בית פורומים אחים אנחנו

מוח וואשער: חיי שעה? אויך געלעבט! הפעם די בית החיים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/8/2009 19:41 לינק ישיר 
מוח וואשער: חיי שעה? אויך געלעבט! הפעם די בית החיים

די ארוינים ווייסן נעבעך נישט וואס צו טון פון גרויס צומישעניש צו זייער שלעכטע מזל האט מען נעכטן דאנערשטיג מקדש געווען די נייע חלק פונם ביה"ח דאס מיינט אז זיי וועלן דארפן ווארן "א גאנצע" וואך ביז'ן נעקסטען בלאט צו וויסן וואס מ'דארף טראכטן...

אויף זייערע אימעילס צושפרייטן זיי אז זיי טאנצן פאר שמחה אז מיר האבן זיך אפגעטראגן פון "זייער" ביה"ח. דאס איז נולד געווארן היינט צופרי, נעכטן האבן זיי נאך ביז די לעצטע מינוט געשיקט מעסעדשעס אז "עכט" גייט מען יא לייגן אין אלטן חלק, "עכט" וויל סטראלאוויטש באצאלן 50 אלפים, "עכט"האט קהל געשיקט א בריוו אז מ'קען לייגן נאר פאר 10 אלפים. בקיצור יעדע 10 מינוט איז פון דער בלאט אפיס ארויס א צווייטע מעסעדש און די צומישעניש האט זיך נעבעך שטארק אנגעזען ביי די קעלבער (אויב זייער פאסטעך איז צומישט...) ענדליך היינט איז ארויסגעקומען א קלארע מעסדעש פון דעם מוח וואשער שמואל ווידער... חסדי ה' כי לא תמנו די זאלי'ס האבן זיך אפגעטראגן... איר געדענקט נאך די חסדי ה' פון דעם רויטן בהמה כהן אין ראדני שמחת תורה?

הקיצור ער האט מחליט געווען צוריק צו נעמען דעם אלטן מיטל פון חיי שעה און פיטערן זיינע קעלבער.

פאר אונז בלייבט נאר איבער צו שטיין אין א זייט און לאכן פון זייער חיי שעה חיזוק און זיי דערמאנען אז די אלטע חלקה געפינט זיך "אין קארט" נישט אין דער בלאט אפיס.

דערווייל ביז די קארט וועט זיך ענדיגן וועלן זיי פארלירן די 2-3 מיליאן דאלער א יאר וואס זיי וואלטן פארדינט פון די זאלי'ס אנגעהויבן פון כ"א כסלו ס"ט ביז די קארט ענדיגט זיך.

נעבעך זייער נערישע שריט נעכטן האט זיי אינדערערד געלייגט.

תוקן על ידי עטגאסט ב- 21/08/2009 19:39:19




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 18:46 לינק ישיר 

ניין ניין פוסק ביסט נשט גערעכט, געהער א גוט ווארט פון א קלוגן יונגערמאן,

די וויטסטע וויזשיעאן וואס א ארוני קען זעהן איז 15 מינוט,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 07:00 לינק ישיר 

עס איז אן אנגענומענער כלל אז די אהרונים זענען מער תמימות'דיג און ווייט נישט אזוי ראפינירט ווי די זאלונים. אבער איר האלט טאקע אז עס איז זיי בכלל נישט בייגעפאלן אז מ'קען מקדש זיין א נייעם בית החיים? צי האבן זיי נישט געוואוסט אז מ'האט עס שוין אפגעקויפט אדער לכה"פ אין קאנטראקט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2009 19:08 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2009 21:12 לינק ישיר 

 באלאנד

געוואלדיג גוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/8/2009 21:02 לינק ישיר 

עס האט זיך פאר די לעצטע אכט חדשים ארויסכאפט א ווילדער מטורף א טיגער פון א זו אין א שטעטל אין אמעריקע. עס איז געווען א שרעק אין די גאנצע געגענט. אזאנס, א ווילדער טיגער אויף דער פריי.

אלע מוניציפאליטעטן פון דער געגענט און פון די פעדעראלע רעגירונג האבן געארבעט איבערמידלעך צו כאפן דעם טיגער און אים עכ"פ אומשעדליך מאכן.

עס זענען געווען ליידער עטליכע קרבנות פון דעם מטורף, עטליכע פאטאליטען וואס זענען צוביסן געווארן, און מען האט נאכנישט געכאפט דעם טיגער.

עס זענען אזוי דורך וואך נאך וואך, חודש נאך חודש און מען קען אים נישט דערווישן. עס איז איבריג צו שרייבן דעם שרעק און טעראר וואס דער מטורף האט געלייגט אויף אלע איינוואוינער. מענטשן זענען געווען דערשראקן צום טויט, ווער ווייסט ווער איז נעקסט.

דער טאג איז אנגעקומען. מען האט דעם טיגער ענדליך דערווישט שלאפנדיג אין וואלד, און נאך פאר ווי וואס ווען האט מען דעם טיגער ארויסגענומען אלע ציין פון פיסק און אראפגעשניטן די פינגערס פון די פאדערשטע און אונטערשטע פיס, אז קיין נעגל זאל אים מער נישט וואקסן, און אזוי האט מען אים צוריקגעשטעלט אין זו, אז אויב אפילו ער וועט נאכאמאל אנטלויפן, זאל ער מער נישט זיין שעדליך פאר דער מענטשהייט.

און עס האט אפגעאטעמט אלע איינוואוינער אז זיי זענען ארויס פון די סכנה.

אט דער שפיל האט זיך אפגעשפילט אין קרית יואל פאר די לעצטע אכט חדשים. דער מטורף דער ווילדער טיגער איז א חיה בצורת אדם וועלכער האט זיך אריינגעשטעלט אלס בעה"ב אויפ'ן סאטמארן ביה"ח און טעראריזירט די מענטשהייט ווי קיינמאל בעפאר. עס האבן געציטערט אלע מענטשן, וואס דא גייט זיין מיט זייערע גופים נאך די מאה ועשרים.

ר' אהרן און זיין קהל האבן טעראריזירט מיט אקציעס וואס איז נאך קיינמאל נישט געטון געווארן זייט דאס אידישע פאלק האט זיך געגרינדעט דורך אונזער זיידן אברהם אבינו. זיי האבן אויפגענומען יונגעלייט ארומצוקאלן עלטערע אידן און קראנקע אידן אפילו יונגעלייט וואס זענען ל"ע טויט קראנק און געווארענט אז אויב זיי וועלן נישט באצאלן פאר זייער קהל די סומע וואס זיי באשטימען, וועט דער איד נישט קענען ליגן אין סאטמאר.

דאס האט נאך קיין שום קהל אויף דער וועלט געטון, אפצוקאלן עלטערע אידן און שיקען בריוון און "סערטיפייד" בריוון מיט סטראשונגען. עס האט נאך קיין שום קהל אויף דער וועלט אפגערופן א משפחה פון א נאנט צום טויטן טאטן און פון זיי ארויספרעסן צענדליגער טויזענטער דאלארן, און דאס איז אלץ בלויז ווייל ער איז נישט א "פארטיי מעמבער" פון זייער קהל. זיי האבן אריינגעווארפן אלע עלטערע אידן אין א שרעק אין א פאניק, ווער ווייסט וואס גייט זיין מיט זיי נאך זייער מוע"ש.

זיי האבן אפגעקאלט די משפחה פון ר' חיים יעקב יואל באנדא זאל זיין געזונט, און פון זיי פארלאנגט די סומע פון פופציג טויזנט דאלער ווען ער וועט שטארבן, און אויב באצאלט מען פאראויס קען מען האנדלען אויף ביליגער. און דער אויבערשטער האט חונן דעת געווען פאר די קינדער אז זיי זאלן נישט האנדלען מיט ר' אהרנ'ס קהילה און דער טאטע זייערער איז ב"ה ארויס פון דעם קריזיס, ווען עס האט פאסירט אפענע תחיית המתים.

איך וועל אפילו נישט אריינגיין אין דעם וואס האט פאסירט צו דעם נפטר ר' עוזיאל פערלשטיין ז"ל, וואס איך וואלט געזאגט אז ר' עוזיאל האט געהאט א זכיה נישט צו ליגן ביי א קהל וואס האט געלייגט דעם באקאנטן מנוול משה ש. נעבען רבי'ן זי"ע.

טויזענטער סאטמארער אידן האבן נעכטן דריי אזייגער נאכמיטאג אפגעאטעמט אז מען איז פטור געווארן פון די טויט שרעק קאשמארן וואס ר' אהרן האט זיי אריינגעווארפן.

ר' עוזיאל פערלשטיין האט געהאט די זכיה נאך זיין פטירה צו שפארן מילאנען דאלארן פון חרדי'שן ציבור וואס די גזלנים און חמסנין האבן שוין באראבעוועט און געהאט גרויסארטיגע פלענער אויף ווייטער. היה לא תהיה.

מיר קענען אויסשרייען: ברוך אלקינו שהבדילנו מן התועים. מיר זעזנען ב"ה פטור געווארן פון ר' אהרן און פון זיין גאנץ קהל. זיי וועלן מער נישט קענען איינטיילן וואו די קרית יואלער אידן זאלן חתונה מאכן, און זיי וועלן מער קיינעם נישט קאלן צו "עקסטרשענען" מיליאנען דאלער אין גניבה און גזילה געלטער.

מען האט געמאכט דעם קרית יואלער מענטשן פרעסער, אומשעדליך!



תוקן על ידי באלאנד ב- 21/08/2009 20:59:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2009 19:56 לינק ישיר 


איטערעסאנט, זיי האבן אויך מקדש געווען א נייע חלקה, אין דאס הייסט נישט אפגעטראגן, ווענד זיך ווי די חמר שטייט איין. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > מוח וואשער: חיי שעה? אויך געלעבט! הפעם די בית החיים
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext