בית פורומים כל העולם כולו

מסרבים לדין מיט מסירות נפש!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/8/2009 07:34 לינק ישיר 
מסרבים לדין מיט מסירות נפש!

[מיטן רשות פונעם מנהל עפן איך א באזונדערן אשכול, פון בלויז געדאנקען איבער די היינטיגע פאסירונג]

אקדמות מילין מוז איך אפגעבן א שבח והודיה פארן בוכ"ע וואס ער האט אונז מזכה געווען אין דעם טאג אז דער בית החיים וואס איז מקום מנוחת קדשם פון רבוה"ק זי"ע זאל באפרייט ווערן פון זייערע גרעסטע שונאים. ס'וועט מסתמא אויסזען איבערגעטריבן פאר אסאך ליינער, אבער איך פערזענליך האב אלעמאל געהאט אויסטערלישן צער פונעם פאקט אז רבותינו הקדושים, במיוחד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, זאל דארפן ליגן אין איין ביה"ח מיט די אידן וועלכע האבן אים אלע יארן געצאפט דאס בלוט, און אפעקטיוו אונטערגעבראכן זיין הנהגה מאל נאך מאל מיט די גרעסטע עזות און חוצפה.

ס'איז גענוג צו כאפן א בליק איבער די אויסטערלישע פרעכהייט פון זיינע אייגענע קינדער, ביידע מיט גאנץ אייניגע 'רעכטן' צו זייערע פאלש-ערווארבענע טיטלען - וועלכע וואגן זיך צו שטעלן מיטן רוקן צו זייער אייגענעם טאטן דער קדוש עליון, יאר נאך יאר, אבי נישט חלילה אויפצורעגן די לעפקעס און יעפקעס דורכ'ן שטיין מיטן רוקן צו די 'הייליגע' רעבעצין! - און פארשטיין וואספארא צער רביה"ק זי"ע האט בגנזי מרומים ווען די נידריגע חברה טיילן מיט אים די זעלבע ערד.

כ'בין טיף איבערצייגט אז דער היינטיגער נפטר האט געהאט עפעס א זכות, ומגלגלין זכות ע"י זכאי, אז דורך אים וועלן רבוה"ק זי"ע באפרייט ווערן פון ליגן בשכינות צדיק אצל רשע - וואס א טייל פון די רשעים האט מען געקענט זען היינט אויף פאלאק'ס לאט, מיט די זעלבע שיפע הוטן און רציחה'דיגע אויסדרוקן אויפן פנים וואס זיי האבן געהאט בחיים חיותו פון רביה"ק זי"ע ווען אימער זיי האבן דערמאנט זיין הייליגן נאמען.

--------------------

פון די אנדערע זייט מוז מען ארויסברענגען שווארץ אויף ווייס דעם שרעקליכן ווייטאג אויף די מעשה נורא וואס האט זיך היינט אפגעשפילט.

דוכט זיך אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די אידישע היסטאריע וואס אידן זאלן מסרב זיין לדין מיט אזא מסירות נפש!

ס'איז מתו מוטל לפניו, ער איז שאקירט און צובראכן על פתחו של גיהנום, נארוואס זיך אומגעקערט פון זיין איבערגעריסענע וואקאציע, און זיין הויפט דאגה איז אז דער סכסוך זאל 'חלילה' נישט אנקומען צו קיין דין תורה!

חודש אלול קלאפט שוין אין טיר, מארגן גייט מען שוין בלאזן שופר, אבער זיינע פארשטייפטע הארץ סטרונעס געבן זיך נישט קיין ריר. זיין אייגענעם זוהן איז ער מקריב אויפן מזבח פונעם "מולך", אבער צו דין תורה טאר מען נישט גיין!

מ'וועט אין איילעניש אפירקראצן עפעס א זייטיגע פארלאזטע קרקע, אינמיטן א וואלד, לאזן דעם אייגענעם זון ווערן א שפיל געצייג אין די הענט פון רשעים וועלכע ציטערן פון דין תורה נאך ארגער ווי פונעם טויט, זיך נישט רעכענען מיטן ביטערן געוויין פון די פרישע יונגע אלמנה וואס וויל אז אירע קינדער זאלן האבן א נארמאלע געלעגנהייט צו גיין אויף זייער טאטנ'ס קבר, נאר שנעל געלאפן מקדש זיין א נייעם בית החיים, אין ראש חודש, צו פארזיכערן אז אורטיילן אין סאטמאר זאל דוקא דער שווארצער כאלאטל און נישט די שווארצע בעקיטשע!

שומו שמים על זאת!

פאר אייגענעם פאליטיק און שררה באגראבן א קינד אויף אזא מבוזה'דיגן אופן!


תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/08/2009 7:33:52



תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/08/2009 7:35:03




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 22:28 לינק ישיר 




עס איז דא א באקאנט ווארט, דאכט זיך אז עס  פון ר' עמרם בלוי זי"ע אז
"ביי שמחות און לוית פראוועט מען נישט קיין קנאות"

דערפאר בין איך פריוואט שטארק אומאיינשטומיניג מיט די וועג ווי אזוי מען האט באהאנדעלט די גאנצע זאך
איך האב ערווארטעט פון אונזערע ראשי קהלה מער שטאטסמאן און פירשאפט ביי אזא טראגעדיע,
חוץ אויב מען וועט זאגן אז רוב מעשות וואס די גאס שמיעסט איז שקר, אויב דאס איז די מציאות. האבן די ראש"ק 
א חיוב ארויסציקימען און די גאס און דערציילען זייער זייט פון די געשיכטע, ווייל לויט ווי דו גאסן מעשות גייט
איז ממש א בושה אז אז זיי האבן זיך אזוי אויפגעפירט

אבער!! די ערשטע צי ברעכן די אנגענימע כלל וואס אויבן דערמאנט אז ביי שמחות און לוית פראוועט מען נישט קיין קנאות,
זענענן דאך די זאליס בכודם ובעצמם, ווי זיי האבן מיט זעלטענע רשעות ואכזרוית צושטערט רבינו שליט"א'ס שמחות באופן
נורא ומבהיל, און זיי האבן אוועקגעריסן רבינו זי"ע דעם בעל ברך משה פון זיינע אייגע שמחות, ממילא די זאליס זענענן די לעצטע  צי שרייען קאזאק הנגזל, ווייל ענקערע רשעות וואס ענק האבן געטיען מיט דעם דעם ברך משה זי"ע ביי שמחות,
אזוי אויך ימים טובים ווי למשל שמחת תורה, אז מען האט אים איינגעשפארט אין א בעסמעינט און שטיב, כדי ער זאל נישט
זען זיינע חסידם און ראדני סטריט איז פול פול א גרעסערע רשעות,

אבער, טו ראנגס דאזען מעק 1 רייט


.

 

 



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 25/08/2009 22:28:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 21:39 לינק ישיר 

ניין!
ער האט געדארפט אינטערשרייבען אז ער גייט ארויס פין קארט, אין אז אויב ער האט  סיי וועלכע תביעה גייט ער קומען צו די''ת, דעטס אלל

אין אויף דעם האט ער געהאט מסירת נפש, ר''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 02:17 לינק ישיר 

  איך זעה די האלסט אין איין איבער זאגען  אז מען האט געבעטען ר שאול פערלשטיין ער זאל נאר אינטערשרייבען שטרי ברירין מין שאלה צי דיר איז! איז עס געווען שטרי ברירין פין א בית דין אדער איז עס געווען עפעס א צעטיל וואס דער טאשען שניידער האט אויפגעטייפט ביי זיך אין בעסמענט, וואס דארט איז געשטאנען אז ר שאול מיז ענק געבען אלע נכסים פין ווילאמסבירג אן א שאס אין אן א פסק בית דין. ביטע ענטפער אבער שעלט נישט אדאנק....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2009 06:37 לינק ישיר 

דער סירוב לדין איז נישט יעצט געבוירן געווארן, און איך זע נאכנישט דער מסירות נפש. סוף כל סוף איז עס פאר זיי א גליק אז מ'האט א בית החיים וואס איז גאנץ נאנט צום אלטן בית החיים. ביי זיי איז עס א זכיה אז ער איז דער ערשטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2009 23:10 לינק ישיר 

ער וויל אראפנעמן די שמיץ פין זיך, האט ער איינגאשפאנט פארמעגליך אין די PR אין די גאנצע סטעף
אין פארשפרייט ווי ער קען זיין שקר, אז מ'האט אים נישט געוואלט באערדיגען פאר'ן פשוט'ן חטא פין זיין א זאלי'ס,

יוס'ל וואלדמאן וכת דליה, ארבעטן שווער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2009 00:29 לינק ישיר 

דאס מיינט ריכטיגע מסירת נפש על חילול שמו יתברך רח"ל.

ס'גייט פשוט נישט אריין אין קאפ וויאזוי א איד וואס איז געשטאנען אויפן בארג סיני זאל דאס קענען באווייזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2009 21:39 לינק ישיר 

עס איז צום שטוינען.......................




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסרבים לדין מיט מסירות נפש!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext