איך ציפ מיך צו איך בין געווארען א אפענער בעל "רוח הקודש", איך גלייב נישט וואסמיינע אויגען ליינען. דער שמואל ווידער האט געמאכט פון זיינע שעפסען פונקט דאס וואסאיך האב פארגעשריבען. ער האט זיי פארקויפט די ברוקלין ברידש און אלע זינגען שויןנאך דעם זעלבען ניגון.
אבער מער פון אלעם איז וואס שמואל ווידער פארקויפט פאר זיינע אקסען דאספאלגענדע. איך ברענג דא די פולע ציטאט:
אין א פאלשן פרואוו צו ריין-וואשן דעם שענדליכן פנים פון דעם כת הולכים בערכאות ומסרבים לדין פונעם אומגלויבליכן בזיון המת, האט זייער שליח, דער טרויעריג בארימטער לאנג יעריגער מלשין ומסור פון קרית יואל, י. וואלדמאן, ארויפגעלייגט אויפן טריפה׳נעם אונטערנעט, ביים פריצות׳דיגן אפטיילונג פון ״יו-טוב״, א ״קליפ״, כאילו מ׳זעט ווי די בחורי חמד פון די ישיבה גדולה זאלן האבן געזינגען און געקלאטשט בשעת דעם קידוש ביה״ח אויף ״פאללאק׳ס לאט״.
דער מסור וועלכער פלעגט שטענדיג שטיין אויף זיין פארטש אויף גארפילד רד. אין קרית יואל, קעגן איבער דעם ביהמ״ד הגדול, און פילמירט און רעקארדירט דאס באגלייטונג יעדן מוצאי שבועות, מוצאי שבת שבע ברכות, בצל קדשו פון רביה״ק בעל ברך משה זי״ע, האט גענומען דעם פאקט אז עטליכע בחורים פון די דערנעבנדיגע ישיבה, האבן אויף עטליכע מינוט צוגעקוקט מיט נייגער ווי מ׳איז מקדש ״פאללאק׳ס לאט״, און דערצו צוגעשטיקלט א קאסעטע ווי מ׳זינגט ביי איינע פון די באגלייטן ביים ברך משה זי״ע.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען זיך געוואנדן צו גדולי ישראל אז דאס איינע מאל זאל מען מתיר זיין צו פארשפרייטן דעם פאלשן ווידעא קליפ וואס דער מסור האט ארויפגעלייגט אויפן אונטערנעט, און זיך אליינס איבערצייגן דאס פאלשקייט און פרעכער שקר פון דעם קליפ.
אמת, מ׳זעט פובליק סעיפטי און פאליציי וועלכע זענען געקומען צו פארזיכערן אז דער מצב פארבלייבט רואיג, אבער וויבאלד זיי זעלבסט האבן געזען אז דער פאלשער אריינרוף צו די פאליציי, כאילו מ׳ווארפט שטיינער און מ׳שלאגט זיך, איז א פאלנער בלבול און שקר, האבן זיי זיך באלד געשטעלט אין די זייט.
אדרבה, אויף זיין טעיפ הערט מען ווי די אנוועזנדע זינגען דעם באקאנטן זיבעטן הקפה ניגון, מיט וועלכן מ׳פלעגט באגלייטן דעם רבי׳ן הברך משה זי״ע. לו יהא אז די בחורים וואלטן דארט געזינגען באותו מעמד, וואלטן זיי געטראפן פיל בעסערע ניגונים וואס וואלט זיך מער געפאסט צו אזא געשעעניש.
*
רבותי, איך מוז זאגען אז דער שמואל ווידער איז הונדערט פראצענט גערעכט. אויב שטעלט זיך נישט אויף קיינער פון זיינע ליינער און און מאכט א מאסען דעמאנסטראציע אין די גאסען און שרייט הויך: משוגעים! דעמאלטס איז שמואל ווידער גערעכט.
שמואל טייערער, דו האסט דיינע שעפסן פולי אויף דיין זייט, דו זאלסט זיי ווייטער פארקויפן דיינע געבעקסען. איך ווינדער זיך נאר, פארוואס הייבסטו נישט אן איין צו רעדען פאר דיינע ליינער-שעפסען אז עס עקסיסטירט בכלל נישט קיין ר' זלמן לייב? פארוואס הייבסטו נישט אן איין צו רעדען פאר דיינע ליינער-שעפסען אז ר' אהרן האט גאנץ סאטמאר אונטער זיך אין פולי קאנטראל און ער פירט מיט זיין "תקיפות" דעם גאנצען אידענטום?
פארוואס הייבסטו נישט אן איין צו רעדען פאר דיינע ליינער-שעפסען אז עס איז בכלל נישטא א פראבלעם אין דער "בית השחיטה המהודרת"? פארוואס פארקויפסטו נישט פאר דיינע שעפסען ר' אהרן איז געווען דער ערשטער וואס האט געכאפט אלע בית השחיטות, אויסער זיין המהדורת, מיט די צומת הגידין פראבלעם?
דאס איז איין סעט פון קשיות.
צווייטע פונקט: פארוואס האט נישט שמואל ווידער פארענפערט פאר זיינע שעפסען די פראגע פארוואס האט מען אפגעהאלטען א קבורה פון א יונגעמאן וועגען זיין טאטע? ווי קומט דער טאטע דא אריין ווען זיין זון איז שוין איבער די פערציג?
און אויב מען שטראפט יא א זון וועגען א טאטען, זאג נאר, שמואל ווידער, דיין טאטע איז דאך אויך א שונא פאר דעם ארוני פירער, נו פון וואנעט ווייסטו, שמואל ווידער, אז דער טאשען שניידער וועט נישט אפהאלטען דיין קבורה, און וועט לאזען דיין קערפער "אפסרחנען"?
און פון וואנעט ווייסט יחזקאל בערקאוויטש אז דער טאשען שניידער און קאניבאל וועט נישט אפהאלטען זיין קבורה וועגען זיין טאטע איז פון די גרויסע "שונאים" אין בארא פארק? און אזוי איז נאך דא עטליכע ארונים וואס זייער טאטע האלט אז ר' אהרן טאר נישט זיין דער רבי אין סאטמאר.
אגב, שמואל ווידער שרייבט: "לו יהא אז די בחורים וואלטן דארט געזינגען באותו מעמד, וואלטן זיי געטראפן פיל בעסערע ניגונים וואס וואלט זיך מער געפאסט צו אזא געשעעניש". ווייסט איינער וואס פארא ניגונים וואלטען למשל יא געווען צוגעפאסט צו זינגען ביים מקדש זיין דעם ביה"ח?
נשלח ב-28/8/2009 00:57
ווער קען די רימניצער
מכניסי רחמים
הזכירו לפניו, השמיעו לפניו תורה ומעשים טובים של ש־כני עפר, ויזכיר אהבתם ויחיה זרעם טרם שלא תאבד שארית יעקב, כי צאן רועה נאמן היו לחרפה, ישראל גו אחד למשל ולשנינה, מהר עננו ה׳ אלה־נו ופדנו מכל נזרות קשות, והושיעה ברחמיך הרבים משיח צדקך ועמך
נשלח ב-28/8/2009 00:59
אונטערסאנט
אז די מערהייט פון די ליינער פון בלאט דארפן נישט צו וויסן וואס מיינט "יוטוב" און דער בלאט דעקט זיי אויף וואס יוטיוב מיינט.
נאך אונטערסאנט, איך קיינמאל נישט געוואוסט אז ביים ברך משה'ס באגלייטן האט מען געשריגן אויף עם פוי, אזוי ווי מ'הערט שרייען ביים קידוש בית החיים קליפ.
לייבוש טייטלבוים, המכונה לייבוש בריסק, היי יאר ווען עס זיין אויף די ערשטע דריי טעג סוכות אין קרית יואל ביי דיין רבי'ן, ווי די פלעגסט פארן יעדעס יאר, וועסטו עם פארקויפן די לאקשן, נישט פאר אונז.
נשלח ב-28/8/2009 01:01
שמואל משכיל ווידער -- פארוואס באהאלט ער פון זיינע ציבור טיפשים אז רעב. סאשע האט געשריגן אויף ר' אהרן'ען פרייטאג נאכט "איך שעם מיך ארויסצוגיין אויף די גאס, דיינע משוגעים האבן מיך מבזה געווען איבעראל, איך קען נישט באווייזן דאס פנים פאר מרס. סטוראלוויטש וואס איז פון מיינע גרויסע שטיצער" וכו' וכו'?.
שמואל ווידער -- פארוואס פארציילסטו נישט פאר די מיליאנען בלאט ליינער דעם טעלעפאן געשפרעך צווישן דעם וועלט'ס נער בערל פרידמאן מיטן יו"ר ה'טריא' דער טאשן שניידער מעידאף הורוויץ?
שמואל משכיל ווידער -- פארמעגליך האט דיך באויפטראגט מיט זיין געלונגענעם ארטיקל איבערן השתלשלות פונעם ביה"ח צו ספינען די אהרונים זאלן נישט האבן מער קיין שום פראגעס, שמואל די בוסט א מועיל בשליחות. די אהרונים זענען נאך מלא ספיקות איבער די גאנצע פרשה. די האסט זיי נישט געקענט זעטיגן מיט עפעס בעסערס?
שמואלמשכיל ווידער -- דאס איז דאס גאנצע באמבע וואס די האסט געקענט דעליווערן פאר דיינע שעפסען אן אימעיל פונעם לויער ברוס צו ענקער לויער? שמואל ווידער -- איך חידוש זיך אויף דיר! איך האב מורא אז פארמעגליך האט דיך פשוט און פראסט אונטערגעשאצט און געשריבן אז די בוסט אן אייזענע 'ספינער'...
תוקן על ידי רעיוואד ב- 28/08/2009 1:30:17
נשלח ב-28/8/2009 01:19
אז מען רעדט פון utube האט שמואל משכיל פשוט געמאכט א גרויסן טעות
ער האט געדארפט שרייבן ווי פאלגענד:
נישט גענוג וואס דער מסור וואלדמאן האט אזויפיל יארן געצאפט אידיש בלוט, האט ער נאך די חוצפה אריינצוקומען אין אזא מקום קדוש ווי "יו-טוב" וואס איז נתקדש געווארן מיט די הונדערטער ווידיאס וואס ווערן כסדר ארויפגעלייגט פון די הייליגע טישן פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א.
נשלח ב-28/8/2009 02:59
פארמעגליך
דו מעגסט נעמען קרעדיט און דארפסט באקומען קרעדיט.
אדאנק דיין שווערע ארבעט האבן טויזנטער מענטשן געעפנט די אויגן, צו זען מיט וועמען מען האנדעלט דא.
אדאנק דיין ארבעט האבן מענטשן איינגעזען אז מען קען באצאלן פאר די אהרונים געלט,
און עס העלפט גארנישט!
עס איז נישט קיין ספק אז די איינציגסטע סיבה
פארוואס ר' עוזיאל האט געצאלט מעבערשיפ ביי די אהרונים איז געווען,
צוליב א חלקה אויף לאחר מאה ועשרים.
זיי האבן אים קיינמאל נישט איינגעמאלדן בחייו
אז ער האט פארלוירן זיינע רעכטן
ווייל ער האט א טאטע א גרויסער זאלי,
צו ווייל ער העלפט פאר קהל יטב לב קרית יואל וכדומה.
נאר לאחר פטירתו האט מען אפירגעזוכט
תירוצים צו פארענטפערן די מאסיווע רשעות אפאראט.
דער בלאט קען טאקע שרייבן דעם פרעכן שקר
אז די בחורים האבן נישט געזינגען די "אומפאסיגע" ניגונים,
בשעת הונדערטער אידן האבן דאס ליידער געהערט מיט זייערע אויערן,
איין ווארט קען מען טאקע נאכזאגען אויף פארמעגליך, וואו ער שרייבט ביי זיין זינלאזע געמאלעטץ אז אין עולם הסעקייטרי איז באוואוסט אז ווער עס האט א גרויסן מויל, א ברייטן פיסק מיינט עס אז אינעווייניג איז ער גאר שוואך, און אומבאהאלפן, ער האט נישט קיין זעלבסטזיכערקייט.
מיר קענען באצייכענען פארמעגליך טאקע מיט דער נמשל, אויף א יעדעס ווארט וואס ער שרייבט און ער לופטער קען מען קלאר זעהן אז עס איז איין גרויסער מויל מיט וואסער, וואס עס מיינט אין עולם הסקייטרי אז אינעווייניג איז ער נעבעך אומבאהאלפן און גייסטיש שוואך, עס הערשט אין אים א שטארקער פארלוירנקייט, ער האט זיך אין זיין וויסטן חלום נישט געגלויבט אז ער וועט דערלעבן וויאזוי מען טוט פשוט אנערקענן אז דער קרית יואל'ע קהילה פארמאגט די בעלות אויפן צענטראלער סאטמאר'ע ביה"ח וואו עס ליגען אונזערע הייליגע רבי'ס.
עס הערשט אין די לעצטע צייט אין די זאליבאנע לאגערן א שטארקע צומישעניש און פארלוירנקייט נישט וואסענדיג וואס די קומענדיגע טאג גייט מיט זיך ברענגען נאך אזעלעכע געריכטליכע פארלוסטן וואס זיי האבן זיך אליינס אנגעמאכט ווען זיי האבן פראגרעמירט פאר די ריכטער אז עס איז רעליגיע און מען קען זיך דערין נישט אריינמישן, און איצט האט מען דאס גענוצט אנטקעגען זיי און דערמיט געצווינגען זייערע פארפירער צו טוהן דעם געצוואונגערנער שריט און אפקויפן פאלאק'ס שטח.
יא! יא! א קהילה אן א ביה"ח איז נישט קיין קהילה, א יעדע מענטש צאלט זיין מעמבערשיפ בלויז מיטן געדאנק אז ער וועט אחר מאה ועשרים שנה ליגען אינעם סאטמאר'ן ביה"ח און די פארפירער זאלן זיך ניטאמאל איינרעדן אז עס האט זיך געענדיגט מיט די מעשיות אז ווער עס וויל ליגען אין די סאטמאר'ע ביה"ח וועט מער נישט דארפן צאלן קיין געלט, מען האט טאקע אפגעקויפט א ליידיגער באדן אבער אונזערע רבי'ס געפינן זיך נישט דארטן, א יעדע סאטמאר'ע חסיד וויל זיך געפינען נאנט צו זייערע רבי'ס, און אז עס וועט זיין די מעגליכקייט צו ליגען אינעם סאטמאר'ן ביה"ח וועט מען זיין גרייט אוועק צוגעבן דאס גאנצע פארמעגען אבי צו ליגען אין אזא הייליג ארט.
און לאמיר נישט פארגעסן אז מיט די איגענע הענט האבן זיי אוועקגעווארפן דער סאטמאר'ע חלקה אינעם ניו דזשערסי ביה"ח מיטן אפזאגען דער לאנג יאריגער געטרייער און ענערגישער רבי שלמה שמש וועלכע איז נישט געגאנגען מיט זיי אין שפאן וואוסענדיג אז ער דארף אויספירן זיין ארבעט אויף די פאזיציע געטריי און אן קיים זייטיגע אינטערעסן, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט דאס אומגלויבליכע אז אויפן באורד איז פארהאן דריי נעמען וואס זענען די אויסשליסליכע בעלי בתים אויפן סאטמאר'ע חלקה אין ניו דזשערסי און דאס זענען הרה"ח ר' אברהם יושע שמש, הרה"ח ר' יוסל ווייס און הרה"ח ר' שלמה שמש וואס אצינד פארמאגט קהל יטב לב ד'סאטמאר דער אויסשליסליכער בעלות אויפן סאטמאר'ע חלקה אין ניו דזשערסי.
יא! יא! בור כרה ויחפרהו
נשלח ב-29/8/2009 00:41
און דער פלעק וועט פון ר' אהרן און זיין קהלה קיינמאל נישט אראפגיין................
my friend look through the history of the barbarism in kiryas yoel and tell me again this statement.
the fact is that the aroiny machine can do more and worse(which they did, bringing a stillborn after the zman to the family not wanting to bury it because they were not in kehutz with the machine) and even worse that needs books of writings and get away with it, we have to realize to make an official "upteilung" not wanting power, money, and "nitzuchen".
"if it talks like a socialist and acts like a socialist it is a socialist"
"if it talks like a "rushe" and acts like a "rushe" it is a "rushe"
we write all the major "aveires" of the aroiny party and their rebbe but we wont just make an "upteilung" like it would have been 150 years ago.
time is now, lets show our kids whats right.
נשלח ב-30/8/2009 18:51
עכטער_חסיד כתב:
אז מען רעדט פון utube האט שמואל משכיל פשוט געמאכט א גרויסן טעות
ער האט געדארפט שרייבן ווי פאלגענד:
נישט גענוג וואס דער מסור וואלדמאן האט אזויפיל יארן געצאפט אידיש בלוט, האט ער נאך די חוצפה אריינצוקומען אין אזא מקום קדוש ווי "יו-טוב" וואס איז נתקדש געווארן מיט די הונדערטער ווידיאס וואס ווערן כסדר ארויפגעלייגט פון די הייליגע טישן פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א.