| נשלח ב-27/8/2009 21:20 |
|
| |
בור כרה ויחפרהו: דער בלאט מיטן הייליגן חתם סופר!
דער בלאט ברענגט אראפ א שו"ת חתם סופר וואס ער שרייבט אז מען מעג אפהאלטן די קבורה אויב דער מעמבער האט נישט געצאלט קיין מעמבערשיפ, דאס ברענגט ארויף בייז וואונדער אפילו ביי די ארונים, ווייל ער האט דאך יא געצאלט מעמבערשיפ.
אין דער איד ערשיינט א מוראדיגע שו"ת חתם סופר מיטן קעפל "רוח הקודש הופיע בבית מדרשו" וואס מען קען פארגליווערט ווערן ליינענדיג זיינע ווערטער, ס'כאפט א פחד נורא ואיום!
איך גיי בקרוב ארויפלייגן ביידע, דער בלאט און דער איד שלאגן זיך ווי וועם די חתם סופר האט געהאלטן, לאמיר זעהן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 22:23 |
|
| |
מיר ברענגן נישט קיין חתם סופר
מיר ברענגן א פסוק אין די הייליגע תורה
ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני עכו"ם
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 21:37 |
|
| |
אין אידיש:
מען מוז באצאלן מעמבערשיפ דמי קרקע ווייל אויב נישט וועט דאך זיין צדיק קבור בקבר שאינו שלו, אבער אויב וועט די חברה קדישא בעטן מער ווי דער באשטימטער פרייז, אדער אויב וועלן זיי בעטן לויט די אומשטענדן, זענען זיי גזלנים! (נישט דער סאטמארער רבי שליט"א האט דאס געזאגט ביים הספד, נאר דער חתם סופר זאגט עס!)
און אויב וועט די חברה קדישא זיך נישט בייגן און מען וועט זיי נישט קענען צווינגן, איז נישטא קיין חברה קדישא און עס ליגט אויף יעדעם די חיוב צו באערדיגן דעם נפטר, און די גאנצע שטאט איז אסורים במלאכה, מען טאר נישט גיין ארבעטן ביז מען וועט טרעפן א געהעריגע פלאץ.
און עס איז מותר, און עס איז א מצוה! צו עפענען א נייע בית החיים אויף א צווייטע פלאץ, און צו מאכן א נייע חברה קדישא, און די אלטע חברה קדישא האבן נישט וואס צו קאמפלעינען, נישט אין דער בלאט, נישט אין הייד פארק, און נישט ביים סבלן אינדערהיים.
עד כאן די הייליגע דיבורים
דאס וואס דער חתם סופר שרייבט דא האט ליידער פאסירט די לעצטע שטיק צייט נאכאמאל און נאכאמאל, און ליידער האט קהל נישט גענומען די נויטיגע שריט, און מקיים געווען די "מצוה" -וויאזוי דער חתם סופר רופט עס, מען האט זיך געלאזט. קהל האט עובר געווען דערויף.
דער הייליגער נפטר, דער קדוש וטהור ר' עוזיאל ע"ה, איז געווען דער קרבן ציבור ליידער, וואס האט זוכה געווען אז בזכותו האט ענדליך קהל געטון דער הייליגער מצוה, און געענדיגט דעם שרעקליכן אומדערהערטער טעראר.
ר' עוזיאל איז געווען דער שליח פונעם הייליגן חתם סופר, דער שליח פונעם רבין ז"ל וואס ער האט דאס זיכער נישט אויסגעהאלטן, דער שליח פון גאנץ סאטמאר, און דער שליח פון כלל ישראל!
תוקן על ידי שנעלקל ב- 27/08/2009 21:36:41
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 21:31 |
|
| |
מיינע הענט ציטערן ביים אפלאודען דעם הייליגן חתם סופר וואס דער איד
ברענגט, איך בעט יעדער איינער זאל דאס אפליינען בעיון, סווארפט זיך אלע
גלידער די אפענע הייליגע אויגן פונעם רבן של ישראל דער חתם סופר, וואס
צדיקים האבן עדות געזאגט אז פוסקים כמותו בשמים, ווי ער שרייבט ממש קלאר
ארויס וואס מען האט דא געהאט צו טון!

|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 21:25 |
|
| |
דער חתם סופר וואס דער בלאט ברענגט אראפ, וואס שרייבט אז אויב דער נפטר האט נישט געצאלט קיין מעמבערשיפ זאל מען אים נישט מקבר זיין, וואס דער פאל דא איז געווען להיפוך!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/8/2009 21:22 |
|
| |
די רוח הקודש פונעם חתם סופר איז א דאפעלטע, קודם פאר די עצם ווערטער וואס ער שרייבט, און נאכדעם ווייל ער האט געזען מיט זיין ווייטן בליק ווי די ארונים גייען נעמען זיין הייליגן נאמען און ארויפלייגן אויף אים דאס גרעסטע רשעות אין די סאטמארע היסטאריע, האט ער דעריבער געשריבן קלאר און דייטליך ברחל בתך הקטנה.
|
|
|
|
|