יעס
וואטש אוט!! די ארוינים קומען!!!
האסט נישט מורא צו שרייבען???
נשלח ב-25/8/2009 01:11
יענקעלע איך האב אויך געוואלט צאלען פאר ענק איך בין שוין ממש געווען אופען וועג אבער דא איז געשען 3 זאכען... די ווייסט וואס?
1# סהאט אנגעהאבען צי בלישקענען אין מיין מח קעמערל דעס וואס ענק האבען געזינגען די לעצטע 20 יאר, די רעבעצען וועט דען ליגען לעבען רבין? אה...ניטאמאל אין חלום!! געדענקסט נאך... אבער ווי יעדער האט זיך אליין איבערגעצייגט אז יענקעלע טראכט אין די באשאפער לאכט..ממילא ווען עס קימט צי זאגען וואס סגייט זיין מיין איך דארף מען
לייגען גאר וויינג געוויכט אויף דיינע ווערטער..
2# איך בין געגאנגען אפמעסטען די פיס ווי ווייט ענקער נייע בית המדרש 14 היופער איז פין דעם רביןס בית המדרש 152 ראדני אין סאיז אסאך אסאך ווייטער ווי אינזער בית החיים איז פין די אלטע בית החיים,
3# זיץ וויינגער אויף היידפארק זיי מוחל אין גרייט דיך צי סאיז דא א הירונג אויף די דיד אין 2 וואכען ארום, אין בעסער מאך זיכער אז ענקערע פעפערס זאלען זיין גיט, ווייל דאס איז ענקער לעצטע שאנס טאמער ענק פארלירען דעס, וועלען ענק דארפען לייגען ענקרע געביין ביי די באוויסטע שארט קארטס.... ווייל ביי די פאלאקס לאט זענען מיר ענק שוין פארלאפען די וועג...
איך זעה די האלסט אין איין איבער זאגען אז מען האט געבעטען ר שאול פערלשטיין ער זאל נאר אינטערשרייבען שטרי ברירין מין שאלה צי דיר איז! איז עס געווען שטרי ברירין פין א בית דין אדער איז עס געווען עפעס א צעטיל וואס דער טאשען שניידער האט אויפגעטייפט ביי זיך אין בעסמענט, וואס דארט איז געשטאנען אז ר שאול מיז ענק געבען אלע נכסים פין ווילאמסבירג אן א שאס אין אן א פסק בית דין. ביטע ענטפער אבער שעלט נישט אדאנק....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 25/08/2009 0:49:09
נשלח ב-25/8/2009 00:38
קיינער איז נישט אונטערעסירט צו ליגען אונעם רבינס בית החיים! ווייל עס פארהאן א פסק פון הרה''ק ממאנטענוועדע ז''ל אז דער רבי זי''ע געפינט זיך שוין נישט ביים ציון, פינקט וואו דער שכינה איז אנטלאפען פונעם כותל ווען משה דיין שר''י האט עס איינגענימען!
איי ער האט געפאסקענט אז מען דארף בויען א וואנט צווישען ברך משה זי''ע מיטן דברי יואל זי''ע?
קען אפשר זיין אז ווען דער זאב''ד האט פארכאפט דעם מזרח אונעם אלטען ביהמ''ד אויף ראדני, איז דער רבי זי''ע צירוק געקימען,
אבער נאך די מעשה נבלה וואס די ארוינים האבן געטאן, וואו געהאט די חוצפה, און רשעות צו פארלאנגען פון לץ פערלשטיין ארויס צו גיין פון הייליגען קארט, איז דער רבי נאכאמאל אוועק געלאפען ממקום מנחותו
יש ליישב בדוחק!