אריזאנא ווייץ
הערנדיג אזויפיל אין ביהמ"ד איבער דעם נושא, ווען יעדער צד ברענגט צו זיך ר' יודל ז"ל אלס א ראי'
אז איין יאר האט ער אויך פרובירט צו ברענגען פון דארטן, ווער עס ווייסט אביסל פרטים זאל דאס
ביטע מודיע זיין לתולעת הציבור
צו האט ער דאס נאר געברענגט וועגן עס איז נישט געווען צו באקומען דא (צוליב רעגן וכדו') אדער
ווייל ער האט געוואלט פרובירן און עס האט זיך נישט איינגעגעבן צוליב וואס עס האט געקאסט צו
טייער צו ארבעטן דערמיט און עס האט זיך נישט אויסגעצאלט
און ווי ווערט געברענגט דער מאמר פון שאפראנער רב זצוק"ל (אויב עס איז בכלל דא) אז די ווייץ פון
אריזאנא זענען בחזקת בלתי מחומצים
און אויך אויב איז די טענה אז מען לייגט דארטן צו וויטאמינען, צו דען דא אין אונזער געגנט גייט מען
נאר צו אזעלכע פעלדער וואס מען לייגט גאר נישט צו
ווי אויך צו איז אמת אז עס ווענדט זיך אין וועלכן פלאץ אין אריזאנא
ווער עס געדענקט נאך די פונקטליכע פרטים פון דעמאלטס וואלט געווען כדאי דאס אביסל
אויסצוקלארן לתולעת הרבים
|
|