נאר דיין רבי מעג שרייען גזלן ווען מ'רופט אים צו די''ת???
נשלח ב-23/8/2009 18:37
בכלל איז דער הגז''ל וואס כשמו כן הוא א פשוטער היפאקריט דער יעניגער וואס ידיו דמים תרתי משמע (דמי גזילה) בנינים רבנות אוועק גערויבט דעם טאטנס געלט בחייו און די ירושה לאחר פטירתו און (דם ממש ) דם אביו הק' וואס ער האט אים שופך דם געווען און האט אים אהער געשטעלט נעבעך ללעג ולקלס ולשמצה בקמיהם און שופך דם פארן ברודער אחיו הגדול ממנו בתורה ובחכמה וביראה קומט מיט דמעות תנין וואס איז כידוע פאלטשע טרערן קבל עם ועדה שרייען ''גזלנים חמסנים'' כל הפוסל במומו פוסל
נשלח ב-23/8/2009 16:01
מיך ווינדערט עפעס אנדערש.
ביז פאר צוויי וואכן צוריק צוריק איז אין דער איד געווען הכחשות אז די אהרוינים זענען קיינמאל נישט
בעל בית, אין זיי האבן געהאט טשעקס וואס מען געט פאר יודא אליזער יאקאבוויטש
אין די זאליס זענען יעדעס מאל געווען מלא שמחה.
פלוצלים די זאליס עפענען אויף זייער אייגענע בית החיים ווערן די אהרוינים טעראריסטן למפרע
אז זיי טעראריזירן שוין יארן לאנג, ענדליך איז מען פטור געווארן פין זיי אין די שמחה איז ווידער אין לשער.
נשלח ב-23/8/2009 15:05
א סתירה צווישן די צוויי לצים.
הגז"ל האט געשריגן מיט די קראקאדילן טרערטן ביי די לווי', גזלנים חמסנים מען האט בארויבט א יונגערמאן פין זיין קרקע אין מען קען נישט תשבוה טיען דערויף.
דער לץ שאול האט געזאגט ביי זיין זינס לוויי' אז ער טוט דעם רצון הנפטר ער האט דארט געוואלט ליגן
אין דער נפטר האט געמיטש צי קויפן די פאלקאס בית הקברות.
( אין לויט ווי די זאליס פארציילן האט דער נפטר גאר אינטער געשריבן אויפן מקח פאר די קרקע
שלח לחמך על פני מים כי ברוב ימים תמצאנו)
קען איינער אנשטיידן די דאסיגע סתירות, א חוץ אויב מען וועט זאגן אז יעדער האט געגעבן דראגס פאר די צישאסענע זאליס אויף א אנדערע המלך.
תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 23/08/2009 15:30:27
נשלח ב-22/8/2009 00:13
אז ער האלט אז סאטמאר האט אים עפעס בא'גנב'עט, דעמאלט פארוואס קומט ער נישט צו דין תורה?
מעגליך איז זיין מיינונג אז גיין ע"פ תורה איז מען א גזלן רח"ל?
רב נועם הערכאות, דיין טאטנ'ס תלמידים וחסידים שריען שוין 10 יאר קום צו דין תורה, אז די האלסט אז זיי זענען גאר די גזלנים, נו, זאלן אידישע דיינים זאגן ווער ס'איז דער גזלן, פארוואס ווילסטו דוקא ענדערש הערן וואס - להבדיל אלף אלפי הבדלות - דער גוי האט צו זאגן?
וועם ווילסטו דא פאפן? מיינסט אז אויף יענע וועלט וועט מען דיר נישט שמייסן פאר יעדע איינציגן מינוט וואס די זיצט אין די גע'גנב'טע בנינים?
מיינסט אז אויף יענע וועלט וועט מען דיר נישט שמייסן פאר יעדע סקונדע וואס די זיצט אין געריכט?
אזא פנים האט עס ווען די גרעסטע חרדישער גנב אין מסרב שרייט גזלן!
נשלח ב-21/8/2009 20:41
דא איז פערלשטיין'ס דיבורים:
......
.......
......
יא יא דער מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט
נשלח ב-21/8/2009 20:37
די זאליס שרייען ער איז א אויסגעצאלטער מעמבער, לא יומתו בנים על אבות .
א פלא ווען הרב חיים הערש טייטלבוים דער זין ווילאמסבורגער רב שליט"א האט בר מצוה געהאט
איז די רבי דער ברך נישט געקומען צי די בר מצוה, מיט עפעס א תירוץ ווייל (ער) מ'האט געפירט א מערכה מיט הרב ר' מענדל באותו שעה.
לכאורה לא יומתו בנים על אבות, וואספארא מערכה פירט מען מיט הרב חיים הערש
ס'איזס דאך הרב חיים הערש'ס בר מצוה
נאר וואס דען במדה שאדם מודד מודדין אותו, שן תחת שן.
צווייטס
נעכטען איז געווען די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס ר' זלמן לייב האט פארלוירן א פלאץ וואס ער האט זיך אינגערעדט אז ס'איז זיינס.
מסתם גייט ער לשיטתו אז עס העלפט סייווי נישט קיין תשובה סא פארוואס זאל ער יעצט גיין צו דין תורה?
אנדערע זאגען הא לן הא להו, און פאר די זאליס קען אפשר יא העלפען תשובה אויף גניבה, למעשה שטייט דאך פאר איינעם "והישיב את הגזילה"
נ.ב. אלטס דבר בעיתו מה טוב, וואלט גלייך געווען פאר ווער עס קען נאכאמאל ארויפצולייגען דא שאול'ס דרשה
נשלח ב-21/8/2009 19:15
שאול פערלשטיין ווען ער האט באמבאסטיש דערלערט אז זיי האבן דעם בית חיים
אין ער גארנטירט פאר יעדן זיין חלקה, אין אז אינז האב מיר נישט קיין גאט'ס גארנישט ציטיען
האט ער אויך געזאגט אז ר' זלמן לייב האט פארלוירן דאס סבלנות
ער איז גערעכט אז איז אוט אוו קאנטראל.