יוסל וואלדמאן געכאפט Red Handed!
(פון סאטמאר ריפארט [email protected])
ווי באקאנט האט זיך פאריגע וואך געקאכט וועגן די קידוש ביה"ח און די רשעות פון די ארוינים און זייער כפירה אין השראת הנפש נאכן מבזה זיין א בר מינן אויף א אופן וואס אפילו די נידריגסטע ביים כלל ישראל און אפילו א נידריגער גוי וואלט נישט אנגעקומען צו אזא נידריגע מדריגה. אבער נישט פון דעם וויל איך רעדן.
דער עולם איז שטארק באקאנט מיט די קליפס וואס ר' יוסף וואלדמאן דער באקאנטער לוחם קעגן די טעראריסטן האט ארויסגעלייגט אויף יו טוב, די קליפס ווי מ'זעט די בויעס זינגען פרייליכע ניגונים בשעת א קידוש בית החיים האט געציפט אין הארץ פאר יעדען רעכט דענקענדען מענטש, אמת זיי זענען שוין אלטע טעראריסטן נישט איינמאל האבן זיי פארטריבן אבלים בשעת די לוי' פון זייערע עלטערן וכדו' אבער אויף אזא נידריגקייט האט זיך קיינער נישט געראכטן בפרט ווען ס'איז געלונגען דאס אויפצוכאפן אויף א קליפ און די גאנצע וועלט קען דאס זען, נישט נאר די 400 אידן (בערך) וואס זענען געווען דארט בשעת מעשה.
נאכדעם וואס דער מוח וואשער שמאול ווידער האט זיך אומגעזען מיט די חורבן איז ער אויפגעקומען מיט א נייע מהלך, פארענטפערן וועט דאך נישט ארבעטן הפעם האט שוין אפילו ער מסכים געווען אז זייערע ליידיגייער האבן איבערגעצויגן דעם שטריקל. די בעסטע מהלך וועט זיין ... לייקענען.... די קליפ איז נישט אמת, ס'איז פון א באגלייטן פון ברך משה וכדו' איי מ'זעט דארט ווי דער סטעיט טרופער מאכט שטיל די חיות? נישט געפערליך בכגון דא נאמר "דיין טאכטער האט מזנה געווען" איי ער האט נישט קיין טאכטער בכלל? נא! זאל ער זיך גיין פארעטנפערן"...
אבער אויף דעם האט זיך אפילו שמואל ווידער זיך נישט געראכטן! ס'איז דא א קליפ ווי מ'זעט דעם מסור און שגץ און פעלטשער יאשקע... מ'זעט ווי אזוי ער פעלטשט דעם קליפ!
קוקט אויף די רעכטע זייט וועט איר זען ווי ר' יוסף כאפט אפ די חיות בצורת אדם, צום סוף הערט מען די קולות "יוסל" פוי
אויפן קליפ וואס ר' יוסף האט אויפגעכאפט זעט מען מער, דערווייל האבן מיר דאס נאך נישט ערהאלטן
(איך פראביר יעצט ארויפצולייגן דעם קליפ יעדער זאל דאס קענען זען. עטגאסט)
 |
|
|