אלא מאי ווילן זיי אז צוליב פערזענליכע נגיעות זאל ער פארראטן זיין קהילה.
איך האב א בעסערע הצעה פאר די אהרונים. אויב זענען זיי אזעלכע בעלי רחמנות און לעכצן צו גיין צו דין תורה, אפשר זאלן זיי צוריקשרייבן דעם בית החיים צום ארגינעלן נאמען "קהל יטב לב ד'סאטמאר" — וואס זיי אליינס האלטן דאך סייווי אז זיי זענען די באלעבאטים — און דערנאך זיך שטעלן צו דין תורה!
דוכט זיך אז עס איז נישט קיין שלעכטע הצעה. איך גלייב אז דער געוועזענער ק"י רב קען אזא הצעה נישט צוריקווייזן "למען השלום" און "לכבוד התורה"...