בית פורומים אחים אנחנו

הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2009 23:17 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די האקסט און קאפ, די אהרויניס האבן דא גארנישט שלעכט געטאן, ס"ה האבן זיי נישט געטארט ארויסלאזן די געלעגנהייט צו אפשר איין מאל פאר אלעמאל ענדיגן די ערכאות, ענדיגן די איבוד ממון הקדש, ענדיגן די חילול השם, ענדיגן  די שנאת חנם המכלה נפש עד בשר, עכ"פ פרובירן האבן זיי זיכער געמעגט און געמוזט, און פערלשטיין האט נישט געגעבן קיין שום קאנטער אפפער קיין שום אנטווארט, ווי למשל, ווי דו שרייבסט, מ'זאל מבטל זיין דער דיד, אדער צושרייבן סעיפים אז דער בי"ד זאל זיין לפי רצונו, ולפי הוראות דייני הזלויניס וכהנה, אדער אז די אהרונים זאלן אפשר אויך איינלייגן געלט ביי א שליש, אז זיי וועלן אויך אויספאלגן די הוראות בי"ד,  גארנישט, פארוואס? לפי הארונים ווייל ער האט מורא געהאט אז מעגליך וועט מען קומען צו עפעס אן עמק השוה און ער וועט פארלירן די געלעגנהייט צו מחדש זיין זייער ביה"ח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2009 23:23 לינק ישיר 

סקאט, וואס נאך האט פערשלשטיין נישט\יא געוואלט און וואס נאך האט ער נישט\יא געטראכט?
אינטערסאנט אז די ווייסט וואס ס'טוט זיך אין זיינע קישקעס.

סקאט אי"ה ווען דיין זין וועט דיר ליגן קאלט מיט 10 יתומים (איך וואונטש נישט איך רעדט אויב ס'וועט זיך מאכט אז מציאות), וועלן מיר זעען ווי אזוי די וועסט "פארהאנדלען".

סך הכל איז אוועק א 41 יעריגער איד וואס האט שוין אליינס חתונה געמאכט א אויסגעצאלטע מעמבער, איינער וואס איז בארעכטיגט פאר א חלקה און ענק טרינקען זיין קאלטע בליט צוליב זיין טאטענס חטאים.

פאק איין פאר בושות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 00:29 לינק ישיר 

 

עס איז פארגעקומען א לוי' בערך נ"ז אויב איך מאך נישט קיין טעות,

עס איז דעמעלטס פרגעקומען א ביטערע אימגליק און ק"י,

א יונג ווייבל מיט 4 קינדרליך אינדערהיים, איז נעדר געווארען רח"ל, ממש נאך 2 אדער 3 טעג וואס מען האט אנדעקט א מחלה ביי איר,

מען דארף קיינעם נישט פארשטעלן וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי די לוי,

אבער איינער וואס האט מספיד געווען האט זיך ארויס געזען דאס וואס ער קעלערט ווען עס געשעט אן אימגליק,

האט ער אנגעהויבן אויס צירעכענן אלע מעלות פון קרית יואל, און האט גארנישט אויסגעלאזט,

די בית רחל ווי געוואלדיג עס איז -  די תלמוד תורה ווי גרויס עס איז – די ישיבה ווי מען זיצט און לערנט,

קיינער האט נישט געוויסט וואס ער וויל, אבער נישט צי לאנג האט ער דעם עולם געלאזט ווארטען,

ער קומט שוין ענדליך צום  אויספיר, און אויב אזוי פארשטייט מען נישט ווי אזוי, און פארוואס עס געשענט אזא אימגליק דא און ק"י,

מען דארף קיינעם נישט פארציילען וואס עס האט זיך אפגעטאן יענע צייטן און ק"י, ווען דער "יוצר עמל עלי חוק" איז געווען און פולען זין פון ווארט מיטן גאנצן טעמפא, אבער זעט אויס אז ער האט געהאלטען אז דער תירץ " מען האט פארברענט א קאר אין  עס איז שוין ווייטער שטיל", איז איקסעפטעבל כלפי שמיא,

מיינט איר אז ער האט געלאזט דעם עולם אן א תשובה, ניין,

אזוי ווי מען טרעפט נישט גארנישט פארוואס עס קומט אזא צרה און ק"י,

מיז זיין אז צווישען עולם איז דא אן הזנחה און דעם ענין פון בין אדם לחברו, און אזוי ווי דעס קענ מען נישט נאך גיין, זאל א יעדער מפשפש זיין במעשים, ובלע מות לנצח, קאמנטארן זענען איבריג,

ענדליך צי דעם איז פארגעקומען ביי די הספד און ק"י נאכן הקמת מצבה אויף די פרישע קברים נאך די טראגישע טראגעדיע וואס האט פאסירט מיט א מאמע און א קינד שבועות און ווילימסברוג,

כל לבב דוי וכל ראש לחלי,

וואס מיינט איר האט ער אינזין געהאט דעמעלטס, מי בראש, ער האט איבער גענימען די ארבעט פון די חברה קדושה, א יעדער זאל זען, אז ער נאר ער קען און ווייסט אלעס, און ביי יענם הספד האבן גערעט אפאר מספידים

כולם פה אחד האבן זיך ערלויבט ארויס צוברענגן די שייכת פון דעם אימגליק צו די מחלקת וואס האט דעמעלטס געפלאקערט און סאטמאר, און נישט דוקא אויף או אויפן אז מען האט איינעם באשילדיגט דער צי יענער, אז ער זאל זיך פילען געטראפן נאר מען האט גערעט בכלליות, אבער דעס איינע זאך האט מען פארשטאנען פון יעדן בעל מספיד אז מען רעט דא פון די מחלוקה הידוע,

בפרט די הספד פינעם מאנטריאלר רב וואס ער האט זיך געבעטן ווי א גזלן ביים הספד אז מען זאל צומאכן די האטליין וואס האט דעמעלטס פאנקצענירט אויף א ביליגן אויפן,

ווידערים ער האט בכלל נישט געוויסט אז עס זאל זיין עפעס וואס מען קען דא יעצט מעורר זיין און אזא זמן פון א צרה, בלית ברירה האט ער ווייטער מעורר געווען אויף מחלוקת און שנאת חינם וואס יעדר  יחיד דארף אויפזיכען ווי ער פאלט אלץ אדירך און יעדער זאל מאכען גדרים וסיגים יעדער לויט זיין תכונת הנפש, אז ער זאל נישט אדירך פאלען, א יעדעס ווארט איז געוון מכוון אז קיינער זאל זיך נישט טועה זיין אז ער קלערט עפעס ווי א איד געווענליך טראכט און א זעלעכע זמנים,

עס איז געווען במשך די יארן, וואס יעדער ווער עס האט געוואלט זען, און ער האט נישט געליטן אויף די אויגן,

האט געזען דעס וואס פארמעגליך שרייבט בנוגע ווי דער קדוש ווערט נישט באנימען פון קיין צרת ישראל נישט קיין חילוק ווי שוידרליך עס זאל זיין, נאר זיין מוח ארבעט גלייך ווי אזוי ער קען אויסדרייען די געשענישן עס זאל עם ברענגען,

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 23:06 לינק ישיר 
"פארמעגליך" לאמיר דעבאטירן דיינע ארטיקלעך!

"פארמעגליך" לאמיר דעבאטירן דיינע ארטיקלעך!


כב' ר' פארמעגליך נ"י


קודם וויל איך דיר אפגעבן א ייש"כ פאר דיינע לענגערע ארטיקלעך אויף דעם פארום בנוגע די סאטמארע היסטארי' והמסתעף. כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט זייער אסאך זאכן, האבן דיינע ארטיקלעך מיר געגעבן די געלעגנהייט צו פארשטין אסאך זאכן פון דעם קוק-ווינקעל פון די זאלונים.


 אין יעדן מיינונגס פארשידענהייט זענען פארהאן זאכן  וועלכע זענען ריין געוואנדען בשיקול הדעת. די זאכן, ווען געהערט משני הצדדים פארברייטערט דאס בליק פונעם מענטש און ברענגט אים בעסער ארויסצוהאבן דאס ענין. אויף די ענינים בין איך אייך דאנקבאר פארן געבן צוהערן אייער צד.

די רעשט, וואס איז מער ווייניגער אנאליזן אויפן פערזענליכקייט פון מרן מהר"א שליט"א איז פון פערזענליכער ידיעה מקרוב פולקאם נישט ריכטיג. אבער זייענדיג א אסיר תודה אין פילע פריוואטע ענינים פאר מרן שליט"א פיל איך נישט די יכולת אריינצוגיין אין א וויכוח וואס וועט אנטהאלטן קיתונות של שופכין אויף מרן שליט"א.


עכ"פ ווי עס זעהט אויס זענט איר מפי הראי' אדער השמיעה שטארק באהאווענט אין אסאך פנימיות הענינים. און ווי אויך, ווי איך גלייב איר וועט הנאה האבן צו הערן, זענען אייער ארטיקלעך כמים קרים על נפש הזאלונים. זייענדיג אין קאנטרי דעם פארגאנגענעם שבת, האב איך געזען ווי די זאלונים גייען  ממש איבער אייערע ר"ח אלול צעטליך שנים מקרא וא' תרגום...

עכ"ז, קאן זיין אלס מיין פערזענליכער Bias, האב איך אסאך קשיות אויף דיינע ווערטער, פילע זאכן וואס לפי קט שכלי זענען עכ"פ נישט 100% ווי איר שרייבט.  


אשר ע"כ וויל איך אייך איינלאדענען צו א דעבאטע אויפן אחים אנחנו פאדיום!


ווי עס איז שטארק עווידענט פון דיינע ארטיקלען, ביסטו גענוג קאנפידענט אין דיינע שטעלונגן און מיינונגן נישט מורא צו האבן פון זיי צו דעבאטירן. ממילא גלייב איך דו וועסט מסכים זיין, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר בעדי.


אזוי ווי דיינע ארטיקלעך איבער די חלוקה זענען מ'שטיינס געזאגט אביסעלע לאנג.. וואלט איך אלס א Headstart און Tryout געוואלט פראבירן אנצוהייבן –בתנאי, אז אונזער חשוב'ער מנהל וואס איז אינטערעסירט אינעם קאלירפולקייט פונעם פארום וועט ערלויבן- מיט דיין קצר הכמות ורב האיכות'דיגער ארטיקל אויף ר"ח אלול.


דער וועג וויאזוי איך שלאג פאר צו פירן די דעבאטע איז;

  • עפענען א אשכול מיוחד פאר די דעבאטע ווי נאר די דעבאטירער וועלן פארמאגן רשות כתיבה.
  • איך וועל פראבירן מאכן א תמצית פון דיין ארטיקל, ארויסנעמענדיג אלע דיינע פערזענליכע הרגשים און עדיטאריעלס. און עס אראפלייגן דא פאר דיין אפראוועל.
  • ערשט דערנאך וואס מע"כ וועט צושטימען אז דאס איז א ריכטיגער סך הכל, וועל איך דיר שטעלן מיינע פראגעס דערויף. און דערנאך וועל איך האבן די זכי' צו הערן דיינע תשובות בפני כל קהל ועדה אשר ישנו פה. און אזוי ווייטער, ונראה דבר מי יקום.

מיינע רולס וואס איך שלאג פאר;

  • נאר רעדן בדרך כבוד איינער צום צווייטן, אין דעם איז אריינגערעכנט נישט אראפרייסן אויף קיין שום פערזענליכער אופן און נישט נוצן קיין שום פערזענליכער אויסדרוק של גנאי זל"ז.
  • אדרעסירן נאר איינער דעם אנדערן דירעקט און נישט צום ברייטן ציבור, כדוגמת "קוקטס נאר וואס ער זאגט" וכדומה.
  • נישט פארלאנגען קיין תומ"י'דיגע תשובות מיט,ן שרייבן א תגובה ווי "נא, ווילאנג נעמט דיך צו טראכטן" וכדו'.

משני סיבות

א') איך עכ"פ, ערווארט טיפע שו"ת פון דיר וואס עס קען נעמען פאר מיין שטייטע ארוני'שע קאפ צייט צו טראכטן.

ב')איך בין עוסק על המחי' און איך געפין זיך נישטא אין באשטימטע שעות.


ווי עס ערווארט מיט כבוד צו הערן דיין אנטווארט.


Gimpele




תוקן על ידי gimpele ב- 31/08/2009 23:03:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 סך הכל 5 דפים.

bholext