די טעמע איז זייער א האקעלע און א קאנטראווערסיאלע, ס'איז א פאקט אז קיינער קען זיך נישט טרויען אריינצורעדן אין די חשבונות פון בי"ד של מעלה, ובפרט אין די קארדינאלע פראגע פון "רשע וטוב לו, צדיק ורע לו" וואס איז אזוי אלט ווי די וועלט. איך וועל אודאי נישט זיין דער וועלכער וועט זיך וואגן צו מישן דעם טאפ פון שכר ועונש, כאטש ווי יעדער איד גלייב איך דערין מיטן גאנצן הארץ.
פארט איז א טרוקענער פאקט אז איבער די לעצטע יארן האט שוין דריי מאל פאסירט דאס זעלבע. דריי גרויסע עסקנים פון די זאליס זענען נפטר געווארן מיט א מיתה חטופה א קורצע צייט נאך, אדער גאר אינמיטן, וואס זיי זענען געווען שטארק אקטיוו אין די אקטיוויטעטן וועלכע זענען אלע געצילט אונטערצוברעכן דעם כח פונעם מרא דאתרא אין קרית יואל, ה"ה כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א.
1) האברך ר' יואל ברמ"י גליק ע"ה. אן איידעלער יונגערמאן וועלכער איז געווען א גרויסער עסקן, און בערך א האלב יאר בעפאר זיין טראגישע פריצייטיגע פטירה איז ער געווען אויסערגעווענליך אקטיוו אין צורישן דעם ערשטן שבת וואס רז"ל האט געפראוועט אין קרית יואל, און אויך שפעטער איז ער געווען פון די גרויסע עסקנים פארן דאן-נייעם "סאסמאן" שול, און פאר די נאכנישט געבוירענע נייע "ויואל משה" מוסדות. ער איז איין אינדערפרי פשוט נישט אויפגעשטאנען [אויב געדענק איך גוט איז עס געווען חוה"מ סוכות, אדער ארום יענע צייט].
2) הרה"ג ר' מענדל הענדלער ע"ה. א לאנגיאריגער אויסגעשפראכענער מתנגד פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א. במשך דעם זומער בעפאר זיין פטירה איז ער געווען שטארק אינסטרומענטאל אין פרובירן צו פאררעכטן די נייע מוסדות "ויואל משה" פון די זאליס אין קרית יואל, וואס האט שוין דאן געהאט א שרעקליכן נאמען אפילו צווישן די גרעסטע זאליס. ר' מענדל איז געווען אריינגעטון ראשו ורובו אין פארצווייפלטן פרואוו עס צו ראטעווען, און אפגעהאלטן פערזענליכע אינטערוויוס מיט יעדן נייעם מלמד, טיטשער, און תלמיד, וואס האט דאן געוואלט אריינקומען אין די נייע מוסדות, ווי אויך געארבעט צו פארשאפן פרישע געלונגענע מלמדים. זיין פריצייטיגע פטירה איז געווען אן אויסטערלישער קלאפ פאר די נייע מוסדות, וועלכע האבן זיך נאך זינט דאן נישט באוויזן געהעריג צו שטעלן אויף די פיס.
3) האברך ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה. א חשוב'ער יונגערמאן און גרויסער עסקן, וועלכער איז געווען שטארק אקטיוו אין קרית יואל'ער פאליטיק, טראץ וואס ער איז לגמרי נישט געווען אזא פארביסענער שונא פון כ"ק רבינו שליט"א ווי זיין פאטער. אין די וואך בעפאר זיין אויפטרייסלנדע פטירה איז ער געווען צווישן די באטייליגטע ביי אן אסיפה וואו מ'האט אים, צווישן אנדערע, אויפגענומען אין די נייע זאלי קהל יטב לב אין קרית יואל, וועמענ'ס איינציגער ציל איז געווען דאס צו קענען נוצן אין געריכטליכן פארמעסט צו בארויבן דעם ביה"ח פון אירע תורה'דיגע אייגנטימער.
און פארוואס איז ד. כהן אוועק פון דער וועלט אין יונגן עלטער נאכן פייניגן זיך אין יסורים? ער איז דאך געווען פון די גרויסע אנהענגער פון ענקער רבין?
נשלח ב-19/10/2009 00:56
אויף רשע וטוב לו, האבען שוין אסאך צדיקים געזאגט אז מ'טאר קיין קשיות נישט פרעגן
כ'קען דיר נאר אנצייגען ווען ס'געשעהט אזעלכע טראגעדיעס אין אזא קורצע זמן, האסטו א דין ווי אימ-שכלדיג
כ'ווייס נישט וואס די ווילסט פין ר' דוד כהן ז''ל, האט ער איז זיין לעבן געטשעפט א יוד?
(אגב, ער איז נישט אוועק פליצלינג, אזווי די פין וועם די מדובר איז דא)
נשלח ב-19/10/2009 01:20
חברה! איך וויל נישט אוועקנעמען די שרעקליכע מעשים פון די אלע מתנגדים. אבער ווי קענען מיר דן זיין ווער איז פארוואס געשטארבן? ווער זענען מיר? איך וויל בעטן אלע חברים פון אלע זייטן. ביטע הערט אויף. צו רעדט זיך איינער איין אז די יתומים זענען נישט ארויף אויף אינטערנעט? פארוואס דארפן זיי אייביג וויסן אז די ארונים האבן זיך געפריידט(וואס עס נישט אמת, איך ווייס) ווען מיין טאטע איז נפטר געווארן? נישט מיט'ן שרייבן ברוך דיין אמת, איז מען זיך משתתף מיט די צער. די יתומים זעהן דאס, זיי וויינען ביינאכט, ווער וויל נעמען די אחריות? איך מיין דא ביידע זייטן צוגלייך. איך מיין נישט קיינעם פערזענדליך, איך שעץ ענק אלע זייער, און עס איז מיר א כבוד צו שרייבן דא. אבער ביטע הערט אויף. עס לוינט זיך נישט איין טרער פון יתום וועלכע דארף זעהן שמיץ אויף זיין טאטע.
צו די םפאר נער'ישע וויל איך אפילו נישט רעדן. אבער צו די קליגע, וויל איך יא.