בית פורומים אחים אנחנו

וויכטיגע כשרות אלערט!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/8/2009 20:43 לינק ישיר 
וויכטיגע כשרות אלערט!!!

אזוי ווי לעצטנס איז די אידישע גאס פארפלייצט געווארן מיט א בשורה טובה אז עס איז שוין דא צו באקומען
 בשר בהמה פון שחיטה המהודרת און עס פאררופט זיך אונטער די השגחה פון קהל יטב לב דסאטמאר
קרית יואל יצ''ו
 נאכן נאכגיין די זאך שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער די הנהלת הקהלה האט נישט קיין
 שום שייכות מיט די פלייש און פארקערט גאר די רבנים הגאוה''צ דייני דקהל יטב לב קרית יואל
שליט''א פסקנ'ן אז מען זאל זיך מונע זיין צו נוצן דעם פלייש,

זייער השגחה איז פון די פאלשע קהל יטב לב וואס ר' אהרן ט''ב שליט''א מיט דוד עקשטיין  מיט
 טעראר און כח הזרוע באנוצן זיך מיט דעם הייליגן נאמען און ווער עס וויל זיך פארלאזן אויף זיי כל הכבוד,

אבער דער ציבור
זאל וויסן אז עס האט נישט קיין שום שייכות מיט קהל יטב לב דסאטמאר פון קרית יואל!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 02:22 לינק ישיר 

וויכטיג, איך רעד פון די זאלן ויואל משה אין קרית יואל, דער קעיטערער דארט איז א יונגערמאן הערשקאוויטש. 

ער האט מיר פארשטיין געגעבן אז ער האט די השגחה פון דעם מסור ב.ט., און ער האט נישט קיין ברירה, ער מוז נוצן די פלייש...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:48 לינק ישיר 

ציניקער זאגן, אז אזוי ווי די באלעבאטים פון די "ק"י בית השחיטה המהודרת" לאזן נישט אריין קוקן די פלענט און קיין אפוינטמענט, האט דער "געוועזענער ק"י רב" געעפענט א "שחיטה מהודרת" אין טעקסאס וואו יעדער קען אריינגיין אן קיין אפוינטמענט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:42 לינק ישיר 

ביי אונז טוט מען נישט בויקאטן, ביי אונז טעראריזירט מען נישט, מיר נןצן נישט די ארונישע טאקטיקן, ביי אונז קען יעדער נוצן וועלכע פלייש מ'וויל, זעלבסט פארשטענדליך אז רובם ככולם חסידי סאטמאר זענען מקפיד צו נוצן נאר פון די מהודר'דיגע סאטמארער פלייש, וואס ווערט געמאכט מיט אלע הידורים און חומרות, און נישט אין קיין "אייגענע" פלייש באנק, נאר ביי גרויסע פלענטס ווי מיר קענען נאכקומען אלע הידורים אן די פחד פון פארלירן געלט אדער גיין אין קאמפעטישן מיט אנדערע, ווי עס איז געווען רצון קדשו פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע מייסד פון דעם סאטמארער בוטשער, סיי אינדער היים און סיי ביי א שמחה.

בנוגע די ויואל משה זאלן בסטו ווי עס ווייזט אויס נישט אינפארמירט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 22:32 לינק ישיר 

ד\עס איז אומגלויבליך, מען שטעלט אהער כלומרשט א בית השחטה המהודרת, און דער דיין הקהילה אידענטיפיצירט זיך נישט מיט דעם.
מען דיסטריביוט די פליישן פאר די ביליגסטע פרייזן פאר קעיטערערס, צו קאמפיטן, מען פארארדנט אלע קעיטערערס אין קרית יואל אז עס איז נישט ערלויבט צו ניצן קיין אנדערע פלייש אונטער די השגחה פון דעם צעיר ושוטה ב.ט. (איידעם פון דעם קדוש, וועלכער האט געחתמעט דעם שענדליכן קלאגע קעגן רבן של אלפי ישראל בעל ברך משה)

דער פלייש טעראר איז בעזהשי"ת די נעקסטע זאך ארויסצופאלן פון די הענט מיט דעם דערעפענונג פון דעם פלייש געשפט דקהל יטב לב קרית יואל, אין די נאנטע וואכן בעז"ה.

אין די צייט ווען דער בעלי בתים פון דעם וויזניצער זאל געבן די ברירה פאר בעלי שמחה אריינצוברענגען פלייש פון זייער טראסטעד השגחה, איז אין קרית יואל נישט דא די ברירה.

אגב עס גייט אזוי ווייט, איך בין אנוועזנד געווען ביי שמחה אין די נייע זאלן פון מוסדות ויואל ,משה, אויף מיין אנפראגע, קען מען אויך נאר סערווירן די מפוקפק'דיגע פליישן אונטער די השגחה פון, ר משולם פאלאטשעק, ר' געציל בערקאוויטש, הקדוש הסבלן, ברוך טייטלבוים, (גאנץ א ברייטער אויסוואל... ??) א קושיא פאר זיך?????? 

די אחראים אויפן זאל האבן דאס פראבירט צו פארענטפערן, אהין אהער, אפגעזען פאליטיק, יעצט ווען עס דרייט זיך א וועלט וועדן דעם צומת הגידין, וואס התאחדות האט געפונען פאר וויכטיג ארויסצוקומען מיט א דעקלעראציע אז אין די פלעצער אונטער זייער השגחה, (פארשטייט זיך נישט מהודרת) איז דער פראבלעם נישט עקזיסטירענד... 
קען מען טראסטן די בעלי בתים פון דעם מהודרת, ווען עס איז יעדן קלאר אז מען האט און מען וועט דארט מאכן החלטות וואס איז געבויעט אויף ביליגע פאליטיק אדער גאר אביסך אטענשן פאר דעם קדוש.....????

עס איז צייט אז אנ"ש זאל זיך עפענען די אויגן און בויקאטן די פלייש, און אויסדריקליך לייגן דרוק אויף די קעיטערעס אז מען פארלאנגט פלייש פון ערליכע (נישט מהודר'דיגע) השגחות, און ברענגען אן עק צו דעם אומדירעקטן טעראר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2009 21:01 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > וויכטיגע כשרות אלערט!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext