בית פורומים כל העולם כולו

סוף דבר: אלע עבירות זענען מותר, אויסער גיין צו די"ת!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/8/2009 07:13 לינק ישיר 
סוף דבר: אלע עבירות זענען מותר, אויסער גיין צו די"ת!

אחר הדברים האלה, כשוך חמת בן חוה וחביריו, נאך א וואך ווען בלבולים, ספינס, און ליגנט זענען געפלויגן איינער נאכן צווייטן, יעדע שעה א פרישע; נאך א פלייץ פון דעמאגאגישע ארטיקלען און זינלאזע דמיונות וועלכע האבן פארשמירט היידפארק און דער איד; נאך א מבול פון קראקאדיל טרערן דורך די גרעסטע גזלנים בדורינו; איז שוין די העכסטע צייט צו מאכן א ניכטערן סך הכל פון די ביטערע פרשה וואס סאטמאר האט מיטגעמאכט אין די פארלאפענע וואך.

דער טרוקענער סך הכל איז ווי פאלגנד:

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 -
האט א טאטע מיט קאלטבלוטיגער אכזריות פארוואנדלט זיין אייגענעם זוהן אין א שפיל-באלל אויפן פאליטישן פעלד, און אים באגראבן מיט א שרעקליכן בזיון אונטערן פלויט, צווישן קארס, קעץ, און א דיינינג רום - [וואס ס'איז, אגב, מסתבר אז די קומענדיגע נפטרים ל"ע וואס מ'גייט דארט באגראבן וועלן נישט ליגן אזוי ווייט פונעם סאטמארן ביה"ח, נאר זיין אייגענער זון וועט דארפן ווארטן ביז ווען מ'וועט אנקומען דארט וואו ער ליגט].

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 -
האט זיין זון דער נפטר ע"ה נעבעך געמוזט ליגן אכט/זעקס/זיבן/פינף (קלויב אויס וועלכע ס'שמעקט דיר) שעה אין 'הייסן' אמבולאנס, ווי לאנג זיין קאלטבלוטיגער טאטע און רז"ל מיט זיינע שותפים קענען צוגרייטן אלעס אין נייעם ביה"ח אויף פאלאק'ס לאט.

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 -
האט זיין זון דער נפטר ע"ה נעבעך אנגעוואוירן צען יאר פון פלייסיגער עסקנות וואס ער האט אריינגעלייגט מיט לייב און לעבן לטובת די זאליס, פארלוירן זיין נארוואס באקומענעם סטאטוס פון א "טוב" אין די קיקיון דיונה זאלי קהלה, און אנשטאט געווארן א 'געווענליכער מעמבער, וואס איז געווען אינגאנצן אויסגעצאלט, און איז בכלל נישט געווען א טייל פון די פאליטיק'... [אוי וואלט אים זילו געגעבן דערפאר, ווען ער קען ווען].

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 -
איז די נארוואס געגרינדעטע א.ג. "קהל יטב לב" וואס מהרז"ל האט אזוי פייערליך פראקלאמירט קוים פאריגע וואך נעבעך טראגיש אומגעקומען, און באגראבן געווארן אינאיינעם מיט'ן נפטר אויף פאלאק'ס לאט.
[כאטש ס'איז נאך אן ערנסטע סתירה. אין צייטונג איז נאך יא געשטאנען קהל יטב לב, אין דער איד איז אויך געווען עטליכע מודעות דורך די נייע 'קהל יטב לב', נאר ביי די אפיציעלע מודעה פאר אן עצרת 'התעוררות' (נישטא ווער זאל נעבעך לאכן) וואס איז נעכטן געווען אין צייטונג איז עפעס מיסטעריעז צוריק געבוירן די אלט-נייע קהל ויואל משה. אבער אינעם מבול פון שקר אין דער איד די וואך איז דאס איינע פון די קליינע].

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 -
האט מען געמאכט א שוידערליכן בלבול אויף די מסירות נפש'דיגע עסקנים פון "חברה הצלה" און די ווילעדזש כאילו זיי זענען געווארן בלינדע געלט פרעסער, וועלכע האבן נישט קיין שום וועג ארויסצובאקומען זייער ערליך פארדינטן געלט נאר דורך שטיין און ווארטן אז אלע פערציג יאריגע מענטשן ארום קרית יואל זאלן זיך אפפעקלען, רח"ל.

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 -
האט מען געמוזט ארויסגעבן א בלוט-בלבול קעגן די הונדערטער בחורים אין די סאטמארע ישיבה כאילו זיי זענען א באנדע אכזריים וואס זינגען ביי א לויה און גיסן האניג און ווארפן שטיינער, און כ'ווייס אליין נישט וואס נאך (ס'איז נאך מסתם נישט פארטיג, ווארט נאר אויף די נעקסטע ווידיאו וואס האלט אינמיטן געבוירן ווערן).

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 -
האט מען אנשטאט מפשפש במעשים זיין ווי געווענליך אין אזא פאל, פארוואנדלט די טראגעדיע אין א פאליטישן צירקוס וואס האט געהעכערט זייערע האפענונגען אז יעצט וועלן שוין די זאליס אפשר יא אנהייבן צו צאלן מעמבערשיפ.

ועל כולם:

ווייל שאול פערלשטיין 'טאר' נישט גיין צו דין תורה:
 - וועט ווייטער אנהאלטן דער שרעקליכער חילול השם ווען אידן וואס פאררופן זיך אויפן נאמען פון אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע צייגן א ביישפיל אז מ'איז זיך מוסר נפש חלילה נישט צו גיין צו די"ת, פאר די איינציגע סיבה ווייל ביי דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער! ביי זיי איז דער שווארצער כאלאטל חשוב'ער ווי די שווארצע בעקיטשע, ואויבינו פלילים!



תוקן על ידי געגאנגען ב- 28/08/2009 7:14:29



תוקן על ידי געגאנגען ב- 28/08/2009 7:15:12




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 07:14 לינק ישיר 

וויכטיגע פאקטן וואס איז כדאי צו וויסן, אחרי ככלות הכל:

1) ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה איז געווען פון די גרעסטע אנדרייער ביי די זאליס אין קרית יואל. ער זעלבסט איז געווען שטארק אקטיוו אין אפקויפן פאלאק'ס לאט און עס פארוואנדלען אין א ביה"ח, ווי זיין אייגענער טאטע האט מעיד געווען ביי די לוי' - די איינציגע סיבה פארוואס ער האט באצאלט מעמבערשיפ איז געווען ווייל ער האט געהאט א זיץ אין גרויסן ביהמ"ד און זיך גערישט עס צו פארקויפן פאר גרויס געלט (אסאך זאליס/בני יואל האבן אין די לעצטע יארן פארקויפט גוטע זיצן פאר ריזיגע סומעס).

2) דורך זיין אן אקטיווער מיטגלידער אין די נייע קיקיון דיונה "קהל יטב לב" וואס מהרז"ל האט פאריגע וואך געעפנט (און די וואך צוגעשפארט ?) האט ער אויטאמאטיש פארלוירן זיינע מעמבער רעכטן אין די ארגינעלע קהל יטב לב.

3) מ'האט נישט געבעטן קיין $50,000 פאר די קרקע. מ'האט געבעטן אז ר' שאול פערלשטיין זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אדער איינלייגן דאס געלט ביי א שליש אז ער וועט קומען צו דין תורה.

4) אנשטאט ווי געווענליך נוצט מען אויס אזא שוידערליכע טראגעדיע צו מפשפש במעשים זיין אינעם "אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל החבורה", האט מען אנשטאט אויסגענוצט די געשעעניש נאכמער אנצוהיצן דעם פייער פון מחלוקת, און טאמער האט עמיצער געוואגט אנצוצייגן אויף דעם שענדליכן אקט קעגן א מרא דאתרא וואס איז פארגעקומען געציילטע טאג פריער און דער נפטר האט געהאט אן אקטיוון טייל דערין, האט יענער באלד געכאפט א קיתון של שופכין ווייל מ'טאר דאך נישט היינט צו טאג גלייבן אין שכר ועונש, בפרט ווען ס'קומט צו פאליטיק.

5) דורך עפענען [מוסיף זיין...] דעם ביה"ח ביי פאלאק האבן די זאליס זייער אסאך דערלייגט אין געריכט. ביז היינט האבן זיי געשריגן אז זיי זענען אויף די גאס און האבן נישט קיין ביה"ח, וואס האט זיי געקענט ברענגען אסאך סימפאטיע ביי די ריכטער (אזוי ווייט, אז די ראשי הקהלה האבן געענטפערט דערויף אין געריכט אז זיי קענען גיין אויף בני יואל...). די אדוואקאטן פון קהל יטב לב האבן שוין באקומען דעם איד איבערגעזעצט, און וועלן עס מסתמא אריינגעבן ווארט ביי ווארט אין די געריכטליכע פאפירן צו ווייזן אז די זאליס אליין זאגן אז זיי האבן גאר א שטיקל פון דעם בית החיים...

6) סאטמארע חסידים זענען מלא שבח והודי' צום רבש"ע אז די חברה גייען זיך יעצט אפטראגן פון אונז, און מיר וועלן בע"ה קענען פיל גרינגער אפזאגן, געזעצליך און מאראליש, אזוינע אידן וואס וואלט געווען א שרעקליכער בזיון פאר רבוה"ק זי"ע אז זיי געפינען זיך מיט זיי צוזאמען אין איין מחיצה (דוגמת ר' יעקב כהנא, וד"ל)!

7) דער גרעסטער טייל פון די אלע 'פאקטן' וואס בן חוה און פארמעגליך האבן אנגעשמירט אויף היידפארק זענען עפעס מיסטעריעז פארשווינדן פון "דער איד", וויבאלד זיי אליין ווייסן אז זיי זענען פוסטע דמיונות! בן חוה האט עפעס מיסטעריעז פארגעסן אז די ווילעדזש האט געבעטן געלט, און אז די געטרייע "חברה הצלה" האבן געלאזט דעם נפטר אכט/זעקס/זיבן/פינף שעה אויף 'די ברענענדיגע זון' אין א 'אנגעהיצטן אמבולאנס!

תוקן על ידי געגאנגען ב- 28/08/2009 7:13:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 16:10 לינק ישיר 

געגאנגען A1 

קורץ, שארף און גוט 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2009 16:46 לינק ישיר 

נאך איין אונטערסאנטע פאקט האט זיך ארויסגעשטעלט,

אז אונזער ר' זלמניו איז גארנישט אזוי פויל וואו מיר האבן אים אפגעלערענט, לויט וואו יד ימינו ''פעלשער פארמעגליך'' לייגט אראפ דעם פארגאנגענעם ר''ח אלול, שטעלט זיך ארויס אז דער ר' זלמניו איז געווען העכסט אקטיוו אונעם אנסטעבלישען דעם בארן פעלד, אלס א סעמעטערי,
זעט אויס אז זלמניו ווערט נאר פויל, ווען עס קימט צו פאזעטיווקייט, וואו , כשרות, חינוך,שחיטה,לימוד התורה, חתונה תקנות, אד''ג
אבער וועס עס קימט צו דערלאנגען דעם ברידער, וועמען זיין פאטער האט געשטעלט פאר מרא דאתרא, א גוטס, דאן לעבט ער אויף, ער ארבייט אריין, ער מאכט מיטינגען, ער פארט אויף טשעסטער, ער שרייט מנהמת ליבו, גנבים, גזלנים, חמסנים, עס העלפט נישט קיין תשיבה,

דאס איז נישט סתם אזוי געשריגען, דאס האט ער דורוך געטאן, בעיון רב, ער איז געזיצען א גאנצען טאג מיטן משנה ברורה אויף יו''ד, אין מברר געווען די עומק הלכה, כדת של תורה,

עכ''פ זעט אויס אז ער איז גארנישט אזוי פויל וואו מיר האבן געמיינט, ער ארבייט נאר ווען ער האלט אז מען דארף,

וווען ער האלט אז מען דארף נישט ארבייטען, וואו למשל, צומות גידין, שחיטה, חתונה תקנות, אד''ג, זיצט ער און סוואן לעק מיט א מעשה ביכעל און  די  ''הייליגע פיסעלעך'' איינגעהילט און ווייסע שטרימפ, ווערן פלאצירט אויף שלחנו הטהור,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 18:50 לינק ישיר 

(געגאנגן)..איך וועל נאר קאמאנטירען אויף סעיף ה' אויף די אנדערע שטיתים וויל איך מיך אפילו נישט מטפל זיין סאיז נישט ווערט מיין צייט

5) דורך עפענען [מוסיף זיין...] דעם ביה"ח ביי פאלאק האבן די זאליס זייער אסאך דערלייגט אין געריכט. ביז היינט האבן זיי געשריגן אז זיי זענען אויף די גאס און האבן נישט קיין ביה"ח, וואס האט זיי געקענט ברענגען אסאך סימפאטיע ביי די ריכטער (אזוי ווייט, אז די ראשי הקהלה האבן געענטפערט דערויף אין געריכט אז זיי קענען גיין אויף בני יואל...). די אדוואקאטן פון קהל יטב לב האבן שוין באקומען דעם איד איבערגעזעצט, און וועלן עס מסתמא אריינגעבן ווארט ביי ווארט אין די געריכטליכע פאפירן צו ווייזן אז די זאליס אליין זאגן אז זיי האבן גאר א שטיקל פון דעם בית החיים...


איך ווייס נישט צי די שרייבסט נאך די שטיתים פין די בלאט אדער די בלאט שרייבט נאך דיינע שטיתים..די בית החיים ווערט נישט מער מיינס אדער דיינס צי איך בין אויף די גאס צי נישט.. די דיון איז אדער איז עס מיינס אדער איז עס דיינס, אין ריכטער פאסקענען נישט מיט סימפאטיע, ריכטער פאסקענען לויט די געזעץ ווי מען זאגט אויף ענגליש WHATS ON THE BOOKS לויט דיר קימט אויס למשל אז טאמער איך האב 50 הייזער אין קרית יואל אין די גאנבעסט מיר אוועק איין הויז אין מען קימט אן אין קארט אין די הייבסט אן צי שרייען לאז די הויז ביי מיר יענער איז דאך נישט אויף גאס.... יענער האט דאך 50 הייזער... האט עס אפילו א שאנס צי באקימען די  אקעי פין א ריכטער? אזא פנים טראגט ענקער גאנצע טרענספער...
די איינציגסטע עפעקט וואס אינזער נייע בית החיים קען יא אויסמאכען איז אויף ענק, ווייל טאמער פארלירען ענק די אלטע בית החיים וואס לויט אלע אויסזיכטען זעט עס אויס..והא ראיה די ארונים האבען זיך געבעטען ווי א גזלן ביי ר' שאול אז ער זעל נאר אינטערשרייבין אז ער גייט ארויס פין קארט נאר מיט די בית החיים אויף אלע אנדערע זאכען זענען זיי שוין מוותר...זעט אויס אז זיי האבען גאר שטארק מורא פאר עפעס... (אנטשילדיגט טאמער איר גלייבט נישט וואס איך זאגקיקט אריין אין די בלאט סאיז נישט אייגענס..איך שרייב נאר נאך ווארט ביי ווארט פין בלאט..)ממילא וואס וועט זיין נאכדעם ווי וועלען ענק לייגען ענקער געביין? ווי די באוויסטע שארט קארטס?..

 



 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/08/2009 19:16:20




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/8/2009 19:07 לינק ישיר 

זי מוחל שרייב געהעריגע פאנדס,מען קען דיך פשוט נישט ליינען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/8/2009 19:15 לינק ישיר 

געגאנגן)..איך וועל נאר קאמאנטירען אויף סעיף ה' אויף די אנדערע שטיתים וויל איך מיך אפילו נישט מטפל זיין סאיז נישט ווערט מיין צייט

עכ''ל פונעם קדוש יעס מע קען וואס האט געהאט די זכיה געהארגעט צו ווערן עקד''ה דורוך די ארוינים, פארן בלויזען חטא! פון ניצען זיין חכמה וואס האט אים באשאנקען במידה גדושה, אפצו ווענדען די ארוינים, און זיי אויף ווייזען אז ??????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 19:23 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
געגאנגן)..איך וועל נאר קאמאנטירען אויף סעיף ה' אויף די אנדערע שטיתים וויל איך מיך אפילו נישט מטפל זיין סאיז נישט ווערט מיין צייט

עכ''ל פונעם קדוש יעס מע קען וואס האט געהאט די זכיה געהארגעט צו ווערן עקד''ה דורוך די ארוינים, פארן בלויזען חטא! פון ניצען זיין חכמה וואס האט אים באשאנקען במידה גדושה, אפצו ווענדען די ארוינים, און זיי אויף ווייזען אז ??????????????
 
ענטפער..פארדריי נישט די טעמע..אין אז די האסט נישט וואס צי ענטפערען, קאל יענקעלע...ער האט זיכער א תירץ...




תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/08/2009 19:19:18




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/8/2009 19:24 לינק ישיר 

א בת קול פון יענע וועלט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2009 22:39 לינק ישיר 

געגאנגען ריזיג, עס אלוועיס

איין פוינט נאר ווי איך פיל אז כדארף מוסיף זיין

אלס איינער וואס האט גוט געקענט דעם נפטר ע"ה און אסאך געקוואקעט מיט אים פאליטיק (און אים גוט ענזשויט..) קומט מיך ממש צו לאכן ווען איך הער די זאליס טרייען אים אראפצומאלן פאר איינער וואס האט נישט געטון אין פאליטיק. ער פלעגט זיך אליינס אסאך מאל אויפטון וויאזוי ער האט געהאלפן דעס און יענס, און ווען ער האט געהאט די מעגליכקייט פלעגט ער זיי שטיצן מיט גרויסע סכומים

סאו קיינער זאל נישט קימען זאגן אז ער איז 'סתם' אינוואלווד געווארען אין די פאליטיק דורך קהל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2009 21:01 לינק ישיר 

סאיז דא א ריומער אז די זאליס גייען לייגען די רעבעצען זאל זיין געזינט לאחר מאה ועשרים שנה.אין די נייע בית החיים? קען עס איינער קאנפירימען?..



 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 30/08/2009 20:58:49




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:57 לינק ישיר 

איך טרעף היינט א ארוני אין איך זאג עם וועגען די ריומער..נעמט ער זיך שעלטען ווי א טיפקעל ארוני..
זאג איך עם באריגט אייך מיין קינד די האסט נאך א וועג ארויס, איך דארף נאר אביסעלע טינט פין א פעדער....נא יעצט לאזט מיך הערען וואס איר האט צי זאגען, האלט איר טאקע אז דער קדוש פין מאנרא גייט זיך ברעכען אדער ער וועט לאזען זיין מאמע ליגן ביי די זאליס...וועט ער זיין אזוי קאלטבליטיג ווי ר' שאול איז געווען צי זיין זין אדער איז ער אין א העכערע מדריגה?...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סוף דבר: אלע עבירות זענען מותר, אויסער גיין צו די"ת!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext