עס ווערן כסדר ארויפגעלייגט דא פארשידענע אינטערעסאנטע קליפס פון היסטאריע און נייעס געשענישן, מאיזה סיבה שהוא האט מען אויסגעוועלט די אכסניא פאר די אלע קליפס אויף א סייט וואס איז מלא וגדוש מיט נאך הונדערטער און אפשר טויזענטער שמוציגע קליפס פונעם ערגסטן סארט, און דאס האט צוגעברענגט אז די אלע וואס מיינען אמת'דיג דעם אל תביאנו לידי נסיון, און נוצן דעם "דרכא אחרינא" פון דזשעי נעט, קענען נישט צוקומען צו דעם סייט, און ממילא קענען זיי נישט זען די אלע קליפס וואס איז יא אידישלעך.
אויב דאס וואלט געווען דער עיקר פראבלעם החרשתי.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט, נאכן אויספרעגן ביי עטליכע באקאנטע, אז דער ביטערער מציאות איז, אז כמה וכמה יונגעלייט וואס האבן אינטערנעט מאיזה סיבה שיהי', און וואלט גערן געטוישט אויף דזשעי נעט, ווייל למעשה רעדט מען דא פון ערליכע יונגעלייט וואס זוכן נישט קיין שמוץ, און מיט דעם אלעם האבן זיי א גרויסן נסיון נישט צו טוישן מחמת איין איינציגע סיבה, ווייל זיי גייען נישט קענען האבן קיין צוטריט צו יו טוב.
נאכאמאל איך האב עס פעסגעשטעלט ביי עטליכע אינגעלייט, וואס זאל מען טון, זיי זענען נייגעריג נאך נייעס, פאליטיק, און זיי מוזן זען יעדע קליפ וואס מען שטעלט ארויף.
באזונדער האט זיך שוין יעדער דא באגעגנט מיט א געשריי ביי אסאך אשכולות "דזשעי נעט באנוצער"...
נו איז יעצט מיין שאלה, איז די וועלט טאקע אזוי קליין און געצוימט, איז נישטא נאך אזא ענליכע סייט ווי מען זאל קענען ארויפלייגן די קליפס.
און צו איז נישט די זעלבע גרינג די זעלבע קליפס ארויפצולייגן אויף יו סענד איט?
ווער עס קען העלפן זאל זיך ביטע אנרופן, און האבן א חלק ארויסשלעפן יונגעלייט פון אומגעפילטערטע אינטערנעט
יישר כחכם