א קריג האט אויסגעבראכן צווישן די צענטראלע קהל יטב לב און קהל יט"ל אין מאנסי איבער ווער ס'איז שולדיג אין דעם לאנדאנער דורכפאל ווי כ"ק מרן הגה"ק שליט"א האט טאקע געהאט כבוד מלכים אבער כבוד אהן געלט איז ווערט א רעטעך.
די מאנסי'ער קהלה טענה'עט אז ווען דער רבי שליט"א קומט ווען געיעריג און נישט כאפ לאפ וואלט ווען געווען א געלט הצלחה אויכעט. זיי טאאנען אז די צענטראלע קהלה קערט נישט נישט איבער מאנסי, קיינער פון די ראשי הקהלה זענען מיטאמאל מיטגעפארן מיט כ"ק מרן הגה"ק שליט"א קיין לאנדאן, אפילו ווען דער רבי איז געווען שבת שקלים אין מאנסי איז אויך קיינער נישט מיטגעפארן.
די צענטראלע קהלה זאגן אז זיי האבן גענוג אייגענע פראבלעמען און מוטשען זיך גענוג מיט געלט צו אויפבויען די קהלה און מוסדות און מאנסי איז נישט אצינד אויף די אגענדע.