כ'קען אנדערש נישט פארשטיין נאר אז זיי זענען יצא מדעתם!!!!
ווי יעדער געדענקט האבען די זאלי'ס - א קורצע צייט ציריק, אימאינדעפצירטערהייט געפענט אן עלילה קעגן דעם מהורד'דיגע בית השחיטה אין ק''י, וועגן די פראבלעם פין צומות הגידין.
למעשה האט עס בעפייערט מיט א לענסלייד, ווי יעדער האט זיך איבערצייגט, אז דווקא די בית השחיטה המהודרת איז בודק דעם פראבלעם, אין אדאנק זיי האט מען אנדעקט דעם וויירוס, וואס אלע פארעם'ס האבען, אין נאך עד היום הזה זענען ליידער דא בית השחיטה'ס וואס זענען עס נישט בודק - אריינגערעכנט דארט ווי מ'קויפט די פלייש פאר די 82 בוטשער, {טענה'דיג אז לויט אסאך פוסקים איז עס א מיעוט שאינו מצוי}
ספעציעל גייט דער חשוב'ער משגיח פין חבורה אין לעיקוואד ארום זאגען פאר יעדן, אז דאס וואס מ'זאגט אין זיין נאמען איז שקר, אין אדרבה, ער האט נאך אזא מהודר'דיגע בית השחיטה נישט געזעהן אין יעדע חומרא וואס ער האט געבעטן איז גלייך ציגעלייגט געווארען,
זענידיג אז ס'גייט נישט, האבען די מרי לב, יעצט אין א פרישע שריט, צו שימפן קעגן דעם בית השחיטה, געשריבען א מעכטיגע נייעס מיט א קעפל אויפן ערשטן זייט, פין זיייער אויסגעשפילטע צייטונג, וועגן דעם עלילה.
ווי צווישען אנדערע שרייבען זיי אז מ'דארף כשר'ן די כלים, אין אז די פראבלעם גייט שוין אן זינט מ'האט געפנט דעם בית השחיטה, אין אז ס'איז 20 פראצענט וואס האבען דעם פראבלעם, אין אז די פראבעלם איז דווקא ביי די פלאץ ווי ק''י קויפט די טשיקען, וכו'
זיי פארגלייכען עס ממש ווי צו די פינקעל פרשה......
דאס אז מילתא דעבידא לגלי' איז ביי זיי נישט קיין פראבלעם, דאס האב איך שוין געזעהן ביי פארמעגליך, אבער אויף אזוי ווייט אז א שמיציגער שרייבער זאל מאכע'ן א שערורי' אין עס ציגלייכען צו די פינקעל פרשה, ווען ''קיין איין רב - אפי' פין זייער פעיראל'' קען עס נישט באשטעטיגען, איז א זעלטענע נידריגע אין לוזערישע אקט.
מיטן אייבירשטענס הילף וועט עס בעקפייערן, אזווי פאר עטליכע וואכען ציריק, ווען יעדער האט זיך איבערצייגט די הידורים פינעם בית השחיטה המהודרת אין די קאראפציע פינעם מאחר מליחה ואליך בוטשער.
עס בלייבט נאר איבער צו בעטן די זאלי'ס, מיר גייען ענק נישט באגראבען, אבער באגראבטס ענק אליין'ס, זאל יעדער זעהן ווער ענק זענען,
תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 20:46:19
נשלח ב-28/8/2009 22:04
כ'האב געפרעגט א אנגעשטעלטער אין וויינלאד אויב מ'האט בכלל בודק געווען ביי זיי אז ר' איצא האט שוין געשאפט חתימות אז די פראבלעם איז נישט דא,
זאגט ער מיר גראדע האט מען ''2'' מאל בודק געווען די ערשטע פאר קעסטלעך פין 2 באזינדערע טרעילערס איז מ'האט נישט געטראפען. עכ''ל
יעצט וויל איך ענק פרעגן, וואס פאר א אחריות האבען אזעלכע מענטשן???
די מציאות איז אז אין ק''י ביי א גרעסערע חלק טרעילערס טרעפט גארנישט קיין צומות הגידין אבער ווען מ'טרעפט יא האט עס שוין אמאל געגרייכט ביי 8 פארצענט, אין אויב זאל זיין אז דאס איז דווקא די טשיקענס וואס ק''י ניצט, קען דען ק''י נישט קויפן די טשיקען'ס דארט פין ווי וויינלאנד קויפט???
(יעדער ווייסט אז מ'צאלט אין ק''י פאר חמרות הידורים מער וויפיל אלע בית השחיות אינאיינעם צאלען)
אזא פנים טראגט עס!
כ'קען נישט גלייבן אז די רבנים האבען עס אינטערגעשריבען, {כבר היו לעולמים, ווער געדענקט נישט די חתימות וואס האבען זיך געטוישט אויף אלו השתתפו, די חתימות פין צעהלימער רב אין נייטרא-וומ''ס רב וכו' קעגן סאטמאר, אא''ו וכן הרבה}
אין איך ווייס נישט אויב דער וואס האט בודק געווען אין וויינלאנד ווייסט אפי' וויאזוי מ'איז עס בודק, וואס כידוע דארף מען זיין א מומחה עס צו באמערקן.
די מציאות קענט איר פרעגן הגאון ר' עזריא' מאיר קאהן אב''ד סענזשארזש, וואס האט אויפן רוף פין הגאון ר' משולם פאלאטשעק אנגעהויבן בודק צו זיין ביי קאהן'ס בוטשער יעדע עוף אין ער האלט אין איין טרעפן (ער האט אראפגעשיקט זיין משגיח קיין ק''י, עס זאל זיך אויסלערנען וויאזוי מ'איז בודק), אזוי אויך איבעראל ווי מ'האט אנגעהויבן בודק צו זיין.
וועלטס טופשים וואס זיי זענען
אז מען טרעפט מיינט אז מען איז בודק
אז מען איז נישט בודק טרעפט מען נישט
אויכעט איז כדי צי וויסען אז די רבי האט איינגעפירט א חומרא אז וואס עס איז טריפה גייט אין גארביטש אין מען פארקויפט גארנישט פאר קיין גוים
וויל די רבי האט מורא אז עס קען זיך אויסמישען
דאס מיינט א ריזיגע געלט שאדן אין מיט דעם אלעם טיט מען אזוי
נשלח ב-25/8/2009 20:25
די לוזער'ס זענען נאכנישט פארטיג, זיי קענען נישט אראפשלינגן דעם דורכגעפאלענע סקאנדאל, וואס האט שטארק בעקפייערט אין אנדעקט די קארופציע פין זייער אייגענע בוטשער, ווי מ'איז פאר טריץ נישט בודק די צומות הדגידין ר''ל...... (אפשר ווייל ס'דארף נאר זיין כשר ממליחה ואליך) אין נאך אנדערע פראבלעמן וואס איז שוין פאר יעדן באקאנט
קומט שקרן - פארמעגליך'ס קאלעגע מיט א פרישע געבעקס, אין א נייעם אשכול ביי די זאלי פורם
(מ'גייט עס שרייבן ביז אפשר וועט עס איינער גלייבן, ווייל דערווייל האלט אין איין וואקסען די פארלאנג פאר די פלייש פין בית השחיטה המהודרת, אין מ'קען נישט נאכקומען ב''ה.)
ברעיקינג: טויזנטער טשיקענס אין בית השחיטה טריפה
לויט א שאקירענדע באריכט האט מען נעכטן ארויסגעשליידערט טויזנטער טשיקענס אין בית השחיטה פון קרית יואל נאכדעם וואס הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט דאס גע'פסל'ט צוליב דעם צומת הגידין פראבלעם. און דאס איז בלויז פון איין טאג שחיטה. ווער ווייסט וויפיל טשיקענס מען וואלט געדארפט ארויסווארפן זייט שבועות און איז נישט געטאן געווארן ווייל די בית השחיטה האט נישט קיין השגחה פון איין בעל מכשיר.
קומענטארען זענען איבריג!
נשלח ב-23/8/2009 23:49
בכלל וויאזוי קענען זיי זאגן אז ביי זיי איז נישט דא די פראבלעם ווען זיי זענען נישט בודק
אין זייער בעל מכשיר (?) זאגט נאך אז זיי זענען נישט בודק ווייל סאיז נאר ווייניגער ווי 10 פראצענט ממילא קען מען זיך פארלאזן אז עס ווערט בטל
קודם כל די חלקת יעקב איז אנגענימען אז ביי 3 פראצענט ווערט עס א מיעוט המצוי איו מען מיז בודק זיין טאקע צי וויסען ווי מען האלט
אין אז די ביזט נישט בודק ווי אזוי ווייסט ער אז עס איז נאר 10 פראצענט אפשר פינקט היינט איז עס געווען 10מיט א פערטעל פראצענט אז די ביזט נישט בודק וויסטו דאך נישט וואס עס טיט זיך