בית פורומים כל העולם כולו

א פרישער שרעקליכער בלבול קעגן "חברה הצלה" קר"י!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/8/2009 07:28 לינק ישיר 
א פרישער שרעקליכער בלבול קעגן "חברה הצלה" קר"י!

דוכט זיך אז די רעפובליקאנער "בוירטערס" און "דעד פענעלס" קאנספיראטארן וואלטן זיך מחיה געווען צו האבן "בן חוה", "יוסף90", און די איבריגע איד שרייבער אויף זייער פעירראל. די ביידע גרופעס זענען אייניגע בעלי דמיון, און האבן אליין נישט קיין צייט צו אטעמען צווישן איין ליגנט און צווייטן. קוים וואס זיי פארטיגן פארדייען דעם ערשטן בלבול, און באלד נעמט זיך שוין באקן א פרישער ליגנט נאך גרעסער ווי דער פריערדיגער, און בדרך כלל וועלן זייערע בלבולים האבן עפעס שייכות מיט בלוט און/אדער פלייש.

לאמיר גיין פאוואליע.

ס'איז נאכנישט דורך קיין גאנצע צוויי וואכן פון ווען ס'איז פארשפרייט געווארן אן אנאנימער צעטל וואס האט דערקלערט נישט מער נישט ווייניגער אז די פלייש פון די מהודר'דיגסטע בית השחיטה אין אמעריקע איז פראסט און פשוט טריפה! און מ'דארף כשר'ן די כלים. צוערשט האבן די זאליס געטאנצן אויף דער מציאה, אבער ווען די פאקטן האבן אנגעהויבן פאטשן אין פנים מיט פארפרוירענער רעאליטעט האבן זיי באלד אנגעהויבן אפילו לייקענען אז דער בלבול קומט פון זיי. ס'איז א פריוואטער מענטש. אלעס ביז ווען דער איד האט פאריגן דאנערשטאג באשלאסן איבערצודרוקן דעם אנאנימען פאשקעוויל ווארט ביי ווארט, אן די מינדסטע אונטערשטיצונג פון אן עדות אדער א פאקט, אויסער צולייגן אז דאס איז א צווייטע פינקל פרשה!

ליידער האט דעם זעלבן טאג פאסירט א שרעקליכן אומגליק, וואס האט באלד אונטערגעשמירט די רעדער און די פאנטאזיע מאשין האט אנגעהויבן ארבעטן אווערטיים. ממש יעדע איינציגע שעה זענען ארויסגעקומען פרישע לגיונות און זאפטיגע בלבולים, וועלכע האבן אין די ענדע אינעם סטיל פון "עלי יניח צדיק" זיך צוזאמגעגאסן און געווארן איין ריזיגער ליגנט מיט'ן נאמען "פאלאק'ס לאט".

מיר זענען נישט אויסן דא אריינצוגיין אין די פרטים פון דעם ריזיגן צוזאמגעשמאלצענעם ליגנט, דערויף זענען שוין פאראן גענוג אשכולות, און דער חשוב'ער מנהל וועט האבן א גערעכטע טענה אויב מיר וועלן חלילה זיין עובר זיין אויף זיין תקנה קעגן עפענען פרישע אשכולות (מעגליך אז מיר וועלן נאך צוריקקומען אין די אנדערע אשכולות אויסקלארן דעם נעפל וואס הענגט איבער אלע פרטים).

פארט איז דא אפירגעקומען א פרישע אנטוויקלונג, וועלכע איז טאקע ענג פארבינדן מיט די פרשה אבער דאך נישט א טייל פון דעם עקזיסטירנדן שמועס. וואס בארעכטיגט, און איז מחייב, לדעתי א פרישן אשכול.

המשך:




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 06:45 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו היראים ווייסט נישט אדער ער מאכט זיך נישט ווייסנדיג
אבער כ'בין כמעט זיכער אז יעדע 911 קאל פון ק"י ווערט געטרענספערט צו די "הצלה"
און אזוי אויך יעדע פייער קאל צו "מצילי אש"
אזוי אז זיי האבן נישט קיין אויסוואל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 03:17 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט

איז נישט דא קיין זאלי אדער בנ"י הצלה מעמבער?

פארוואס זענען זיי נישט געקומען ראטעווען די צ... ווען זיי האבן באקומען די זאלי/בנ"י טעקס מעסעדש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2010 02:47 לינק ישיר 

פאר די חברה הצלה דקרית יואל איז א כבוד ווען מען זעהט "ווער" עס באשמיצט.

אדרבא ואדרבא, די גרעסטע כבוד איז ווען א באנדע שלעגער והולכי בערכאות זענען די באשמוצער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 02:36 לינק ישיר 

דאס איז שוין יא ''אכזריות''
קען באשמיצן אזא הצלת נפשות ארגענעזאציע איז רעכט אכזריות אין שפיכות דמים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2010 01:04 לינק ישיר 

היינט האבען זיי פאברעצירט א פרישע אטאקע קעגן די בארומטע חברה הצלה דקרית יואל

נעמענדיג אויפן צימבל אויך דעם בארומטען עסקן הרב בעריש פריייליך וועלכע האט ג'טענה'ט אז ער קען זיך נישט מישען אין קיין פאליטיק

עס איז שוין העכסט צייט די זאלי'ס זאלען אויפהערן רופן די חברה הצלה אין ק''י ביי טראגעדיעס
רופטס 911
והכל על מקומו יבא
 
קיין געלט געבן ענק ממילא נישט פאר די הצלה, ענק פראבירן נאר צו מסר'ן אין אינטער ברעכן די הצלה מיט שקרים אין רשעות אין רציחה.
פארוואס ניצט איר זייער סערוויסעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 09:06 לינק ישיר 

ווי איך שרייב שוין ערגעץ אנדערש, האב איך נישט דעם לוקסוס צו זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק און באקן פרישע מעשיות (דאס איז אפשר די איינציגסטע סיבה פארוואס איך וואלט געדארפט טוישן צו די פארטיי פון בן חוה און פארמעגליך...).

ווי כ'זע איז אין דעם איינעם טאג וואס כ'בין נישט דא געווען געבוירן א פרישע בעטשקע מיט געבעקסן מבית היוצר של המסרבים לדין, וועלכע טרייען צו ספינען זייער שרעקליכן דורכפאל - ווען זיי האבן געמוזט עמטליך ערקלערן פאר זייערע אייגענע קעלבלעך אז זיי געבן אויף אויפן בית החיים - אויף אלע זייטן, אפגעזען פון די שרעקליכע קאנסעקווענצן וואס זייערע בלבולים קענען האבן אויף פראבלעמען אין עתיד מיט בזיון המת, היל"ת.

כ'האב נישט די צייט אפצוענטפערן יעדן שקר, כ'קען נאר איבערגיין בקיצור די פאקטן, אין צוגאב פון נאך געציילטע פונקטן:

------------------

פאקט #1: די חברה הצלה, ווי אויך ר' משה לייב וויטריאל, האבן געהאנדלט מיט גרויס מסירות נפש, און די פרשה איז נאך ווייט פון פאראיבער. גאט זאל האלטן די רעכטע האנט וד"ל

פאקט #2: די פופציג טויזנט דאלער האט מען נאר געבעטן אלס ערבות אז מ'גיין קומען צו די"ת, נאך וואס ר' שאול פערלשטיין האט בשום אופן נישט געוואלט צושטעלן זיין די"ת צו די די"ת אין ב"פ.

פאקט #3: די עסקנים פון ווילעדזש וועלכע האבן ארויסגעגעבן די נויטיגע פערמיטן, במסירות נפש און אן וואס דער נפטר זאל האבן געוואוינט אין זייער יוריסדיקציע, האבן קיינמאל נישט פארבינדן זייער געבן די פערמיטן מיט קיין שום תביעות ממון.

פאקט #4: נאך וואס בן חוה האט זיך דערזען מיטן פראבלעם אז זיין ליגנט איז נישט גוט אפגעבאקן, האט ער פרובירט צוריקצודרייען דעם זייגער דורך אריינרוקן זיין באהאלטענעם מודה זיין אז ער האט ארויסגעלאזט א נארישן און פרעכן שקר אין א פלייץ פון פריש געבוירענע שקרים, וועלכע דארפן באהאלטן זיין ערשטן גראבן ליגנט.

--------------------------

צום שלוס:

אויב איז דא עמיצער וואס האלט אז די אהרונים האבן נישט געוואוסט אז די זאליס גייען איין טאג האבן זייער אייגענעם בית החיים, דארף יענער א געהעריגן דאקטאר.

די איינציגע וואס האבן געהאט א פראבלעם מיט מאכן א נייעם בית החיים זענען געווען די זאליס, ווען זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין קאנדידאט וואס זאל זיין דער שעיר לעזאזל פאר זייער מסירות נפש נישט צו גיין צו די"ת, ביז ווען ס'איז געקומען דער אומגליקליכער מאמענט ווען א טאטע האט מפקיר געווען זיין אייגענעם זון אלס שפילצייג, און אים באגראבן מיט א שרעקליכן בזיון פשוט פאר זיינע פאליטישע אמביציעס!

אדרבא, אויב האט דער פערלשטיין געשפירט אז ער מוז בלית ברירה אוועקגיין פון סאטמארן ביה"ח כדי נישט אנקומען חלילה צו די"ת, פארוואס האט ער נישט געקענט באגראבן זיין זון ווי א נארמאלער מענטש אין בני יואל?! וואס איז געווען די יאגעניש פון מקדש זיין א ביה"ח אין ראש חודש, און אים באגראבן מאחורי הגדר פונעם סאטמארן ביה"ח?!

און זיי האבן נאך די חוצפה צו באשולדיגן סאטמאר אין מבזה זיין דעם נפטר!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 07:07 לינק ישיר 

קשיא בן חוה אויף פארמעיגליך

פארמעיגליך שרייבט אז מ'האט זיך "געבעטען" גאנצע פינעף שעה אז הצלה זאל אוועקפירען דעם נפטר (ער וועט עס נאך באלד טוישען מיט זיין מנהל שני ניק)

בן חוה שרייבט אז הצלה האט "פארכאפט" דעם נפטר

יא איך פארשטיי עס איז נישט די איינציגע סתירה... אבער לויט פארמעיגליך יעצטיגע וועירסשאן האט הצלה ניטאמאל איהם געוואלט נעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 06:48 לינק ישיר 

YESWECAN3 כתב:
 די געדענקסט נאך די רציחה וואזי מען האט פארברענט די ילד קינדערהיים פאר אפאר יאר צירוק, ווען מען האט אין די לעצטע מינוט געראטעוועט די מאמעס מיט די קליינע אויפעלעך....  האסט שוין פארגעסען די שטיינער ווארפען אויף די רעבעצען ע''ה,?


המממממ.....

Let's get back to those days...

צוריק קוקענדיג ווער עס האט אנגעמאכט די מחלוקה אין יענע יארען. דוכט זיך מיר אז דאס איז נישט קיין אנדערער ווי דער איצטיגער מבעיר את הבעירה. און ניין, ער איז נישט קיין ארויני



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2009 06:17 לינק ישיר 

בן חוה פרעגט מיר אין אישי "וואס פאר א שייכות האט אן עירוב מיט מרא דאתרא, און פארוואס זענען פארהאנען מתירים פון אן עירוב אין וויליאמסבורג און בארא פארק ווען דארט איז נישט געווען קיין מרא דאתרא פון בריאת העולם?"

קען איהם איינער ענטפערען...?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 01:57 לינק ישיר 

 


בזאת תבחנו:


איך בין גרייט צו שטעלן אין קאן די באגלויבטקייט פון מיין זייט אין די פרשה און זאג קלאר אז דער טויט-שיין איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די קרית יואל ווילעדזש, און אויב ס'וועט אויספעלן וועל איך פרובירן צוצושטעלן א קאפי פונעם טויט-שיין, טאמער בן חוה איז גרייט קעגנצוקומען און ברענגען דאקומענטן וועלכע ווייזן אז דער טויט-שיין איז נישט ארויסגעגעבן געווארן דורך קרית יואל, און/אדער א רעסיט אז זיי האבן באקומען עפעס באצאלט דערפאר!

---------------------

בזאת תיבחנו.. מיר נישט ארום... דיינע אלע מעשיות וואלטען גיט געווען ווען ענק האבען ווען א קלינע רעקארד 


די געדענקסט נאך די רציחה וואזי מען האט פארברענט די ילד קינדערהיים פאר אפאר יאר צירוק, ווען מען האט אין די לעצטע מינוט געראטעוועט די מאמעס מיט די קליינע אויפעלעך....  האסט שוין פארגעסען די שטיינער ווארפען אויף די רעבעצען ע''ה,? האסט שוין פארגעסען די איבערדרייען די בית המדרש 152 ראדני שמחת תורה 2 יאר נאכנאד?

דער איינציגער שולדיגער אינעם אפהאלטן די קבורה פונעם אומגליקליכן נפטר פאר לאנגע אכט שעה איז נישט קיין אנדערער ווי זיין פארריסענער און רשעות'דיגער טאטע, וועלכער איז גרייט געווען צו נוצן זיין אייגענעם זון אלס קאנאנען פלייש אין דעם מסירות נפש'דיגן קאמף נישט צו גיין צו דין תורה!

איך זעה די האלסט אין איין איבער זאגען  אז מען האט געבעטען ר שאול פערלשטיין ער זאל נאר אינטערשרייבען שטרי ברירין מיין שאלה צי דיר איז! איז עס געווען שטרי ברירין פין א בית דין אדער איז עס געווען עפעס א צעטיל וואס דער טאשען שניידער האט אויפגעטייפט ביי זיך אין בעסמענט, וואס דארט איז געשטאנען אז ר שאול מיז ענק געבען אלע נכסים פין ווילאמסבירג אן א שאס אין אן א פסק בית דין. ביטע ענטפער אבער שעלט נישט, אדאנק....


[ואיידי דאתינן להכא, קען איך זיך נישט איינהאלטן פון ארויסברענגען א שארפע נקודה וואס מ'האט מיר מעורר געווען:

דער שטאלצער און איינגערעדטער א.ג. "ראש הקהל", ר' שאול פערלשטיין, גייט נאך יעצט ארום פארקויפן פאר זיינע קעלבעלעך אז "דער בית החיים איז פארזיכערט פאר אונז, מיר וועלן נישט בלייבן סטאק אויף פאלאק'ס לאט, אלעס איז אונזערס".

אפגעזען פונעם טפשות אונטער די ווערטער, באדייט דאס אין אנדערע ווערטער אז דער שוטה רשע וגס רוח זעלבסט אנערקענט עמטליך אז ווען ער וועט צוריקבאקומען דעם בית החיים [לויט זיינע חלומות] וועט זיין אייגענער זון בלייבן אויסגעשפילט מחוץ למחנה, ווייל דאן וועט דאך קיינער נישט ליגן אויף פאלאק'ס לאט פאר די קומענדיגע הונדערט יאר מינימום!

דייו ספין וועט דיר גארנישט העלפען ,ר שאול האט געזאגט אז ווען מען וועט אי''ה צירוקבאקימען די בית החיים וועט מען אויפברעכען די געיט אין מען וועט לייגען די נייע ניפטרים ביי די נייע לאט...




תוקן על ידי - געגאנגען - 24/08/2009 8:14:55[/quote]

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 25/08/2009 1:53:48




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/8/2009 00:12 לינק ישיר 

מיין תגובה אין דעם ענין עטליכע ציריק, ווען די סקאנדאל איז געבאקען געווארען, וואס כ'הגעשריבען אין א אנדערע אשכול

זאלי'ס אין אטאקע קעגן בארימטע חברה הצלה דקרית יואל

די זאלי'ס האבען אן צו קומען צו זיך פין זייער מעכטיגע געווינס, אז אלעס בלייבט ביים אלטן, אין מ'גייט נישט צו די''ת
אין זיי פראבירן יעצט נקמה צו נעמען אין וועם זיי קענען,

ווער עס האט די זכי' באקומט יעצט א קיתון של שופכין, (הרה''ח ר' שלמה ווצב''ג - משמש האט אויך געהאט די זכי' פין איין'ס זייערע פירער אויפן גאס, אזש שרייענדיג היטלער וכו'....)

דער לעצטער קרבן, איז די בארימטע חברה הצלה דק''י, וואס אויף קיין פאל האבען זיי זיך נישט געמישט אדער געטשעפט א  זאלי אין זייער היסטאריע פין עקזיסטענץ, אין ווערן פאררעכנט ווי איינס פין די געטרייעסטע אין סאפיסקירטע הצלה ארגענזאציע, בראש פין זייער לאנגיעריגער געטרייער אין געשעצטער מיסד אין מנהל,

אין וויבאלד דער מנהל'ס מוח גייט נישט אין שפאן, גיסען זיי אויס די כעס , אויף די ק''י הצלה, נאכעדם וואס די נפטר איז געליגן די גאנצע צייט וואס די אייגענע טאטע פינעם נפטר האט געשפיגען אויף די תורה בשעה שמתו מוטל לפניו, אין א אמבעלאנס פין ק''י הצלה, אין זיי באשילדיגען אז די הצלה האט נישט געוואלט ארויסגעבן דעם נפטר,

וואס האט עטץ געוואלט טוען מיטן נפטר ביז די טהרה?????

ארינטער צירייסען אזא ארגענעזאציע ווי חברה הצלה, אז א שפיל מיט הצלת נפשות!!!

אבער ס'וועט האבען די זעלבע אפעקט ווי ענקערע טעגליכע עלילות.....
סוי ווער איז נעקסט?

---------------------------------------------------------------------

אבער ווי אייביג, קויפן די זאלי'ס אפ אלע מעשיות קיין אינטערשייד אויב ס'איז פין היידפארק / דער איד / ראדני מקווה / וכ' ווי לאנג די מעשה דינט דעם ציל איז עס אמת,  אין זיי שווערן זיך שוין דערמיט א שטייגער ווי די דורכגעפאלענע צומות הגידין סקאנדאל.

אין כדי מ'זאל זיי גלייבן ווארפן זיי אריין א ווארט אמת אז חברים אין ק''י האט זיי נישט געטשעפט.........

הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 23:37 לינק ישיר 

דער זיידע פון די אלמנה הרה"ח ר' משה סטראלאוויץ ע"ה איז נפטר געווארן אין מאנטרעאל ממחרת ר"ה (צום גדלי') תשל"ט און ער ליגט דארט במנוחה מיט נאך סאטמערע חסידישע ערליכע אידן. ווי למשל הרה"ח ר' עזריאל לעווי ז"ל און הרה"ח ר' וואלף ברוך ווערצבערגער ע"ה זיידע פון הדומ"ץ ר' לייביש ב"א אלחנן ט"ב שליט"א מיט נאך אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 17:38 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב עס באלאנגט אין די אשכול,

איך זעה אז די רעדטס פון בלייבען ליגען אליין אין א ביה"ח, איך האב "געהערט" אז מיט די זיידע פונעם נפטר די טאטע פון זיין שווער האט מען מקדש געווען די ביה"ח אין מאנטריאל פאר יארען צוריק און ליגט נאך היינט צוטאג אליין נאר מיט א נפל, קען עס איינער קאנפירמען?

דער בן חוה שרייבט אין בח"ח אז עס איז נישט קיין מרא דאתרא אין ק"י, איך האב אים געוואלט פרעגען וויאזוי מעג ער דעמאלסט טראגען מיטען ק"י עירוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 16:11 לינק ישיר 

איך האב געזעהן די אלע בלבולים אבער כ'האב געהאלטען אז ס'איז אפילו נישט ווערט זיך וויסענדיג צו מאכען דערפון,

דער עולם ווייסט פון ווי ס'קומט, און א נארמאלער בר דעת וועט דאך נישט אפקויפען אזעלכע שטותים נאכדערצו פון די גרעסטע בעל דמיון "בן חוה", און די קעלבער וואס קויפן יא אפ אזעלכע שטותים פאר גוט געלט און קייען עס איבער מיט זאפט אין ביהמ"ד פאר זיי בין איך דאך ניטאמאל אינטערעסירט צו שטיין אין ווארט, זיי גלייבען דאך אויך אז ק"י "בית השחיטה המהודרת" איז חזיר טרפה,

אבער אז מ'רעד שוין דערפון וואלט איך נאר געוואלט זאגען וואס איך האב געהערט פון אן הצלה מאן וואס איז געווען "אן קאל" ר' י. ד. (גראדע נישט קיין ארויני) האט ער מיר דערציילט די גאנצע זאך (נאך פאר ער האט געליינט הייד פארק אז מ'דארף דא באשולדיגען 'חברה הצלה') ווי אזוי ס'איז צוגעגאנגען פון ווען ער איז אנגעקומען,

האט ער געזאגט אז קודם איז די נפטר געליגען אין אמבולאנס פארענט פון זיין הויז, דערנאך צוליב וואס ס'האט נישט צוגעגעבען צום ראויגקייט פאר די אלמנה און די משפחה האט מען אים אוועקגעפירט צום ביה"ח ווי ס'איז געזיצען אינעוויניג בחורים פון די ישיבה פאר שמירה, און משה לייב איז אויך דארט געווען על כל צרה שתבוא.

די הצלה האט אויסגעבארגט אן אמבולאנס פאר א היבשע פאר שעה, א זאך וואס זיי דארפען ווען נישט טון און אוודאי באקומען זיי נישט באצאלט דערפאר, נאר כדי ס'זאל נישט זיין קיין בזיון המת. (און פארשטייט זיך אז ס'איז געגאנגען די עיר קאנדישאן אויף די העכסטע די גאנצע צייט)

אדרבא, זיי האבען געווארט אז איינער זאל אים קומען נעמען, אבער נישט די חברה קדישא דקהל יטב לב, און נישט די בני יואל חברה קדישא און נישט פאלאק'ס חברה קדישא האבען אים געוואלט נעמען,

ביז נאכמיטאג צייט ווען ס'איז געווארען אפגעמאכט אז מיט מסירות נפש ווען מען נישט גיין צו די"ת, נאר בלייבען אין ערכאות של עכו"ם דעמאלטס איז געקומען בני יואל חברה קדישא אים אפנעמען, און אפגערעדט אז די 'הצלה' האט גלייך אהינגעגעבן דעם נפטר.

דאס איז די טרוקענע פאקטען, און ווער עס וויל זאל אליינס זיך נאכפרעגן...

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר די 'חברה הצלה' וואס האט זיך אפגעגעבן מיט זיין גוף (וואס איז נישט גרונג געווען) און א צייט וואס קיינער האט זיך נישט געוואלט מטפל זיין דערמיט ביז מ'האט אים אפגענומען און אפגעפירט אין פאלאקס פארקינג לאט.

ת.נ.צ.ב.ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2009 08:14 לינק ישיר 

#4

פיין, חלומות פאזע פארטיג, ס'איז שוין צייט אויפצושטיין.

פאקט #1: ר' משה לייב וויטריאל איז פון די סאמע גרעסטע עסקנים, אויב נישט דער גרעסטער, בדורינו ווען עס קומט צו פראבלעמען פון פאלמעסן א נפטר. מענטשן ווייסן נישט, און קיינער זאל טאקע נישט וויסן, וואספארא שבעה מדורי גיהנום מ'קען דורכגיין צומאל אין אויסנאם פעלער, ס'זאל זיך נישט מאכן ל"ע, פון די רעגירונג אינסטאנצן. מאיזה סיבה האט דער רבש"ע באשאנקען ר' משה לייב מיט ספעציעלע כוחות "ויתן חנו בעיני העם והשרים" ער זאל קענען אויפטון אויף דעם ענין.

ס'פארשטייט יעדער וואספארא פראבלעמען ס'מאכט זיך ווען א יונגער מענטש ווערט ל"ע נפטר פלוצלונג. ס'פארשטייט אויך יעדער אז דא איז בשום אופן נישט דער ארט אריינצוגיין אין די פאקטן און אומשטענדן פון אזוינע האקעלע ענינים. גענוג איז צו וויסן אז אדאנק דעם אמבולאנס "אויף די ברענענדיגע זון", און דורך די אויסערגעווענליכע מסירות נפש פון געוויסע עסקנים, איז דער נפטר ב"ה געראטעוועט געווארן פון א שרעקליכן חילול ובזיון.

פאקט #2: טראץ וואס דער נפטר האט נישט געוואוינט אין די גרעניצן פונעם ווילעדזש, און ארגינעל וואלט זיין טויט-שיין לכאורה געדארפט קומען פון טאון אוו מאנרא, וואס וואלט געקענט מאכן שרעקליכע פראבלעמען אין אונזער פאל, כנ"ל וד"ל, האט ער באקומען זיין טויט-שיין דורך די ווילעדזש פון קרית יואל, וועלכע האבן פארקוקט אלע שוועריגקייטן בהוה און מעגליך בעתיד אבי צו ראטעווען דעם נפטר.

פאקט #3: די "חברה הצלה" ווערט קיינמאל נישט פארמישט אין קיין פאליטישע געפעכטן, טראץ וואס איר אנפירער האט קיינמאל נישט געלייקנט אדער באהאלטן וואו ער געהער. און דאסמאל איז נישט געווען קיין אויסנאם. ווי נאר אלעס איז מסודר געווארן, און די משפחה האט פארלאנגט דעם נפטר האט מען זיי נישט געשטעלט קיין שום שוועריגקייטן.

פאקט #4: די ווילעדזש האט קיינמאל נישט געשטעלט קיין "תנאי" אז מ'מוז באצאלן דעם חוב איידער זיי געבן ארויס דעם טויט-שיין, טראץ וואס עפ"י יושר האבן זיי געהאט אלע רעכטן און מעגליכקייטן דאס צו טון.

איך האב עס געשריבן אין בחדרי חרדים, און איך זאג עס דא נאכאמאל ברבים:


בזאת תבחנו:


איך בין גרייט צו שטעלן אין קאן די באגלויבטקייט פון מיין זייט אין די פרשה און זאג קלאר אז דער טויט-שיין איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די קרית יואל ווילעדזש, און אויב ס'וועט אויספעלן וועל איך פרובירן צוצושטעלן א קאפי פונעם טויט-שיין, טאמער בן חוה איז גרייט קעגנצוקומען און ברענגען דאקומענטן וועלכע ווייזן אז דער טויט-שיין איז נישט ארויסגעגעבן געווארן דורך קרית יואל, און/אדער א רעסיט אז זיי האבן באקומען עפעס באצאלט דערפאר!

---------------------


דער איינציגער שולדיגער אינעם אפהאלטן די קבורה פונעם אומגליקליכן נפטר פאר לאנגע אכט שעה איז נישט קיין אנדערער ווי זיין פארריסענער און רשעות'דיגער טאטע, וועלכער איז גרייט געווען צו נוצן זיין אייגענעם זון אלס קאנאנען פלייש אין דעם מסירות נפש'דיגן קאמף נישט צו גיין צו דין תורה!

[ואיידי דאתינן להכא, קען איך זיך נישט איינהאלטן פון ארויסברענגען א שארפע נקודה וואס מ'האט מיר מעורר געווען:

דער שטאלצער און איינגערעדטער א.ג. "ראש הקהל", ר' שאול פערלשטיין, גייט נאך יעצט ארום פארקויפן פאר זיינע קעלבעלעך אז "דער בית החיים איז פארזיכערט פאר אונז, מיר וועלן נישט בלייבן סטאק אויף פאלאק'ס לאט, אלעס איז אונזערס".

אפגעזען פונעם טפשות אונטער די ווערטער, באדייט דאס אין אנדערע ווערטער אז
דער שוטה רשע וגס רוח זעלבסט אנערקענט עמטליך אז ווען ער וועט צוריקבאקומען דעם בית החיים [לויט זיינע חלומות] וועט זיין אייגענער זון בלייבן אויסגעשפילט מחוץ למחנה, ווייל דאן וועט דאך קיינער נישט ליגן אויף פאלאק'ס לאט פאר די קומענדיגע הונדערט יאר מינימום!

און זיינע קעלבעלעך שעמען זיך נישט צו באשולדיגן די ערליכע ראשי הקהלה אין שפילן פאליטיק מיט א נפטר!!!]

תוקן על ידי - געגאנגען - 24/08/2009 8:14:55



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פרישער שרעקליכער בלבול קעגן "חברה הצלה" קר"י!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext