איך בין נישט דא נאכאמאל צו באשרייבן דעם ר' אהרן, דו"ק ותשכח פארמעגליך'ס ארטיקלעך, אבער איך וועל יא מרחיב זיין את הדיבור באשרייבן אביסל מער די שרעקעדיגע רעזשים יארן מ"ט ביז נ"ו וואס דעמאלטס איז יעדער צולאזטער בחור וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען געווארן בעל הבית אין שטעטל בכלל און אין ישיבה בפרט און פולען זון פון ווארט, און דערצו אויך געווארן א מקורב ביים רב ר' אהרן.
און יענע צייטן אין קרית יואל איז אויפשטיין צו געשטאכענע רעדער און אויסגעשאסענע שויבן געווען א נארמאלער ערשיינונג ביי א איד וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן.
פאשקעווילן זענען געפלויגן יעדן ליאדען טאג. אין דעם שוין פון פריער דערמאנטן אפיס'ל פלעגט זיצן די שרייבער - ע"פ רוב בחורים - און געשריבן די פאשקעווילן, אונזער ר' אהרן איז געווען על המשמר שלא יבוטל התמיד, עס זאל יעדען טאג זיין פרישע.
ווי שוין פריער דערמאנט איז אין א אפטיילונג פון ר' אהרן'ס אפיס געמאכט געווארן דער שמוץ בלאט "פנים אל פנים", אין דעם אפיס פלעגט זיין א קאמפיוטער מיט דייל אפ אינטערנעט. יעדע וואך פאר דער פנים איז געגאנגען צום דרוק פלעגט ר' אהרן דורכקוקען די דרעפט'ס און זיך געקאטשעט פאר געלעכטער ווייל די אלע וויצן אין דעם צייטונג האבן זייער גוט צוגעפאסט צו זיין בעיבישן מוח.
ווי שוין פריער ערווענט איז ווי א גרעסערע טעראריסט אלס גרעסערע מקורב געווען ביי ר' אהרן, מיינט נישט פאר איין רגע אז די סיבה פארוואס ער איז געווען נאנט צו די בחורים איז געווען ווייל ער האט מיט זיי געלערנט, בכלל נישט. ער האט זיך מיט זיי גע'חבר'ט פשוט ווייל זיי זענען געווען טעראריסטן און האבן מסדר געווען די שונאים. און געטון זיינע שליחות'ער. זיי זענען געווען זיינע קאנאנען שיסער.
איינער פון די טעראריסן-מקורבים איז "אלימלך דייטש" דער היינטיגער רעדאקטער פון דער בלאט. אלימלך איז אריין אין די קרית יואל ישיבה בערך תשמ"ח-מ"ט. און אזוי ווי ער איז אלץ געווען א צוריקגעשטאנען קינד וואס האט נישט געקענט לערנען, ליינען, שרייבן און אפילו רעדן נארמאל, קומענדיג פון א שטארק ארימע און האלב צובראכענע משפחה, איז ער גלייך געווארן דער שלאק שמש אין ישיבה. ער פלעגט פאקן די ספרים, געווארן דעם רב'ס אונטערווישער און רעבעצין סאשע'ס קלינינג בוי. איין מעלה האט ער יא געהאט ער איז געווען (און איז נאך אלץ) אן ערשט קלאסיקער טעראריסט.
זיין ערשטע זמן איז שוין געגאנגען מיטן לינקע פיס, ער איז גלייך געווארן פארמישט אין שלעגעריי. איין טאג איז ער מיט נאך אן אפגעריסענער בחור אראפגעגאנגען אין די ישיבה קטנה און אנגעשלאגן אפאר 14 יעריגע בחורים ווייל מען האט זיי חושד געווען מיטן צורייסן ספרי מהר"מ ט"ב, די בחורים אין ישיבה גדולה האבן אים געוואלט מסדר זיין ווייל ווי דערמאנט איז ער געווען א פארפיינטעט אינגעל און קיינמאל נישט פארמאגט קיין חברים, האבן זיי געפערליך אנגעהויבן פארפירן אז מען מוז מיילעך'ן ארויסשטעלן פון ישיבה פאר דעם אקט.
יענע צייט האט ר' אהרן געהאט זיין 'טריא' וואס איז באשטאנען פון 3 חברה. אברהם משה לעבאוויטש היינט פון די אקטיווע אהרונים אין אויסטראליע, סיני טייטלבוים פון קרית יואל, און מעכיל וויינגארטן שפעטער א נאמטער מקורב און משב"ק ביים ברך משה זי"ע. ר' אהרן איז געווען מיט זיי פאניע בראט, ער פלעגט זיצן מיט זיי טאג און נאכט און פארציילן זיינע בעבישע וויצן און האקן אויף די גאנצע וועלט. די דעמאלסטיגע טריא איז געווען פיהל אנדערש פון זיין היינטיגע טריא וואס באשטייט פון א באנדע קיען און אקסן (מהודרת לכל הדעות...) וואס לשיטתי ברויך דאס אן עקסטערע באשרייבונג אויף יעדע פון די היינטיגע 3 באזונדער (דאס וועל איך איבערלאזן פאר פארמעגליך). די 3 זענען קלוגע געריבענע חברה לייט און האבן זייער ארויס אלע שוואכקייטן פון דעם סבלן און קדוש און האבן גוט געוויסט וויאזוי אים צו פעמפערן. אבער אין אמת'ן אריין זענען אברהם משה מעכיל נישט געווען קיין חסידים פון ר' אהרן נאר פארברענטע חסידים פון ברך משה, אויסער סיני וואס איז יא געווען א שטארקער אנהענגער פון ר' אהרן.
מען ברויך צו פארשטיין דעם דעמאלסטיגן סטאטוס פון ר' אהרן אין די ישיבה, ביי אמערסטענס בחורים איז ער געווען שטארק אראפגעקוקט פאר זיינע בעבישקייטן, און אפילו די טעראריסטן האבן נישט געארבעט צו געפעלן ר' אהרן נאר זענען געווען פשוטע חסידים פון ברך משה און זענען דא געווען צו פראטעקטן זיין כבוד.
ר' אהרן האט געהאט גאר א קליינע צאל עכטע אנהענגער אין די ישיבה, און איינס פון די גרעסטע אנהענגער איז געווען דער סיני טייטלבוים וואס איז געווען ממש דער רעכטער האנט פאר ר' אהרן.
יעצט ווען סיני טייטלבוים האט זיך דערזעהן אז מען גייט ארויסשטעלן אלימלך פון ישיבה פארן פראווענען 'חסידות' האט ער פארבעטן זיינע 2 ידידים אברהם משה לעבאוויטש מיט מעכיל וויינגארטן אים ארויסהעלפן ראטעווען אלימלך פון דעם פלאנטער
המשך פונעם באשרייבונג, די שלעסער אויפן ציון, די שטיינער אויפן ציון,
די צייטונג פנים אל פנים, יבוא