אין דער איד שרייבט ער די וואך אז מען האט געווארפן אויף די רעבעצין ע"ה שטיינער ביים ציון כדי להמית
וואס ער שרייבט נישט איז
1) ווער האט געהייסן ווארפן די שטיינער אויף די רעבעצין
2) וועלכע בחורים האבן געווארפן די שטייינער אויף די רעבעצין
די הרבנית הצדיקת ע"ה פלעגט א יעדע וואך דאנרשטיג ביינאכט ארויף גיין ציון הקדוש
פין בעלה מרן רבינו הקדוש זי"ע, זי פלעגט דארטן צינדען א סאך ליכט, זאגן תהלים, אין לייגן קוויטלעך.
די פראדצור פלעגט אנגיין א יעדע וואך פאר אן ערך פין 2 שעה.
זי פלעגט מיט קומען מיט אפאר קארוונען, יעקב ברוך טירנויער, זלמן לייב וואלדמאן,
חיים שלמה וויינשטאג, ראובן פאלקאוויטש.
משה בן פראדל האט דאס נישט איבער געטראגן ער האט זיכער געמאכט אז די רוגזה צווישן דער ברך משה מיט רעבעצין ע"ה גייט אן אין די פולע פארע אין ער האט כסדר איבער געלאזט זיינע פינגער אפדריקן
איימאל האט ער געהייסן אז מען זאל ארויף לייגן קייטן אויפן גדר ביים ציון דאנרשטיג נאכט, אז די רעבעצין זאל נישט קענען ארויף קומען, יעקב ברוך האט עס דעמאלס אפגעשינטן
אזוי איז יעדע וואך געווען נייעס, איינמאל שטילערהייט אין איינמאל אויפנרהייט.
פאר ל"ג תשמ"ט האט משה בן פראדל ציזאם געריפן א אסיפה ביים ברך משה אינדעהיים אין קרית יואל.
דארט איז געווען די בחורים.
מעכיל וויינגארטן
אלימלך דייטש
סיני טייטלבוים
שלמה אבראמוויטש
דארט איז אויך געווען דער בן השני ליפא טייטלבוים
משה בן פראדל האט זיי קלאר געזאגט פאר די בחורים אז דעם רבי'ן דער ברך משה טוט זייער וויי אז די רעבעצין קומט ארויף מיט אירע מענטשן א יעדע וואך צים ציון, אין מען מיז דאס אפשטעלן פערמינטאט
האט משה בן פראדל ארויס געגעבן דעם ארדער ביים רבי'ן דער ברך משה אנדערהיים
אז דאס נעקסטע מאל די רעבעצין קומט ארויף צים ציון זאל מען באווארפן די קאר מיט שטיינער אין אויס שיסן די פענסטער'ס .
אלימלך דייטש האט קלאר געזאגט פאר משה בן פראדל באותו מעמד אז ער גייט זיך נישט באטיילגען ער וויל אין אזא רשעות נישט האבן קיין חלק.
זענען געבליבן די 3 בחורים מעכיל וויינגארטן, סיני טייטלבוים, שלמה אבראמוויטש
די 3 האבן טאקע באווארפן די קאר מיט שטיינער.
( משה בן פראדל איז דער איינציסטער וואס קען מעיד זיין אויב די שטיינער איז געווען כדי להמית )
דעם אנדערען טאג איז סיני טייטלבוים געווען אין פאלציי אפיס א גאנצן טאג פאר אויספארשנוג
די נעקטע וואכן האט די גאס געברויזט איבער די מעשה נבלה, מענטשן האבן עס פשוט נישט געקענט גלייבן אז מען
האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין
די ישיבה האט טאקע ארויס געווארפן די 3 בחורים פין ישיבה.
משה בן פראדל האט זיי ציגעשטעלט א דירה אין קרית יואל ווי זיי זאלן זיך קענען אויף האלטן פאר די פאר וואכן.
שלום סאנדל האט א טעיפ ווי מען הערט ווי די רעבעצין ע"ה זאגט אז זי איז נישט מוחל די בחורים בזה ובבא.
למעשה האבן די בחורים קיינמאל נישט איבער געבעטן די רעבעצין.
לכבוד דעם איז דער רבי ברך משה געווען פרעזנדליך שדכן ביי מעכיל וויינגארטן אין ביי סיני טייטלבוים
כדי אז מען זאל נישט זאגן אז די קללה פין רעבעצין האט געשאדט.
געלויבט די רבוש"ע אז די אלע שלעגרעס געפינען זיך היינט ציטאגס ביי ר' זלמן לייב
נשלח ב-7/9/2009 02:20
סיני טייטלבוים האט אמאל פארשפארט ר' ישעי ' יעקב שטויבער ( וואס האט געקוויטש ביים מאריאט )
פאר 6 שעה אמאל אין בית הכסא.
שעמט דיך סיני גיי בעט אים איבער.
תוקן על ידי יעקב_שמשון ב- 07/09/2009 2:18:37
נשלח ב-7/9/2009 01:09
סיני אליינס דערציילט מיט ווירדע, אז ווען ער האט בארווארפען ר' לייבעלע ע''ה מיט פלעשער, האט די רעביצען פון ר' לייבעלע געשריגען אויף אים, פארוואס ווארפסטו פלעשער אויף מיין מאן? די ווייסט אז ער איז א ל''ו צדיק?
האט איר דער זעלטענער ווארים הארציגער בעל רחמניות (עיין ערך פארמעגליך על המנוח פערלשטיין ז''ל) גענפערט, ''זאגט נישט אויס, ווייל ער וועט נאך באלד שטארבען! ודפחי''ח
תוקן על ידי פארשטיי ב- 07/09/2009 1:05:19
נשלח ב-6/9/2009 16:09
געווארט, איך האב מורא די האסט פאברעצירט א מעשה.
תוקן על ידי בלומבערג ב- 06/09/2009 16:05:23
נשלח ב-4/9/2009 22:17
טאמיר איך געדענק גוט איז הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים געגאנגען איבער בעטן מיט די רעבעצין איבער די שטיינער וואס זיין זין האט געווארפן
דעס הייסט א נארמאלער מענטש.
נשלח ב-4/9/2009 20:11
סיני טייטלבוים איז אמאל געגעאנגען רעדן צי ר' אברהם דוד גליק
האט ר' אברהם דוד געזאגט לאמיך אפ, די האסט געשלאגן מיין טאטן ר' לייבעלע ע"ה
פאר די בעטס אים נישט איבער רעד נישט צי מיר.