בית פורומים כל העולם כולו

קול סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/8/2009 16:52 לינק ישיר 
קול סאטמאר

איבער די שערוריא פון פאריגע וואך

http://www.mysatmar.com/docs/kol_satmar_p.pdf




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 23:16 לינק ישיר 

לכבוד BIGSATMARשונא,
האסט געהאט א גוטן שבת?
אדער האסטו געשומט און געשאלטן אזוי ווי אלע זאליס פון מיין קאנטרי, הא?
(און אפשר ביסטו גאר איינער פון מיין קאנטרי שעלטערס WHO KNOWS).

איך בין נישט איבעראשט אז דו ווילסט נישט רעדן איבער דיין רבי'ן,
ווייל אויב וואלט געווען פארקערט, דיין רבי וואלט געווען מיין רבי,
וואלט איך מיך אויך געשעמט מיט עהם...

למעשה ביסטו אזוי אויפגעשפרינגען אויף מיין תגובה שרייענדיג אז
יענקעלע האט "מודה" געווען...
וויל איך דיר קודם כל אויפמערקזאם מאכן אז יענקעלע איז נישט קיין קהל'ס מאן,
איך בין פלעין א סאטמארער מעמבער און מיין סברה איז AS GOOD ווי דיין סברה,
אבער דאס מיינט נישט אז איך צו צוריק, אדרבה נאכן איבער טראכטן זעה איך ווי
שטארק איך בין גערעכט, לאמיר הערן די פראגע נאכאמאל,
אויב וואלט דער נפטר "נישט" געווען שאול מחוצפ'ס זוהן ווי ער וואלט געלעגן,
איז קודם די פראגע, וואס וואלט ער יא געווען?
מיינסט זיכער נישט צו זאגן אז אויב וואלט ער געווען א אהרוני,
ווייל דאן איז דאך זיכער נישט קיין פראבלעם, נאר געוויס האסטו געמיינט צו זאגן
אז ער וואלט געווען א פלעינער זאלי פון וויליאמסבורג אדער אפילו פון קרית יואל
וואס האט נישט געהאט קיין חלקה און איז געבליבן שולדיג אפאר טויזענט דאלאר,
און דאן איז דער ענטפער קלאר אז ער וואלט מסתמא געליגן אין קרית יואל פונקט ווי די אלע
אנדערע זאליס וואס האבן באצאלט פאר קהלתינו הקדושה פאר די חלקה און פאר
די איבער געבליבענע מעמבערשיפ און מען האט זיי געלייגט אין קרית יואל,
נאר אצינד ווען דער נפטר איז נעבעך נישט געווען קיין בר מזל און איז געבוירן געווארן
צו דעם מחוצף הגדול שאול תחתית, איז געווען נאך א קליין שטיקל תביעה'עלע אז ער זאל
אינטער שרייבן שטרי ברורין ביי א בי''ד און דאן וועט הכל על מכונו יבא בשלום,
נו, אויב וואלט ער געהאט סיי וועלעכען נארמאלן טאטע וואלט ער גאנץ זיכער אין דעם מצב
מסכים געווען, ווייל וואס האט מען דען געבעטן? נישט מער ווי 1 CC טינט, איין אינטערשריפט אדער
כאטשיג א הבטחה (מיט א משכון) אז ער וועט אינטערשרייבן, איז דאס טאקע אזוי
געפערליך? יעדער איינער פון זיינע נאנטע פריינט אינקלאדינג זיין מחותן וואס איז נישט
קיין קלענערער שונא פון עהם האבן פארשטאנען אז ער דארף יא אינטער שרייבן,
אבער נישט ער, ער איז קלוגער פון יעדן, עהם קען קיינער נישט סטראשן אפילו הקב''ה אויך נישט,
און דע רעסט איז היסטארי,

לאמיך דיך פרעגן, אפשר זאגסטו קלאר אין וואס באשטייט די עינוי אלמנה ויתומים, האט דאס דען
נישט געקענט ערלעדיגט ווערן און צוויי מינוט מיט איין אינטערשריפט, און ווען די אלמנה האט זיך
געבעטן מיט דמעות שליש צו איר שווער, שווער לעבן איך בעט דיך ברחמים פארשעם מיך נישט,
פארשעם נישט דיינע אייניקלעך, און פארשעם נישט דיין נארוואס פארשטארבענעם זוהן, זיין מחותן ר'
יוסף פנחס האט זיך געבעטן בתחנונים, אז ער וועט איינלייגן דאס געלט און שפעטער וועט מען שוין
זעהן, קודם זאך חלילה נישט ארויס קומען אזעלעכע מעכטיגע בזיונות פאר דעם נפטר און פאר די משפחה,
אבער דער אכזר שאול וואס לבו כלב האבן האט זיך  הארץ נישטאמאל א צאפל געטוהן,
ניין !!!  האט ער געשריגן, איך ווייס וואס איך טוה, און דריידס מיר נישט קיין קאפ,
אלזא אויב רעדסטו פון רציחה און פייניגן א אלמנה מיט יתומים
כאפ דעם טעלעפאן און רוף אן דיין ראש הקהל און געב עהם א פיס אויף מיינד, וואס ערווארסטו
אז ר' דוד עקשטיין שליט''א זאל מער שוינען די אלמנה ווי איר אייגענער שווער, אתמהה.

בכלל איז דער רשעות פון דעם רשע אכזרי שאול פערלשטיין זועק עד לב השמים,
ווייל לאמיר שוין זאגן אז ער האלט אז ער איז גערעכט און דארף נישט ארויס גיין פון
ערכאות, וואס וואלט דען אויסגעמאכט זיין חתימה אויף שטרי בירורין, קען ער דען אינטערשרייבן
בשם יאנקל כהנא, אדער בשם זלמן לייב טייטלבוים, ער קען ווען אינטערשרייבן און וואלי פרידמאן
מיט מאסרי וואלטן ווייטער געגאנגען אין קארט, דאס גאנצע פארלאנגען פון עהם אינטער צו שרייבן
איז דאך בלויז געווען סימבאליש, ווייל אזוי ווי דער שוטה רשע וגס רוח שרייט כסדר אז די אהרונים זענען די
וואס גייען לערכאות און נישט די זאליס, האט מען עהם געוואלט מאכן מודה זיין אז ניין, די זאליס
ווילן נישט גיין צו דין תורה און מיט פארלאנגען דעם אינטערשריפט איז דאס ארויס געקומען אפן
קבל עולם ומלואו, און דער טפש כאפט זיך נישט אז מיט זיין צוריק ווארפן דעם פארלאנג האט ער
גאר געשטארקט די טענת האהרונים און יעדער זעהט קלאר למי החותמת ולמי הפסולים,
און יעדער רעכט דענקעדיקער מענטש באשולדיגט עהם אין נישט וועלן אינטערשרייבן און נישט
די ערליכע חברה הקהלה וואס האבן דאס מיט רעכט פארלאנגט,

און דאס אלעס וואלט געווען, אויב דער נפטר וואלט טאקע געווען אזוי אומשולדיג ווי דו מאכסט עהם,
און וואלט באמת געווען א אויסגעצאלטער מעמבער ווי דו מאכסט עהם, אך דא עקא דער נפטר
איז גארנישט אזוי אומשולדיג געווען, ער האט נישט באצאלט די לעצטע פאר יאר
און איז שולדיג געבליבן בערך 3000 דאלאר, און אויך איז ער איז געווען פון די אנפירער פון די חלוקה
אין קרית יואל, ער איז געווען פון די סאמע אנפירערס פון דעם דאזיגן בית החיים, הפנים ביי עם איז גארנישט אזוי
חשוב געוען דאס ליגן מיט רבותינו הקדושים זי''ע, יא, אמת, ער האט נישט געקלערט פון זיך,
ער האט נאר יענעם געמיינט, יענער זאל ליגן דארט מחוץ לגדר, און ווען ער וועט דארפן גיין בדרך
כל הארץ וועלן שוין דארט זיין א צענדליגע עזות פנים'ער יונגע און אלטע אזוי אז ס'וועט שוין נישט
זיין אזא שאנדע דארט צו ליגן, נו, דער מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט, רבות מחשבות בלב איש
ועצת השם היא תקום, אויב איז לדעתך אלל רייט פאר "יענעם" צו ליגן אזוי מחוץ למחנה, נאדיר, פראביר
דו אליין, און לאמיר זעהן צו איז דארט טאקע א כבוד צו ליגן, דער פאטער האט דאך אויסגעשריגן
ביי די לוי' אז ער טיט נאר דעם נפטר'ס רצון, נו, מאי כל הרעש, ווי איז אייגענטליך דער גרויסער פארברעך,
ער האט דאך אזוי געוואלט, וואלט זיך געפאסט אז שאול תחתית זאל אריין לייגן א פול פעידזש דאנק
אין די צייטונגען און זיך באדאנקן צו אונזערע ראשי הקהלה אז מען האט צו געהאלפן לקיים דברי המת,
סא, וואס שימפט איר אזוי?

נאר וואס דען, דער בראך איז נישט פאר דעם דאזיגן נפטר, ניין און נאכאמאל ניין, דער גרויסער בראך
איז פאר זלמן לייב טייטלבוים בעל מחבר ספר "גזלנים וחמסנים", דער בראך איז פאר דעם הולך לבג''ץ
עזריאל גליק, און דער בראך איז פאר די אנדערע הולכי ערכאות וואלי פערדמאן, יודא הערש לאנדא,
מאסרי מיט אפרים יוסף עפשטיין, מענדל שוויממער (ב''פ), און נאך, דו וואס האבן נאך בתמימות געגלייבט
דעם שקרן וכזבן ווען ער האט זיי אזוי ערליך מבטיח געווען אז JUNE 6 קומט אלעס צוריק צו זיי,
און זייט JUNE 6 האט מען געגעבן נאך אפאר דאטום'ס און אזוי כסדר אפ געשטיפט די צוריק קער
פון בית החיים ביז אצינד ווען זיי כאפן זיך אז IT'S OVER, אדער באצאלט מען פאר די אהרונים אזוי ווי
צענדליגע זאלונים האבן אנגעהויבן צו טוהן, אדער ליגט מען מאחורי הגדר כדין הולכי לערכאות וכדין
מרימי יד בתורת משה, אויף איינמאל האבן זיי זך געכאפט אז דער ביטערער לץ שאול פויערשטיין האט זיי
געפירט קטן'ען, און דאס איז זייער ווייטאג, דאס איז דער יסוד פון זייער פארביטערקייט, 
און איך קען נאר אזוי פיל זאגן, I FEEL YOUR PAIN.  

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 22:30 לינק ישיר 

ביגסאטמאר

קענסט זיין רואיג, איך גאראנטיר דיך אויף הונדערט פערצענט אז אויב ר' עזריאל גליק אדער אפילו נאר חיים יאסל עפשטיין שטארבן היינט ח"ו וועלן זיי ביידע האבן די שענסטע בארן בוים אויף פאלאקס ביה"ח, און זיי וועלן נישט ליגן אין סאטמאר

די זעלבע איז מיט אלע אנדערע דרייסיג מענטשען וואס שטייען אויף יענע ליסט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 22:08 לינק ישיר 

allgood
א שטארקע פוינט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 22:00 לינק ישיר 

ביג סאטמאר, יענקעלע האט נישט מודה געווען ער האט נאר געזאגט "גאנץ מעיגליך"

איך מיין אז דאס וועסטו מודה זיין אז טאמער וואלט עס געווען א אנדערען קינד פון שאול וואס איז נישט געווען אינוואלווד אינטערציברעכען די דארטיגע קהילה און באצאלט מעמבערשיב און קרקע, אז קהל וואלט איהם יא געלאזט לייגען דארט טראצט זיין טאטע איז שאול

נאר דא איז געווען א צירוף פון ביידע

יעצט לאמיר הערן לשיטתך האבען די זאליס אויך געהאט א חלק און טשעפענען די אלמנה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 21:44 לינק ישיר 

קראכהיט,
די אלע 3 אופנים וואס די שלאגסט פאר וואלטען נישט געווארען פארגעשלאגען ווען דער נפטר וואלט געווען איינער פון די אנדערע 25 ערוועלטע קהל לייט פון די נייע קהלה.

די מאכסט נאר שטערקער מיין פוינט, וויפיל תירוצים מען וועט טרעפען, וועט פאקט בלייבען פאקט, מען האט געפייניגט א נפטר מיט זיין משפחה פאר דעם איינציגען חטא פון האבען א טאטען א "שונא" און מען האט געטראפען א (ל"ע) "גוטע" געלעגענהייט אים צו פיקסען.

דער נפטר איז נישט אחראי אויף זיין פאטער מעשים, ער איז אן ערוואקסענער מענטש און זיין פאטער איז אן ערוואקסענער מענטש. 

דער פאקט רירט זיך נישט פון פלאץ נישט קיין חילוק וויפיל טינט עס וועט פארגאסען ווערען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 20:49 לינק ישיר 

די זאליס האבן כדרכם זיך דא אויפגעפירט ווי קליינע בעיביס וואס האבן א טענטראם, נאך פאר ווי וואס ווען, נאך גאר גאר אינדערפרי, ווען מ'האט קוים אנגהויבן צו פארהאנדלן, און מ'האט אויף א גאר איידעלען אופן געטאן א קליינטשיגע השתדלות צו אפשר ענדיגן די חילול השם און איבוד ממון הקדש, האבן זיי תיכף אנגעהויבן צו מאכן יאלעס שטויסן שרייען און וויינען, "געוואלד! מת מצוה!" באגאסן סאטמארער רבי מיט צואה רותחות כדרכם, על לא עול בכפו, גיי ווייס ווי ער קומט דא בכלל אריין, באשולדיגט די גאנצע וועלט אויף זייערע צרות, באשולדיגט די ווילעדש, באשולדיגט די חברה הצלה, (אן אומדערהערטער אומאחריותדיגע זאך!! צו באשולדיגען אזא נובעלע און אומפארטייאישע ארגעניזאציע דארף מען זייער פארדומט) באשולדיגט סעגעדין, באשולדיגט וויטריאל, יעדער איז שולדיג, אויסער זיי זענען ממש אומשולדיגע שעפעלעך, אפשר רעדסטו ווי א נארמאלער מענטש, אפשר פארהאנדלסטו, אפשר פארלאנגסטו עפעס א קאנטער אפפער, ניין גארנישט!! מ'שרייט און וויינט "אהרן ט"ב פוי!!", די זענען נעבעך אומערצויגענען צופידעלעטע עלעמענטן, זיי האבן די אהרן טייטלבוים סינדראם וואס מאכט זיי קראנק,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 19:23 לינק ישיר 

דעם נפטר וואלט מען שוין געקענט אוועק לייגן במנוחה נכונה 10 אזייגער אינדערפרי, ווען נישט דער 65 יעריגער טאטע, ס'זענען געווען 3 אופנים וויזוי ער וואלט געקענט נקבר ווערן בכבוד, און אלע 3 זענען צישטערט געווארן נאר צוליב דער 65 יעריגער טאטע. ער האט ענדערש אויסגעוועלט צו אויסניצן די געלעגנהייטן צו שלאגן פאליטישע ווארצלען, אפטוהן און מבזה זיין סאטמארע רבי על לא עול בכפו, ווי איידער צו באערדיגן דעם נפטר 8 שעה פריער און א בכבוד'דיגע ביה"ח, און נישט מאכן זיין זוהן לדראון עולם א סימבאל פון מחלוקת.

אופן 1. ניו דשערסי, פארן נפטר איז ממילא אלעס איינס, ער איז שוין בעלמא דקשוט, ס'איז א געהעריגע קבר ישראל, עס ליגן דארטן טויזנטער אידן יראים ושלמים, און עולם האמת איז קיין שום חילוק ווי מ'ליגט, דארט איז ממילא "עליונים למטה ותחתונים למעלה" (מס' סנהדרין), נאך מער שאול אליין האלט אין איין זאגן אז דער נפטר האט געוואלט ליגן אין דעם פאלאק ביה"ח, נו מה דאך א ליידיגער ביה"ח איז ער גרייט געווען עאחכו"כ אן אלטער ערליכער ביה"ח.

דער איינציגער וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איז נאר דער 65 יעריגער טאטע, ממילא איז די אישו שאול נישט דער נפטר

אופן 2. בני יואל, כדלעיל. ס"ה: אויב די רעדסט פונעם עצם נפטר, האט עטס געהאט אלע ברירות איהם צו געבן זיין אייביגער רוה בכבוד גדול, 10 אזייגער. 


דער איינציגער וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איז נאר דער 65 יעריגער טאטע, ממילא איז די אישו שאול נישט דער נפטר

אופן 3.
אונטערשרייבן א כתב התחייבות אז ער גייט ארויס פון געריכט און איז דן בדיני ישראל. אדער עכ"פ געב א שטיקל אנטווארט פאר קהל, פרוביר זיך צו דורכרעדן פרוביר צו פארהאנדלן. נישט לויף וויינען "מת מצוה!"

דער איינציגער וואס האט געהאט א פראבלעם מיט דעם איז נאר דער 65 יעריגער טאטע, ממילא איז די אישו שאול נישט דער נפטר.



תוקן על ידי קראך_היט ב- 28/08/2009 19:20:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 19:10 לינק ישיר 

די זאליס פראבירן מיט אלע כוחות אונז איינרעדען אז מיר זענען
 רוצחים/מענטשען פרעסער/באנדיטען/בארבארען/באלשעוויגען/גלגלנים/בולעוואנען/גזלנים/גנבים/חמסנים/נאציס/ציוניסטען/נארנים/

עס איז שווער צו געדענקען א קרום ווארט, וואס ווערט נאר דערמאנט אונעם דיקשענערי, וואס די נועם המידות'ניקעס, האבן אונז נישט באטיטעלט!

פארוואס?

נישט ווייל די די ריאלעטי פראסקעט זיי און פנים, אז זיי האבן ''נישט'' דעם בית החיים!!!

ווייל זיי גייען דאך עס האבן, מען האט פשוט פארברייטערט.. (עיין דער יוד)

נישט ווייל זיי זען וואו צוויי אונטערעסאנטע פאקטען האט זיך אפגעשפילט 1 אז דער שאול וואס האט מיט פאטאס פראקאלאמירט אז אלעס בלייבט ביים אלטען דער זעלביגער האט מיטן א וועק לייגען זיין פארשטארבן קינד המנוח ר' עזואל ז''ל אונעם בארען פעלד, פראקאלאמירט פאר די גאנצע וועלט אז די זאליבאנער האבן ''נישט''דעם בית החיים!!!

ווייל מיר זענען נישט און הימעל! עס איז א פרעצאפאל!

נישט ווייל מיר האבן נישט געוואלט א וועק לייגען דעם דעם נפטר, און בית החיים, ( מיט א קליינע תנאי אז שאול זאל פארניצען א ביסעלע טינט פון דעם שיינעם פארקער פען וואס ער דרייט זיך און די קעשענע זייט ער שפיעלט רה''ק, אוןן אונטער שרייבען שטררי ברורין - אדער איינלייגען 50 אלפים ביי א שלוש אז ער וועט פארניצען דאס ביסעל טינט)

ווייל שאול האט דאך באמבאסטיש פראקאלאמירט אז דער רצון פונעם נפטר איז געווען אז מען זאל אים לייגען אונטערן פלויט,

פארוואס דען? וואס באדערט זיי?  פעלשער פארמעגליך האט דאך אזוי שיין מסביר געווען אז רבינו שליט''א איז ספעלשי? און די הערליכע ווידיאוס פון דעם כאמעני פראקאלאמירער, איז דאך כמיים קרים על נפש עיפה?

דאס גרויסען ניצחון, איז דאך פולקאם! וואס זענען די בילעם'אישע קללות?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 18:51 לינק ישיר 

צום לעצטעל מאל
ווען ר' עוזיאל ע"ה וואלט געווען איינער פון די אנדערע 25 מענטשען אויף דעם צעטעל, ער וואלט נישט געווען ר' שאול'ס א קינד, וואלט ער אויך אזוי באהאנדעלט געווארען?
דער ענטפער האט שוין יענקעלע געגעבען, קלאר אז ניין!!!!!!

אלע זיסע תירוצים צו פארענטפערען ענקער שטינקעריי איז שוין נישט מעלה ומוריד, איר האט גענומען אן 41 יעריגען נפטר און ארויפגעלייגט אויפען שאך ברעטעל צוזאמען מיט די ערשיטערטע אלמנה און יתומים פארען חטא פון............... האבען א 65 יעריגען טאטען ר' שאול.

אלע תירוצים און קונטריסים נעמען נישט אוועק די רשעותדיגע פאקטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 18:44 לינק ישיר 

צום זיבעציגסטן מאל:

ר' עוזיאל ע"ה איז געווען א חלק פון די נייע א.ג. "קהל יטב לב" וואס די זאליס האבן פאריגע וואך געגרינדעט אין קרית יואל.

דערמיט האט ער זיך אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון די ארגינעלע קהלה, און במילא וואלט ער נישט געהאט די רעכט צו ליגן אין ביה"ח. אויסער אויב זיין טאטע וואלט מסכים געווען צו גיין צו די"ת, וואס דאן וואלט ער באקומען א קרקע לפנים משורת הדין.


תוקן על ידי - געגאנגען - 28/08/2009 18:44:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 18:35 לינק ישיר 

יענקעלע פון דיין גאנצע תשובה איז נאר אינטרעסאנט 2 שורות ווי די ביסט מודה ומתוודה

יענקעלע11 כתב:

BIGSATMAR
"איך בין מודה ומתוודה אז אויב המנוח ר' עוזיאל ע''ה
וואלט נישט געווען דער זוהן פון המחוצף שאול פערלשטיין
איז גאנץ מעגליך אז ער וואלט היינט צו טאג געלעגן אין בית החיים
ווי רבותינו זי''ע ליגן"

", יא, איך בין מודה ומתוודה אז מיר האבן
געכאפט א געלעגענהייט און דאס אויסגעניצט, ס'איז געווען א ווין ווין סיטאעישאן, "



און אנדערע ווערטער ביסט מודה אז מען האט "צוגעפיקסט" דעם נפטר, די אלמנה מיט די יתומים ווייל (כלשונך) "מיר האבען געכאפט א געלעגענהייט און דאס אויסגעניצט".
ר' עוזיאל ע"ה דער 41 יעריגער נפטר וואלט יא נקבר געווארען אן קיין שהיות ווען מען קוקט נאר אויף זיינע  אייגענע עבירות, אבער די עבירות פון זיין 65 יעריגע טאטע האט מען נישט געקענט פארקוקען און פארדעם האט מען פארקוקט אויף די צער פון די נשמה פונעם מת, די צער פון אן ערשיטערטע אלמנה און יתומים.

ארונים "יו אוטדיד יורסעלף דיס טיימ" ביי ענק איז אן ערשיטערענדע פאסירונג א "געלעגענהייט" און א "ווין ווין סיטאעישאן" (כלשונך)

תו לא מידי נישט דא וואס מוסיף צו זיין.

אלע איבעריגע שטותים, ווי פארוואס דער רבי פארט נישט אויף ארץ ישראל און "וואס האט מען דען פארלאנגט" איז גוט צו פארדרייען דעם נושא און פארטושען ענקערע פיצינקע מוחות.

פאקט בלייבט פאקט, מען האט געפייניגט א נפטר מיט זיין משפחה ווייל עס איז אונטערגעקומען א גלענצענדע געלעגענהייט צו "פיקסען" דעם זיידען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 08:00 לינק ישיר 

יענקעלע, A1 כדרכך.

נאר איין פרט וויל איך מעיר זיין וואס איך האלט ביזט נישט גערעכט.

איך האלט אויסדריקליך אז די אלע מענטשן וועלכע פירן אן די נייע "קהל יטב לב" פון די זאליס אין קרית יואל דארפן ווערן אויסגעשלאסן פון מעמבערשיפ, פונקט ווי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט גע'אסר'ט די בני יואל. אויב מ'וויל נישט אויסשליסן זייערע מעמבערס (וואס איך בין מסופק אויב מ'דארף עס נישט טון אין קרית יואל), אבער זייערע ראשי הקהלה מוזן זיכער ווערן אויסגעשלאסן [אריינגערעכנט דעם נפטר, וועלכער איז געווען איינער פון די טובים].

דער פסק פון אונזער הייליגן רבי'ן האט זיך מיט גארנישט געטוישט מיט דעם וואס ער איז שוין נישטא בעוה"ר, און אפילו אויב בני יואל האט געטוישט דעם נאמען צו ויואל משה, יטב לב, אדער סיי וועלכן נאמען. די עזות פנימ'ער קעגן וועמען רביה"ק זי"ע האט זיך מערערע מאל אויסגעדריקט אז זיי זענען "רשעים" טארן בשום אופן נישט ליגן אין איין בית החיים צוזאמען מיט אים.

"אין מניחין צדיק אצל רשע" איז נישט עפעס אן אויפטרעף פון ר' בערל פריעדמאן, און קען נישט פארווישט ווערן מיט אפאר דאלער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 05:52 לינק ישיר 

דאס איז עס

איך בעט מיך שוין לאנג פאר אזוינע סארט קריגערייען. BIGSATMAR און יענקעלע11 GO ON, טראץ וואס ביגסאטמאר קוקט נישט אויס צו זיין אן ארויני האבען אבער זיינע טענות א נארמאל פנים נישט סתם געשאסען. און אזוינע טענות דארף מען דן זיין בכובד ראש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/8/2009 04:35 לינק ישיר 

על כל פנים,
דער פראבלעם איז נישט, זילא פערלשטיין ע''ה,
נישט די מצבה פון בנציון שווארץ שניר (ע''ה)
נישט צמות הגידין,
נישט אריזאנא ווייץ,
נישט כבוד ר' עזריאל גליק,
נישט כבוד ר' ישראל חיים מנשה, (ירושלימער רב),
נישט דער בית המדרש אויף האפפער סטריט,
נישט דער גרויסער מעכטיגער בנין אויך ווייט עוועניו,
נישט די עצמות פון שפאניע,
נישט די נייע בוטשער סטארס,
נישט שחיטה מונחת,
נישט הרבנית סאשע (וויזניץ)
ניין די אלע זאכן זענען נישט דער פראבלעם,
איין פראבלעם איז דא,
און דאס הייסט...... רבי אהרן טייטלבוים שליט''א
און פון דעם וועט איר נישט אזוי שנעל פטור ווערן......

 

 



תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 28/08/2009 4:45:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 04:33 לינק ישיר 

BIGSATMAR
איך בין מודה ומתוודה אז אויב המנוח ר' עוזיאל ע''ה
וואלט נישט געווען דער זוהן פון המחוצף שאול פערלשטיין
איז גאנץ מעגליך אז ער וואלט היינט צו טאג געלעגן אין בית החיים
ווי רבותינו זי''ע ליגן, העכסענס וואלט מען געדארפט באצאלן די דריי טויזענט
דאלאר וואס ער איז שולדיג געבליבן און נאך בערך 8,000 צו 10,000 דאלאר
פאר די חלקה און גמרנו, אך דא עקא דער נפטר איז יא דער זוהן פון
דעם מחוצף הידוע לשימצה שאול פערלשטיין און כפי פסקם פון אייערע
דיינים ובראשם אייער ראב''ד'ל מעג מען "אלעס" טוהן כדי להציל נכסי הקהל,
איז, מה דאך גיין אין ערכאות העכו''ם מעג מען  - לויט אייך -  גיין, פשוט ווייל ר' ישראל
חיים מנשה מיט הרב פיליפ און וויינבערגער שרייבן אז מען מעג "אלעס" טון
איז דאך כל שכן פארלאנגען צו גיין צו דין תורה איז זיכער בכלל פון טוהן "אלעס",
פארגעס נישט, חז''ל זאגן גאר שארפע לשונות אויף גיין בערכאות העכו''ם
זיי רופן אן א הולך לערכאות "א מרים יד בתורת משה" וכו', אבער איך בין זיכער
אז בכגון הא, בנידון דידן,  ווען דיינע לישקע חברה שרייבן אז מען מעג "אלעס" טוהן, וועלן חז''ל
זיכער אוועק קיקן און נאכגעבן אביסינקעלע, אבער לאידך גיסא, אפשר קען מען זיך פארלאזן
אויפן פסק הלישקע אז מיר מעגן אויך "אלעס" טוהן כדי להציל נכסי קהלתינו
הקדושה, און אולי ואולי מעגן מיר יא פארלאנגען פון שאול אינטער צו שרייבן
שטרי בירורין און גיין צו דין תורה אזוי ווי יודן האבן זיך געפירט מעת היות עם
ישראל לגוי, אפשר טאקע.

לאמיך דיך פרעגן, מאי כל הרעש?, וואס האט מען דען געבעטן? מען האט געבעטן
פונעם אבי אבות אינטער צו שרייבן אז מען גייט לדין תורה, איז דאס באמת אזא
מין געמיינע רציחה?, יא, איך פארשטיי אז ביי אייך, צו גיין צו דין תורה איז איינס פון די
עבירות החמורות בתורה, אבער אפשר קען מען לייגן ביימעלעך וועט שוין זיין מותר?
אדער אפשר קען מען טרעפן אן אנדערן תירוץ, יא, איך בין מודה ומתוודה אז מיר האבן
געכאפט א געלעגענהייט און דאס אויסגעניצט, ס'איז געווען א ווין ווין סיטאעישאן,
אדער גייען מיר צו דין תורה, אדער ווערן מיר פטור פון ענק איינמאל פאר אלעמאל, 
נו, איר האט אייך אויסגעוועלט אפ צו פיצן, נו, וואס פארפירט איר? יא, מיר האבן
דאס שוין מיטגעמאכט, מיר האבן געכאפט א רוק ארויס פון ראדני און פון די מוסדות,
האבן מיר זיך אפגעווישט די נאז און געבויט אייגענע בתי מדרשים און מוסדות,
ס'האט וויי געטוהן? אוודאי, זייער שטארק, און טאקע וועגן דעם רופן מיר אייך צו
דין תורה, אבער שרייען גזלנים חמסנים? איך האב שוין געהאט די זכי' צו הערן
פון רבינו הקדוש שליט''א אריבער 100 דרשות זייט אייער גניבה וגזילה, קיינמאל
האב איך עהם נישט געהערט שרייען אויף אייער פרעכע גניבה, קיין איין ווארט האט
ער נישט ערוועינט און דא יעצט און אזא טרויעריגע מאמענט ווען מען איז מספיד א יונג
צווייגעלע וואס איז אזוי טראגיש אוועק געריסן געווארן, האט דיין שטריק נישט געטראפן
קיין בעסערן הספד ווי אויס צו שרייען זיין ווייטאג אויפן פארלוסט פונעם בית החיים?,

איך שעץ דיך זייער אז דו זארגסט פאר אונזער וואוילזיין ,
און באוויינסט דעם פלעק וואס מיר האבן אצינד באקומען,
וויל איך דיר אויפמערקזאם מאכן אזא אזא קליינישקער אינצידענט
וועט נישט אוועק מאכן די הויעכע דיבורים וואס הגה''צ בעל שבט הלוי שליט''א
האט געזאגט אויף אונזער רבי שליט''א, איין סטעיטמענט פון הגאון רבי אליקים
שלעזינגער שליט''א איז פילפאכיג מער ווערט פון טויזענט שמוציגע ארטיקלען
אונעם שמוץ קאסטן וואס הייסט "דער איד", מיינסטו טאקע אז רבי משה שטערנבוך
שליט''א וועט זיך אצינד אפשאקלען פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א?, און וואס איז מיט
הרב דוננער שליט''א, רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א, און רבי מלכיאל קוטלער שליט''א,
וועלן זיי זיך א ריק טוהן צו דיין ע''ה אצינד אז דיין שמוץ קאסטן גיסט אזויפיל פעך און
שוועבל אויף רבינו שליט''א?, געב א קיק און לייג צו קאפ, משה גבאי און מאיר ראטה
זענען נישט די וואס זענען מחליט ווער עס איז דער רבן של ישראל, דאס זענען מחליט
די גדולי הדור, און וויפיל שמוץ עטץ זאלטס נישט גיסן וועט אייך גאר קנאפ העלפן,
עטץ כאפטס נישט אז איר ווערט גאר דערטרונקען אין דעם שמוץ וואס איר פארשפרייט,
אייער רבי מיט זיין לישקע זענען היינט צו טאג ללעג ולקלס, זיי זענען אפגעפרעגט בהחלט
ביי יעדן רעכט דענקענדיקן מענטש, אדרבה כאפ א שמועס מיט סיי וועלעכן רב אדער מורה
הוראה (און איך מיין נישט דא דעם טריפל מחותן שאפראנער רב שליט''א צו חיים שיעלעס טאטע)
צו זאל דאס זיין רבי בנציון שטראסער שליט''א, צו דער סקווערער דיין שליט''א  פון בארא פארק
צו די חברי הבית דין הגדול שבירושלים (ובתוכם דיין רבינ'ס מחותן הרה''ג רבי יושע ראזענבערגער שליט''א)
וועסטו געוואר ווערן וואס הערצה מיינט, בו בזמן ווען אלע גדולי הרבנים פון די גאנצע וועלט זיכן נאר
צו קומען צו רבינו שליט''א און ארום רעדן מיט עהם בכל מכמני התורה, דרייט זיך דיין רבי כסדר ארויס 
מיט נארישע תירוצים אז ער יאגט זיך צו דאווענען מנחה וכדומה,

אפשר פארענטפערסטו מיר א געוואלדיגע קשיא, דו וועסט געוויס נישט
לייקענען אז דיין רבי איז זייער עדיקטעט ארום צו פארן צו שטופן די צייט,
ער גייט כסדר באזוכן שפיטעלער (וואס ביי אונז טיט דאס די רעבעצין תחי') לעיקוואד, פייוו טאונס, 
קאנעדיקעט, וכו' מאנארא - קאנטרי, קאנטרי - מאנארא, מאנסי א צוויי דריי מאל א וואך, און ווי נאר עס
מאכט זיך א געלעגענהייט איז ער רעדי צו פארן אבי דער טאג זאל שנעל אדורך גיין, נו, איז מיר זייער שווער,
דיין רבי האט א זוהן אין ארץ ישראל, ער האט א "גרויסע" קהילה אין ירושלים, און האט נאכנישט געטראפן
קיין צייט זיך אריבער צו כאפן קיין ארץ ישראל?, אזוי ווייט אז אפילו ווען דער זוהן האט בר מצוה געמאכט
האט מען עהם געצווינגען איבער צו לאזן זיין "גרויסע" קהילה און קומען קיין אמעריקא אלעס נאר דיין רבי
זאל נישט דארפן פארן אהין, פארוואס, הא?, איך וועל דיר זאגן, דיין רבי וואלט געפארן קיין ארץ ישראל
נאר בתנאי אז אלע רבנים שבארצינו הקדושה זאלן דאן זיין אין חו''ל, ער זאל זיך מיט זיי נישט דארפן 
צו טרעפן, ווייל כידוע, איז יעדער באזיך פון סיי וועלעכן רב עפעס מעורר א שילשול, שטארקע און גרויסע
בויך קרעמפן, און דאס וויל ער זיך איינשפארן. 

  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קול סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext