בית פורומים כל העולם כולו

אדמת קודש באדאנק זיך פארן שפאנישן אמבאסאדאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/8/2009 00:32 לינק ישיר 
אדמת קודש באדאנק זיך פארן שפאנישן אמבאסאדאר

די אדמת קודש ארגאנעזאציע האט געמאכט א שיינע אויפנאמע אין די קעמפס פארן שפאנישן אמבאסאדאר פארן העלפן ברענגען לקבורה די נפטרים אין טעלעדא.
http://www.tog.co.il/he/TorahNew.aspx?id=974




תוקן על ידי yel ב- 20/08/2009 0:31:20




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2009 01:16 לינק ישיר 

יישר כח YEL פארן ברענגען כסדר בילדער און באשרייבונגען.

האלט עס אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2012 21:36 לינק ישיר 

השגריר הספרדי עלה לגדולה בזכות הפעילות למען קברי ישראל


http://www.zadikim.net/?p=8409



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2012 22:37 לינק ישיר 

ראש עיריית מדריד יבקש לאסור חפירת קברים באירופה

ברוב מוחץ, זכה שגריר ספרד בארה"ב בבחירות לראשות עיריית מדריד • איזה חוק הבטיח לחוקק עם כניסתו לתפקיד, ואיך זה קשור ליהודים? • סיקור ותמונות

אלי בן דוד | 11:21 | כ״א בטבת תשע״ב

זה שנים רבות ששגריר ספרד בארה"ב מר פרננדו וילה לנגו, ניצב לימינם של העסקנים החרדים בארה"ב הנלחמים נגד השלטונות המעזים לחטט ולחפור בבתי קברות יהודיים ברחבי אירופה.

השגריר הספרדי נהג להיכנס לעובי הקורה ולהפעיל את קשריו ברחבי העולם כדי למנוע חילול כבוד הנפטרים, ואכן הראה את אותותיו ומנע חפירות קברים במספר ארצות החברות ב'איחוד הארופי'.

קרא עוד באתר:

בתקופה האחרונה נערכו בחירות לראשות העיר מדריד, עיר הבירה של ספרד. השגריר התמודד על המירוץ לראשות העיר, ונבחר ברוב מוחץ. לאור זאת, בימים הקרובים ייאלץ השגריר להיפרד מאדמת ארה"ב, לעזוב את התפקיד המכובד בשגרירות לטובת תפקידו החדש – ראש עיריית מדריד.

טרם עזיבתו קיימו עסקנים חשובים מארה"ב מסיבת פרידה והוקרה. המסיבה נערכה בבית העסקן הרב שמואל יונה שלזינגר מראשי ארגון 'אדמת קודש', והשתתפו בה: הגה"צ רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר בורו פארק, הרב אברהם יהושע העשיל בן האדמו"ר מקאפישניץ ארה"ב, רבי גרשון טננבוים רב דקהל בני ישראל בורו פארק, משולחים ורבני חב"ד, וכן הרב שמואל שלזינגר בנו של הגאון רבי אליקים שלזינגר ראש ישיבת הרמה בלונדון, הרב יצחק פליישר מחברי ארגון 'אדמת קודש' (למען קברי הקדמונים באירופה), וכן כמה מחברי עיריית ניו יורק, עסקנים ופוליטיקאים נוספים.

עורך הדין החרדי איזי גולדברג פתח את המסיבה והסביר את מטרתה. אחריו העניק הקונסול החרדי ר' דוד גרינפלד מבורו פארק תעודת הערכה והוקרה מיוחדת לשגריר הספרדי, מטעם ארגוני הקודש למען הצלת קברי הקדמונים ברחבי אירופה. לאחריו נשא שיחה קצרה מר דאמיניק רעקי יו"ר ועדת הכספים של ניו יורק.

לסיום התכבד הגר"ש שלזינגר לשאת דברים. הגר"ש הפתיע את הנוכחים והקריא מכתב ששלח עמו אביו ראש ישיבת הרמה לונדון, וראש הוועד להצלת בתי הקברות באירופה, בו הוא מגולל: "לפני כ-12 שנה תיכננו שלטונות צרפת לחפור ולחטט בקברי יהודים בארצם. באותם הימים חיפש הוועד להצלת הקברים גורם כלשהו בעל השפעה על השלטונות שיניע אותם מהמהלך, ואכן נמצא אחד כזה, מר ניקולא סרקוזי שהיה אז חבר עירייה באחד הערים. הוא הצליח להפעיל קשריו ולסכל את התוכנית, והביא לביטולה.

"ברכתי אותו אז, שבזכות הצלתו את בזיון הנפטרים יזכה ויעלה עוד לגדולה. לא עברו שנים מועטות, ומר ניקולא סרקוזי נבחר לכהן כנשיא צרפת, בו הוא משמש גם היום. עם ניצחונו הרגיש סרקוזי צורך להודות, ושלח מכתב הודאה לרבני הוועד, בו הוא מודה להם על הברכה שבזכותה גבר על כל המתמודדים.

"ובכן", פנה הגר"א שלזינגר במכתבו לשגריר הספרדי, "הוא מאמין בכל לבו כי רק בזכות עמידתו האיתנה והעיקשת נגד חילולי קברים זכה ונתעלה לתפקיד רם שכזה". הגר"א סיים את מכתבו, ובירכו שיזכה לעלות מעלה מעלה מתפקיד ראש העיר לנשיא ספרד.

השגריר התרגש מאוד מהדברים אשר נגעו ללבו, והבטיח כי מיד כשייכנס לתפקידו יעלה חוק האוסר באופן גורף כל סוג של חיטוטי קברים במדינות האיחוד האירופאי. השגריר לא הסתפק בכך, וחתם את הבטחתו ע"ג מסמך אותו העביר לידי העסקן ר' יצחק פליישר, מחברי הארגון.

במסיבה

השגריר מקבל תעודת הודאה

הרב שלעזינגער מקריא את המכתב

השגריר חותם על ההתחייבות

השגריר עם הרבנים והעסקנים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2012 23:00 לינק ישיר 

די מעשה מיט סארקוזי איז זייער אינטרעסאנט, אבער מ'דארף בעסער אויסארבעטן די פאקטן. סארקוזי איז שוין געווען א מיניסטער און וויכטיגער פיגור אין 95', זעכצן יאר צוריק, און נישט קיין קאונסילמאן. קען זיין אז די געשיכטע איז געווען אביסל פריער, אדער האט מען זיך פארבינדן מיט אים ווען ער איז שוין געווען אין א העכערן אמט.

http://en.wikipedia.org/wiki/Nicolas_Sarkozy#In_government

מיט די ריכטיגע דעטאלן, איז עס איז א הפלא'דיגע מעשה


תוקן על ידי פאנדיט ב- 16/01/2012 23:00:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 00:00 לינק ישיר 


די מעשה איז אמת לאמיתה, נאר מיט איין טעות
דאס איז געווען מיט איבער 20 יאר צוריק, און הרה"ג ר' אליקום שלעזינגער שליט"א האט אינגאנצען פארגעסן פון דעם ביז ער האט באקומען א בריוו פון סרקוזי נאכן ווערן פרעזידענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 00:04 לינק ישיר 

די מעשה האט פאסירט 1989 (תשמ"ט).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 01:49 לינק ישיר 

רירענדער מסיבת הכרת הטוב פאר'ן שפאנישע'ר אמבאסאדאר אין אמעריקע

פארגאנגענעם מאנטאג אווענט איז אין בארא פארק פאהרגעקומען א היסטארישער און רירענדער געזעגענונגס מסיבה און מעמד הכרת הטוב פאר'ן שפאנישער אמבאסאדאר פון אמעריקא מר. פארנאנדא ווילא לאנגא יר"ה, וועלכער גייט אצינד צוריק קיין שפאניע ווי ער ווערט געהעכערט אין אמט אלס דער מעיאר פון שטאט מאדריד, און ווערט אויך געקרוינט אלס "קאמישינאר פון די קאלטשור דעפט." פון שפאניע.

 

לכבוד זיין זיך אוועקציען פון אמעריקע, האט די הנהלת וועד אדמת קודש אראנשירט א רייכער אווענט אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר שמואל יונה שלעזינגער הי"ו, אויסצודרוקען הכרת הטוב פאר זיינע שטענדיגע באמיאונגען למען הצלת בתי חיים אין שפאניע, ווי דער בעאמטער האט שוין פיל ארויסגעהאלפן אין דעם הינזיכט אינעם עבר.

 

 עס האבן זיך דערבייי משתתף געווען רבני ועסקני הוועד, און אזוי אויך פראמינענטע עסקנים און פאליטיקאנטן, וועלכע זענען געקומען באעהרן מרץ פארנאנדא יר"ה.

 

דער חרדישער ענערגישער קאנסולמאן ר' דוד גרינפעלד הי"ו האט פאהרגעליינט דעם איינערקענונגס בריוו וואס איז געשאנקען געווארן פאר'ן בעאמטער בשם דעם וועד, און צווישן אנדערן האבן ביי די מסיבה אויפגעטרעטן: הרב בעריש פרייליך הי"ו, הר"ר אברהם יהושע העשיל שליט"א בן האדמו"ר מקאפישניץ שליט"א פון אמעריקא, הרב גרשון טענענבוים שליט"א רב דק' בני ישראל בארא פארק, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ תו"י וויליאמסבורג וחבר וועד הרבנים שע"י ועד אדמת קודש, העסקן הרב יצחק פליישער הי"ו – מעמבער פונעם נאציאנאלער יו. עס. פרעזינדענט קאמיטע פון אלוועלטליכע בתי חיים, הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיתיה"ק.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל שלעיזנגער שליט"א זוהן פון הגאון ראש ישיבת הרמה שליט"א יו"ר וועד הרבנים אין אייראפע – וועלכער האט פאהרגעליינט א רירענדער בריוו פון זיין גרויסן פאטער, ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז מאציל זיינע ווארימע וואונטשן פאר'ן חשובער בעאמטער, און דערביי בעהט ער און פאדערט אז בעת'ן עולה זיין לגדולה אין העכערע ראנגען זאל ער ווייטער שטיין צו די רעכטע האנט צום הייליגן וועד און ממשיך זיין ארויסצוהעלפן אין אט דעם קריטיש וויכטיגער ענין פון הצלת בתי חיים אין שפאניע.

 

גאהר באאיינדרוקט פונעם אווענט האט מר. פראנאנדא אויפגעטרעטן ווי דערביי האט ער צוגעזאגט ווייטער צו שטיין בייהילפיג אזוי ווי ביז היינט און נאך מער, און דערנאך צוגעשריבן זיין הבטחה בכתב.

 

עס איז צו פארדאנקען די אינטערווענץ פון די געניטע און גאהר איבערגעגעבנע עסקני קהלתינו הק' פון אומעטום, און אזוי אויך די עסקנים פון די אנדערע קהילות קדושות, וואס א דאנק זיי איז מען ב"ה אנגעקומען ביז אהער און בס"ד שוין אסאך אויפגעטהון אין ראטעוון די מקומות הקדושים מקום מנו"כ פון ראשונים און קדמונים נבג"מ וועלכע ליגן באהאלטן אין פארשידענע שטעט אין שפאניע, און דער אויסעקרטעשר זאל ווייטער באגליקן די וועגן פון די חשובע רבנים שליט"א און די געטרייע עסקנים שיחיו ווייטער צו קענען אויפטוהן גרינגערהייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 01:53 לינק ישיר 

רירענדער מסיבת הכרת הטוב פאר'ן שפאנישע'ר אמבאסאדאר אין אמעריקע אין שטוב פון

הרבני הנגיד מוה"ר שמואל יונה שלעזינגער הי"ו

 

 

 

 

 

 

 

מר. דאמיניק רעקיע בודזשעט קאמישנער פון ניו יארק סיטי

 

קאנסילמאן ר' דוד גרינפעלד ליינט פאר די תעודה פאר אמבאסעדער

 

 

 

הרה"ג שמואל שלעזינגער שליט"א בן הגה"צ ר"י הרמה אין לאנדאן

ליינט פאר א בריוו פון זיין פאטער לכבוד דעם מעמד

 

הרב אברהם יהושע העשיל שליט"א בן האדמו"ר מקאפישניץ

 

הרבני הנגיד ר' יצחק פליישער מראשי וועד אדמת קודש און מעמבער פונעם נאציאנאלער יו. עס. פרעזינדענט קאמיטע פון אלוועלטליכע בתי חיים באגריסט דעם אמבאסעדער

 

 

 

 

הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'

 

הגה"צ אב"ד קהלתינו 15'טע עוו. שליט"א באגריסט דער הויפט חב''ד רב פון ניו גערסי

 

 

 

 

 

 

 

 

 

מר. דאמיניק רעקיע בודזשעט קאמישנער פון ניו יארק סיטי מיט הרבני הנגיד גרשון שלעזינגער הי"ו יו"ר אדמת קודש און מיט'ן הויפט חב"ד שליח אין ניו גערסי

 

 

 

די ברודער הרבני הנגיד ר' שמואל יונה מיט הרבני הנגיד ר' גרשון שלעזינגער הי"ו

מיט'ן אמבעסאדער

 

דער אמבעסאדער שרייבט אונטער זיין הבטחה צו העלפן בתי חיים

פאר הרבני הנגיד ר' יצחק פליישער מראשי וועד אדמת קודש און מעמבער פונעם נאציאנאלער יו. עס. פרעזינדענט קאמיטע פון אלוועלטליכע בתי חיים באגריסט דעם אמבאסעדער

 

העסקן מוה"ר יואל לעפקאוויטש הי"ו

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2012 22:55 לינק ישיר 

הויפט חב"ד רב פון ניו דזשערסי? חחאחאחאחאחא


תוקן על ידי tzvibp28 ב- 18/01/2012 23:37:00




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2012 23:11 לינק ישיר 

די אמת'ע ערליכע אידן דארפן ווען מאכן א פראטעסט קעגן די שפאנישע רעגירונג. ווייסן מיר דען נישט פון זייער בלוטיגע היסטאריע אנגעהויבן פונעם שרעקליכן גירוש שפאניע און די אויטא-דע-פא'ס וואס זיי האבן נעבעך אויסגעטיילט פאר כלל ישראל.

איך האף אז מ'קען נאך באקומען די מאריאט, און עטוואס לעשן דעם געוואלדיגן חרון אף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אדמת קודש באדאנק זיך פארן שפאנישן אמבאסאדאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext