכע זאלן מאכן סדר. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ווען קאומא איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג האט ר' אברהם יצחק געהאלפן דעם קאמפּיין פון זיין קעגנער, דזשארדזש פּאטאקי, וועלכער האט טאקע באזיגט קאומא.

אבער מיט דעם איז ר' אברהם יצחק'ס ראלע אין דער געשיכטע נישט געקומען צו אן ענדע. ר' אברהם יצחק האט אליינס נישט געוואוסט פון אנפאנג אז זיינע אקטיוויטעטן ביי די ראיאטן, וועלן אים פארוואנדלען אין א קעמפער פאר יוסטיץ.

אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט א טעלעפאן רוף פון ר' אברהם יצחק, צו דעם ברודער פון דעם ערמארדערטן בחור, יאנקל ראזנבוים ע"ה.

און געווען איז די מעשה אזוי: די געהילפן פון מעיאר דינקינס האבן געהאט באאויפטראגט פאר ר' אברהם יצחק אז ער זאל זיך אפּגעבן מיט דעם נפטר, און באגלייטן דעם קערפּער צום קענעדי לופטפעלד, נאך א לוי' וואס איז פארגעקומען אין ברוקלין. ר' אברהם יצחק האט געטאן אלע נויטיגע פּראצעדורן און האט דאן אנגערופן דעם ברודער פון יאנקל, ר' נחמן (נארמאן) ראזנבוים, אן אדוואקאט אין מעלבוירן, אויסטראליע, אז ער זאל קומען קיין אמעריקע אפּצונעמען די זאכן וואס זיין ברודער האט איבערגעלאזט. ר' אברהם יצחק האט געגעבן פאר נארמאן זיין סעלפאן נומער, און דאן האט ער פארגעסן פון דער גאנצער זאך.

דריי וואכן שפּעטער איז נארמאן געקומען קיין ניו יארק וואו ער האט געטאן וואס ער האט געדארפט, און צוזאמגענומען זיין ברודער'ס זאכן, און אהיימגעפארן קיין אויסטראליע. עס זענען אריבער נאך עטליכע וואכן, און ר' אברהם יצחק באקומט א רוף אויף זיין סעלפאן פון נארמאן ראזנבוים.

"ר' אברהם יצחק, איר מוזט מיך העלפן!" האט נארמאן אים געזאגט אין א פארצווייפלטער שטימע, און דאן האט ער אים פארציילט אז ס'זענען דא גרויסע שאנסן אז די מערדער וועלכע האבן אומגעברענגט זיין ברידער וועלן קיינמאל נישט געברענגט ווערן צו יוסטיץ. דער שגץ וואס האט דורכגעפירט דעם מארד איז נאך געווען צו יונג צו קענען פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכע טורמע און די ערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן אים אנגעהעצט האבן זיך אויך ארויסגעדרייט מיט מילדע שטראפן, און נארמאן האט אפּעלירט ביי ר' אברהם יצחק אז ער זאל אים קומען צוהילף, און נישט ערלויבן אז עס זאל צוגעלייגט ווערן זאלץ צו די וואונדן פון דער ראזנבוים פאמיליע און דער גאנצער ניו יארקער אידנטום.

דאן האט ער געזאגט פאר ר' אברהם יצחק עפּעס וואס האט אים איבערראשט ביז גאר: "דו זאלסט וויסן אז איידער כ'האב דיך גערופן, האב איך זיך צוערשט פארבינדן מיט די גרויסע אידישע (ציוניסטישע) ארגאניזאציעס, און זיי האבן מיר געווארנט אז איך זאל שטיין ווייט פון דעם סאטמארער חסיד אייזעק עיברעהעם, ווייל ער איז אן עקסטרעמיסט און וועט מיך נאר שאדן מאכן און נישט פירן אין ערגעץ. אבער איך בין געקומען קיין אמעריקע און זיך אינטערעסירט אויף די ארגאניזאציעס, און זיי קענען געלערנט און איינגעזען אז זיי זענען כופרים און זיי מיינען נאר זייערע אייגענע אינטערעסן, בשעת דו האסט נישט קיין שום ארגאניזאציע און דו האסט נישט קיין שום פּראגראמען פון דער רעגירונג און דו טוסט נאר עסקנות ווייל דו ווילסט העלפן אידן. אלזא, וועגן דעם בין איך געקומען צו דיר..."

קורץ דערויף האבן ר' אברהם יצחק און ר' נחמן ראזנבוים זיך געטראפן ביי א מיטינג אין ניו יארק, צו דיסקוטירן דעם ענין און זיי האבן זיך באלד פארשטאנען איינער מיט'ן צווייטן. ביי דער ענדע פון דער מיטינג האט נארמאן ראזנבוים געבעטן פון ר' אברהם יצחק ער זאל אנפירן דעם קאמפּיין, צו ברענגען יוסטיץ פאר'ן בלוט פון זיין ערמארדערטן ברודער.

פאר די קומענדיגע פערצן יאר האבן צוויי אידן פון צוויי אנדערע לענדער און צוויי אנדערע קרייזן, וועלכע האבן קיינמאל פארדעם נישט געהאט קיין שייכות איינער מיט'ן אנדערן, דורכגעפירט א געמיינזאמען קאמפּיין פאר די אינטערעסן פון יוסטיץ.

דורכאויס די 14 יאר האבן די צוויי אידן אינאיינעם זיך געפרייט ביי יעדן סוקסעס וואס זיי האבן געהאט און געווייטאגט ביי יעדן דורכפאל (עס זענען ליידער געווען מער דורכפעלער ווי סוקסעסן.) מען האט זיך ארומגעאמפּערט וויאזוי אנצוקלאגן דעם מערדער, אלס יוגנטליכער אדער אלס ערוואקסענער, אויף "סיוויל רייטס" אדער אנדערע אנקלאגעס. מאכטפולע שווארצע גרופּעס האבן געקעמפט פאר'ן יוגנטליכן און פּרובירט צו פארזיכערן אז ער באקומט די מינימום שטראף.

ר' יצחק אייזיק האט נישט גערוט קיין איין טאג. ער איז געפארן קיין וואשינגטאן כמעט יעדע צוויי וואכן, אליינס אדער אינאיינעם מיט נארמאן ראזנבוים. ער האט געקלאפּט אויף אלע טירן אין וואשינגטאן און געבעטן און געמוטשעט, אז מען זאל פארזיכערן אז די באטרעפנדע אינציאטארן פון דעם קראון הייטס פּאגראם באקומען זייער שטראף.

איין וואשינגטאן פּאליטיקאנט האט געעפנט זיין טיר פאר ר' אברהם יצחק, און נישט סתם געעפנט נאר ער האט אים גאר ווארעם אריינגענומען אין זיין אפיס און אים ערלויבט צו פארוואנדלען זיין אפיס אין דער הויפּטקווארטיר פון דעם קאמפּיין צו ברענגען גערעכטיגקייט פאר יאנקל ראזנבוים.

געווען איז דאס דער רעפּובליקאנער סענאטאר פון ניו יארק על דיאמאטא, וועלכער האט אנדערש ווי פילע אנדערע ניו יארקער פירער ארויסגעוויזן שטארקע פירערשאפט, ווען ער איז תיכף ביים אנהייב פון די קראון הייטס ראיאטן געקומען צוהילף פאר די געשלאגענע אידן אין קראון הייטס, און פארשפּראכן נישט צו רוען ביז ווילאנג אלע פאראנטווארטליכע באצאלן א פּרייז.

צום באדויערן האט דער יוסטיץ דעפּארטמענט אין וואשינגטאן פארמאכט אירע טירן און טויערן פאר די צוויי עסקנים, און זיי בשום אופן נישט אריינגעלאזט פאר אן אודיענץ מיט דער אמעריקאנער יוסטיץ מיניסטארשע, אטוירני דזשענעראל דזשענעט רינא. און דאס איז געווען אין דער זעלבער צייט וואס איינער פון די הויפּט העצער און אגיטירער קעגן די קראון הייטסער אידן, על שארפּטאן, וועלכער האט אויפגעהעצט און אנגערייצט די שווארצע מאסן, איז געווען א יוצא ונכנס אינעם יוסטיץ דעפּארטמענט און געשאנקען געווארן כסדר'דיגע אודיענצן.

דיאמאטא האט אריינגענומען די צוויי אידן אין זיין סענאט אפיס, און דאן דורכ'ן טעלעפאן ארומגערופן צו אנדערע וויכטיגע סענאטארן אין קעפּיטאל היל און זיי געזאגט, "איך שיק אריבער צו אייך צוויי וויכטיגע מענטשן. איך אפּעליר איר זאלט זיי אויפנעמען העפליך און פּרובירן צו העלפן מיט וואס איר קענט." אזוי ארום האבן ר' אברהם יצחק און ר' נחמן באוויזן אפּצוהאלטן זיצונגען מיט'ן רעפּובליקאנער סענאט מינאריטעט פירער באב דאול און דער דעמאקראטישער סענאט מאיאריטעט פירער דזשארדזש מיטשעל, און מיט אנדערע וויכטיגע סענאטארן, וועלכע האבן אונטערגעשריבן א בריוו צו רינא'ן, צו פארלאנגען אז זי זאל אויפנעמען די צוויי עסקנים.

דער יוסטיץ דעפּארטמענט האט זיך ענדליך געבראכן, און דאס איז געווען אזא סענזאציאנאלער נייעס, אז ווען די צוויי עסקנים זענען אפּגעפלויגן קיין וואשינגטאן פאר דעם מיטינג, איז א האלבער עראפּלאן פול געווען מיט רעפּארטערס, און אינדרויסן פון דער יוסטיץ דעפּארטמענט געביידע זענען די צוויי אויפגענומען געווארן דורך א מחנה פון הונדערטער פּרעסע פארטרעטער.

*

עס זענען אריבער צוויי יאר זינט די קראון הייטס ראיאטן, און דינקינס איז געשטאנען פאר גאר א שווערן ווידערערוויילונג פארמעסט. פילע פון די וויילער וועלכע האבן אים געשטיצט מיט פיר יאר פריער, זענען געווען אנטוישט איבער זיין האנדלונג ביי די קראון הייטס ראיאטן, און זיי האבן אריבערגעשטראמט אין די מאסן צו זשוליאני וועלכער האט באזיגט דינקינס מיט בלויזע 44,000 שטימען. דאס זענען געווען די שטימען פון די אידן וועלכע זענען געווען אנטוישט אין דינקינס' האנדלונג

די וואך בעפאר זשוליאני האט געוואונען, האט איינער פון ר' אברהם יצחק'ס קוועלער אין וואשינגטאן אים אנגערופן און איינגעמאלדן די נישט-גוטע נייעס, אז אטוירני דזשענעראל דזשענעט רינא פּלאנט ארויסצוקומען מיט א פּרעסע קאנפערענץ, צו מעלדן איר באשלוס אז מען זאל אנקלאגן דעם מערדער אלס א יוגנטליכן, וואס דאס האט געמיינט גאר א מילדע שטראף פון בלויז עטליכע יאר, אין אן אינסטיטוציע פאר יוגנטליכע קרימינאלן.

ר' אברהם יצחק האט תיכף אנגערופן סענאטאר דיאמאטא, און אים איינגעמאלדן די שאקירנדע נייעס. דער סענאטאר האט זיך אויסגעלאכט דערפון און האט געזאגט פאר ר' אברהם יצחק, "אייזעק, ביסטו נאריש? דאס גייט נישט געשען. איבעריגנס, ווען ס'וואלט געווען אמת וואלט איך שוין געהערט דערפון."

אבער ר' אברהם יצחק האט זיך גע'עקשנ'ט און גע'טענה'ט אז ער איז הונדערט פּראצענט זיכער אין זיינע ווערטער. ער האט געזאגט פאר דיאמאטא, "דאנערשטאג אום 10 אזייגער אינדערפרי ביי איר וועכנטליכער פּרעסע קאנפערענץ, גייט רינא מעלדן איר באשלוס!"

עטליכע שטונדן דערויף האט דיאמאטא צוריקגערופן ר' אברהם יצחק און ער האט אים געזאגט, "וואס זאל איך דיר זאגן אייזעק? דו ביסט גערעכט, און איך ארבעט שוין דאס אפּצושטעלן."

דיאמאטא האט שוין נישט גערוט. ער האט אנגערופן פארשידענע וויכטיגע מענטשן אין וואשינגטאן און אנגעפאנגען ארויסצולאזן די אינפארמאציע צו דער מידיא. דער יוסטיץ דעפּארטמענט איז געכאפּט געווארן אין סורפּרייז, און רינא האט שנעל צוריקגעצויגן פון איר באשלוס.

*

עס איז מערקווירדיג אז בשעת ר' אברהם יצחק האט געארבעט פון איין זייט צו ברענגען די שולדיגע צו גערעכטיגקייט, האט ער פון דער אנדערער זייט פארלייגט גרויסע כוחות אויסצוהיילן די טיפע וואונדן, און פירן צו א שלום צווישן פאראנטווארטליכע שווארצע פירער, וועלכע האבן קיינמאל נישט געשטיצט קיין הפקירות, און די קראון הייטסער פירער.

עס איז געווען גאר א קריטישער זיג פאר ר' אברהם יצחק, ווען ס'איז אים געלונגען צוזאמצוברענגען די ראזנבוים פאמיליע, מיט די עלטערן פון דעם ערמארדערטן זיבן-יעריגער שגץ.

דער שווארצער מערדער לעמריק נעלסאן איז נאך די אלע צעגערייען און מאכינאציעס ענדליך געפונען געווארן שולדיג, און אינעם טאג וואס ער האט געזאלט פאראורטיילט ווערן דורכ'ן ריכטער, איז דער געריכט-זאל געווען געפּאקט מיט שווארצע שטיצער פון איין זייט, און אנגעווייטאגטע קראון הייטסער אידן און פאמיליע מיטגלידער פון דעם ערמארדעטן יאנקל ראזנבוים ע"ה פון דער אנדערער זייט. אלע זענען געזיצן און געווארט אז דער ריכטער זאל אריינקומען צו געבן זיין פּסק, ווען מיטאמאל עפנט זיך די טיר און דער פאטער פונעם שווארצן אומגעקומענעם יונגל געווין קעטא קומט אריינצוגיין, און ער זעצט זיך אראפּ אויף דער זייט וואו די אידן זענען געזיצן.

"עס איז געווען א קידוש השם איינס אין דער וועלט," זאגט ר' אברהם יצחק. "די שווארצע אנטיסעמיטן זענען געווען שאקירט ביז גאר, און די פרייע ציוני'סטישע גרופּעס האבן געקריצט מיט די ציין, און נישט געקענט אויסהאלטן דעם פאקט אז א חסיד'ישער עסקן האט באוויזן עפּעס וואס קיינער האט נישט געגעלויבט אז עמיצער קען באווייזן."

ביים ארויסגעבן דעם פּסק האט דער ריכטער געזאגט ווי באגייסטערט ער איז צו זען וויאזוי ביידע עלטערן, וועלכע האבן אזויפיל געליטן, געפינען זיך אינעם זאל, און זענען פאראייניגט מיט דער מיינונג אז דער שולדיגער דארף געברענגט ווערן צו גערעכטיגקייט. ער האט געזאגט אז דאס איז א געוואלדיגער כבוד פאר ניו יארק.

די ראזנבוים פאמיליע האט שטארק מכיר טובה געווען פאר די וויליאמסבורגער עסקנים, וועלכע האבן זיי געהאלפן, און נארמאן ראזנבוים איז אראפּגעקומען אין שטוב פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל אויף בעדפארד עוועניו, וואו ער האט אויסגעדרוקט זיין גרויסן רעספּעקט פאר סאטמאר און האט באדאנקט דעם רבי'ן פאר סאטמאר'ס הילף. "דער סאטמארער ראש הקהל, ר' סענדר דייטש ז"ל האט דאן געזאגט פאר דער פּרעסע," פארציילט ר' אברהם יצחק, "אז כאטש אין פילאזאפיע איז סאטמאר נישט איינשטימיג מיט ליובאוויטש, זענען מיר אבער אלע ברידער."

ר' אברהם יצחק איז שוין געבליבן אין גאר נאנטע באציאונגען מיט סענאטאר דיאמאטא, און האט אים געהאלפן מיט זיינע פּאליטישע קאמפּיינס. דער וויליאמסבורגער עסקן האט עס געהאלטן פאר א כבוד אז ער קען העלפן א פּאליטישאן וואס האט אזויפיל געטאן פאר אידן. אין 992' האט דיאמאטא געוואונען ווידערערוויילונג צו א דריטן טערמין מיט גאר א שמאלער אויבערהאנט, באזיגנדיג זיין קעגנער מיט 49 קעגן 48 פּראצענט. זיין געווינס איז געווען הויפּטזעכליך צום פארדאנקען פאר דער שטיצע פון דער פרומער ארטאדאקסישער געמיינדע, וואס האט דערמיט געוואלט אויסדרוקן איר דאנק פאר זיין אומבויגזאמער קאמף פאר יוסטיץ.

אבער אין לויף פון די קומענדיגע זעקס יאר, איז די דעמאקראטישע ניו יארק געווארן מער דעמאקראטיש געשטימט, און ווען דיאמאטא איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג צו א פערטן טערמין אין 998' האט ער געהאט א שטארקן קעגענער קעגן זיך, דער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן טשארלס שומער. פארט האט דיאמאטא פון אנפאנג אויסגעקוקט צו זיין גאנץ שטארק אינעם פארמעסט, און זיין קאמפּיין איז נישט געווען איבעריג באזארגט.

עטליכע וואכן בעפאר די וואלן איז ר' אברהם יצחק אפּגעפלויגן קיין אויסטראליע, און האט אויפגענומען א פירמע וואס זאל צוזאמשטעלן א רעקלאמע פאר סענאטאר דיאמאטא. אין דער רעקלאמע האט די מוטער פון יאנקל ראזנבוים דערקלערט, "איך בין נישט קיין ניו יארקער איינוואוינער און נישטאמאל קיין אמעריקאנער בירגער, און סענאטאר דיאמאטא האט מיך נישט געדארפט העלפן, אבער פארט ווען איך בין געווען קריטיש אנגעוויזן דערויף איז ער מיך געקומען צוהילף."

ר' אברהם יצחק איז אהיימגעפלויגן קיין אמעריקע און אפּגעשיקט דעם טעיפּ צו דיאמאטא'ס קאמפּיין שטאב, אבער זיי האבן קוים א קוק געטאן אויף דער רעקלאמע און עס תיכף צוריקגעשיקט פאר ר' אברהם יצחק, זאגנדיג אז אלע רעקלאמע ערטער זענען שוין פארנומען און זיי קענען גארנישט טאן דערמיט. "דיאמאטא האט דאן געהאט א קאמפּיין שטאב פון עלטערע וואשינגטאן סטראטעגיסטן," זאגט ר' אברהם יצחק, "וועלכע האבן נישט געהאט קיין אהנונג וואס ס'טוט זיך אין ניו יארק. זיי האבן זיך געלאזט באצאלן טבין ותקילין, אבער האבן נישט דעליווערט פאר'ן סענאטאר וואס זיי האבן געדארפט."

איבער די לעצטע פּאר וואכן איז דיאמאטא באגאנגען עטליכע קריטישע קאמפּיין טעותים וועלכע האבן געהאט א שלעכטער אויסווירקונג אויף זיין קאמפּיין. זעענדיג אז ער קען גארנישט העלפן איז ר' אברהם יצחק הארט פאר די וואלן אפּגעפלויגן קיין ארץ ישראל, אויף א חתונה פון א קרוב.

ער האט קוים געלאנדעט אין ארץ ישראל, ווען ער האט באקומען א היסטערישן טעלעפאן רוף פון דעם סענאטאר, וועלכער האט אים געזאגט,  "איך הער אז דו האסט א וויכטיגן טעיפּ פאר מיר."

ר' אברהם יצחק האט עס באשטעטיגט און געזאגט אז ער האט טאקע אזא טעיפּ, אבער ער קען יעצט גארנישט טאן ווייל ער איז אין ארץ ישראל, אבער דיאמאטא האט אים באפוילן ער זאל זיך שוין ארויפזעצן אויף אן עראפּלאן און אהיימקומען קיין אמעריקע, און אז ער זאל מיטברענגען מיט זיך די ראזנבוים פאמיליע. דאס איז געווען בלויז דריי טעג פאר די וואלן. ר' אברהם יצחק איז תיכף אהיימגעפלויגן קיין אמעריקע, בשעת די מאמע פון יאנקל ראזנבוים ע"ה איז געקומען צו פליען פון אויסטראליע, און דער ברודער נארמאן איז געקומען פון דייטשלאנד, וואו ער איז דאן געווען.

דיאמאטא האט געשיקט א קאר אין לופטפעלד אויפצונעמען ר' אברהם יצחק און די ראזנבוים פאמיליע, וועלכע זענען אלע געקומען צו פליען פון אנדערע ריכטונגען, און זיי האבן זיך באלד ארויסגעלאזט קאמפּיינען אינאיינעם מיט דיאמאטא, איבער גאנץ ניו יארק. אויך די רעקלאמע איז ענדליך אויפגעשפּילט געווארן, אבער ס'איז שוין געווען צו שפּעט אז ס'זאל העלפן פאר דיאמאטא און ער האט פארלוירן די וואלן צו שומער.

 

זיינע אנטי-ציוני'סטישע קאמפן

אבער דאס מערסטע פון אלעמען איז ר' אברהם יצחק שטאלץ מיט'ן זיין אן אויסגעשפּראכענער קעגענער פון מדינת ישראל. זייענדיג א סאטמארער חסיד איז ער טריי צו דער סאטמארער שיטה. עס ליגט ביי אים אין די בלוט. קיינער קען אים נישט רירן דערפון.

מיט עטליכע יאר צוריק איז ר' אברהם יצחק איינגעלאדנט געווארן צו אן ארטאדאקסישער שול אין מאנהעטען, וואו מעיאר בלומבערג האט געזאלט געבן א רעדע. דער וויליאמסבורגער עסקן איז געזעצט געווארן אויבנאן, אויף דער לינקער זייט פון ארון קודש. די צערעמאניע האט זיך אנגעפאנגען מיט'ן זינגען די מדינת ישראל הימנע, די התקווה. אלע פארזאמלטע האבן זיך אויפגעשטעלט, אבער ר' אברהם יצחק איז געבליבן זיצן. נאכ'ן ענדיגן די התקווה האט די מוזיק אנגעפאנגען צו שפּילן די אמעריקאנער הימנע. דא האט זיך ר' אברהם יצחק אנגעשלאסן אין די איבעריגע פארזאמלטע, און זיך אויפגעשטעלט, אלס רעספּעקט פאר אמעריקע.

"די חברה האבן געקריצט מיט די ציין," פארציילט ר' אייזיק. "זיי האבן מיך געוואלט צערייסן. נאך דער צערעמאניע זענען עטליכע צוגעקומען צו מיר און מיך אטאקירט פאר'ן מאכן פאר זיי אזא בזיון. איך האב זיי געזאגט, 'איר האט 'מיך' אנטוישט. איר ווייסט דאך אז איך בין א סאטמארער חסיד. פארוואס שפּילט איר די התקווה? בכלל, וואספארא פּשט האט צו זינגען די מדינת ישראל הינע פאר אמעריקאנער פּאליטישאנס? נעקסטיים זאלט איר נישט טשעפּען מיינע געפילן וועט נישט קומען צו קיינע מיספארשטענדענישן.'"

לעצטנס האט ר' אברהם יצחק געטראפן אן ארטאדאקסישער ניו יארקער פּאליטיקאנט פון אן אנדערן געגנט, וועלכער איז אן אויסגעשפּראכענער ציוני'סט, און ר' אברהם יצחק האט יענעם אריינגעגעבן א פּסוק פאר'ן דורכפירן א דעמאנסטראציע קעגן דער מדינה, פאר'ן צוריקגעבן שטחים. "ווען ראביי טייטלבוים האט געמאכט פּראטעסטן קעגן דער מדינה," האט ר' אברהם יצחק אים פארגעהאלטן. "האסטו געמאכט אן איבערקערעניש און פארפירט, היתכן מען פּראטעסטירט קעגן די מדינה. ווען מען האט גענומען מיידלעך אין דער ארמיי, אויסגעגרובן קברים און אויסגע'שמד'ט אידישע קינדער אין די קיבוצים, דאן האסטו געשריגן, 'די סאטמארע עקסטרעמיסטן, די אידיאטן'. איצט האסטו מיטאמאל איינגעזען אז די מדינה איז שלעכט."

און ס'איז נישט קיין וואונדער אז ר' אברהם יצחק נעמט די אנגעלעגנהייט אזוי פּערזענליך. ער איז געווען דער ארגאניזירער און אפיציעלער ווארטזאגער ביי פילע מאסן דעמאנסטראציעס, וואס די "התאחדות הרבנים" האט פאררופן במשך די יארן קעגן דער מדינה.

ווען סאטמאר האט דורכגעפירט די הפגנה אינעם "מעדיסאן סקווער גארדען", אום תשל"ט, האט דער סאטמארער רבי זי"ע פארלאנגט פון ר' אברהם יצחק אז ער זאל דינען אלס דער פארטרעטער פון סאטמאר פאר דער גוי'אישער מידיא. ר' אברהם יצחק האט צוערשט נישט געהאט קיין חשק, זאגנדיג פאר'ן רבי'ן אז דאס איז אן ארבעט וואס איז פארבינדן מיט אומגעהויערע גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע שוועריגקייטן. דער רבי האט אים אבער געגעבן א ברכה, אז אויב ער וועט טאן פאר'ן יחיד און פאר'ן רבים, וועט ער מצליח זיין און זיין אפּגעהיטן זיין פון אלע מכשולות. די מידיא האט דאן צום ערשטן מאל געגעבן גאר ברייטע דעקונג פאר דער מערכה קעגן דער מדינה.

א שטיק צייט נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי זי"ע איז נסתלק געווארן, האט די התאחדות הרבנים דורכגעפירט א דעמאנסטראציע קעגן דער מדינה, און די עסקנים זענען דערנאך אריינגעקומען צום סאטמארער רבי'ן, דעם בעל ברך משה זצ"ל, זיך צו באקלאגן אז די מידיא האט נישט געגעבן קיין שום דעקונג פאר דער דעמאנסטראציע. מען האט זיך געגרייט דורכצופירן א פרישע דעמאנסטראציע אין וואשינגטאן, און אן קיין מידיא דעקונג וואלט די דעמאנסטראציע נישט געווען אזא סוקסעס.

דער סאטמארער רבי האט זיך אינטערעסירט ווער ס'האט געטאן די ארבעט פון רעדן צו דער פּרעסע אין די צייטן פונעם פעטער. ווען מען האט אים געזאגט אז דאס איז געווען ר' אברהם יצחק, האט ער פארלאנגט אז מען זאל אים שוין אריבעררופן צו אים אהיים.

ווען ר' אברהם יצחק איז אנגעקומען האט דער סאטמארער רבי אים געבעטן אז ער זאל שוין אנרופן אלע צייטונגען אין שטוב און מאכן א גערודער. "איך האב געזאגט דעם רבי'ן אז כ'האב נישט דא די ליסטע מיט אלע מיינע קאנטאקטן. אבער דער רבי האט מיר געזאגט, 'גיי אהיים און קום שוין צוריק מיט דער ליסטע, און זאלסט אנרופן אלעמען פון מיין שטוב.'"

וכך הווה, ר' אברהם יצחק איז אהיימגעגאנגען און צוריקגעקומען צום רבי'נס הויז, וואו ער האט זיך גענומען צו מאכן די נויטיגע טעלעפאן רופן און איינגעשפּאנט די גאנצע מידיא.

ביי יענער דעמאנסטראציע האט ר' אברהם יצחק איינגעשפּאנט זיינע געניטע "פּובליק רילעישאנס" קוואליפיקאציעס לטובת דער מערכה. פאר א ביישפּיל דערציילט ער אונז אז ער האט ארויפגעלייגט נומערן אויף אלע באסעס וועלכע זענען ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג, אבער די נומערן האבן זיך אנגעפאנגען ביי 424, אזוי אז די רעפּארטערס וועלכע זענען געקומען דעקן די צוגרייטונגען אין וויליאמסבורג, זענען געווען איבערצייגט אז עס זענען שוין ארויסגעפארן הונדערטער באסעס פון פריער. ר' אברהם יצחק האט איינגעמאלדן פאר דער פּרעסע אז עס קומען מענטשן צו גיין מיט פּריוואטע עראפּלאנען, מיט קארס, מיט באסעס און אלע סארט טראנספּארטאציע מיטלען. די דעקונג וואס די דעמאנסטראציע האט באקומען איז געווען אויסערגעווענליך, און ווען ר' אברהם יצחק האט זיך צוריקגעקערט ביינאכט קיין ניו יארק האט דער סאטמארער רבי אים אפּגעווארט און אויפגענומען בפּנים מאירות, און אים שטארק משבח געווען.

 

די זוך-אקציע נאך שרה'לע פעלדמאן

ווען א יונג מיידל מיט'ן נאמען שרה'לע פעלדמאן איז פארלוירן געווארן, אום זומער תשנ"ד, ביי אן אויספלוג מיט איר קעמפּ, אין א ריזיגן וואלד וואס איז מיילן גרויס, אינעם ביגעלאו האלאו פּארק אין קאנעטיקוט, האבן אלע געהאט אויפגעגעבן האפענונג אז זי וועט נאך אמאל געטראפן ווערן. אבער ר' אברהם יצחק אבראהאם איז געווען דער עסקן וועלכער האט זיך קיינמאל נישט מייאש געווען, און האט דאן ארגאניזירט איינע פון די גרעסטע און ברייטפארצווייגטע רעטונגס אקציעס אין דער היסטאריע.

די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען מיטוואך פּרשת בהר בחוקותי. ר' אברהם יצחק איז געוואויר געווארן איבער דעם פארלוירענעם קינד, דורך א קאנעטיקוט ראדיא סטאנציע, וואס האט אים אנגערופן מיט דער נייעס. די נייעס סטאנציע האט באקומען ר' אברהם יצחק'ס טעלעפאן נומער פון דער לאקאלער ניו יארקער נייעס סטאנציע, דאבעליו סי-בי-עס.

ביז א קורצער וויילע נאכ'ן באקומען דעם אלארם האט ר' אברהם יצחק זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט אנדערע הצלה מיטגלידער, הר"ר שלום שניצלער הי"ו און הר"ר מנחם וויינבערגער הי"ו, מיט צוויי קארס אנגעפולט מיט אלע סארט סאפיסטיקירטע רעטונגס און קאמיוניקאציע אפּאראטן. זיי זענען "געפלויגן" דעם גאנצן וועג קיין קאנעטיקוט מיט לעמפּלעך און סירענעס, און געמאכט דעם וועג אין דריי און א האלב שטונדן. דער לאקאלער פּאליציי שעף איז געווען שאקירט ווי שנעל די וויליאמסבורגער עסקנים זענען אנגעקומען.

די פּאליציי האט גראד געוואלט איבערצייגן ר' אברהם יצחק אז ס'איז א שאד עפּעס צו טאן, ווייל זייערע רעקארדס ווייזן אז יעדע מאל וואס א קינד איז פארשוואונדן געווארן אין דעם וואלד, איז עס שוין נישט געפונען געווארן ביים לעבן, און דעריבער דארף מען ענדערש דורכפירן א "רעקאווערי" מיסיע מיט א באגרעניצטע צאל טרענירטע פּארק רעינדזשערס מיט הינט, צו טרעפן דעם קערפּער פונעם קינד.

ר' אברהם יצחק איז אבער אינגאנצן נישט נתפּעל געווארן פון די יאוש ווערטער פון דעם פּאליס שעף, און ער האט זיך אנגערופן, "דאס איז נאך ווייט פון א רעקאווערי מיסיע. איר וועט זען אז מיר וועלן ארויסברענגען אהער צען טויזנט וואלונטירן וועלכע וועלן זוכן דאס מיידל ביז ווילאנג זיי וועלן איר טרעפן ביים לעבן, אי"ה."

און אזוי איז טאקע געווען, טויזנטער אידן האבן זיך אראפּגעלאזט קיין קאנעטיקוט. מען האט נאך אזא אחדות קיינמאל נישט געזען בעפאר אדער דערנאך אין דער היסטאריע. דאס גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום האט זיך געזארגט פאר'ן לעבן פונעם פארלוירענעם קינד. איבעראל האבן מענטשן געזאגט תהילים אז מען זאל טרעפן שרה'לע פעלדמאן געזונט און שטארק.

וואלונטירן זענען געקומען פון צען סטעיטס, אריינגערעכנט ניו יארק, ניו דזשוירזי, דעלוועיר, ראוד איילענד, וואשינגטאן די סי און ווירזשיניע. דער רעליגיעזער סענאטאר דזשאסעף ליבערמאן פון קאנעטיקוט האט געזאגט פאר ר' אברהם יצחק אז א נעיווי שיף האט פּונקט דאן געאנקערט ביי א דערנעבנדן בארטן. ר' אברהם יצחק האט געבעטן ביים סענאטאר אז ער זאל ארלעדיגן אז די שיף זאל פארבלייבן אינעם ראיאן, כדי אז די 150 נעיווי לייט, וועלכע זענען געווען טרענירט אין דורכפירן זוך-אקציעס זאלן זיך קענען אנשליסן אין דער רעטונגס-מיסיע.

ווען עס איז געווארן נאנט צו שבת און ס'האט זיך נאכנישט אנגעזען קיין שפּור פון שרה'לע, איז דער פּחד און אנגסט פונעם חרדי'שן אידנטום געשטיגן צום גרעסטן גראד. אין ניו יארק האבן צענדליגער נדבנים געעפנט זייערע טאשן און מנדב געווען ריזיגע געלטער פאר דער אקציע. מען האט אנגעלאדנט טראקס מיט חלות, וויין און שבת'דיגע מאכלים, און אנדערע טראקס מיט אלע סארט שוץ-קליידער און זוך-אפּאראטן. פילע הונדערטער אידן האבן זיך געגרייט צו פּראווען א שבת ווייט אוועק פון זייערע באקוועמע הייזער, אין מאוביל הייזער און לאקאלע האטעלן.

דאנערשטאג נאכט האט ר' אברהם יצחק זיך צוריקגעקערט קיין ניו יארק כדי זיך אפּצוגעבן מיט דער מאמע פון שרה'לע פעלדמאן אין ניו יארק, און ארלעדיגן פארשידענע פארמאליטעטן מיט ארטיגע באאמטע.

פרייטאג צופרי האט ער זיך געדארפט צוריק ארויסלאזן מיט א סטעיט פּאליס העליקאפּטער קיין קאנעטיקוט, אבער 15 מינוט איידער דער העליקאפּטער האט זיך אויפגעהויבן אין דער לופטן האט ר' אברהם יצחק באקומען א טעלעפאן רוף מיט אן אנזאג, "גיי נישט אין ערגעץ. ס'גייט אט זיין נייעס."

ר' אברהם יצחק איז ארומגענומען געווארן מיט גרויס שפּאנונג, און זיין הארץ האט אנגעפאנגען צו פּאמפּען גאר שטארק. ער איז געבליבן ווארטן אויפ'ן טעלעפאן. צעביסלעך האט אנגעפאנגען צו קומען מער און מער נייעס. "עפּעס גייט פאר," האט עמיצער אים פארציילט פון קאנעטיקוט. "די פּאליציי האט אויפגעזוכט דעם טאטן, און אים אריינגענומען אין א פּאליס קאר."

עס איז אריבער א האלבע מינוט און ר' אברהם יצחק האט באקומען א טעלעפאן רוף פון א פּאליציי שעף פון וואורסטער, מאסאטשוסעטס, און ער האט אים איבערגעגעבן די פרייליכע נייעס, "איטס סורי, שי איז עלייוו. טעינק גאד, עווריטינג איז אקעי." ("ס'איז סורי, זי לעבט. דאנק ג-ט, אלעס איז אקעי.")

עס איז נישט צום באשרייבן וואספארא שמחה ס'האט זיך אפּגעטאן ווי נאר די נייעס איז ארויסגעגאנגען. די בשורה האט זיך פארשפּרייט פון מויל צו אויער, און איז באריכטעט געווארן דורך אלע נייעס סטאנציעס איבער'ן גאנצן לאנד. אויפ'ן ארט אין קאנעטיקוט האבן הונדערטער אידן זיך ארויסגעלאזט אין א ספּאנטאנעם טאנץ פון "חסדי השם". איבעראל וואו עס זענען געווען א גרופּע אידן האט מען געמאכט א לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די היסטארישע רעטונגס אקציע האט ארויסגערופן אן אויסערגעווענליכער קידוש השם. די צייטונגען האבן זיך נישט געקענט גענוג אפּוואונדערן ווי געטריי אידן זענען איינער צום אנדערן. עס איז אנגעוויזן געווארן אז אנדערע קינדער וועלכע זענען פארלוירן געווארן זענען נישט געווען אזוי מזל'דיג. עטליכע צייטונגען האבן אפילו געדרוקט א בילד פון שרה'לע פעלדמאן אינאיינעם מיט'ן בילד פון א פּארטאריקאנער מיידל אינעם זעלבן יארגאנג וואס איז פארלוירן געווארן, און ס'איז ארויסגעברענגט געווארן דער קאנטראסט צווישן די צוויי קינדער.

ווען די לאקאלע דאבעליו סי-בי-עס נייעס סטאנציע האט אנגערופן ר' אברהם יצחק, צו הערן פּרטים איבער דער וואונדערליכער רעטונג, האט ער דערקלערט, "מיט'ן אויבערשטנס הילף האבן מיר איר געטראפן. עס איז אן אומגלויבליכער נס. אין דער זעלבער צייט וויל איך אויסדרוקן מיין האפענונג אז מען וועט אויך טרעפן דאס אנדערע פארלוירענע קינד."

ווי ר' אברהם יצחק זאגט האט ער עטליכע מינוט דערויף באקומען א טעלעפאן רוף פונעם פּרעזידענט פון סי-בי-עס, א פרייער איד, וועלכער האט אים געזאגט אז ער איז געפארן אויף דער עף-די-אר ווען ער האט געהערט ר' אברהם יצחק'ס סטעיטמענטס, "און איך מוז דיר זאגן אז דו האסט מיך געמאכט שטאלץ צו זיין א איד..."

"ס'איז נאכנישט געווען אזא ליכטיגער שבת, אין דער היסטאריע פונעם ברוקלינער אידנטום," פארציילט ר' אברהם יצחק. "דאס מיידל איז געקומען צו פארן פון קאנעטיקוט מיט אן אמבולאנס, ווערנדיג געפירט צום מאימאנידיס שפּיטאל. די גאנצע הייוועי איז געווען אפגעשפארט און ביי דער קענט עוועניו אריינגאנג קיין וויליאמסבורג האבן הונדערטער מענטשן אפּגעווארט דעם אמבולאנס, מיט פרייליכע געזאנגען. עס איז געווען א שבת שבתון, עפּעס אויסערגעווענליך."

 

קעמפנדיג פאר וויליאמסבורג

ר' אברהם יצחק האט זיך אלעמאל אויסגעצייכנט מיט זיין אייגנארטיגן וועג פון עסקנות. ווען די וויליאמסבורג בריק איז פארשלאסן געווארן צוליב קאנסטרוקציע פאר א יאר, אין די צייטן פון מעיאר קאטש, האט עס געשעדיגט ביזנעס אין ארטשערד סטריט און בראודוועי. ר' אברהם יצחק האט גע'שתדל'ט ביי דער שטאט איינצושטעלן א "פערי סערוויס" וואס איז געלאפן פון "סערטיפייד לאמבער" אין וויליאמסבורג קיין מאנהעטען, פאר דער פּרייז פון 25 צענט. "יעדן פרייטאג האט אויסגעקוקט ווי חול המועד, ווען הונדערטער קינדער האבן גענומען א 'רייד' פון און צו מאנהעטען פאר 50 צענט..."

אן אנדערע אויפטו פון ר' אברהם יצחק, אויך אין קאטש'ס צייטן איז געווען ווען עס איז אים געלונגען צו צווינגען די שטאט צו ברענגען אן ענדע צו א שרעקליכן טראפיק קריזיס וואס האט געפּלאגט וויליאמסבורג. די בי-קיו-אי איז דאן פארשלאסן געווארן פאר קאנסטרוקציע ארבעט אבער צוליב א ביוראקראטישן קאנפליקט האט די סטעיט זיך אנטזאגט צו באצאלן די צווייטע טייל פון דער סומע, וואס די ארבעט האט אפּגעקאסט, און די קאנסטרוקציע פירמע האט איבערגעלאזט די ארבעט אינמיטן און אהיימגעגאנגען. די הייוועי איז געבליבן שטיין פארמאכט פאר מאנאטן, און דערווייל האבן צענדליגער שווערע טראקס און טרעילערס דורכגערייזט טאג-טעגליך די גאסן פון וויליאמסבורג, שאפנדיג א גרויסע סכנה פאר די איינוואוינער. חוץ דעם שווערן טראפיק האבן די שווערע טראקס געפירט דערצו אז פונדאמענטן פון געביידעס האבן זיך געשפּאלטן, און אין דעם איז געווען אריינגערעכנט די מקוה, וועלכע האט נישט געקענט געניצט ווערן, און אזוי אויך פילע בתי מדרשים.

די עסקנים אין וויליאמסבורג האבן אפּגעהאלטן א רייע מיטינגס מיט די שטאט טאטעס, פּרובירנדיג צו לייזן דעם קריזיס. אבער ווען ס'איז נישט געקומען צו קיין ענדע איז ר' אברהם יצחק אויפגעקומען מיט א פּלאן וויאזוי צו מאכן די שטאט קאאפּערירן.

עס איז געווען עטליכע וואכן פאר דעם "מאראטאן" געלויף, און ר' אברהם יצחק האט געלאזט וויסן אז סיידן מען טוט עפּעס איבער דעם קריזיס, וועלן וויליאמסבורגער אידן נישט ערלויבן פאר דעם מאראטאן גאלאפּ, פארצוקומען דורך די גאסן פון וויליאמסבורג. די צייטונגען האבן

ברייט באריכטעט ר' אברהם יצחק'ס דראאונגען, און א פּאניק האט ארומגענומען די קאטש אדמיניסטראציע וועלכע האט זיך ביז א קורצער צייט געבראכן און אויסגעארבעט אן אפּמאך, אונטער וועלכן איין ליניע איז געעפנט געווארן אויף דער הייוועי נאר פאר טראקס און דער טראק פארקער אין וויליאמסבורג איז געקומען צו אן ענדע.

עס איז מערקווירדיג אז קאטש וועלכער האט נישט געלעבט אין די בעסטע באציאונגען מיט וויליאמסבורג האט דאן אין א סטעיטמענט צו דער מידיא געדראעט אז אויב די וויליאמסבורגער אידן וועלן שטערן דעם מאראטאן וועט ער זיי "באזייטיגן מיט א בולדאזער."

עטליכע וויליאמסבורגער אקטיוויסטן זענען געגאנגען און אויפגעזוכט דעם גרעסטן בולדאזער וואס זיי האבן געקענט טרעפן, און עס אראפּגעשטעלט אויף בעדפארד עוועניו אין פראנט פון ויואל משה, בשעת דעם מאראטאן. ווען קאטש איז שפּעטער דורכגעגאנגען וויליאמסבורג דורכאויס דעם מאראטאן, און געזען דעם בולדאזער האט ער זיך אפּגעשטעלט און זיך אנגערופן פאר ר' אברהם יצחק, "אייזעק, יו עמבערעסד מי עגעין" (האסט מיך נאכאמאל פארשעמט.)

(קאטש'ס שנאה צו וויליאמסבורג האט זיך נישט אנגעפאנגען און געענדיגט מיט דער געשיכטע. עס איז באקאנט אז ווען אימער ער פלעגט ארומפארן אויף רייזעס איבער דער וועלט האט ער מיטגענומען א בילד פון וויליאמסבורגער חסידים און געוויזן פאר אויסלענדישע פירער, זיי צו ווייזן אז דאס זענען זיינע "טראבל מעיקערס".)

 

אלס קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל

איצט לויפט ר' אברהם יצחק אין גאר א היסטארישן פארמעסט, אלס דער ערשטער חסיד'ישער קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל אין דער געשיכטע פון ניו יארק סיטי. דער אמטירנדער סיטי קאנסילמאן דעיוויד יאסקי קען נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג צוליב "טוירם לימיטס".

ר' אברהם יצחק האט גאר גרויסצוגיגע פּלענער פאר וויליאמסבורג. "איך וויל פון יעצט ביז די וואלן מודיע זיין דעם עולם, אז אויב ס'איז זיי גוט דער איצטיגער מצב מיט סאניטאציע, טראפיק טיקעטס און האוזינג און אלע אנדערע אנשיקענישן וועלכע פּלאגן וויליאמסבורג, דאן זאלן זיי נישט שטימען פאר מיר. אבער דער פאקט איז אז דער מצב פון דער אידישער וויליאמסבורג איז זייער נישט גוט. יעדער איינער וואס קוקט זיך אביסל אום וואס זיינע עלטערן און שכנים און קרובים און ער אליינס מאכט מיט, ווייסט אז וויליאמסבורג איז נישט אין א מצב אין וועלכן זי האט געזאלט זיין. גייט אריין אין וועלכן פארמאסי איר ווילט און איר וועט הערן אז די מעדיצין וואס פארקויפט זיך די בעסטע איז נערוון פּילן. מענטשן ווערן באשיינפּערליך קראנק פון די שווערע אומשטענדן אין וועלכן זיי וואוינען.

"במשך די יארן האבן איך גע'שתדל'ט פאר אידן און אסאך געהאלפן אבער איך האב זיך אפטמאל אנגעשטויסן אין שוועריגקייטן, וויבאלד איך בין נישט קיין פּאליטישער פארטרעטער. אלס פּאליטישער פארטרעטער פון וויליאמסבורג וועל איך קענען אויפטאן פיל מער ווי אלעמאל פריער, און איינמאל פאר אלעמאל ברענגען אן ענדע צו פילע פון די פּראבלעמען וועלכע פּלאגן דעם היימישן ציבור.

ר' אברהם יצחק באקלאגט זיך איבער וויאזוי וויליאמסבורג קוקט אויס היינט צוטאגס. "די אינפראסטרוקטור פון פילע גאסן זענען נישט געווען געפּלאנט אויף א נארמאלן וועג. אזוי אז מען בויט ריזיגע געביידעס אויף גאסן וועלכע פארמאגן נישט קיין פּארקינג ערטער. עס איז א קאטאסטראפע."

ר' אברהם יצחק האט א ברייטן בליק אויף דער צוקונפט. ער ווייזט אן אויף ליידיגע שטחים וועלכע קענען דורך די שטאט פארקויפט ווערן צו בויען דארט הייזער, און די רווחים וועלן גענוצט ווערן אפּצוקויפן אנדערע פּראפּערטיס פאר האוזינג. "איז דאס געווען דער ציל פון וויליאמסבורג אז מען זאל נישט קענען קויפן א דירה פאר אונטער 600 דאלאר?" אלס סיטי קאונסילמאן וועט ער קעמפן צו נארמאליזירן דעם מצב פון האוזינג אין וויליאמסבורג.

ווען מיר האבן געפרעגט פון ר' אברהם יצחק וואס עס זענען זיינע שאנסן צו געווינען, האט ער אנגעוויזן אז עס זענען נישט פאראן קיינע ערנסטע קאנדידאטן פאר דעם זיץ. "עס זענען פאראן דריי קאנדידאטן. איינער פון זיי האט געהאט געארבעט פאר אסעמבלימאן וויטא לאפעז. ער איז 28 יאר אלט. א צווייטער ארבעט יעצט פאר אים און איז 25 יאר. א דריטע קאנדידאט, א פרוי איז נישט מער פון 22 יאר אלט. די אלע האבן נישט קיין שום פּאליטישע ערפארונג מיט'ן אויסנאם אז זיי האבן געארבעט פאר פּאליטישע באאמטע, אבער נישט יעדער וואס האט געארבעט פאר אן ערוויילטן באאמטער איז פּאסיג צו דינען אלס קאונסילמאן. עס איז צייט אז וויליאמסבורגער אידן זאלן זיך אויפוועקן, און נישט ווידעראמאל אריינברענגען א פרעמדן מענטש וואס זאל סתם נאַרן דעם עולם און זיך בלויז קומען חנפ'ענען איינמאל א יאר כ"א כסלו."

"אבער," פירט ר' אברהם יצחק אויס, "איך וועל פארשטייט זיך נאר קענען געווינען אויב דער גאנצער ציבור וועט ארויסקומען שטימען כאיש אחד בלב אחד אין א שטארקן 'בלאק וואוט.' דאס וועט מיך געבן א כח הרבים צו קענען שתדל'ען און אויפטאן פאר וויליאמסבורג, און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועלן מיר אויפטאן גאר אסאך."





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:25 לינק ישיר 

קרעדיט פאר'ן העלפן פאר דעם מעיאר קאנדידאט מארק גרין צו באזיגן זיין דעמאקראטישן קעגענער פרעדי פערער.

איין פּאליטישער פירער האט אמאל געזאגט פאר ר' אברהם יצחק, אז ער דארף אנטאן א נעקטיי, ווען ער קומט רעדן צו פּאליטיקאנטן, כדי אויסצוקוקן ווי א מענטש. דער וויליאמסבורגער עסקן האט דערויף געענטפערט, "אויב א נעקטיי וועט אויפטאן פאר מיינע שתדלנות'ן דאן קום איך מיט צוויי. מיין טאטע האט מיך אויסגעלערנט אז מען דארף גיין מיט א מויל און מיט א כוונה. אויב וועל איך איינזען אז איך קען גארנישט אויפטאן סיידן אויב איך טו אן א נעקטיי, דאן וועל איך דעמאלט טראכטן וואס צו טאן."

 

דער אנהויב פון זיין שתדלנות קאריערע

ר' אברהם יצחק'ס קאריערע אין עסקנות האט זיך אנגעפאנגען מיט כמעט 40 יאר צוריק, דורכאויס די צייטן פון דעם רעפּובליקאנער מעיאר דזשאן לינדזי, ווען די סאטמארער ישיבה האט אים אויפגענומען אנצופירן מיט די דעמאלטיגע "אנטי-פּאווערטי" פּראגראמען (אונטער וועלכע די שטאט האט געטיילט געלט פאר ארעמע און נויטבאדערפטיגע) אין וויליאמסבורג. דאן האט ער באקומען זיין ערשטע ערפארונג וויאזוי צו האנדלען מיט שטאטישע באאמטע. דאס האט אים געהאלפן יארן שפּעטער, ווען ער האט אנגעפאנגען צו קעמפן פאר די אינטערעסן פון וויליאמסבורגער איינוואוינער.

אבער פון אנהייב איז זיין עסקנות נישט באשטאנען פון האנדלען מיט פּאליטישע באאמטע, נאר דעליווערן שבת פּעקלעך... אלס יונגערמאן איז ר' אברהם יצחק געווען א וואלונטיר פאר "תומכי שבת", און ער האט ארומגעטראגן שבת פּעקלעך פאר הרה"ח ר' אברהם מרדכי פּאלאטשעק ז"ל. יעדן מוצ"ש איז ער ארומגעפארן אין אלע שפּיטעלער צו מאכן הבדלה פאר קראנקע מענטשן.

דאס האט אנגעהאלטן פאר א גוטע צען-צוועלף יאר ביז ווילאנג ר' אברהם יצחק איז געווען איינער פון די ערשטע גרינדערס פון "חברה הצלה". היינט צוטאגס איז כמעט נישט פאראן א אידישע געגנט איבער דער וועלט וואו ס'איז נישט פאראן א "הצלה" ארגאניזאציע. אבער ווייניג מענטשן געדענקען אז וויליאמסבורג איז געווען די ערשטע אידישע געגנט צו גרינדן אזא ארגאניזאציע.

עטליכע יאר שפּעטער איז ר' אברהם יצחק געווען פון די גרינדערס פון דער "חברה שומרים", וואס וויליאמסבורג איז געווען די ערשטע אידישע געגנט אין ברוקלין צו גרינדן אזא ארגאניזאציע. אין די ערשטע יארן האבן די "שומרים" קאמוניקירט איינער מיט'ן אנדערן דורך פּרימיטיווע "סי בי" ראדיאס וועלכע זענען געווען ענליך צו היינטיגע קינדערשע "וואקי טאקיס", און נישט געהאט צופיל קראפט.

ר' יצחק אייזיק געדענקט נאך גוט דעם "בלעקאוט" פון 977', וואס איז אפּגעצייכנט געווארן אין ניו יארק סיטי מיט געוואלדטאטן און פארברעכנס. געשעפטן און הייזער זענען אויסגעפּלינדערט און אונטערגעצינדן געווארן. א פּחד נורא האט געהערשט אין דער אידישער געגנט, נאכדעם וואס עס האט זיך פארשפּרייט א קלאנג אז די אנארכיסטן וועלכע בושעווען אין אנדערע געגנטער, פּלאנען צו אינוואדירן וויליאמסבורג. שומרים האט זיך ארגאניזירט אין די מאסן איבער די גאסן פון דער אידישער וויליאמסבורג, און פּאטראלירט די געגנט א גאנצע נאכט אן אויפהער. עטליכע מאל האבן די ראיאטירער פּרובירט צו שטורמען וויליאמסבורג, אבער זיי האבן זיך צוריקגעצויגן זעענדיג ווי ארגאניזירט די שומרים וואלונטירן זענען.

אן אנדערער אינטערעסאנטער קאפּיטל אין דער געשיכטע פון שומרים איז דער אויל קריזיס פון 973', ווען עס האט געהערשט אזא מאנגל אין גאזאלין, אז מענטשן האבן אנגעפאנגען צו גנב'ענען גאזאלין פון קארס, און זעלבסטפארשטענדליך אז וויליאמסבורג איז תיכף געווארן פון די הויפּט צילן פון די דאזיגע גנבים. "עס האט זיך אנגעפאנגען מיט גאזאלין, אבער די גנבים זענען שנעל קלוג געווארן און האבן אנגעפאנגען צו גנב'ענען אויך אנדערע טיילן פון די קארס, אריינגערעכנט באטעריעס."

"מיר האבן געהאט גאר א נאנטער צוזאמענארבעט מיט דער פּאליציי," פארציילט ר' אברהם יצחק, "און אזוי ארום האבן מיר באוויזן אויפצוטאן גאר אסאך. די פּאליציי האט גענומען אונזערע עצות גאר ערנסט, וויבאלד אין רוב פעלער האבן מיר זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט. מיר האבן צ.ב.ש. אויפגעקלערט פאר דער פּאליציי ווען ס'קומט פאר א פארברעכן צו קוקן אויף דער תוצאה. אויב האט זיך מיטאמאל אנגעזען אן אויפשטייג פון פארברעכנס, האט עמיצער געמוזט ארויסקומען פון טורמע איצט, און מיר האבן דעריבער רעקאמענדירט פאר דער פּאליציי נאכצוקוקן ווער ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען פון טורמע אין דער געגנט, און אין רוב פעלער האט עס געהאלפן פירן צו אן ארעסט. אויב איז פארגעקומען א גרויסע גניבה פון זילבערווארג אדער צירונג, האבן מיר איבערצייגט די פּאליציי זיך צו פארלייגן צו כאפּן ווער ס'פּרובירט צו פארקויפן א גרויסע קוואנטיטעט פון זילבערווארג אדער צירונג, און אזוי האט מען געכאפּט דעם פארברעכער."

"עס איז געווען א שטיק צייט," פארציילט ר' אברהם יצחק ווייטער, "וואס די פארברעכערס זענען געווארן אזוי פרעך, אז זיי האבן זיך געוואגט אראפּצוכאפּן צירונג פון פרויען אינמיטן העלן טאג. די פּאליציי איז געווען הילפלאז און פרויען האבן מורא געהאט ארויסצוגיין אין גאס. מיר האבן דאן איבערצייגט די פּאליציי ארויסצושיקן א 'דיקאי', דאס מיינט אז א פּאליציאנטקע האט זיך פארשטעלט ווי א חסידי'שע פרוי און שפּאצירט נעבן די 'לייברערי' ארויף און אראפּ, און געווארט אויף די פארברעכער, און ווען זיי זענען ארויסגעקומען פון זייערע לעכער און פּרובירט דורכצופירן זייערע פארברעכנס זענען זיי באלד ארעסטירט געווארן."

"היינט צוטאג איז נישט פאראן די זעלביגע גוטע באציאונגען מיט דער פּאליציי ווי מיר האבן דאן געהאט," פירט ר' יצחק אייזיק אויס. "די פּאליציי איגנארירט כמעט אונזער געגנט. עס גייען אריבער גאנצע נעכט וואס מען זעט נישט קיין פּאליסמאן פאר די אויגן, און אויב שיקט שוין די פּאליציי אמאל ארויס א פּאליסמאן צו שטיין אויף דער וואך אין איין געגנט, וועלן די גנבים גיין צו אן אנדערער געגנט. מענטשן זענען אנטוישט אין דער סיסטעם און זיי באריכטן נישט קיינע פארברעכנס און דעריבער ווערט אין ערגעץ נישט פארצייכנט אז וויליאמסבורג פארמאגט א הויכע פארברעכן ראטע. די פּאליציי שיקט ארויס פּאליסלייט צו די בתי מדרשים יעדן שבת. זעלבסטפארשטענדליך אז ס'קען גארנישט שוין געשען ביי א בית המדרש, און זיי טוען עס נאר פאר'ן בילד צו פארנארן דעם ציבור אז מען זאל זיך איינרעדן אז מען איז זיכער. עס האלט שוין ביי דעם אז מען קען היינט וויסן וואו ס'איז פאראן א גרויסער בית המדרש דורך קוקן וואו עס געפינען זיך פּאליסלייט."

כמעט יעדע רעוואלוציע אין דער געשיכטע פון הצלה איז געווען צום פארדאנקען פאר ר' אברהם יצחק אבראהאם, אין דעם איז אריינגערעכנט דאס אריבערגיין פון די פּרימיטיווע סי-בי ראדיאס צו דער "טו וועי ראדיא סיסטעם". ר' אברהם יצחק האט געשאפן די ערשטע אקסידזשען קעיס פאר הצלה און האט געקויפט דעם ערשטן אמבולאנס פאר דער אפּסטעיט הצלה. ער האט אראנזשירט די ערשטע פּארטי פאר דער הצלה אין זאל פון קאנטינענטעל. ר' אברהם יצחק איז אויך געווען דער עסקן וואס האט אויסגע'פּועל'ט אז אלע אמבולאנסן אין ניו יארק זאלן אויסגעשטאטעט ווערן מיט די זעלבע אראנדזשע "אי-זי פּעס" אפּאראטן, וועלכע די פּאליציי קארס פארמאגן שוין פונלאנג, כדי אז די הצלה אמבולאנסן זאלן נישט דארפן באצאלן קיין "טאל" ביים אריבערפארן בריקן און שאסייען, בשעת'ן זיך יאגן אין שפּיטאל אריין מיט א פּאציענט.

 

די קראון הייטס ראיאטן

איינע פון די דראמאטישסטע קאפּיטלען פון ר' אברהם יצחק'ס ביאגראפיע איז די קראון הייטס ראיאטן אין 991', וועלכע האבן אים פארוואנדלט אין א באקאנטן פיגור איבער'ן גאנצן לאנד, א דאנק די יארן וועלכע ער האט פארברענגט מיט'ן קעמפן פאר יוסטיץ, פון די קרבנות פון דעם אנטיסעמיטישן פּאגראם.

ווייניג מענטשן ווייסן דאס, אבער ר' אברהם יצחק האט פאקטיש געשפּילט א ראלע פון דער ערשטער מינוט אנגעפאנגען.

די געשיכטע האט זיך אפּגעשפּילט אום אויגוסט 19, 991', ארום 8:20 ביינאכט, ווען איינס פון די קארס וואס איז געווען טייל פון א מאטארקאדע וואס האט געטראגן דעם ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל, איז אריבערגעפארן א רויטן טראפיק לעמפּל, און געהאט א צוזאמענשטויס מיט אן אנדערן קאר, און אומגעברענגט א זיבן יעריגער שווארצער יונגל מיט'ן נאמען געווין קעטא.

די ראיאטן האבן אויסגעבראכן תיכף אויפ'ן ארט. דער ליובאוויטשער יונגערמאן וואס האט געדרייווט דעם קאר איז ברוטאל צעשלאגן געווארן, איידער די פּאליציי איז אנגעקומען און אים ארויסגעראטעוועט פון די הענט פון שווארצע בריונים. ביז א קורצער צייט האבן זיך עטליכע הונדערט שווארצע יונגען פארזאמלט אויפ'ן ארט און אנגעפאנגען צו שרייען ווילדע אנטיסעמיטישע לאזונגען. די פּאליציי האט באפוילן פאר וואלונטירן פון א הצלה אמבולאנס אז זיי זאלן אוועקפירן דעם יונגערמאן פונעם ארט, איידער די פארזאמלטע מאסן ארלעדיגן אים. דאס האט אבער נאר באוויזן נאכמער אויפצורעגן די אנגערייצטע מאסן, וועלכע האבן אנגעפאנגען צו ווארפן שטיינער און פלעשער אויף די פּאליסלייט.

דער מצב איז ביסלעכווייז געווארן מער און מער אנגעצויגן, און אום עלף אזייגער ביינאכט האט עמיצער אויסגעשריגן, "לאמיר גיין צו קינגסטאן עוועניו און כאפּן א איד!" עטליכע שווארצע יוגנטליכע האבן זיך צוזאמגענומען און אנגעפאנגען צו מארשירן אין ריכטונג פון דער אידישער גאס, וואו זיי זענען באפאלן אידן, וואנדאליזירט קארס און אריינגעשאסן שטיינער און פלעשער אין די אפענע פענסטער.

ארום דריי שטונדן נאכדעם וואס די ראיאטן האבן אויסגעבראכן, האט א גרופּע פון ארום 20 יונגע שווארצע פּארשוינען ארומגענומען יאנקל ראזנבוים, א 29-יעריגער בחור פון אויסטראליע, וועלכער האט געלערנט אין דער ישיבה אין קראון הייטס, און זיי האבן אים צעשלאגן גאר ברוטאל און אים געשטאכן מיט א מעסער. יאנקל איז אומגעקומען פון זיינע וואונדן אבער נישט איידער ער האט אידענטיפיצירט פאר דער פּאליציי דעם מערדער, א 16 יעריגער שגץ מיט'ן נאמען לעמריק נעלסאן.

דאס האט אבער נאך אלץ נישט באפרידיגט די צעיושעטע מאסן, וועלכע זענען נאר געווארן מער און מער אויפגערייצט מיט יעדן מאמענט, און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א פולשטענדיגן פּאגראם איבער דער אידישער געמיינדע, זיי האבן געפּלינדערט, גערויבט און אטאקירט אידן. די פּאגראמטשיקער האבן דערקענט די אידישע הייזער דורך די מזוזות אויף די טירן. די ווילדע מאסן האבן געשריגן געפערליכע אנטיסעמיטישע לאזונגען קעגן די אידן. אזעלכע ווערטער ווי "הרג'עט די אידן" און "היטלער האט נישט אויסגעפירט דעם דזשאב" האבן זיך געהערט די גאנצע צייט איבער די גאסן פון קראון הייטס. די אידישע איינוואוינער אין קראון הייטס האבן זיך פארשלאסן אין זייערע הייזער אין פּחד און אין שרעק פאר זייערע לעבנס.

אלארמירנדע הילפס רופן פון דערשראקענע איינוואוינער צו דער פּאליציי זענען גענצליך איגנארירט געווארן. ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט האט די אדמיניסטראציע פון מעיאר דעיוויד דינקינס אדאפּטירט איינע פון די שענדליכסטע פּאליסיס אין דער געשיכטע פון דער שטאט ניו יארק, און באשלאסן גארנישט צו טאן איינצוצוימען די מאסן, מיט דער לעכערליכער האפענונג אז די שווארצע מאסן וועלן זיך בארואיגן פון זיך אליינס.

די נאכט ווען די ראיאטן האבן אויסגעבראכן, האט ר' אברהם יצחק חתונה געמאכט זיין צווייטע טאכטער. אינמיטן דער חתונה האבן אנגעפאנגען אריינצוקומען באריכטן פון אנקומענדיגע געסט איבער די איבערקערענישן אין קראון הייטס. ר' אברהם יצחק האט זיך צוגעהערט צו די אריינקומענדיגע באריכטן מיט שאק און אויפברויז, אבער ער האט גארנישט געקענט טאן.

ווען מיר האבן זיך אויסגעדרוקט פאר ר' אברהם יצחק אז היינט צוטאגס קען מען נישט באגרייפן וויאזוי ס'האט געקענט פארקומען אזא זאך, אז די ניו יארקער פּאליציי זאל שטיין גלייכגילטיג און גארנישט טאן האט ער רעאגירט, "אויך דאן, בשעת מעשה, האט קיינער דאס נישט געקענט באגרייפן."

ר' אברהם יצחק האט נאך דאן נישט געוואוסט אז ביז א קורצער צייט וועט ער ווערן א צענטראלער שפּילער אין דער קראון הייטס פּרשה. אבער שוין אינמיטן דער חתונה איז א דירעקטער שליח פון דעם מעיאר'ס אפיס אנגעקומען, און אפּעלירט צו ר' אברהם יצחק אז ער זאל קומען צוהילף פאר די באלאגערטע קראון הייטסער אידן.

ר' אברהם יצחק איז געווען פארלוירן, "וואס קען איך יעצט טאן?" האט ער געזאגט פאר דעם קראון הייטסער שליח. "איך מאך יעצט א חתונה א קינד."

אבער די פארלאנגען האבן נישט אויפגעהערט צו קומען און זיי זענען געווארן מער ערנסטער און דרינגענדער מיט יעדער מינוט וואס ס'איז אריבער. באריכטן זענען געקומען אז ס'איז געוואלדיגע צרות. די קראון הייטסער פירער האבן געוואוסט איבער ר' אברהם יצחק'ס פארבינדונגען מיט דער דינקינס אדמיניסטראציע, און זיי האבן דעריבער געוואלט אז ער זאל שתדל'ען ביי דער שטאטישער רעגירונג צו ברענגען אן ענדע צו די ראיאטן.

עווענטועל האט מען געלאזט וויסן פאר ר' אברהם יצחק אז א פּאליציי קאר קומט אים אפּנעמען און וועט אים פירן דירעקט קיין קראון הייטס, און דערנאך צוריקברענגען צו דער חתונה.

ר' אברהם יצחק האט איינגעשטעלט זיין לעבן און אין סאמען ברען פון די ראיאטן אנגעקומען קיין קראון הייטס, אנגעטאן אין שטריימל-בעקיטשע. ער האט תיכף געזען וואס דארט טוט זיך אפּ און ער האט אנגעפאנגען צו פארפירן פארוואס די פּאליציי טוט גארנישט. אין דעם "דזשיארדזשענטי באריכט" וואס איז שפּעטער ארויסגעגעבן געווארן דורך דער ספּעציעלער קאמיסיע וואס האט אויסגעפארשט די ראיאטן און די רעאקציע פון די רעגירונגס אינסטאנצן, ווערט ארויסגעברענגט אז ר' אברהם יצחק איז געווען דער ערשטער וואס האט געקעמפט אז די פּאליציי זאל טאן צו דער זאך און ברענגען אן ענדע צו דעם הפקירות. עס שטייט דארט אויך באריכטעט איבער אלע טעלעפאן רופן וואס ר' אברהם יצחק האט געמאכט צו די באטרעפנדע אינסטאנצן.

ר' אברהם יצחק איז דורך דער פּאליציי צוריקגעברענגט געווארן צו דער חתונה נאך א קורצער צייט, אבער די אומשטענדן אין קראון הייטס האבן אים נישט געגעבן קיין מנוחה, און פאר דער רעשט פון דער חתונה איז ער שוין געבליבן אויף זיין סעליולער טעלעפאן, און אנגערופן יעדע לאקאלע, סטעיט און פעדעראלע אגענטור, אפּעלירנדיג פאר הילף פאר די קראון הייטסער אידן.

(ר' אברהם יצחק איז געווען פון די דריי ערשטע מענטשן צו האבן א סעלפאן אין ניו יארק סיטי. די אנדערע צוויי זענען געווען מעיאר קאטש און דער דאבעליו סי-בי-עס רעפּארטער ריטש לעם. ר' אברהם יצחק האט באקומען אזא סעלפאן, כדי עס אויסצופּרובירן, צו זען אויב מען קען עס אנפאנגען צו ניצן פאר דער חברה הצלה.)

דעמאלט זענען נאכנישט געווען אזעלכע קליינטשיקע סעלפאנס ווי ביז היינט, און ר' אברהם יצחק'ס סעלפאן איז געווען "אזוי גרויס ווי א קאר באטעריע, און האט געוואויגן א טאן." (ווי ער זאגט אבער האט די מאנאטליכע סערוויס געקאסט פיל ביליגער ווי די היינטיגע סעלפאנס, כאטש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:24 לינק ישיר 

ווען מיר זענען אנגעקומען צו ר' אברהם יצחק אהיים, האט ער צוערשט נישט געהאט קיין חשק צו רעדן צו אונז. "וואס ווילט איר? מאכן א הספּד אויף מיר?..." האט ער אונז געפרעגט. מיר האבן אים אבער ערקלערט אז אלס פּאליטישער קאנדידאט איז ער אנגעוויזן אויף דער שטיצע פון וויליאמסבורגער איינוואוינער, און דעריבער מוז ער זיך געבן עטוואס צו דערקענען פאר'ן היימישן ציבור. און ס'קען נישט זיין א בעסערע אויסגאבע דערפאר ווי "דער שטערן", א נייטעראלע פּובליקאציע וואס ווערט געליינט דורך טויזנטער ליינערס בליעה"ר.

אין דער ניו יארקער פּרעסע ווערט ר' אברהם יצחק אפטמאל באצייכנט אלס אן "אקטיוויסט". ר' אברהם יצחק גלייכט נישט זייער דעם אויסדרוק, ווייל ער באטראכט זיך נישט ווי א פּאליטישער אקטיוויסט וועלכער קעמפט פאר א פּאליטישער אידעאלאגיע, צוליב פּארטיי אינטערעסן. ער איז טאקע שטארק "אקטיוו" אבער נאר צו העלפן תושבי וויליאמסבורג אין יעדער הינזיכט וואס איז נאר שייך. צו ר' אברהם יצחק ווענדן זיך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, ווען ס'איז שוין כלו כל הקיצין און ס'איז מער נישטא קיין האפענונג. ווען אנדערע עסקנים האבן שוין אויפגעגעבן האפענונג און איינגעזען אז ס'איז מער נישטא וואס צו מאכן, פאנגט ר' אברהם יצחק ערשט אָן מיט זיין עסקנות.

באזונדער האט זיך ר' אברהם יצחק באוואוסט געמאכט מיט'ן קעמפן פאר די איינוואוינער פון די פּראדזשעקט געביידעס, אפילו ווען די שאנסן אויפצוטאן זענען נישט אזעלכע גוטע. אין פילע פעלער האבן אנדערע עסקנים אים אנטמוטיגט פון פּרובירן צו קעמפן קעגן די האוזינג אויטאריטעטן, זאגנדיג פאר אים אז ער וועט סייווי גארנישט אויפטאן, אבער מיט עקשנות און איבערגעגעבנקייט צו העלפן באקריוודעטע מענטשן, איז געלונגען פאר ר' אברהם יצחק שוין אָן א צאל מאל צו פארמיידן רענט העכערונגען. ווען ס'האט זיך גערודערט מיט די "בעדפארד גארדנס" געביידעס, וואו די "קראוס מענעדזשמענט" האט געוואלט העכערן די רענט, און אנדערע עסקנים האבן זיך שוין געהאלטן ביים ברעכן, איז ר' אברהם יצחק אריינגעקומען אין דער לעצטער מינוט און געקעמפט ווי א לייב, ביז ער האט אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט, אויפווייזנדיג אז "קראוס" טאר נישט העכערן דאס געלט לעגאל און איז נישט געצווינגען דאס צו טאן צוליב פינאנציעלע סיבות. ר' אברהם יצחק פירט שוין א לאנגיעריגע מערכה קעגן דער "קראוס מענעדזשמענט" און א דאנק זיין שתדלנות האט מען נישט געקענט העכערן די רענט אין די "בעדפארד גארדנס" פאר 15 יאר, שפּארנדיג מיליאנען דאלארן אין אידישע געלטער.

אין די קעלעמענטע וואלקנקראצערס האט ר' אברהם יצחק ארגאניזירט א סוקסעספולן רענט סטרייק. עס האט זיך אנגעזאמלט א מיליאן דאלאר אין געלטער וואס די איינוואוינער האבן זיך צוריקגעהאלטן פון צאלן, ביז ווילאנג די מענעדזשמענט קאמפּאני וואס האט פארפיגט איבער די געביידעס און דורכגעפירט גאר א פארנאכלעסיגטע און געפארפולע ארבעט, איז באזייטיגט געווארן, און ס'איז געווארן זיכער צו וואוינען אין דער קאמפּלעקס.

ר' אברהם יצחק האט אויך אריינגעלייגט פיל כוחות אויסצורייניגן די פּראדזשעקט געביידעס פון שעדליכע עלעמענטן און קרימינאלן, וועלכע האבן זיך אפּגעגעבן מיט'ן פארקויפן דראגס און דורכגעפירט אנדערע פארברעכנס. ר' אברהם יצחק האט געהאלפן יעדן צוגלייך, ארעם און רייך, יונג און אלט, נישט קוקנדיג צי דער באטרעפנדער מענטש דאוונט מיט אים אין איין שול אדער באלאנגט צו אן אנדערן קרייז. ווען אימער עמיצער האט זיך געוואנדן צו אים פאר הילף איז ער גרייט געווען צו העלפן.

הונדערטער וויליאמסבורגער אידן קענען מעיד זיין אויף די איבערגעגעבענע ארבעט וואס ר' אברהם יצחק האט דורכגעפירט זיי צו העלפן, נישט בעטנדיג קיין פּעני פון זיי. ווען די האוזינג אויטאריטי וויל ארויסווארפן א איד פון א דירה צוליב א מינדערוויכטיגער פארלעצונג, ווייסט יעדער איינער ר' אברהם יצחק'ס אדרעס. ווען ר' אברהם יצחק נעמט איבער א קעיס וועט ער נישט רוען ביז ווילאנג ער וועט ברענגען רעזולטאטן.

 

פארוואס די שטאטישע אדמיניסטראציע רעכנט זיך נישט מיט וויליאמסבורג

אבער איבער'ן לויף פון די יארן האט ר' אברהם יצחק אנגעפאנגען איינצוזען אז וויליאמסבורג איז שטארק הינטערשטעליג פון אנדערע אידישע געמיינדעס, מיט'ן באקומען הילף פון פּאליטיקאנטן, וויבאלד וויליאמסבורג האט נישט קיין אייגענע ערוויילטע באאמטע וועלכע זאלן קעמפן פאר זיי. בשעת אלע אנדערע חרדי'שע געמיינדעס איבער דער מעטראפּאליע ניו יארק האבן שוין היינט צוטאגס זייערע אייגענע פּאליטישע פארטרעטער וועלכע קעמפן פאר זייערע אינטערעסן, איז וויליאמסבורג אלעמאל געווען דאס שטיף-קינד, וואס האט נאר באקומען צוגעווארפן די לעצטע מויצעס.

אין די לעצטע יארן איז דער מצב געווארן אזוי געפערליך, אז פילע שטאטישע באאמטע האבן באשלאסן אז וויליאמסבורג איז נישט ווערט אז מען זאל אפילו רעכענען אויף איר. אויף טריט און שריט האבן די שטאט-טאטעס אנגעפאנגען ארויסצואווייזן גלייכגילטיגקייט צו די וויליאמסבורגער איינוואוינער.

עס איז געווארן אן אפטע ערשיינונג אז וויליאמסבורגער אידן זאלן זיך ערוועקן, און ארויסגיין פון זייערע הייזער און טרעפן אז די גאסן זענען נשתנה צורה געווארן דורך דער שטאט, אינמיטן דער נאכט, פאר דער באקוועמליכקייט פון מענטשן וואס וואוינען נישטאמאל אין וויליאמסבורג. מיט עטליכע חדשים צוריק איז אין גאר א שענדליכן שריט איינגעשטעלט געווארן א "בייק לעין" אויף בעדפארד עוועניו. די אידישע איינוואוינער פון וויליאמסבורג באניצן זיך נישט מיט קיין ביציקלען, און דאס איינציגסטע וואס דער "בייק לעין" האט זיי געברענגט איז פרישע טיקעטס און קאפּוויי. דער "בייק לעין" אויף בעדפארד איז געווארן א גוטע הכנסה פאר דער שטאט. עס פעלט נאר אויס אז עמיצער זאל בטעות אריינפארן מיט עטליכע אינטשעס אין דער ספּעציעלער ליניע, וואס האט ביז נישט לאנג צוריק געדינט די וויליאמסבורגער איינוואוינער, און באלד זעט ער בליטשקעדיגע לעמפּלעך אונטער זיך, און ער באקומט א פעטן טיקעט אין צוגאב צו עטליכע "פּוינטס".

אין אן אנדערן פאל האבן די איינוואוינער ביי קענט עוועניו זיך אויפגעוועקט, און געוואויר געווארן אז די שטאט האט באשלאסן אוועקצונעמען די פּארקינג פּלעצער אויף דער גאס. אויב האט נישט געהערשט ביז יעצט א קריטישער מאנגל אין פּארקינג פּלעצער, האט די שטאט באשלאסן אז אפילו דאס וואס איז יא דא איז צופיל. ר' אברהם יצחק האט געשטעלט א שטייפן ווידערשטאנד, און צום סוף באוויזן צו ברעכן די שטאט טאטעס אז זיי זאלן אמווייניגסטנס צוריקגעבן די פּארקינג ערטער אויף איין זייט גאס.

נישט צופיל מענטשן ווייסן דאס, אבער דאס זענען פאקטיש פונקציעס וועלכע באלאנגען פאר א סיטי קאנסילמאן. די סארט פּראבלעמען וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען וויליאמסבורג וואלט ווען געהאט אן אייגענעם מיטגלידער אין דער שטאט-ראט. ווען אזעלכע אינצידענטן פּאסירן אין בארא פּארק וואלט דער אידישער בארא פּארקער קאנסילמאן זיך אריינגעלייגט אויף דער לענג און ברייט זיי צו לייזן.

וויליאמסבורג'ס מאנגל אין פּאליטישער פארטרעטערשאפט זעט זיך אן צו יעדער צייט. מיט א האלב יאר צוריק האט מען געהעכערט די רענט אין "בעדפארד גארדנס", מיט 16 פּראצענט, צו דער אויפברויז פון די איינוואוינער. אלע באמיאונגען דאס צו שטערן האבן נישט געברענגט געוואונטשענע רעזולטאטן.

נישט לאנג צוריק האבן די היספּאנישע איינוואוינער אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די שטאטישע האוזינג אגענטור, פאר'ן געבן מכלומר'שט פארצוג פאר אידישע איינוואוינערס אין די פּראדזשעקטס. די היספּאנישע האבן געעפנט א קאמף אויף אידישע איינוואוינער אין די פּראדזשעקט געביידעס. די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט און פּרובירט זיי צו העלפן, אבער נישט האבנדיג די נויטיגע פארבינדונגען, האבן זיי עווענטועל געמוזט איינגיין אויף אן אפּמאך, וועלכע איז געווען בעסער פאר די היספּאנישע ווי פאר דער אידישער וויליאמסבורג.

150 חסיד'ישע איינוואוינער האבן דאן באקומען "סעקשאן 8" אין אויסטויש פאר'ן זיך ארויסציען פון זייערע פּראדזשעקט דירות, וועלכע זענען דאן ערזעצט געווארן דורך שעדליכע עלעמענטן פון גאר א נידעריגן סארט, פילע פון זיי "דראג עדיקטס" מיט לאנגיעריגע רעקארדס פון פארברעכנס.

די רעזולטאטן האבן נישט געשפּעטיגט צו קומען, און א כוואליע פון פארברעכנס האט זיך אראפּגעלאזט אויף וויליאמסבורג. עס איז געווארן א נארמאלע ערשיינונג אז אידישע קארס זאלן וואנדאליזירט ווערן און בא'גנב'עט ווערן יעדע פּאר טעג. אויף די פּאליציי רעקארדס האט דער פארברעכן אויפשטייג זיך נישטאמאל אנגעזען, וויבאלד די פּאליציי האט זיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן "פּאליס רעפּארטס", טאקע וויבאלד זיי האבן געוואלט פארמיידן נעגאטיווע דעקונג אין דער פּרעסע. וויליאמסבורגער אידן וועלכע האבן גערופן די פּאליציי זענען אפטמאל באהאנדלט געווארן דורך די פּאליסלייט ווי זיי וואלטן געווען די פארברעכער אליינס. אלעס כדי צו אנטמוטיגן מענטשן פון רופן די פּאליציי. און דער רעזולטאט איז טאקע געווען אז מענטשן האבן אויפגעהערט צו רופן די פּאליציי, און וויבאלד מענטשן באריכטן נישט קיינע פארברעכנס, איז דאך אפיציעל נישט פאראן קיינע סטאטיסטיקס אז וויליאמסבורג פּלאגט זיך מיט א פארברעכן כוואליע, און דעריבער טוט די ען-וויי-פּי-די נישטאמאל פארשטארקן איר פּאליציי אנוועזנהייט אין דער געגנט צו פארמיידן פארברעכנס.

די אלע אומשטענדן האבן געפירט דערצו אז דער לאנגיעריגער עסקן הר"ר אברהם יצחק אבראהאם הי"ו האט זיך ענדליך געבראכן צום פארלאנג פון צענדליגער וויליאמסבורגער איינוואוינער, אריינגערעכנט א רייע פּראמינענטע עסקנים, און נאכ'ן זיך דורכרעדן מיט חשוב'ע רבנים און תורה אויטאריטעטן באשלאסן אריינצושפּרינגען אינעם פארמעסט פאר'ן סיטי קאנסיל אמט פון וויליאמסבורג, מיט'ן איינעם ציל כדי צו ברענגען אן ענדע צו דעם איצטיגן קריזיס, און העלפן די וויליאמסבורגער איינוואוינער.

 

ביי ר' יצחק קומט אויפטאן פאר אידן פאר פּארטיי אינטערעסן

כאטש ר' אברהם יצחק איז רעגיסטרירט אלס א דעמאקראט, איז ער פּאליטיש גאר זעלבסשטענדיג. דורכאויס זיין לאנגיעריגע קאריערע פון עסקנות האט ער אינדארסירט דעמאקראטן פּונקט ווי רעפּובליקאנער. ביי אים האט פּארטיי קיינמאל נישט געמיינט צופיל. אזוי לאנג ווי א פּאליטישאן איז גרייט געווען אויסצושטרעקן א האנט און צו ארבעטן לטובת אידן, איז ר' אברהם יצחק גרייט געווען אים צו שטיצן און העלפן מיט זיין ווידערערוויילונג פארמעסט.

"איך בין אן אינדעפּענדענט," זאגט ר' אברהם יצחק. "איך בין נישט קיין בלינדער פּארטיי מענטש אזוי ווי פילע וועלכע שטיצן איין פּארטיי און קענען זיך נישט ערלויבן צו שטימען פאר א קאנדידאט פון אן אנדערער פּארטיי, אפילו ווען יענער איז א פּאסיגערער מענטש פאר דעם אמט ווי דער אייגענער פּארטיי מענטש. ביי מיר איז די וויכטיגסטע פאמיליע און ווירדן. פּארטייאישע מענטשן זענען בלינד צו דער רעאליטעט. זיי ווילן נישט איינזען ווי קריטיש פארשידענע פּראגראמען זענען. נעמט א ביישפּיל 'סקול וואוטשערס', וואס מען קען מען נישט דורכברעכן פאר קיין שום געלט. אנשטאט אז די פּאליטישאנס זאלן איינזען אז די קליינע שולעס פארמאגן נישט קיינע זיכערהייטס וועכטער און פארט שיסט מען נישט און מען שלאגט זיך נישט, און ס'קאסט ביליגער אויפצוהאלטן, עקשנ'ען זיי זיך דווקא אויסצוגעבן מער געלט אויפצוהאלטן די 'פּובליק סקול' שולעס, וואו מען דארף צושטעלן מער זיכערהייט און זיי קאסטן פיל מער געלט אויפצוהאלטן. און דער פאקט ווייזט אז די יונגווארג קומט ארויס מיט א בעסערע ערציאונג אין פּריוואטע שולעס, און ס'קומען ארויס ווייניגער קרימינאלן פון דארט."

ווען ס'קומט צו פּאליטישע סטראטעגיע איז ר' אברהם יצחק אבראהאם גאר א גרויסער עקספּערט, טראצדעם וואס ער איז קיינמאל נישט געגאנגען אין קאלעדזש. פילע ניו יארקער פּאליטישאנס האבן אין דער פארגאנגענהייט רעקרוטירט ר' אברהם יצחק פאר פארשידענע ארבעט צו העלפן זייערע קאמפּיינס. אין 01' האט די פּרעסע געגעבן פאר ר' אברהם יצחק דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:24 לינק ישיר 

 

דער ערשטער חסיד'ישער קאנדידאט פאר סיטי קאונסילמאן

 

 

"דער שטערן" אין א גאר אינהאלטסרייכן שמועס מיט הר"ר אברהם יצחק אבראהאם הי"ו, וועלכער וועט מעגליך ווערן דער ערשטער חסיד'ישער סיטי קאנסילמאן אין דער געשיכטע פון ניו יארק

 

"וויליאמסבורג, א מחי' גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר..."

ווער קען נישט דאס לידל וואס ר' יום טוב עהרליך האט מחבר געווען, איבער דער חסיד'ישער געגנט וויליאמסבורג, וואו עס וואוינען אזויפיל ערליכע אידן יראים ושלמים. אבער פון דער אנדערער זייט, ווער קען זיך פארהוילן פונעם פאקט ווי אנדערש וויליאמסבורג קוקט היינט אויס פון די צייטן ווען ר' יום טוב עהרליך האט פארפּאסט זיין ניגון.

בימים ההם, אין יענע גליקליכע טעג, איז וויליאמסבורג געווען א ווינקעלע אין דער שטאט, וואו חסיד'ישע אידן האבן געוואוינט פרידליך און געדינט דעם באשעפער אן זארג איבער די השפּעות פון דער דרויסנדיגער וועלט. וויליאמסבורג איז געווען א אידישע שטאט במלוא מובן המלה, אזוי ווי די אמאליגע גרויסע אידישע שטעט אין דער אלטער אייראפּע. די חסיד'ישע געמיינדע אין וויליאמסבורג האט פארמאגט געטרייע עסקנים און פּאליטישע פארטרעטער, וועלכע האבן געקעמפט פאר די אינטערעסן פון דער געמיינדע, און יעדער פּאליטיקאנט וואס האט געוואלט לויפן פאר וועלכן פארמעסט עס זאל נאר זיין, האט געוואוסט אז ער מוז צוקומען צו דער שטיצע פון וויליאמסבורג.

ווען מען קוקט צוריק אויף די היסטארישע בילדער, אין וועלכע מען זעט וויאזוי מעיארן, גאווערנארס און פּרעזידענט קאנדידאטן קומען קיין וויליאמסבורג, צו באזוכן די געגנט, און קאמפּיינען פאר די שטיצע פון די ארטיגע איינוואוינער, וואונדערט מען זיך וואו איז וויליאמסבורג'ס שטארקייט פארשוואונדן געווארן.

די אמאליגע בא'חנ'טע וויליאמסבורג האט אנגעפאנגען צו טוישן איר אויסזען, נאכדעם וואס די בי-קיו-אי שאסיי איז אויפגעבויט געווארן אין הארץ פון דער געגנט, צעטיילנדיג וויליאמסבורג אין צווייען, וואס דאס האט באלד באוויזן צו טוישן וויליאמסבורג פון א שטילער ווינקל אין ברוקלין, צו א רוישיגער שטאטישער געגנט, מיט ריזיגע טרעקטאר טרעילערס וועלכע שניידן דורך די געגנט אלע שטונדן פון טאג, און געבן נישט קיין מנוחה פאר די איינוואוינער.

דאן זענען געקומען די גיגאנטישע וואלקנקראצער געביידעס, וועלכע האבן געמאכט וויליאמסבורג א יחיד במינה צווישן אלע אידישע געגנטער. די ריזיגע "פּראדזשעקט" געביידעס האבן געפירט צו א פלוס פון היספּאנישע מינאריטעטן, וועלכע האבן זיך אריינגעצויגן אין דער געגנט, און געטוישט דאס אויסזען פון דער צווייט-גרעסטער חסידי'שער געגנט אין ברוקלין אויף שטענדיג.

די נייע איינוואוינער האבן ביסלעכווייז זיך היימיש געמאכט אין דער געגנט. זיי האבן געעפנט זייערע אייגענע מאכטפולע פּאליטישע ארגאניזאציעס, און אנגעפאנגען צו קאנקורירן מיט דער ביז-איצטיגער מאכטפולער חסיד'ישער "בלאק וואוט". צום באדויערן זענען זיי אויף פילע פראנטן געווען מער סוקסעספול ווי די לאנגיעריגע חסידישע וועטעראן עסקנים, און פאר צוויי הויפּט סיבות: ערשטנס, זיי זענען גרייט געווען זיך צו באניצן מיט געוואלדטאטן צו עררייכן וואס זיי ווילן, און צווייטנס, בשעת די לאנגיעריגע חסידישע איינוואוינער פון שטאט זענען געווארן אנטוישט אין דער סיסטעם, און האבן אויפגעהערט זיך צו באטייליגן אין דער פּאליטישער פּראצעדור; זיי האבן אויפגעהערט ארויסצוקומען שטימען, האבן די היספּאנישע גרופּעס זיך ארגאניזירט און רעגיסטרירט זייערע וויילער אין די מאסן. עס האט נישט גענומען לאנג פאר די פּאליטישאנס איינצוזען אז דער אידישער פּאליטישער כח אין וויליאמסבורג איז אפּגעשטארבן, און זיי האבן אויפגעהערט זיך צו רעכענען מיט די אינטערעסן פון די אידישע איינוואוינער, ווייל פּאליטישאנס קענען רעדן אסאך שפּראכן, אבער זיי פארשטייען נאר איין שפּראך, און דאס איז - שטימען.

די היספּאנישע האבן אויסגענוצט זייער ניי-עררייכטער מאכט, ענג צו מאכן דאס לעבן פאר די חסיד'ישע איינוואוינער פון וויליאמסבורג. זיי האבן אנגעפאנגען צו מסר'ען אידן און אריינגעגעבן אנקלאגעס אין געריכט, אז פרומע אידן באקומען פארצוג אין די פּראדזשעקטס. דאס האט געפירט דערצו אז די שטאט האט אנגעפאנגען ארויסצואווארפן אידן פון זייערע הייזער, און ווען א איד האט איבערגעלאזט א דירה איז עס אוועקגעגעבן געווארן פאר א גוי. די צאל אידישע איינוואוינער אין די פּראדזשעקטס זענען דראסטיש געפאלן, און קרימינאלע עלעמענטן האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און אנגעפאנגען זיך צו באזעצן אין די הויכע וואלקנקראצער געביידעס.

און מיינט נישט אז וויליאמסבורג מאנגלט אין געטרייע עסקנים. ניין און ניין. די חסיד'ישע געגנט צייכנט זיך אויס מיט די בעסטע און געטרייעסטע פארטרעטער. אבער וויבאלד וויליאמסבורג'ס פּאליטישער כח איז אזוי שטארק אפּגעשוואכט, זענען די הענט פון די עסקנים געבינדן אויף פילע פראנטן און זיי קענען נישט דעליווערן פאר'ן ציבור דאס וואס זיי ווילן.

 

דער וועטעראן עסקן הר"ר אברהם יצחק אבראהאם הי"ו

און דא קומען מיר צו צו דעם לאנגיעריגן חרדי'שן וועטעראן עסקן, וועלכער איז די פאקטיש די הויפּט סיבה פאר אונזער דאזיגן ארטיקל, און דאס איז הר"ר אברהם יצחק אבראהאם הי"ו, א יליד וויליאמסבורג וועלכער געדענקט נאך די געגנט אין אירע בעסערע צייטן, און ער האט מיטגעהאלטן וויאזוי די אמאליגע מאכטפולע חסיד'ישע געגנט פארלירט צעביסלעך איר איינפלוס און מאכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 20:46 לינק ישיר 

I saw at the arony form thay thay put the following video for avidence that stive lavin don't support vowtures & abreham do support, I don't know if its tru, check it back.
http://www.blip.tv/file/2488514



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2009 06:27 לינק ישיר 

ARONIM ENDORS ABREHAM NOW AT SIYEM MSECHTES MOCES!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 02:13 לינק ישיר 

ס'וואלט גוט געווען אויב איינער קען ארויפלייגען דעם ארטיקעל פון ר' משה דוד נידערמאן אין איד ס'איז געווען זייער צודערזאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 01:38 לינק ישיר 

די פארגאנגענהייט האט שוין געוויזען ווי ער רעדט אביסל צי אסאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 00:36 לינק ישיר 

און עס איז גענוג אנצאווייזן אז דער "חרישער" קאנדידאט ארבעט שוין יעצט קעגן די אינטערעסן פון חרדישן ציבור אין וומס"ב, מיטן ארויסשטעלן זיך קעגן די פאזיטיווע פלענער פארן בראדוועי טרייענגל, און שטיצט די פלענער פון די וואס וועלן זען א געצוימטע חרדישע אנוועזנהייט אין וומס"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 00:30 לינק ישיר 

און פון די אנדערע זייט קען ער נישט צופיל פועל'ן לטובת אידן נישט וועלענדיג ארויסווייזן קיין דיסקרימינאציע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:39 לינק ישיר 

אידן האבן אלעמאל געשטימט ענדערש פארן גויאישן קאנדידאט ווי פאר א איד, דערצו א "היימישער" איד

ווען א גוי דעליווערט עפעס פאר אידן, וועט אים קיינער נישט אראפרייסן, אבער ווען א איד וועט נאר פרובירן עפעס צו דעליווערן וועלן די פרעמדע אים נאכגיין מיט א פארגרעסערונגס גלאז אים צו כאפן מיט דאס מינדעסטע עוולה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > סטיוו לעווין VS אייזעק אבראהאם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext