בית פורומים אחים אנחנו

בלעקבערי: ווער האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2009 05:59 לינק ישיר 
בלעקבערי: ווער האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה?

איך וועל מיך פרובירן אריינצולייגן אין הער פארמעגליך'ס שיך און אראפגעבן אביסל היסטאריע פון די טעג וואס עס האט זיך אפגעשפילט איינס פון די ערגסטע קאפיטלען אין די היסטאריע.

א סקרוך נעמט ארום די ביינער ווען מען דארף אפילו שרייבן די ווייטאגליכע געשיכטע וואס האט זיך דאן אפגעשפילט, אבער הרשעים כים נגרש, די זעלבע וואס זענען היינט דא און לייקענען דעם אפענעם פאקט אז הונדערטער מאנרא בויעס זענען געשטאנען בשעת ווען עס איז געווען מתו מוטל לפניו ביים מקדש זיין די נייע ביה"ח פאריגע וואך און געזינגען און געטאנצען אויף די העכסטע טענער.
(ווי הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א חבר הביד"ץ האט זיך אויסגעדרוקט די פאריגע וואך ווען ער האט פארשיקט א געלט גייער פאר די מאנרא ישיבה פון סאטמארן ביהמ"ד אויף ראטליזש סט. זאגענדיג דערביי אז אזא ישיבה טאר מען נישט שטיצן און יענער האט אים אנגעהויבן זאגן אז עס איז נישט אמת, די בחורים האבן נישט געזינגען (א בפירוש'ער בלאט...) האט רבי שלמה לייב זיך צובייזער און געשריגן "בעיני ראיתי, איך בין דארט געשטאנען, ווילסט מיר פארקויפן מעשיות?")
די זעלבע ווילן יעצט פארדרייען די היסטאריע פון די "פרשת שטיינער געווארפאכץ" אויף הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתו הטהורה פון רבין זי"ע וואס איז געטון געווארן אויפן פערזענליכן אויפאדערונג פון דעם שוטה וגס רוח דער א.ג. סבלן ר' אהרן טייטלבוים.

איך האב אין מיין באזיץ גאר אסאך חומר און קראנטע אינפארמאציע אויף די דעמאלסטיגע פרשה. און איך בעט דעם חשובן מנהל צו פארשפארן דעם אשכול און נישט לאזן דא מגיב זיין ביז איך בין נישט פארטיג מיט דעם ארטיקל.

די פרשה האט זיך אנגעפאנגען ווען די בחורים מקורבים פון ר' אהרן האבן ביי א זיצונג באשלאסן אז מען קען נישט דורכלאזן מיט א שווייגעניש דאס אז די רעביצין ע"ה קומט ארויף יעדע דאנערשטאג נאכט צום ציון פון איר הייליגן מאן באגלייט מיט די גרעסטע קעפ פון די בני יואל פראקציע.

אנגעהויבן האט זיך דאס מיט פארשפארן דעם הויפט טויער אריין צום בית החיים וואס געפונט זיך הארט לעבן די מאנרא ישיבה מיט שווערע קייטן און שלעסער.
איין ליל שישי ווען די רעבעצין ע"ה איז ווי איר שטייגער אנגעקומען צום ביה"ח האט מען דאס געפונען הערמעטיש פארשלאסן, עס האט גענומען קרוב צו א האלבע שעה פאר אירע מקורבים אויפצושניידן דעם שלאס און עפענען דעם טויער פאר די רעבעצין.

אצינד חשובע ליינער איידער איך גיי ווייטער צו די 'קריסטאל נאכט' ל"ג בעומר תשמ"ט מוז איך דא געבן צו פארשטיין אז אונזער ר' אהרן איז געווען אינוואלווד ראשו ורובו אין יעדע טעראר אטאקע וואס האט זיך דאן אפגעשפילט אין קרית יואל, צענדליגער קענען דערויף עדות זאגן אז נאך יעדע געלונגענע טעראר אטאקע וואס זיינע בויעס האבן אנגעדרייט האט מען אים געקענט טרעפן מיט א שמייכל פון איין באק צו די צווייטע. און ווען פארשידענע מענטשן -אפילו חסידים- האבן אים פארגעהאלטן דערויף פלעגט ער ענטפערן מיט זיין באקאנטן לאזונג 'כבר היו לעולמים' אדער 'אזוי האט מען אלס געטון פאר מתנגדים' וכדומה.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אבער עס איז פארט א פאקט אז די פאשקעווילן שרייבער פון יענע יארן און אפילו די טרויעריג באוויסטע שמוץ בלאט 'פנים אל פנים' (וואס מען קען רואיג זאגן אז דער בלאט איז היינט איר ריכטיגער ממלא מקום) פלעגט געמאכט ווערן אונטער זיין נאז, און ווען איך זאג אונטער זיין נאז מיין איך טאקע ביי אים אין די ישיבה, אבער נישט סתם ביי אים אין די ישיבה נאר טאקע ממש אין זיין אפיס, עס פארציילן די תלמידים פון יענע צייט אז די אפיס פון די פאשקעווילן שרייבער איז געווען פלאצירט איין טיר אוועק פון אונזער סבלן'ס אפיס (צו 'א פיס' ווי דער הגה"ק פלעגט דאס רופן...).

און אזוי פלעגט זיין מיט אלע אקציעס, די בחורים די טעראריסטן האבן אלץ געוויסט אז זיי האבן א באקוועם פלאץ און ר' אהרן'ס הארץ, און שענקט זיי פולע שוץ פאר אלע זייערע מעשים און שטיקלעך. עס איז באקאנט סטעיטמענטס וואס ער האט געלאזט פאלן כסדר בשבחם פון די טעראריסטן, און דאס איז פונקט גענוג אים צו קרוינען אלס 'פאלנער משוגענער' איך רעד שוין נישט פון די סטעיטמענטס וואס זענען נישט באוויסט.

אדרבא פרעגט א תלמיד פון יענע יארן ווער עס זענען געווען די מקרובים ביי ר' אהרן, ווי א גרעסערער טעראריסט אלס גרעסער מקורב, פינטל.

       המשך יבוא בעזהשי"ת




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 10:44 לינק ישיר 

אנגעהויבן האט זיך די בלוטיגע מערכה מיט די רעבעצין ע"ה שוין 2 וואכן בעפאר דעם "קריסטאל נאכט" ל"ג בעומר תשמ"ט.

 2 וואכן פריער איז די רעבעצין ווי איר שטייגער ארויפצוקומען צום ציון פון איר הייליגן מאן יעדע לילי שישי בחצות הלילה, אנגעקומען מיט א גאנצע קאראוואן. אנקומענדיג צום ציון האט מען געפונען דען טויער הערמעטיש פארשלאסן מיט דיקע אייזערנע קייטן און שווערע שלעסער.

ווי שוין פארציילט, איז דער רעדאקטער אלימלך דייטש געקומען פון א צובראכענע שטוב און פלעגט נישט, ווי אלע קרית יואל'ע בחורים תושבי קרית יואל וואס פלעגן על הסדר אהיימגיין נאכן נאכט לימוד, אהיימגיין ביינאכט. ער איז פארבליבן ביז די שפעטער פארטאגס שעה'ן און געווען דער ספרים פאקער אין די ישיבה. ער האט זיך אונטעגענומען צו טוהן די שענדליכע אקציע, און הארט פאר די רעביצין איז אנגעקומען האט ער ארויפגעלייגט די קייטן און שלעסער.

ווען דער קאראוואן איז אנגעקומען האבן זיך די מקרובים פון די רעבעצין ע"ה גענומען צו די עבודה פון אויפברעכן די שלעסער, אזוי ווי עס האט זיי גענומען א לאנגע צייט איז געווארן א שטיקל אנלויפעניש פון די בחורים און עס איז אנשטאנען א מהומה.

ענדליך נאך א האלבע שעה שווערע ארבעט איז זיי געלונגען אראפצונעמען די קייטן אין די רעבעצין האט געקענט צוקומען צום ציון.

דעם קומענדיגן טאג האט די רעבעצין אנגעהויבן מאכן א געפערליכען טומעל, אנגערופן הגה"ק רמ"א פריינד גאב"ד ירושלים זי"ע, אזוי אויך גערופן אלע רבנים דיינים אין סאטמאר און יעדן עלטערן אנגעזענעם קהל'ס מאן פארציילן איבער די שרעקליכע געשיכטע. און עס האט אויפגעשוידערט יעדן רעכטדענקעדען מענטש וויאזוי מען איז אזוי מצער די אלמנה. זי האט געהאלטן די קייטן ביי זיך און געצייגט פאר יעדן איינעם וואס פאר א רשעות מען האט מיט איר געטוהן.

ווידעראום ר' אהרן איז אנגעקומען אין די ישיבה דעם קומענדיגן צופרי שמח וטוב לב, געקלאפט אלימלך דייטש אויפן רוקען אז די אקציע איז אזוי פיין געלונגען.

קריסטאל נאכט ל"ג בעומר און דעם רעדאקטערס ראלע איז נעקסט

 



תוקן על ידי רעיוואד ב- 04/09/2009 10:42:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 05:50 לינק ישיר 

איר מוזט מיר אנטשולדיגן חשובע ליינער. איך בין געווען מוראדיג פארנומען די לעצטע 2 טאג איך האף אי"ה מארגן צוריק אנהייבן. אגב ווער עס האט אינפארמאציע פון יענע צייט איז מכובד מיר דאס אריינשיקן אין אישי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 04:06 לינק ישיר 

ער שרייבט יעצט ווייטער אונטערן ניק "פארמעגליך"



JUST JOKING




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 02:50 לינק ישיר 

רעוואד ווי ביסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 23:31 לינק ישיר 

 

 

איך בין נישט דא נאכאמאל צו באשרייבן דעם ר' אהרן, דו"ק ותשכח פארמעגליך'ס ארטיקלעך, אבער איך וועל יא מרחיב זיין את הדיבור באשרייבן אביסל מער די שרעקעדיגע רעזשים יארן מ"ט ביז נ"ו וואס דעמאלטס איז יעדער צולאזטער בחור וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען געווארן בעל הבית אין שטעטל בכלל און אין ישיבה בפרט און פולען זון פון ווארט, און דערצו אויך געווארן א מקורב ביים רב ר' אהרן.

 

און יענע צייטן אין קרית יואל איז אויפשטיין צו געשטאכענע רעדער און אויסגעשאסענע שויבן געווען א נארמאלער ערשיינונג ביי א איד וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן.

 

פאשקעווילן זענען געפלויגן יעדן ליאדען טאג. אין דעם שוין פון פריער דערמאנטן אפיס'ל פלעגט זיצן די שרייבער - ע"פ רוב בחורים - און געשריבן די פאשקעווילן, אונזער ר' אהרן איז געווען על המשמר שלא יבוטל התמיד, עס זאל יעדען טאג זיין פרישע.

 

ווי שוין פריער דערמאנט איז אין א אפטיילונג פון ר' אהרן'ס אפיס געמאכט געווארן דער שמוץ בלאט "פנים אל פנים", אין דעם אפיס פלעגט זיין א קאמפיוטער מיט דייל אפ אינטערנעט. יעדע וואך פאר דער פנים איז געגאנגען צום דרוק פלעגט ר' אהרן דורכקוקען די דרעפט'ס און זיך געקאטשעט פאר געלעכטער ווייל די אלע וויצן אין דעם צייטונג האבן זייער גוט צוגעפאסט צו זיין בעיבישן מוח.

 

ווי שוין פריער ערווענט איז ווי א גרעסערע טעראריסט אלס גרעסערע מקורב געווען ביי ר' אהרן, מיינט נישט פאר איין רגע אז די סיבה פארוואס ער איז געווען נאנט צו די בחורים איז געווען ווייל ער האט מיט זיי געלערנט, בכלל נישט. ער האט זיך מיט זיי גע'חבר'ט פשוט ווייל זיי זענען געווען טעראריסטן און האבן מסדר געווען די שונאים. און געטון זיינע שליחות'ער. זיי זענען געווען זיינע קאנאנען שיסער.

 

איינער פון די טעראריסן-מקורבים איז "אלימלך דייטש" דער היינטיגער רעדאקטער פון דער בלאט. אלימלך איז אריין אין די קרית יואל ישיבה בערך תשמ"ח-מ"ט.  און אזוי ווי ער איז אלץ געווען א צוריקגעשטאנען קינד וואס האט נישט געקענט לערנען, ליינען, שרייבן און אפילו רעדן נארמאל, קומענדיג פון א שטארק ארימע און האלב צובראכענע משפחה, איז ער גלייך געווארן דער שלאק שמש אין ישיבה. ער פלעגט פאקן די ספרים, געווארן דעם רב'ס אונטערווישער און רעבעצין סאשע'ס קלינינג בוי. איין מעלה האט ער יא געהאט ער איז געווען (און איז נאך אלץ) אן ערשט קלאסיקער טעראריסט.

 

זיין ערשטע זמן איז שוין געגאנגען מיטן לינקע פיס, ער איז גלייך געווארן פארמישט אין שלעגעריי. איין טאג איז ער מיט נאך אן אפגעריסענער בחור אראפגעגאנגען אין די ישיבה קטנה און אנגעשלאגן אפאר 14 יעריגע בחורים ווייל מען האט זיי חושד געווען מיטן צורייסן ספרי מהר"מ ט"ב, די בחורים אין ישיבה גדולה האבן אים געוואלט מסדר זיין ווייל ווי דערמאנט איז ער געווען א פארפיינטעט אינגעל און קיינמאל נישט פארמאגט קיין חברים, האבן זיי געפערליך אנגעהויבן פארפירן אז מען מוז מיילעך'ן ארויסשטעלן פון ישיבה פאר דעם אקט.

 

יענע צייט האט ר' אהרן געהאט זיין 'טריא' וואס איז באשטאנען פון 3 חברה. אברהם משה לעבאוויטש היינט פון די אקטיווע אהרונים אין אויסטראליע, סיני טייטלבוים פון קרית יואל, און מעכיל וויינגארטן שפעטער א נאמטער מקורב און משב"ק ביים ברך משה זי"ע. ר' אהרן איז געווען מיט זיי פאניע בראט, ער פלעגט זיצן מיט זיי  טאג און נאכט און פארציילן זיינע בעבישע וויצן און האקן אויף די גאנצע וועלט. די דעמאלסטיגע טריא איז געווען פיהל אנדערש פון זיין היינטיגע טריא וואס באשטייט פון א באנדע קיען און אקסן (מהודרת לכל הדעות...) וואס לשיטתי ברויך דאס אן עקסטערע באשרייבונג אויף יעדע פון די היינטיגע 3 באזונדער (דאס וועל איך איבערלאזן פאר פארמעגליך). די 3 זענען קלוגע געריבענע חברה לייט און האבן זייער ארויס אלע שוואכקייטן פון דעם סבלן און קדוש און האבן גוט געוויסט וויאזוי אים צו פעמפערן. אבער אין אמת'ן אריין זענען אברהם משה מעכיל נישט געווען קיין חסידים פון ר' אהרן נאר פארברענטע חסידים פון ברך משה, אויסער סיני וואס איז יא געווען א שטארקער אנהענגער פון ר' אהרן.

 

מען ברויך צו פארשטיין דעם דעמאלסטיגן סטאטוס פון ר' אהרן אין די ישיבה, ביי אמערסטענס בחורים איז ער געווען שטארק אראפגעקוקט פאר זיינע בעבישקייטן, און אפילו די טעראריסטן האבן נישט געארבעט צו געפעלן ר' אהרן נאר זענען געווען פשוטע חסידים פון ברך משה און זענען דא געווען צו פראטעקטן זיין כבוד.

ר' אהרן האט געהאט גאר א קליינע צאל עכטע אנהענגער אין די ישיבה, און איינס פון די גרעסטע אנהענגער איז געווען דער סיני טייטלבוים וואס איז געווען ממש דער רעכטער האנט פאר ר' אהרן.

 

יעצט ווען סיני טייטלבוים האט זיך דערזעהן אז מען גייט ארויסשטעלן אלימלך פון ישיבה פארן פראווענען 'חסידות' האט ער פארבעטן זיינע 2 ידידים אברהם משה לעבאוויטש מיט מעכיל וויינגארטן אים ארויסהעלפן ראטעווען אלימלך פון דעם פלאנטער



 המשך פונעם באשרייבונג, די שלעסער אויפן ציון, די שטיינער אויפן ציון,
די צייטונג פנים אל פנים, יבוא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 18:18 לינק ישיר 






 



תוקן על ידי מנהל_שני ב- 31/08/2009 23:18:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 06:13 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי מנהל_שני ב- 31/08/2009 6:29:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > בלעקבערי: ווער האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext