| נשלח ב-28/8/2009 14:03 |
|
| |
גענעראל פארזאמלונג א' סליחות: אלעס בלייבט ביים אלטן...
ווער עס האט זיך נאר אנגעשטויסן אין דער איד מיט דער מודעה וואס רופט דעם ציבור צום גענעראל פארזאמלונג אין ראדני וואו עס וועלן אויסגעשמועסט ווערן דברים העומדים על הפרק, האט באלד אנגעהויבן שימפן, דער מודעה האט אויפגעברענגט בייז בלוט ביי אלעמען, עס האט פשוט דערמאנט יענע טרויריגע טאג ווען מען האט זיך צונויפגעפרעסט אינעם ראדני ביהמ"ד און דער פאפולערער ראדני-אינפארמאציע מיניסטער האט געהויבן זיין קול מיט זיין זיסער אקצענט און טראמפייטערט אז אלעס בלייבט ביים אלטן... און מען האט נישט וואס צו זארגען...
די מאסן פארזאמלטע האבן זיך דאן אומגעקערט צו זייערע היימען מיט פולע באגאזשן חיזוק און מוט וואוסענדיג אז מען האט זיך צו וועמען צו ווענדן מען זאל נישט דארפן...
ער האט געלופטערט פארענט פון ארון הקודש ער האט גערעדט שטארק און פעסט, געמאכט פארשידענע תניעות מיט די האנט וואו איינער זאגט: אביסל קען איך ענק דערציילן, און דאס איבעריגע וועט איר זיך אליינס איבערצייגען...
עס איז פארביי געלאפן א שטיק צייט, מען האט זיך איבערצייגט דאס איבעריגע... דער ריכטער האט געלאזט הערן זיין מיינונג אז ער קען נישט לאזן הערן זיין מיינונג און זיין מיינונג איז אז עס איז א רעליגיעזע אישו און "אלעס בלייבט ביים אלטן...
און דער קלימאקס איז געווען "דאס מקדש זיין פאלאקס לאט"...
דער ריכטער האט געזאגט גענוי וואס הרב פערלשטיין האט געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן... (זעהט אויס ער איז געווען אינטערגעקויפט...)
טייל וועלכע האבן געהערט און אנפאנג וואס ר' שאול האט געזאגט אז אלעס בלייבט ביים אלטן זענען געווארן עטוואס דערשראקן, ווייל אויב אלעס בלייבט ביים אלטן, וועט עס צוריק גיין צו אמאל, מען וועט זיך מוזן אומקערן צו די קעלערן וואו מען האט געדאווענט דילעצטע צוואנציג יאר, און וואס וועט זיין מיט די נעילת החג צערעמאניעס?
וער וועט ווייטער פובלוצירן די בילדער? שטיקלן בילדער? ווער וועט זיצן ביי די קהל'ס מיטונגען? מיט וועמען וועט זיך די רבי שואל עצה זיין אז יוסל וואלדמאן וועט ווייטער בלייבן אויסגעשלאסן?
א "קלארע" "צומישעניש" האט אנגעפאנגען הערשן ביי די אנהענגער אין יענעם לאגער, עס גייט שוין ווייטער פארקומען א גענעראל פארזאמלונג? נו וואס גייט מען שוין אויסשמועסן דארטן? ר' שאון וועט שוין ווייטער זאגען אז מען וועט איבערנעמען די ישיבה? מען וועט איבער נעמען דאס ביהמ"ד? אפשר וועט ער צולייגען אפאר חידושים?
ווי טייל זאגען איצט דא א פלאן צו פארכאפן דער נייער בית השחיטה אין טעקסעס...(פארוואס לאכסטו.?)
מען וועט מעגליך הערן נאכאמאל די ווערטער גזלנים...חמסנים...דאס ווייסן מיר שוין אלע ווייל ווען נישט וואלט מען ווען נישט מקדש געווען "פאלאקס-לייט"...
טייל הייבן הענט אין די איצטיגע טעג...און טייל הייבן די שטימעס...
ס'דא וואס זאגען אבער אז עס איז נישט קיין פראבלעם, פארמעגליך וועט ווידערמאל אנפילן זיין פענע, אנפילן די צייט, מיטן אנפילן הינדערטער פאפירן-זייטן מיט אפענע פאקטן, ער וועט אביסל שילדערן "פערסענאלעטיס פון פערזענליכקייטן לויט זיין געשמאק, לויט זיין ערפארונג, און גלייך דערנאך וועט ער זיך אליינס אויסרומען אינטער אנדערע נעמען, מען וועט עס באגלייטן מיט עטליכע קינדערישע וויצן, און אזוי ארום... און אזוי ארום, וועט זיך ענדיגען גזילה פון חמסנים...
מאנכע טוהן אבער פארטיידיגען ר' שאון זאגענדיג אז פרעזידענט בוש האט יענעם ביטערן סעפטעמבער 11 אויך בארויאיגט דאס אמעריקאנע פאלק... און פארזיכערט אז מען וועט כאפן די פאראנטווארטליכע, און דאס וואלט יעדער געטוהן שטייענדיג אין די פאזיציע...
ווי איך הער איצט האט דער "אויסדרוק "אלעס בלייבט ביים אלטן" שטארק דערשראקן די מלמדים וועלכע זענען איינגעשטעלטע אין "ויואל משה" בנינים און אוודאי די עלטערן פון די אומשילדיגע שעפעליך וואוסענדיג אז אויב אלעס בלייבט ביים אלטן וועט זיך א "סטרייק" נאכאמאל איבערשפילן צוליב דעם וואס מען וועט נישט באקומען קיין געהאלט, און דאס זעלבע ווער וועט פירן אנזערע קינדער אין די חדרים? די מענעדזשער'ס פון די באסעס זענען "אפארדעבל מעניטשור'ס" אויף דער פאזיציע זיצט א יעדן טאג א צווייטער נישט ווילענדיג ארבעטן לשם מצוה, אבער דערווייל וואו מען הערט בלייבט אלעס ביים אלטן... און מען ווארט איצט צו הערן פרישע פלענער, אדער גאר פרישע חיזוק-רייד פון די "רויאיגע און זיכערע קהלישע פירער און אינפארמאציע מיניסטארן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 14:56 |
|
| |
ספר הערוך
טענו חיטן והודו לזכר קדשו - ארוני
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 12:50 |
|
| |
איך כ'מיין אז איך קען מיר טאקע באנוצן מיט זעלבן אויסדרוק וואס פארמעגליך האט גענוצט: צו מעג איך נעמען קרעדיט?
איך האב געוואוסט אז דער גענעראל פארזאמלונג האט אויפגעברויזט די דעמעראליזירטע זאלי מאסן, און איצט האב איך מיר עס איבערצייגט ווען עטליכע דא האבן זיך געלאזט הערן אויפברעגענדיג פארשידענע ענינים נאכזאגענדיג וואס זיי האבן געהערט אין די מקוואות דורך די אנגעווייטאגטע יחידים מיט פריוואטע אינטערעסן און זיי זאגען עס נאך, אבער איך וועל פרובירן נישט צו פארקריכן מיט די צענדליגער שמיציגע אקטן וואס מהרזל האט געטוהן צו א אייגענעם טאטן ווען ער האט זיך מתעטף געווען אינעם בליטיגען טלית פון ר' יוסל וואלדמאן און זיך פאבריקאדירט מיט זיין טאטענ'ס שונאים אויף וועמען זיין טאטע האט זיך אויסגעדרוקט די ארגסטע לשונות ווען זיי האבן אים געצאפט דאס בלוט, און נאך צענדליגע זאכן וואס איך וועל נישט איצט ווידמען מיינע איצטיגע שורות פאר דעם איך וועל עס איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט, נאר איך וועל זיך האלטן צו די זאכן וואס איך האב דערמאנט, דער "מיטל" פון נעמען א "טיטול" און עס ארויפלייגען אויף אנדערע ענינים וואס די זאכן איז אויך זייער קלאר און מען קען עס קלאר מאכן פאר נאר ווער עס וויל וויסן און פארשטיין וואס ווי געזאגט וועלן מיר עס איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגענהייט, וואו מען האט גענומען דער "אלעס בלייבט ביים אלטן" און אוועקגעקראכן פון די ליניעס און איר דארף לכאורה פארשטיין אז דאס וועט נישט אפפענטפערן די איצטיגע מציאות וואס איך האב שוין דערמאנט און איך וועל עס נאכאמאל אראפברענגען, און פארגעסט נישט, איך זיך נישט אייך צו צוברעכן, איך ווייס אז איר מיט נאך הינדערטער פון אייער חברים זענען שטארק דערביטערט איןדי איצטיגע טעג, אבער אז איך זעה איר טוט פארקריכן דארף איך אייך צוריק דערמאנען וואס עס שפילט זיך אפ און וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען מיט:
גענעראל פארזאמלונג א' סליחות: אלעס בלייבט ביים אלטן...
ווער עס האט זיך נאר אנגעשטויסן אין דער איד מיט דער מודעה וואס רופט דעם ציבור צום גענעראל פארזאמלונג אין ראדני וואו עס וועלן אויסגעשמועסט ווערן דברים העומדים על הפרק, האט באלד אנגעהויבן שימפן, דער מודעה האט אויפגעברענגט בייז בלוט ביי אלעמען, עס האט פשוט דערמאנט יענע טרויריגע טאג ווען מען האט זיך צונויפגעפרעסט אינעם ראדני ביהמ"ד און דער פאפולערער ראדני-אינפארמאציע מיניסטער האט געהויבן זיין קול מיט זיין זיסער אקצענט און טראמפייטערט אז אלעס בלייבט ביים אלטן... און מען האט נישט וואס צו זארגען...
די מאסן פארזאמלטע האבן זיך דאן אומגעקערט צו זייערע היימען מיט פולע באגאזשן חיזוק און מוט וואוסענדיג אז מען האט זיך צו וועמען צו ווענדן מען זאל נישט דארפן...
ער האט געלופטערט פארענט פון ארון הקודש ער האט גערעדט שטארק און פעסט, געמאכט פארשידענע תניעות מיט די האנט וואו איינער זאגט: אביסל קען איך ענק דערציילן, און דאס איבעריגע וועט איר זיך אליינס איבערצייגען...
עס איז פארביי געלאפן א שטיק צייט, מען האט זיך איבערצייגט דאס איבעריגע... דער ריכטער האט געלאזט הערן זיין מיינונג אז ער קען נישט לאזן הערן זיין מיינונג און זיין מיינונג איז אז עס איז א רעליגיעזע אישו און "אלעס בלייבט ביים אלטן...
און דער קלימאקס איז געווען "דאס מקדש זיין פאלאקס לאט"...
דער ריכטער האט געזאגט גענוי וואס הרב פערלשטיין האט געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן... (זעהט אויס ער איז געווען אינטערגעקויפט...)
טייל וועלכע האבן געהערט און אנפאנג וואס ר' שאול האט געזאגט אז אלעס בלייבט ביים אלטן זענען געווארן עטוואס דערשראקן, ווייל אויב אלעס בלייבט ביים אלטן, וועט עס צוריק גיין צו אמאל, מען וועט זיך מוזן אומקערן צו די קעלערן וואו מען האט געדאווענט דילעצטע צוואנציג יאר, און וואס וועט זיין מיט די נעילת החג צערעמאניעס?
וער וועט ווייטער פובלוצירן די בילדער? שטיקלן בילדער? ווער וועט זיצן ביי די קהל'ס מיטונגען? מיט וועמען וועט זיך די רבי שואל עצה זיין אז יוסל וואלדמאן וועט ווייטער בלייבן אויסגעשלאסן?
א "קלארע" "צומישעניש" האט אנגעפאנגען הערשן ביי די אנהענגער אין יענעם לאגער, עס גייט שוין ווייטער פארקומען א גענעראל פארזאמלונג? נו וואס גייט מען שוין אויסשמועסן דארטן? ר' שאון וועט שוין ווייטער זאגען אז מען וועט איבערנעמען די ישיבה? מען וועט איבער נעמען דאס ביהמ"ד? אפשר וועט ער צולייגען אפאר חידושים?
ווי טייל זאגען איצט דא א פלאן צו פארכאפן דער נייער בית השחיטה אין טעקסעס...(פארוואס לאכסטו.?)
מען וועט מעגליך הערן נאכאמאל די ווערטער גזלנים...חמסנים...דאס ווייסן מיר שוין אלע ווייל ווען נישט וואלט מען ווען נישט מקדש געווען "פאלאקס-לייט"...
טייל הייבן הענט אין די איצטיגע טעג...און טייל הייבן די שטימעס...
ס'דא וואס זאגען אבער אז עס איז נישט קיין פראבלעם, פארמעגליך וועט ווידערמאל אנפילן זיין פענע, אנפילן די צייט, מיטן אנפילן הינדערטער פאפירן-זייטן מיט אפענע פאקטן, ער וועט אביסל שילדערן "פערסענאלעטיס פון פערזענליכקייטן לויט זיין געשמאק, לויט זיין ערפארונג, און גלייך דערנאך וועט ער זיך אליינס אויסרומען אינטער אנדערע נעמען, מען וועט עס באגלייטן מיט עטליכע קינדערישע וויצן, און אזוי ארום... און אזוי ארום, וועט זיך ענדיגען גזילה פון חמסנים...
מאנכע טוהן אבער פארטיידיגען ר' שאון זאגענדיג אז פרעזידענט בוש האט יענעם ביטערן סעפטעמבער 11 אויך בארויאיגט דאס אמעריקאנע פאלק... און פארזיכערט אז מען וועט כאפן די פאראנטווארטליכע, און דאס וואלט יעדער געטוהן שטייענדיג אין די פאזיציע...
ווי איך הער איצט האט דער "אויסדרוק "אלעס בלייבט ביים אלטן" שטארק דערשראקן די מלמדים וועלכע זענען איינגעשטעלטע אין "ויואל משה" בנינים און אוודאי די עלטערן פון די אומשילדיגע שעפעליך וואוסענדיג אז אויב אלעס בלייבט ביים אלטן וועט זיך א "סטרייק" נאכאמאל איבערשפילן צוליב דעם וואס מען וועט נישט באקומען קיין געהאלט, און דאס זעלבע ווער וועט פירן אנזערע קינדער אין די חדרים? די מענעדזשער'ס פון די באסעס זענען "אפארדעבל מעניטשור'ס" אויף דער פאזיציע זיצט א יעדן טאג א צווייטער נישט ווילענדיג ארבעטן לשם מצוה, אבער דערווייל וואו מען הערט בלייבט אלעס ביים אלטן... און מען ווארט איצט צו הערן פרישע פלענער, אדער גאר פרישע חיזוק-רייד פון די "רויאיגע און זיכערע קהלישע פירער און אינפארמאציע מיניסטארן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 08:30 |
|
| |
יא, אלעס איז ביים אלטן
מיט 43 יאר צוריק ווען דער פעטער האט אים נישט געוואלט געבן קיין עליה, נישט געלאזט די חסידים גיין צו זיין חתונה, האט ער זיך געשוואוירן יקרבו ימי אבלו וואס וועט בלייבן פון דעם אלטן
מיט 41 יאר צוריק ווען דער פעטער האט געכאפט דעם סטראוק והוא מחולל מפשעינו האט דער דל גאה זיך געפריידט אט אט וועט נישט בלייבן גארנישט פון דעם אלטן
מיט 30 יאר צוריק ווען דער פעטער האט מחזיר געווען נשמתו הקדושה ליוצרו ועלה בסערה השמימה, האט ער זיך מתגאה געווען איך וועל איבערנעמען די ישיבה און אויסרייסן פונעם יוגענט די איינרעדענישן פון דעם אלטן, אונזער מצות איז בעסער ווי די היתרים פון טאש פון דעם אלטן, אונזער שחיטה איז מהודרת פון אלטן, אינטערוויוס קענען מיר בעסער ווי דעם אלטן, קלאטשען און פערפארמען שענער ווי דעם אלטן.
שוין דרייסיג יאר וואס מען פרובירט אויסרייסן דאס אלטן, אבער ורוח הקודש למולו אומרת אלעס בלייבט ביים אלטן, זיין גאנצע וועט בלהאראוואניע ייבן ביי אים, זיינע אמת'ע תלמידים וועלן זיך האלטן און בלייבן ביים אלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2009 08:24 |
|
| |
גענוי אלעס ביים אלטן
גענוי מיט 55 יאר צוריק האט דער קלוג און שארף יונגעלע אנגעהויבן מיט זיין שארפע "קיוט" חכמה'לעך, ועד היום האלט ער מיט די שארף קינדערישע דזשאוקס און זוכט קינדערישע אטענשאן – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 43 יאר צוריק ווען דאס בחור'ל האט זיך באזעצט אין קרית וויזשניץ מיט די בית יעקב תלמידה, און זיך אנגעגעסן מיט שנאה און האס צום פעטער און זיין שיטה. דער האס האט נישט נאכגעלאזט – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 30 יאר צוריק ווען דאס צדיק'ל האט זיך מתעטף געווען בטלית פון "אני אמלוך על כל העולם כלו", מיט אלימות וטעראר, האט זיך נאכנישט אפגעשטעלט, געמאכט א ישיבה פאר א מיליטערישע באזע, מחנך בחורים אויף רציחה מדות גרועות – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 25 יאר צוריק ווען דאס קדוש'ל האט זיך ערקלערט אלס מרא דאתרא, פרובירט מטיל אימה צו זיין על הציבור, שלאגן, טעראריזירן, אראפרייסן רבנים מפורסמים גדולי הדור מיט די ביליגסטע לשונות של גנאי – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 20 יאר צוריק – דער "סבלן" איז מייסד די הייליגע מוסדות בני יואל, געשיקט דאס מיליטער שטעכן רעדער, שיסן פענסטער, מאכן סדר, אנגעהויבן ביי די חברה קדישא און געענדיגט ביים פארשטיינערן הרבנית הצדיקת ע"ה – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 15 יאר צוריק – דער דרשן שנייט אריין אין זיבעטן ריפ פאר הגה"ק מקאשוי, האדמו"ר מוויזשניץ שליט"א, עפרא לפומי', גילו עריות פראגראם, שיקט דאס מיליטער אנשלאגן שארמאשער רב, פארברענען ילד שעשועים, פארשטיינערן קארלסבורגער רב, מאכן פאשקעווילן, ארויסגעבן צייטונגען "פנים אל פנים", "פני הכלב" – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 10 יאר צוריק – דער בן סורר ומורה ערקלערט קריג אויפ'ן טאטן, פלניא גזלנא, עפענט שמוציגער בלאט, השכלה וליצנות מכל דבר שבקדושה, פארט קיין א"י זיך טרעפן מיט'ן בעלזער, שווערט נקמה אויפ'ן טאטן, צענדליגער קאורט קעיסעס נאר אראפצורייסן דעם טאטן'ס סמכות, גיט אריין פארמעסי רעקארדס אז טאטע נישט געזונט – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 5 יאר צוריק – דער הגה"ק צווינגט די קינדער שלעפן דעם טאטן אין געריכט, אינוואדירט שמיני עצרת דעם בית מדרש צוויי מאל, טאנצט חסדי ה' מיט די שחורים, זעט דעם טאטן אינמיטן קדושה, טובל'ט זיך אין זיסן קאלארדא ריווער, נעמט ארויס א פלאקן פון טאש, באזוכט דעם קלויזענבורגער, מאכיל צומות הגידים, אלעס בעסער ווי דעם פעטער און טאטן – אלעס בלייבט ביים אלטן
גענוי מיט 10 טאג צוריק – דער מתמיד לערנט מתוך און ווייסט גארנישט אז דער פובליק סעיפטי טוט אזויפיל חסד פאר זיינע שונאים ערלעדיגט זיי טויט-שיינען, ווייסט נישט אז זיין מיליטער זינגט בעסערע נגינוים ביי קידוש בית החיים ווי די זיבעטע הקפה (זיבעטן ריפ), ווייסט נישט אז צוליב אביסל טינט פון א פעדער ווערט אפגעטון אזא בזיון המת ביי אים אין שטעטל דורך אומגעווינטשענע געסט, ובראשם שלשה רועי בקר – אלעס בלייבט ביים אלטן
קיין גענויעם רעפארט קען קיינער נישט גענוי, אבער מיט א טראפ טינט פון פעדער זעט יעדער אז אלעס איז ביים אלטן, דאס שארף יונגעלע איז געבליבן דער זעלבער ווייל א נאר עלטערט זיך נישט. אזויווי עס יונגעלט זיך, אזוי בחור'ט זיך און טאטעט זיך און זיידעט זיך און רבי'ט זיך – אלעס בלייבט ביים אלטן.
עס פארשטייט זיך דאס איז נאר א טראפ טינט כטיפה מן הים, אבער א' סליחות וועט מסתם אראפגעברענגט ווערן בעסערע און קלארערע פאקטן וויאזוי – אלעס איז געבליבן ביים אלטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2009 21:11 |
|
| |
עס קומט צו שמייכעלן זענענדיג ווי דער גענוי פרובירט נאכצומאכן פארמעגליך, וואס האט פאראויסגעזאגט פארגאנגענע וואך וואס עס גייט שטיין אין בלאט און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אקוראט ווי ער האט געזאגט, די זעלבע פרובירט יעצט גענוי ער פרעגט קשיות ענטפערט תירוצים וכו'
פארפאלן גענוי זיסער די ביזט נישט באשאנקען געווארן מיט די פעדער און כשרונות מיט וואס פארמעגליך איז, דיין קאלעגע פארשטיי איז אביסל בעסער געווען.....................................
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2009 19:25 |
|
| |
גענוי
מיר דארפן ב"ה נישט קיין ספאוקסמענס, פראביר נישט איינצורעדן דעם עולם אז די רעדסט אין אונזער נאמען, מיר וועלן קיינמאל נישט דינגען א ארויני פאר אזא האקעלע תפקיד.
|
|
|
|
|