ד\עס איז אומגלויבליך, מען שטעלט אהער כלומרשט א בית השחטה המהודרת, און דער דיין הקהילה אידענטיפיצירט זיך נישט מיט דעם.
מען דיסטריביוט די פליישן פאר די ביליגסטע פרייזן פאר קעיטערערס, צו קאמפיטן, מען פארארדנט אלע קעיטערערס אין קרית יואל אז עס איז נישט ערלויבט צו ניצן קיין אנדערע פלייש אונטער די השגחה פון דעם צעיר ושוטה ב.ט. (איידעם פון דעם קדוש, וועלכער האט געחתמעט דעם שענדליכן קלאגע קעגן רבן של אלפי ישראל בעל ברך משה)
דער פלייש טעראר איז בעזהשי"ת די נעקסטע זאך ארויסצופאלן פון די הענט מיט דעם דערעפענונג פון דעם פלייש געשפט דקהל יטב לב קרית יואל, אין די נאנטע וואכן בעז"ה.
אין די צייט ווען דער בעלי בתים פון דעם וויזניצער זאל געבן די ברירה פאר בעלי שמחה אריינצוברענגען פלייש פון זייער טראסטעד השגחה, איז אין קרית יואל נישט דא די ברירה.
אגב עס גייט אזוי ווייט, איך בין אנוועזנד געווען ביי שמחה אין די נייע זאלן פון מוסדות ויואל ,משה, אויף מיין אנפראגע, קען מען אויך נאר סערווירן די מפוקפק'דיגע פליישן אונטער די השגחה פון, ר משולם פאלאטשעק, ר' געציל בערקאוויטש, הקדוש הסבלן, ברוך טייטלבוים, (גאנץ א ברייטער אויסוואל... ??) א קושיא פאר זיך??????
די אחראים אויפן זאל האבן דאס פראבירט צו פארענטפערן, אהין אהער, אפגעזען פאליטיק, יעצט ווען עס דרייט זיך א וועלט וועדן דעם צומת הגידין, וואס התאחדות האט געפונען פאר וויכטיג ארויסצוקומען מיט א דעקלעראציע אז אין די פלעצער אונטער זייער השגחה, (פארשטייט זיך נישט מהודרת) איז דער פראבלעם נישט עקזיסטירענד...
קען מען טראסטן די בעלי בתים פון דעם מהודרת, ווען עס איז יעדן קלאר אז מען האט און מען וועט דארט מאכן החלטות וואס איז געבויעט אויף ביליגע פאליטיק אדער גאר אביסך אטענשן פאר דעם קדוש.....????
עס איז צייט אז אנ"ש זאל זיך עפענען די אויגן און בויקאטן די פלייש, און אויסדריקליך לייגן דרוק אויף די קעיטערעס אז מען פארלאנגט פלייש פון ערליכע (נישט מהודר'דיגע) השגחות, און ברענגען אן עק צו דעם אומדירעקטן טעראר.