בית פורומים אחים אנחנו

הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2009 00:59 לינק ישיר 
הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט

ביטע דא שרייבן אלע הערות וואס מען האט אויף די דעטאלן וואס פארמעגליך ברענגט אראפ איבער די טאג ר"ח אלול תשס"ט,
די טאג וואס וועט באשריבן ווערן און די סאטמארע היסטאריע, א טאג וואס מען האט פארלוירן איינע פון די גרעסטע עסקנים און קרית יואל, אזוי פלוצלינגדיגערהייט, און א א טאג וואס מען האט געשינדעט די הויט פון די נארוואס געווארענע אלמנה, און א טאג וואס מען האט צו די פארלייכטערונג פון טויזענטע סאטמארע חסידים באנייט די נייע ביה"ח, און וואס ס'האט געברענגט אז מען דארף שוין נישט בלייבן אונטער די רעזשים פון די ארונים




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 23:06 לינק ישיר 
"פארמעגליך" לאמיר דעבאטירן דיינע ארטיקלעך!

"פארמעגליך" לאמיר דעבאטירן דיינע ארטיקלעך!


כב' ר' פארמעגליך נ"י


קודם וויל איך דיר אפגעבן א ייש"כ פאר דיינע לענגערע ארטיקלעך אויף דעם פארום בנוגע די סאטמארע היסטארי' והמסתעף. כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט זייער אסאך זאכן, האבן דיינע ארטיקלעך מיר געגעבן די געלעגנהייט צו פארשטין אסאך זאכן פון דעם קוק-ווינקעל פון די זאלונים.


 אין יעדן מיינונגס פארשידענהייט זענען פארהאן זאכן  וועלכע זענען ריין געוואנדען בשיקול הדעת. די זאכן, ווען געהערט משני הצדדים פארברייטערט דאס בליק פונעם מענטש און ברענגט אים בעסער ארויסצוהאבן דאס ענין. אויף די ענינים בין איך אייך דאנקבאר פארן געבן צוהערן אייער צד.

די רעשט, וואס איז מער ווייניגער אנאליזן אויפן פערזענליכקייט פון מרן מהר"א שליט"א איז פון פערזענליכער ידיעה מקרוב פולקאם נישט ריכטיג. אבער זייענדיג א אסיר תודה אין פילע פריוואטע ענינים פאר מרן שליט"א פיל איך נישט די יכולת אריינצוגיין אין א וויכוח וואס וועט אנטהאלטן קיתונות של שופכין אויף מרן שליט"א.


עכ"פ ווי עס זעהט אויס זענט איר מפי הראי' אדער השמיעה שטארק באהאווענט אין אסאך פנימיות הענינים. און ווי אויך, ווי איך גלייב איר וועט הנאה האבן צו הערן, זענען אייער ארטיקלעך כמים קרים על נפש הזאלונים. זייענדיג אין קאנטרי דעם פארגאנגענעם שבת, האב איך געזען ווי די זאלונים גייען  ממש איבער אייערע ר"ח אלול צעטליך שנים מקרא וא' תרגום...

עכ"ז, קאן זיין אלס מיין פערזענליכער Bias, האב איך אסאך קשיות אויף דיינע ווערטער, פילע זאכן וואס לפי קט שכלי זענען עכ"פ נישט 100% ווי איר שרייבט.  


אשר ע"כ וויל איך אייך איינלאדענען צו א דעבאטע אויפן אחים אנחנו פאדיום!


ווי עס איז שטארק עווידענט פון דיינע ארטיקלען, ביסטו גענוג קאנפידענט אין דיינע שטעלונגן און מיינונגן נישט מורא צו האבן פון זיי צו דעבאטירן. ממילא גלייב איך דו וועסט מסכים זיין, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר בעדי.


אזוי ווי דיינע ארטיקלעך איבער די חלוקה זענען מ'שטיינס געזאגט אביסעלע לאנג.. וואלט איך אלס א Headstart און Tryout געוואלט פראבירן אנצוהייבן –בתנאי, אז אונזער חשוב'ער מנהל וואס איז אינטערעסירט אינעם קאלירפולקייט פונעם פארום וועט ערלויבן- מיט דיין קצר הכמות ורב האיכות'דיגער ארטיקל אויף ר"ח אלול.


דער וועג וויאזוי איך שלאג פאר צו פירן די דעבאטע איז;

  • עפענען א אשכול מיוחד פאר די דעבאטע ווי נאר די דעבאטירער וועלן פארמאגן רשות כתיבה.
  • איך וועל פראבירן מאכן א תמצית פון דיין ארטיקל, ארויסנעמענדיג אלע דיינע פערזענליכע הרגשים און עדיטאריעלס. און עס אראפלייגן דא פאר דיין אפראוועל.
  • ערשט דערנאך וואס מע"כ וועט צושטימען אז דאס איז א ריכטיגער סך הכל, וועל איך דיר שטעלן מיינע פראגעס דערויף. און דערנאך וועל איך האבן די זכי' צו הערן דיינע תשובות בפני כל קהל ועדה אשר ישנו פה. און אזוי ווייטער, ונראה דבר מי יקום.

מיינע רולס וואס איך שלאג פאר;

  • נאר רעדן בדרך כבוד איינער צום צווייטן, אין דעם איז אריינגערעכנט נישט אראפרייסן אויף קיין שום פערזענליכער אופן און נישט נוצן קיין שום פערזענליכער אויסדרוק של גנאי זל"ז.
  • אדרעסירן נאר איינער דעם אנדערן דירעקט און נישט צום ברייטן ציבור, כדוגמת "קוקטס נאר וואס ער זאגט" וכדומה.
  • נישט פארלאנגען קיין תומ"י'דיגע תשובות מיט,ן שרייבן א תגובה ווי "נא, ווילאנג נעמט דיך צו טראכטן" וכדו'.

משני סיבות

א') איך עכ"פ, ערווארט טיפע שו"ת פון דיר וואס עס קען נעמען פאר מיין שטייטע ארוני'שע קאפ צייט צו טראכטן.

ב')איך בין עוסק על המחי' און איך געפין זיך נישטא אין באשטימטע שעות.


ווי עס ערווארט מיט כבוד צו הערן דיין אנטווארט.


Gimpele




תוקן על ידי gimpele ב- 31/08/2009 23:03:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 00:29 לינק ישיר 

 

עס איז פארגעקומען א לוי' בערך נ"ז אויב איך מאך נישט קיין טעות,

עס איז דעמעלטס פרגעקומען א ביטערע אימגליק און ק"י,

א יונג ווייבל מיט 4 קינדרליך אינדערהיים, איז נעדר געווארען רח"ל, ממש נאך 2 אדער 3 טעג וואס מען האט אנדעקט א מחלה ביי איר,

מען דארף קיינעם נישט פארשטעלן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי די לוי,

אבער איינער וואס האט מספיד געווען האט זיך ארויס געזען דאס וואס ער קעלערט ווען עס געשעט אן אימגליק,

האט ער אנגעהויבן אויס צירעכענן אלע מעלות פון קרית יואל, און האט גארנישט אויסגעלאזט,

די בית רחל ווי געוואלדיג עס איז -  די תלמוד תורה ווי גרויס עס איז – די ישיבה ווי מען זיצט און לערנט,

קיינער האט נישט געוויסט וואס ער וויל, אבער נישט צי לאנג האט ער דעם עולם געלאזט ווארטען,

ער קומט שוין ענדליך צום  אויספיר, און אויב אזוי פארשטייט מען נישט ווי אזוי, און פארוואס עס געשענט אזא אימגליק דא און ק"י,

מען דארף קיינעם נישט פארציילען וואס עס האט זיך אפגעטאן יענע צייטן און ק"י, ווען דער "יוצר עמל עלי חוק" איז געווען און פולען זין פון ווארט מיטן גאנצן טעמפא, אבער זעט אויס אז ער האט געהאלטען אז דער תירץ " מען האט פארברענט א קאר אין  עס איז שוין ווייטער שטיל", איז איקסעפטעבל כלפי שמיא,

מיינט איר אז ער האט געלאזט דעם עולם אן א תשובה, ניין,

אזוי ווי מען טרעפט נישט גארנישט פארוואס עס קומט אזא צרה און ק"י,

מיז זיין אז צווישען עולם איז דא אן הזנחה און דעם ענין פון בין אדם לחברו, און אזוי ווי דעס קענ מען נישט נאך גיין, זאל א יעדער מפשפש זיין במעשים, ובלע מות לנצח, קאמנטארן זענען איבריג,

ענדליך צי דעם איז פארגעקומען ביי די הספד און ק"י נאכן הקמת מצבה אויף די פרישע קברים נאך די טראגישע טראגעדיע וואס האט פאסירט מיט א מאמע און א קינד שבועות און ווילימסברוג,

כל לבב דוי וכל ראש לחלי,

וואס מיינט איר האט ער אינזין געהאט דעמעלטס, מי בראש, ער האט איבער גענימען די ארבעט פון די חברה קדושה, א יעדער זאל זען, אז ער נאר ער קען און ווייסט אלעס, און ביי יענם הספד האבן גערעט אפאר מספידים

כולם פה אחד האבן זיך ערלויבט ארויס צוברענגן די שייכת פון דעם אימגליק צו די מחלקת וואס האט דעמעלטס געפלאקערט און סאטמאר, און נישט דוקא אויף או אויפן אז מען האט איינעם באשילדיגט דער צי יענער, אז ער זאל זיך פילען געטראפן נאר מען האט גערעט בכלליות, אבער דעס איינע זאך האט מען פארשטאנען פון יעדן בעל מספיד אז מען רעט דא פון די מחלוקה הידוע,

בפרט די הספד פינעם מאנטריאלר רב וואס ער האט זיך געבעטן ווי א גזלן ביים הספד אז מען זאל צומאכן די האטליין וואס האט דעמעלטס פאנקצענירט אויף א ביליגן אויפן,

ווידערים ער האט בכלל נישט געוויסט אז עס זאל זיין עפעס וואס מען קען דא יעצט מעורר זיין און אזא זמן פון א צרה, בלית ברירה האט ער ווייטער מעורר געווען אויף מחלוקת און שנאת חינם וואס יעדר  יחיד דארף אויפזיכען ווי ער פאלט אלץ אדירך און יעדער זאל מאכען גדרים וסיגים יעדער לויט זיין תכונת הנפש, אז ער זאל נישט אדירך פאלען, א יעדעס ווארט איז געוון מכוון אז קיינער זאל זיך נישט טועה זיין אז ער קלערט עפעס ווי א איד געווענליך טראכט און א זעלעכע זמנים,

עס איז געווען במשך די יארן, וואס יעדער ווער עס האט געוואלט זען, און ער האט נישט געליטן אויף די אויגן,

האט געזען דעס וואס פארמעגליך שרייבט בנוגע ווי דער קדוש ווערט נישט באנימען פון קיין צרת ישראל נישט קיין חילוק ווי שוידרליך עס זאל זיין, נאר זיין מוח ארבעט גלייך ווי אזוי ער קען אויסדרייען די געשענישן עס זאל עם ברענגען,

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 23:23 לינק ישיר 

סקאט, וואס נאך האט פערשלשטיין נישט\יא געוואלט און וואס נאך האט ער נישט\יא געטראכט?
אינטערסאנט אז די ווייסט וואס ס'טוט זיך אין זיינע קישקעס.

סקאט אי"ה ווען דיין זין וועט דיר ליגן קאלט מיט 10 יתומים (איך וואונטש נישט איך רעדט אויב ס'וועט זיך מאכט אז מציאות), וועלן מיר זעען ווי אזוי די וועסט "פארהאנדלען".

סך הכל איז אוועק א 41 יעריגער איד וואס האט שוין אליינס חתונה געמאכט א אויסגעצאלטע מעמבער, איינער וואס איז בארעכטיגט פאר א חלקה און ענק טרינקען זיין קאלטע בליט צוליב זיין טאטענס חטאים.

פאק איין פאר בושות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 23:17 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די האקסט און קאפ, די אהרויניס האבן דא גארנישט שלעכט געטאן, ס"ה האבן זיי נישט געטארט ארויסלאזן די געלעגנהייט צו אפשר איין מאל פאר אלעמאל ענדיגן די ערכאות, ענדיגן די איבוד ממון הקדש, ענדיגן די חילול השם, ענדיגן  די שנאת חנם המכלה נפש עד בשר, עכ"פ פרובירן האבן זיי זיכער געמעגט און געמוזט, און פערלשטיין האט נישט געגעבן קיין שום קאנטער אפפער קיין שום אנטווארט, ווי למשל, ווי דו שרייבסט, מ'זאל מבטל זיין דער דיד, אדער צושרייבן סעיפים אז דער בי"ד זאל זיין לפי רצונו, ולפי הוראות דייני הזלויניס וכהנה, אדער אז די אהרונים זאלן אפשר אויך איינלייגן געלט ביי א שליש, אז זיי וועלן אויך אויספאלגן די הוראות בי"ד,  גארנישט, פארוואס? לפי הארונים ווייל ער האט מורא געהאט אז מעגליך וועט מען קומען צו עפעס אן עמק השוה און ער וועט פארלירן די געלעגנהייט צו מחדש זיין זייער ביה"ח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 22:51 לינק ישיר 

הגם מען האט שוין מער ווייניגער אויסגעשמועסט אלע זאכן, לגיונות און שטותים, רציחות און רשעות, וכו' נאר דו פרובירסט אנצושטעלן א פנים ווי דו קומסט מיט פרישע זאכן און נייע אויפדעקונגען, וועל איך זיך באציעהן דערצו

אויך ווי איך קלארשטעלן אז איך באשטעטיג נישט אז וואס דער בלאט ברענגט אראפ איז ריכטיג, איך באציה זיך נאר אז לו יצוייר עס איז ריכטיג איז נאך נישטא קיין שום הסבר פאר די מעשי נבלה

סקאטמאלען כתב:
דער בלאט שרייבט דער אנדערער זייט פון שטעקן דאס זענען זייער פונקטן, דא האט עטס א געלעגנהייט זיי צו אדרעסירן.

1. הלמאי ענקער לויער האט באשולדיגט מיט א בילבול אז מ'האט פארלאנגט $100,000, דער מספר האבן מיטאמאל ענק געזאגט?

 באשולדיגט, בילבול, לאמיך הערן פאר וועמען האט מען געמאכט דעם בלוט בילבול? האט מען דא געמסר'ט איינעם? סך הכל האט מען געשריבען א בריוו פאר דעם צד שכנגד. און דער בלאט טענה'ט אז מען האט איבערגעטריבן די סומע וואס זיי האבן פארלאנגט, נו קען זיין איך ווייס נישט אבער לאמיר זאגן, ווי קומט דא אריין בילבול? און וואס האט דאס צוטוהן פארוואס מען האט נישט געוואלט באגראבן דעם נפטר? און פארוואס איז דאס א סיבה צו פארלאנגען עפעס פון א טאטע פון אן איין און פערציג יעריגע נפטר?

2. היתכן עטס האטס געפעלשט א ווידעא אין ארויף געלייגט אויפן וועב?

קודם כל איך האב שוין געשריבן אויבן אז איך זעה נאך נישט ווי עס איז געפעלשט, צווייטנס איך ווייס נישט וואס מיינט "עטס" דו ביסט דאך שוין פויבסטליכער פון פויבסט, דער בלאט אליין שרייבט אז עס איז א יחיד י. וואלדמאן, און צום ענין לאמיך דיר נאכגעבן א רבים האט געפעלשט א ווידיאו ווייל מען האט נישט געהאט לייוו וויאזוי די בחורים זונגען, און מען האט עס געוואלט ווייזן פאר די וועלט וויאזוי די בחורים זינגען, נו וואס איז וועגן דעם? וואס האט דאס צוטוהן פארוואס מען האט נישט געוואלט באגראבן דעם נפטר? און פארוואס איז דאס א סיבה צו פארלאנגען עפעס פון א טאטע פון אן איין און פערציג יעריגע נפטר? און וואס איז דאס א סיבה אז די בחורים זאלן זינגען


3. דער נייער ביה"ח האבן ענק שוין פארהאנדלט אפאר וואכן צוריק און געפלאנט צו מקדש זיין דעם א' סליחות ממילא צו זאגן אז נאר צוליב די מאורעות היום זענט עטס געווען געצווינגען צו מקדש זיין א נייע ביה"ח איז ריין ליגנט.

 איך פארשטיי נישט דא איין ווארט וואס דו זאגסט, מען האט געפלאנט מקדש צו זיין א' סליחות (צוליב רישעות פון די לעצטע שטיק צייט פון אויסנוצן דעם ביה"ח אלס א מיטל ארויסצופרעסן געלט פון אבלים), און פארגאנגענע וואך דאנערשטאג איז ענקער רשעות געשטיגן און מען האט פארלאנגט אן אבנארמאלע סומע אלס נקמה אינעם פאטער פון נפטר ווי אויך האט מען פארלאנגט נאך א תנאי פון דעם פאטער פון נפטר וועלנדיג רייטן אויף זיין טראגעדיע און האפנדיג אז זיין צעבראכענקייט וועט קענען אריינשפילן אין זייערע הענט, במילא האט מען צוליב די רשעות געמוזט תיכף ומיד מקדש זיין דעם ביה"ח, וואס איז דא דער ליגנד, און וואס איז דא דער "ריין" ליגנד (עפעס א שרעקעדיגע ווארט וואס דארף לכאורה מאכן דעם ליגנד סך שטארקער), וואס האט דאס צוטוהן פארוואס מען האט נישט געוואלט באגראבן דעם נפטר? און פארוואס איז דאס א סיבה צו פארלאנגען עפעס פון א טאטע פון אן איין און פערציג יעריגע נפטר? און וואס איז דאס א סיבה אז די בחורים זאלן זינגען, און אפילו עס וואלט שוין געווען נאך א' סליחות און מען וואלט שוין געהאט אן אייגענעם ביה"ח אן א בשעת מעשה'דיגע רשעות און רציחה, איז עס אויך נישט קיין שום סיבה פארוואס אוועקצונעמען איינעמס רעכט פון צו ליגן אין דעם ביה"ח

4. די אהרונים האבן בלויז בתם (תיקון טעות: בדם) לבבם פרובירט צו אויסניצן די געלעגנהייט צו ענדיגן די סאטמארע מחלוקה וואס ברענט שוין 10 יאר, און קאסט אפ ביידע צדדים מילאנען דאלארן, און עס ארויסנעמען פון ערכאות, און זיך אראפזעצן ביי א יודישע בי"ד. (נו אפשר שרייבן זיי צוריק דעם ביה"ח וויאזוי עס איז געווען און לאזן זיך אפ פון אלע נארישע העצערייען און שימפערייען)

פון וואוו ווייסטו דאס וואלט געענדיגט די מחלוקה? לאמיר זאגן אז שאול וואלט נישט געקענט אויסהאלטן און ער וואלט זיך געבראכן פאר די טעראר און ער וואלט אונטערגעשריבן, פארוואס וואלט זיך די מחלוקה דא געענדיגט?, ער האט דאך באמת נישט געוואלט נאר מען האט אים געצוואונגען, וואלט ער נישט פארפירט נאכדעם און מען וואלט זיך געריסן ביי די קעפ


5. די ארונים האבן נישט געבעטן קיין איין פעני מער וויפיל מ'בעט פאר א געווענליגע פרייז פון א חלקה, שקר די איינציגע זאך וואס זיי האבן געבעטן מער איז אז מ'זאל זיך מתחייב זיין צו ענדיגן די תביעה בערכאות פארשטייט זיך אויף דעם אופן וויאזוי זיי ווילן , ענדיגן די מחלוקת (אזוי  ווי איך וויל), און דן די סוכסיכום ביים זעלבן בי"ד וואס איז יעצט דן די בארא פארקע סיכסוך (קודם כל וואס עפעס? צווייטנס האט מען זיך נאכנישט מקבל געווען ביי דעם בי"ד אז מען נעמט זיי אלס בי"ד), און זיי האבן בלויז פארלאנגט איינלייג געלט ביי א שליש, אז די חתימות זאלן האבן א תוקף שקר.

6. שאול פערלשטיין האט מיטאמאל געגעבן איין אנטווארט אדער קאנטער אפפער פאר די ארונים, כאטש עפעס, וואס נאך האט ער געדארפט טוהן דעמאלטס? גארנישט, נאר געוויינט "מת מצוה" און אויסגעניצט די געלעגנהייט צו באנייען זייער ביה"ח, דאס מיינט ער האט ליידער ענדערש אויסגעוועלט צו ממשיך זיין די סאטמארע מחלוקה, און שנאת חנם וואו איידער צו מאכן א קידוש השם.

פארוואס ווען מען ממאכט אן אייגענעם ביה"ח מיינט דאס ממשיך צו זיין די מחלוקה און שנאת חנם is beyond me

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 27/08/2009 21:39:54



צום שלוס זעהט מען דא אז די ארונים האבן נישט קיין שום נארמאלע ענטפער פארוואס זיי האבן געטוהן די מעשה רשעות און רציחה, אלעס איז נאר פארוואס די זאליס האבן זיך נישט געבראכן און פארוואס י. וומ האט געפעלשט א ווידיאו און נאך שטותים אז מען האט עס איבערגעטריבן וכו', וואס האט עס מיט די טראגעדיע און די קבורה? עס מוז נישט האבן, דו זיי נאר ביזי פארענפערן צו יא א געפעשלטע ווידיאו צו נישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 21:51 לינק ישיר 

 

געווענליך פרוביר איך נישט מגיב צו זיין אויף זאכן וואס איך האב נישט קלאר מברר געווען, און דערפאר גיי איך נישט מגיב זיין אויף די אלע זאכן ארום און ארום, נאר די איינע זאך וואס וואלוועלע שרייבט דא וואס ער האט "געהערט" בנוגע די מעמבער שיפ פון ר' עוזיאל ע"ה.

איך האב עס געהערט נאך יענעם טאג קלאר פון ר' פינחס בראך, אז ער האט געלאזט א מעסעדזש ביי אים אויפן טעלעפאן, אז ער האט באקומען א ביל פון קהל, און ער וויל עפעס אויסקלארן און ער זאל אים צוריק רופן, למעשה האט ר' פינחס נישט אנגעקומען צו אים, און בינתיים שקעה חמה שלא בעונתה.

נומער 2 האב איך אויך קלאר געהערט פון איינער וואס איז אין אפיס אין קהל וואס האט צוטריט צו די פינאנציעלע חשבונות, אז ער איז געווען שולדיג צוויי יאר מעמבער שיפ געלט, ווי פארשטענדליך מאכט נישט דאס אז ער זאל ווערן אויס מעמבער, ווייל ס'איז דא אסאך אידן וואס זענען שולדיג מער יארן, איך דערצייל נאר דער מציאות.

 

און יעצט פאר אינטערעסאנטקייט איז אפשר כדאי מען זאל דורכלערנען דעם מדרש אין תהלים

דבר אחר אשרי האיש. אלו בניו של קרח שלא הלכו בעצת אביהם, שנאמר (במדבר טז, כו) סורו נא מעל אהלי האנשים הרשעים האלה. ובדרך חטאים, (שם יז, ג) את מחתות החטאים. ובמושב לצים, זה קרח שהיה מתלוצץ על משה ועל אהרן. מה עשה, כינס כל הקהל, שנאמר (שם טז, יט) ויקהל עליהם קרח את כל העדה. התחיל לומר ליצנות, ואומר להן, אלמנה אחת היתה בשכונתי ועמה שתי נערות יתומות והיתה לה שדה אחת. באתה לחרוש אמר לה משה, (דברים כב, י) לא תחרוש בשור וחמור יחדו. באתה לזרוע אמר לה משה, (ויקרא יט, יט) שדך לא תזרע כלאים. באתה לקצור ולעשות ערימה, אמר לה, הניחי לקט שכחה ופאה. באתה לעשות גורן, אמר לה, תני תרומה ותרומת מעשר ומעשר ראשון ומעשר שני. הצדיקה עליה את הדין ונתנה לו. מה עשתה, מכרה את השדה ולקחה שני כבשות ללבוש מגזותיהן וליהנות מפירותיהן. כיון שילדו, בא אהרן ואמר לה, תני לי את הבכורות שכך אמר לי הקב"ה, (דברים טו, יט) כל הבכור אשר יולד בבקרך ובצאנך הזכר. הצדיקה עליה את הדין ונתנה לו. הגיע זמן גיזה וגזזה אותן, אמר לה, תני לי ראשית הגז שכן אמר לי הקב"ה, (שם יח, ד) וראשית גז צאנך תתן לו. אמרה, אין לי כח לעמוד באיש הזה הרי אני שוחט אותן ואוכלתן. כיון ששחטן, אמר לה, תני לי הזרוע והלחיים והקיבה. אמרה לו, אפילו ששחטתי אותן לא נצלתי מידו. הן עלי חרם. אמר לה, תנה לי שכרך אמר הכתוב, (במדבר יח, יד) כל חרם בישראל לך יהיה. נטלה והלך לו. הניחה בוכה היא ושתי בנותיה. אריך כדין הא ביזתא עלובתא. כ"כ הם עושים ותולין בהקב"ה. מכאן שהיה ליצן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 21:35 לינק ישיר 

דער בלאט שרייבט דער אנדערער זייט פון שטעקן דאס זענען זייער פונקטן, דא האט עטס א געלעגנהייט זיי צו אדרעסירן.

1. הלמאי ענקער לויער האט באשולדיגט מיט א בילבול אז מ'האט פארלאנגט $100,000, דער מספר האבן מיטאמאל ענק געזאגט?

2. היתכן עטס האטס געפעלשט א ווידעא אין ארויף געלייגט אויפן וועב?

3. דער נייער ביה"ח האבן ענק שוין פארהאנדלט אפאר וואכן צוריק און געפלאנט צו מקדש זיין דעם א' סליחות ממילא צו זאגן אז נאר צוליב די מאורעות היום זענט עטס געווען געצווינגען צו מקדש זיין א נייע ביה"ח איז ריין ליגנט.

4. די אהרונים האבן בלויז בתם לבבם פרובירט צו אויסניצן די געלעגנהייט צו ענדיגן די סאטמארע מחלוקה וואס ברענט שוין 10 יאר, און קאסט אפ ביידע צדדים מילאנען דאלארן, און עס ארויסנעמען פון ערכאות, און זיך אראפזעצן ביי א יודישע בי"ד.

5. די ארונים האבן נישט געבעטן קיין איין פעני מער וויפיל מ'בעט פאר א געווענליגע פרייז פון א חלקה, די איינציגע זאך וואס זיי האבן געבעטן מער איז אז מ'זאל זיך מתחייב זיין צו ענדיגן די תביעה בערכאות, ענדיגן די מחלוקת, און דן די סוכסיכום ביים זעלבן בי"ד וואס איז יעצט דן די בארא פארקע סיכסוך, און זיי האבן בלויז פארלאנגט איינלייג געלט ביי א שליש, אז די חתימות זאלן האבן א תוקף.

6. שאול פערלשטיין האט מיטאמאל געגעבן איין אנטווארט אדער קאנטער אפפער פאר די ארונים, כאטש עפעס, גארנישט, נאר געוויינט "מת מצוה" און אויסגעניצט די געלעגנהייט צו באנייען זייער ביה"ח, דאס מיינט ער האט ליידער ענדערש אויסגעוועלט צו ממשיך זיין די סאטמארע מחלוקה, און שנאת חנם וואו איידער צו מאכן א קידוש השם.

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 27/08/2009 21:39:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 21:09 לינק ישיר 

בשמחה דאס וואס די טענה'סט אז ער איז געווארן אויס מעמבער און מיט דעם זענען זיי נישט אזוי אומגערעכט, לאמיר דיר ענטפערן איך האב געהערט פון איינע פון זייערע פירער'ס אז זילא האט נאך מיטוואך נאכט אויסגעצאלט פאר פנחס בראך זיין מעמבערשיפ געלט כדאי צו קאנען ארויסנעמען א גרעסערע סכום פון די גמ"ח כדאי א טובה צו טוהן פאר א אנדערע יוד, און דאס איז געווען אינצווישן פון ווען מען האט אונטערגעשריבן קהל ויוא"מ צו ייט"ל און מען האט אויפגענומען זילא'ן פאר איינע פון די טובי הקהלה, סוי ווי איז פנחס בראך דאן געווען אז ער האט נישט געזאגט זילא'ן אז ער האט נישט וואס צו צאלן מער ווייל ער איז אויס מעממבער ווייל ער באלאנגט צוט די מהרס קהלה און ער פארלירט אויטאמאטיש מעמבער רעכט, אזוי ווי עס שטייט און די שטאטוטן, נישט נאר אז מען ער באקרומט נישט קיין קרקע און ביה"ח און קר"י נאר ער דארף ווערן אויס מעמבער אינגאנצן, אלא מאי די טענה אז ער איז אויס מעמבער איז אפשר געווארן דערנאך וואס ער איז אוועק, אבער ווען ער איז געקומען באצאלן האט מען עס גענומען מיט ביידע הענט,

און נאך אויב אזוי וואס האט מען נישט אנהייב געזאגט פאר יוסף פנחס אז הער זיך איין זילא האט נישט קיין מעמבער רעכט צו ליגן און קר"י, נאר אויב מען וועט אונטערשרייבן שטרי בירורין וועט מען זיך אויפפירן לפנים משורת הדין, אוןער וועט יא קענען ליגן, נאר וואס מהאט מען געטוהן מען האט בכלל נישט גערעדט אויב ער האט יא מעמבער רעכט אדער נישט נאר מען האט געבעטן פון זיי טאטע די ביסל טינט און פארטיג, איז מיין שאלה נאכאמאל וואס האט איר נישט געזאגט דעמאלטס אז זילא האט פארלוירן זיין מעמבער שאפט, און אויב וועט איר זאגן אז ער איז יא געווען א מעמבער נאר צו ליגן און קר"י ביה"ח איז ער נישט געווען ראוי וויל ער האט אנגעהערט צו די מהרס'דיגע קהלה אויב אזוי מיין איך אז איר פירט זיך אויף אזוי לפנים משורת הדין פארוואס האט איר עם דאס נישט געזאגט ווען ער האט געצאלט מעמבערשיפ עלט, ער האט דאך נאר געבליבן א מעמבער ווייל ער האט געוואלט האבן א חלקה און קר"י,

און צום שלוס פון מיינע ווערטער וויל איך ענדיגן וואס איך האב פון איינעם געהערט בשם אלישע האראוויץ, אז ביי די ח"ק מיטינג האט מען באשלאסן אז זילא איז נישט ראוי צו ליגן און קר"י און ער קען ליגן און ניו דזשורזי, איי אויב אזוי פ"וו ה אט מען גערעדט פון שטרי בירורין, נאר וויבאלד זיי האבן געוויסט אז שאול וועט סייווי נישט אונטערשרייבן קיין שטרי בירורין האבן זיי יעצט געהאט א געלעגענהייט צו ווייזן פאר די וועלט ווער שאול איז, אז אפילו ווען מתו מווטל לפניו וויל ער נישט ארויסגיין פון ערכאות און זיך שטעלן צום בי"ד,

וויל איך ענק פרעגן איך האב געמייננט אז יא עטס האטס געטוהן א עולה פון אויפהאלטן א נפטר, מצער זיין א פריש געווארענע אלמנה וואס איר מאן איז איר אזוי יונגערהייט טראגיש אומגעקומען, אבער עטס האט עטס געטוהן וויבאלד איר האט אביסל מורא פון די געריכט האט איר יעצט געהאט א געלעגענהייט אפשר צו מסדר זיין די גאנצע זאך אויף אזא מין אופן ווי שטרי בירורין, יא ס'איז א עולה אבער איר האט א תי' איר האט ענק זיך געוואלט פראטעקטן, אבער איצטעט הער איך פוירסט הענד בשם אלישע אז ניין מיר האבן זיך נישט געוואלט פראטעקטן, נאר מיר האבן מבזה געווען א מת, מצער געווען א יונגע אלמנה, און קליינע קינדער יתומים, פארוואס האבן מיר עס געטוהן? נאר צו ווייזן אז שאול איז א אכזר און האלט נישט פון ארויסגיין און קאורט, און פארדעם האבן מיר אלע עוולות געטוהן,
איז דען דא א גרעסערע רשעות פון דעם?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/8/2009 05:25 לינק ישיר 

יוספ7 כתב:
זיי מישט קיין נער שפיל זיי נישט אריין אין די הענט קיק נישט אין קויף נישט קיין בלאט
 
זה הוא אחד מהדברים שצריכן חיזק ועידד בין אנ"ש 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 05:22 לינק ישיר 

 די הצלה איז זייער א וויכטיגע ארטיקעל און א יעדע אידישע שטאט,
און טאקע דערפאר וואס עס אזא סענסעטיווע אישא,
וויל קיינער נישט רעדן, אין מען האט מורה צו רעדן  ואני בתוכם, 
איין זאך קענן מיר זאגען,
אז אויב האט מען שוין אוועק באקומען פון זיי, אז מען דארף שוין, צו זיי מער נישט אנקומען,
לאחר מוע"ש,
און אויף חתנה מאכען די קינדער מיט א גאנץ הארץ און די נייע זאלען בקרוב,
איז אבער די אימשטענדן וואס מען דארף ציקומען צו די חברה הצלה נאך זייער נישט ראיג,
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 02:28 לינק ישיר 

ס'איז מיר באמת אביסעלע אינטערסאנט, מען קריגט זיך אויף א פאקט, ווען "איך" די שרייבער פון די שורות איז דארט געווען מיט נאך אפאר הונדערט יודען (מען זעט מיך אפילו אויף די קליפ) עס איז קיין איין מינוט נישט מזויף, ווי די בחורים זענען געטאנצען ווי אקסן מיט א רויט בענדל.

מענין אז ר' עוזיאל האט באקומען א בריוו אז ער ווערט אויס מעמבער, אויב ס'איז אמת, ווער זאגט אז  מיט דעם עצם פאקט זענען די ארונים אזוי אומגערעכט, די לעצטע 36 שעות איז ער געווארן אויס מעמבער, ווייל ער געווארן פון די טובי הקהל

העכסענס אויב האט יא באמת באצאלט   קרקע, דארף מען עס טאקע צוריק געבן. נו האט איינער פראף אז ער האט באצאלט קרקע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 00:52 לינק ישיר 

אזוי ליינענדיג די ארטיקל פון יקרבו וואס ער שרייבט און די דערנעבענדיגן פארום ווי ער פרובירט אפצופרעגן די ארטיקל פון פארמעגליך וואס ער לייגט אראפ מיט א פונקטליכקייט אלעס וואס עס האט זיך אפגעשפילט איבערן טאג, איך גיי דא נישט יעצט זיך גיין טענה'ן מיט א ארוני וואס שפאצירט מיט א גראדקייט אריין און וואנט, ווייל אזא אייעם איז א שאד א ידיע דריק אויפן קנעפיל און די קאמפיוטער, אבער איבער 2 אפענע זאכן וועל איך מיר מיט עם יא גיבן א טענה, איינס און גאנץ אנפאנג טענה'סטו אז וויבאלד ער האט באלאנגט צו די אנדערע קהלה מילא האט ער פארלוירן די רעכטן פון צו ליגן און קר"י אזוי ווי איינער וואס שנייד זיך די בארד און איינער וואס גייט מיט ביי האר, איז מיר אינטערעסאנט דאן פארוואס האט מען דאס עם נישט געזאגט א נאכט פאר דעם ווען ער האט געגעבן פאר פנחס בראך מעמבערשיפ געלט, לאמיר עס ברייטער אויסשמועסן זילא האט באצאלט מעמבערשיפ געלט נישט פאר קיין זיץ און ביהמ"ד, און נישט ווייל ער האט געשפירט מיט דאס וואס ער איז א מעמבער ביי ענק מיט דעם געהערט ער אן קיין סאטמאר, נאר זילא האט אויסדריקלעך געצאלט מעמבערשיפ געלט ווייל ער האט געוואלט האבן א חלקה און ביה"ח, און אויב זענט עטס אויפגעקומען מיט א נייע זאך אז ווער עס געהערט צו אונזער חברי הקהלה האט נישט קיין רעכט צו ליגן דא און ביה"ח פארוואס האט איר עם דאס נישט געזאגט, און פארוואס האט איר דאס נישט ארויסגעשריבן און די בריוו וואס איר האט ארומגעשיקט אזוי ווי איר שרייבט וועגען ביי האר און געשניטענע בערד, (איך מיין ס'איז דא מער חברי הקהלה וואס האבן א אינטערעסע צו ליגן און קר"י ווי פרויען וואס גייען מיט ביי האר) און נאך איז שווער אויב אזוי וואס איז געווען די רעדע יענעם טאג פון שטרי בירורין און מען האט בכלל נישט געדרעדט אז ער האט נישט קיין רעכט צו ליגן און קר"י ווייל ער איז געווען פון די חברי הקרהלה און די אקעגענדיגע קהלה, און נאכדעם שרייבסטו אז וויבאלד ער געהערט צו די אנדערע חברי קהלה האט ער נישט קיין רעכט צו זיין קיין מעמבער, איין מינוט פריער האסטו נאר געזאגט אז ער טאר נישט ליגן און קר"י אבער א מעמבער קען ער זיין און ליגן און ניו דזשורזי, און יעצט זאגסטו אז ער קען שוין קיין מעמבער אויך נישט זיין, אויב אזוי וויאזוי האט מען פון עם גענומען א טאג פאר דעם געלט,

און נאכדעם וועןו דער יקרבו לייקנט דאס אז די בחורים האבן געזינגען און ער זאגט אז זיי זענען סתם געשטאנען און דעער זייט און צוגעקוקט, דארט קען מען זעהן ווי די גאנצע אפפרעגאכץ זיינע האט נישט  קיין שום האפט, ווייל א מראה וואס הונדערטער יודן האבן מיטגעהאלטן קומט ער מיט א פרעכקייט לייקענען מילא וואס זאל איך עם גלייבן וואס ער שרייבט פארדעם, און אויב איז דאם און ער איז טאקע איינגערעדט אז די בחורים האבן נישט געזינגען, אויב אזוי וואסזשע זאל ער נישט זיין דאם און גלייבן אלעס וואס לישע רעדט עם איין איצטעט נאכדעם וואס ער איז חוזק ומחוזק,, פונקט אזוי ווי די בחורים האבן נישט געזינגען, אזוי זענען ענק ריין פון די גאנצע פרשה,

און לאמיר נישט רעדן פון די סעגעדין פרשה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2009 23:06 לינק ישיר 

זיי מישט קיין נער שפיל זיי נישט אריין אין די הענט קיק נישט אין קויף נישט קיין בלאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2009 22:00 לינק ישיר 

יא יא די ארונים זיי פרובירן צוריק צו ציען אז די מעשה איז נישט אזוי געווען, און דאס וואס סעגעדין האט געבעטן די וואסער ביל איז אזוי ווייל ער האט פשוט געמיינט די טובה פון די נפטר אז ער זאל נישט בלייבן שולדיג א חוב, אינטערעסאנט אז ער האט נישט געקענט קומען א טאג נאכדעם און זאגן פאר יוסף פנחס, ער וואלט עם זיכער בארצארלט, פארוואס האט ער עס געמוזט טוהן אויף אזא אופן פון אויפהאלטן פון גיבן א דעד סערטיפיקאט, פארוואס האט ער געמוזט האלטן די נפטר און אמבולאנס און פארנט פון זיין הויז ווי זיין ערשיטערטע ווייב און קינדער און בני המשפחה האבן זיך דאן געפינען זעהטא ויס אז סעגעדין איז א מורא'דיגע גוטער און נאך דערצו אז זילא וועי מען זאגט פלעגט אסאך טראגן זיין פאטער און שפיטאל, האט ער געוואלט זיכער מאכן אז ער וועט עם נישט שולדיג בלייבן, א געוואלדיג מדריגה עם גייט נישט אן וואס מען וועט טראכטן אויף עם, עם גייט בעיקר אן אז ווען יענער קומט ארויף אויף יענע וועלט זאל ער נישט האבן קיין חובות, און ער וועט אלעס טוהן אז דאס זאל צושטאנד קומען אפילו אויפצוהאלטן א נפטר אפאר שעה, יא מיר ווייסן נישט ווי א ערליכע יוד גדלי' סעגעדין איז,

ביטע קאנפירמן ווילאנג איז ער געווען און אמבולאנס און פארנט פון זיין הוז ביז מען האט באצאלט די וואסער ביל,

און נאך פיל לגיונות טוט זיי אלישע האראוויץ פארקויפן איך שעם מיר אפילו אלעס נאכצוזאגן, און מיר וועלן מוזן ווארטן אויפן מארגנ'דיגן בלאט צו זעהן אלעס,






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/8/2009 19:48 לינק ישיר 

ווי עס האט איבערגעגעבן הרב יקתואל שווארטץ א שוואגער מיטן נפטר, איז דער נפטר געלעגן 7 שעה אינטער די זון און דער מאטער פון אמבולאנס איז געווען אויסגעלאשן אין שרעקליכע היץ – וואס דאס איז נישט געהערט געווארען פון שום חברה קדישא אויך דער וועלט צו צו לאזען אזא בזיון המת ל"ע אן קיין שום שמירה אינעווענדיג – אין אינדרויסען זענען געשטאנען די בויעס פון די ישיבה מיט דעם ערל וויטריאל (דער ערל וויטריאל איז באקאנט מיט די פרשה ווען זיין פרוי האט אויפגעטרעטען אין א קלויסטער) און זיך נישט געוואלט צוהערן צו די משפחה וואס איז געקומען פארלאנגען זייער נפטר לקבורה. א שעה צייט האט מען זיך געשלאגען אויפן גוף. היש לך בזוין המת גדול מזה?

אגב, די חברה הצלה האט אויך גענומען א שטעלונג יארען צוריק מיט שיקען א בריוו קעגן בית המדרש חרדים (געסיינט דאן פון משה אהרן און יאנקעל פריד) וואס דאן האט געפעלט א האר אז עס זאל זיך גרינדען א נייע חברה הצלה וואס מישט זיך נישט אין פאליטישע אכזרישע געפעכטען.

(עס איז צו דערמאנען אז דער ערשטער הצלה מעמבער אין קרית יואל איז געווען הרה"ח ר' מאיר שניצלער שליט"א און ער האט אויפגענומען אלץ מיטהילף דעם שיכור משה אהרן שטיינבערג)

אז מען רעדט שוין וועגען דעם גוי וויטריאל, מוז מען דערמאנען אז זיין נאמען איז שוין געווען ידוע לשמצה אין קרית יואל ווען ער האט מטמא געווען א אידש נפש, רח"ל. און דאך האט דער "וועד הצניעות" פון "דוד עקשטיין" און "הלל טייטעלבוים" בראש, אים גערופען קיין קרית יואל, ער זאל פאר זיי טאן אלע זייערע שייגעץ שטיק, אריינגערעכענט אויפמאכען בלבולים אויף אומשולדיגע יונגעלייט און אויס פרעסען אונטערשריפטען, ואכמ"ל, ווייל אויף דעם וועט אי"ה בקרוב ארויסקומען א באזונדערע ברייטער און לאנגער ביאור.

*

די וואסער ביל

ס'איז ליידער א בושה פאר כלל ישראל אז אזא זאך האט געקענט פאסירען אין קרית יואל און ס'איז ליידער שטיל אין מ'הערט גארנישט. ווען אזא זאך פאסירט ווען אין ירושלים וואלטן שוין געווען מעכטיגע פראטעסטן, און א פאר מסירת נפש אידען וואלטן שוין געזיצען אין תפיסה. און דא אינעם הייליגען שטעטל האט דאס ליידער געקענט פאסירען.

אין די ווייטאג איז גרעסער ווען דער מחלל שבת וויטריאל האט נישט צי געלאזט קיין היימישע שמירה נאר ער דער קלויסטער גייער איז געווען די שמירה פאר אזא טייערן נפטר, רח"ל.

אין די ווייטאג איז נאך גרעסער ווען די גאנצע רשעות האט מען אפגעטיען מיט די אמבולאנס פון חברה הצלה. (עס קען זיין אז דער וואס האט געגעבען געלט פאר די הצלה האט אויך א חלק בשוגג אין די רשעות.) די חברה הצלה האט געדארפט זיך ארויס שטעלן אין זאגען קלאר: ווילסט טוען רשעות, טו עס ביי דיר, נעם דעם נפטר אין טהרה שטיבעל, נישט מיט אונזער אמבולאנס. נאר עס ווייזט זיך איצט ארויס אז די "הצלה" איז א געווער פונעם טעראר מאשין אין קרית יואל ממילא טאר מען זיי נישט שטיצען מיט געלט און נישט געבען די אינשורענס אינפארמעישאן.

אויב דארף מען ח"ו צוקומען צי זיי מעג מען זיי ניצען אפי' מ'האלט אז מטאר זיי נישט שטיצען, ווייל יעדער צאלט טעקס אין קרית יואל און זיי זענען באצאלט פון די גאווערמענט.

דער רשעות איז נאך מער. ווי באקאנט איז דער נפטר געווען א מוראדיגער לב טוב און א גאון אין חסד. צווישען דעם איז געווען צו טראגען הונדערטער אידן צו דאקטורים אפאינמענטס. צווישען די הונדערטער אידן וועם דער נפטר ע"ה האט געטראגען צו שפיטעלער און דאקטורים אויף טריעטמענטס איז געווען דער אייגענער פאטער פון דעם אכזר גדלי' סעגעדין. צו זיין אזא כפוי טובה פאר איינעם וואס האט זיך אוועקגעגען פאר זיין אייגענעם טאטען איז מען נישט ווייניגער ווי א רוצח.

אז מ'רעד שוין פון פון לאזן אויף די זון, איז אינטרעסאנט צוציגעבן, די ווערטער פונעם "חרדי'שן מעידאף" אלישע הוראוויטץ, וואס ער האט געזאגט פאר ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש הי"ו בשעת'ן איהם פרעישערן אויף די געלד: "ס'וועט נישט מעגליך זיין מקדש זיין א נייע בית החיים, ס'איז ביטער הייס אינדערויסן, דער גוף וועט אפ'סרח'נען ביז דעמאלטס". איז נאך א ווינדער אז נאך אזעלכע ווערטער, איז דער מעסיגער ר' יוסף פנחס געווארן אזוי שארף?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext