|
|
| נשלח ב-23/8/2009 15:05 |
|
| |
א סתירה צווישן די צוויי לצים.
הגז"ל האט געשריגן מיט די קראקאדילן טרערטן ביי די לווי', גזלנים חמסנים מען האט בארויבט א יונגערמאן פין זיין קרקע אין מען קען נישט תשבוה טיען דערויף.
דער לץ שאול האט געזאגט ביי זיין זינס לוויי' אז ער טוט דעם רצון הנפטר ער האט דארט געוואלט ליגן
אין דער נפטר האט געמיטש צי קויפן די פאלקאס בית הקברות.
( אין לויט ווי די זאליס פארציילן האט דער נפטר גאר אינטער געשריבן אויפן מקח פאר די קרקע
שלח לחמך על פני מים כי ברוב ימים תמצאנו)
קען איינער אנשטיידן די דאסיגע סתירות, א חוץ אויב מען וועט זאגן אז יעדער האט געגעבן דראגס פאר די צישאסענע זאליס אויף א אנדערע המלך.
תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 23/08/2009 15:30:27
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 16:01 |
|
| |
מיך ווינדערט עפעס אנדערש.
ביז פאר צוויי וואכן צוריק צוריק איז אין דער איד געווען הכחשות אז די אהרוינים זענען קיינמאל נישט
בעל בית, אין זיי האבן געהאט טשעקס וואס מען געט פאר יודא אליזער יאקאבוויטש
אין די זאליס זענען יעדעס מאל געווען מלא שמחה.
פלוצלים די זאליס עפענען אויף זייער אייגענע בית החיים ווערן די אהרוינים טעראריסטן למפרע
אז זיי טעראריזירן שוין יארן לאנג, ענדליך איז מען פטור געווארן פין זיי אין די שמחה איז ווידער אין לשער.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 18:37 |
|
| |
בכלל איז דער הגז''ל וואס כשמו כן הוא א פשוטער היפאקריט דער יעניגער וואס ידיו דמים תרתי משמע (דמי גזילה) בנינים רבנות אוועק גערויבט דעם טאטנס געלט בחייו און די ירושה לאחר פטירתו און (דם ממש ) דם אביו הק' וואס ער האט אים שופך דם געווען און האט אים אהער געשטעלט נעבעך ללעג ולקלס ולשמצה בקמיהם און שופך דם פארן ברודער אחיו הגדול ממנו בתורה ובחכמה וביראה קומט מיט דמעות תנין וואס איז כידוע פאלטשע טרערן קבל עם ועדה שרייען ''גזלנים חמסנים'' כל הפוסל במומו פוסל
|
|
|
|
| נשלח ב-23/8/2009 22:23 |
|
| |
לעבן מיר וואינען 2 אידן {גראדע ביידע זאלי'ס} אין איינער רופט ליידער דעם צווייטען אין קארט וועגן עיר רייטס, האט דער אנגעקלאגטער האט געשיקט א הזמנה פאר'ן קלעגער, האב איך געזאגט פאר'ן קלעגער זאל שרייען אויפן אנגעקלאגטער (וואס איז אים תובע לדי''ת) ''גזלן חמסן וועסט קיינמאל נישט קענען תשובה טוהן................ ''
נאר דיין רבי מעג שרייען גזלן ווען מ'רופט אים צו די''ת???
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 02:33 |
|
| |
| allgood1s כתב: |  | מסתם גייט ער לשיטתו אז עס העלפט סייווי נישט קיין תשובה סא פארוואס זאל ער יעצט גיין צו דין תורה? אנדערע זאגען הא לן הא להו, און פאר די זאליס קען אפשר יא העלפען תשובה אויף גניבה, למעשה שטייט דאך פאר איינעם "והישיב את הגזילה" נ.ב. אלטס דבר בעיתו מה טוב, וואלט גלייך געווען פאר ווער עס קען נאכאמאל ארויפצולייגען דא שאול'ס דרשה
האסט עם אמאל געריפען צי דין תורה ? האסט דאך געריפען קהל ר יאנקעל כאהן ! וואזו האט נאר דער געוועזענער קרית יואלער רב געזאגט,? ווען מען האט עם געבעטען אינטער צי שרייבען שטרי ברירין ? סהאט גארנישט מיט מיר סהאט מיט קהל, סהאט מיט ר בערל פרידמאן ,סא מעק אפ דיין מיינד ווען האט עס מיט קהל אין ווען נישט, ווען דארף מין גיין נאר צי דייני קהילתנו נאר ביי יוסל וואלדמאן אדער אלעמאל....
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 13:48 |
|
| |
ברוך הבא ''יס ווי קאן'' ער דאס נזירות פון שרייבן האט זיך אזוי שנעל גענדיגט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 17:14 |
|
| |
בדרך אגב,
ווען איינער וואלט מיך פארשעמט ברבים מיט'ן באטיטלען "גזלנים חמסנים" וואלט איך עם גערופען צי דין תורה פאר'ן מוצא לעז זיין.
איך האלט אז מען זאל עם שיקען א הזמנה פאר'ן באשמיצען א קהילה מיט אזעלכע טיטל'ן.
|
|
|
|
|