בית פורומים כל העולם כולו

התאחדות הרבנים פלייש ספק טריפה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2009 06:20 לינק ישיר 
התאחדות הרבנים פלייש ספק טריפה

התאחדות הרבנים איז נישט בודק זייער פלייש פין צומית וגידין ר' הלל וויינבערגער לאכט זיך אויס
ער מיינט ער שרייבט א מודעה אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, לויפט דער פראבלעם אוועק

דאס מיצאות ווייזט אז פין ווי אימער מען נעמט יעצט עופות ברויכט מען צי בודק זיין ,
למעשה איז התאחדות הרבנים נישט בודק, אלעס אין דעם זכות פין דעם מקיל ר' הלל וויינבערגער. 



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:48 לינק ישיר 

 הגאון רבי משולם פאלאטשעק שליט''א אבד''ק ובעמח''ס שו''ת מגד יהודה, פארשט שוין עטליכע חדשים דעם פראבלעם, זייענדיג א גרויסע ידען, (פין די שטערקסע מורא הוראה ספציעל ביי ענינים פין זאכען וואס ווערן נשתנה בזמינינו, ווייל ער קען זייער אסאך פראקטיק), אין ווי שוין באקאנט פאר יעדן איז עס א וויירוס וואס דרייט זיך ארום אין ''אלע פארעם'ס'',
אין ער האט געזאגט אז די וואס עסן פין א פלאץ וואס מ'איז נישט בודק די צומות הגידין ''לאזען זיך אריין אין הארבע שאלות פין א ספק טריפה'' , ווייל לויט אסאך פוסקים הייסט דאס א ריכטיגע ''מיעוט המציו''
פרעגט אים אליין!

די זאלי'ס וועלן ענדערש עסן פין....................... אבי.................................! ה''י

השנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2009 02:30 לינק ישיר 

ווערעם אין די וואסער - נישטא
ווערעם אין די סטראבערי'ס - נישטא
אן עירוב אין וומ"ס און אין ב"פ - נישטא
צומת הגידין אין די עופות - נישטא

ממש א חידה...

 



תוקן על ידי משה_גאבע ב- 01/09/2009 2:36:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 01:16 לינק ישיר 

וואס טוט זיך מיט די דערי לולבים פין היי יאר מעג מען זיך באנציען ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 20:18 לינק ישיר 

כ'האב אויך אזוי געהערט פון א חבר מיינער וואס ארבערט דארט, אז מ'האט פאריגע וואך גענומען פון די "גאלדענע" "פונקע" "בעסערע" די "נועם המידות'דיגע" טשיקענס, און ס'איז געווען גאנצע 6 א האלב פראצענט טרפה! (יעצט גייען די זאליס זאגען אז אונז האמער געגעסן 1/2 6 טרפה טשיקענס, סאו מוז איך ארויסשרייבען אז מ'האט עס אוועקגעווארפען)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 19:48 לינק ישיר 

אזווי ר' איצא איז ארויסגעקומען מיט די בריוו פאריגע דאנערשטוג, אין רבינו שליט''א האט געהערט דערפון, אין האט זיך זייער געווינדערט דערויף האט ער געבטן אז מ'זאל פראבירן צו נעמען א טרעילער טשיקענס פין די זעלבע פארעם פין ווי וויינלאנד נעמט, אין פארשטייט זיך אז אלע משגיחים זענען זיך צאמגעקומען זעהן פין וועלכע ווינדערליכע פארעם עס האט איבערגהיפט די פראבלעם וואס גאנץ אמעריקע ליידט,
אין למעשה האט מען דארט געטראפען ''6 א האלב'' פראצענט וואס האבען געהאט דעם פראבלעם ביי די צומות וגידין....... אלע אנוועזענדע וואס זענען עדות געווען דערביי,האבען נישט געקענט פארשטיין מיט וואס פאר א קלים מיר האבען דא צי טוהן, ה''י

עס איז באמת צום שטוינען.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 09:21 לינק ישיר 

וויינלאנד און מארוויד, פון ווי די זאליס זנעמען זייערע טשיקענס האבן פונקט די זעלביגע פראבלעם פון צומת הגידין, נאר די חילוק איז אזוי אז אין קרית יואל זעהט מען די צומת היגידין, און מען טשעקט יעדעס איינע.

אבער אין וויינלאנד און מארוויד טרעפט מען גארנישט, גארנישט... פארוואס..? ווייל אז מען איז נישט בודק טרעפט מען נישט!!

זעהט אויס אז צומת הגידין באלאנגט פאר ממליחה ואילך... וואס פאר די מליחה קען מען טאן וואס מען וויל....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 07:31 לינק ישיר 

די אמת איז אז איך בין נישט צו שטארק אויסגעקאכט אין כשרות וועלטל אזוי אז איך קען נישט עכט אריינרעדען אין אלע אנדערע מעשיות, אבער דא ביי די טשיקענס ווייס איך קלאר אז סאיז א קרענק וואס איז דא אין יעדע פארעמס. איך ווייס אפילו אז דאקטורים האבן אנגעשריגן ר' משולם פאלאטשעק פארוואס ער זאגט אז די טשיקענס וואס האבן די פראבלעם זענען טריפה, והראי' די אנדערע רבנים האבן די זעלבע פראבלעם און זיי מאכען זיך נישט וויסענדיג

אפילו ווער סוויל מיך נישט גלייבען איז פאקט אז אין די לעצטע צען יאר איז שוין געווען צענדליגער שאלות און קשיות וועגן טריפות, חילול שבת, און אנדערע כשרות פראבלעמעם, און "אלעמאל" איז התאחדות ארויסגעקומען לקולא!!!!!!!

וויזוי קען זיין אז זיי האבן "קיינמאל" נישט געהאט קיין פראבלעם?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 06:53 לינק ישיר 

איך האב געשריבן ספק טריפה, ווייל ס'קען זיין ס'ווערט בטל בשישים, אין ס'קען זיין אז נישט
 למעשה איז ר' הלל וויינבערגער נישט א מענטש אויף וועם מען קען זיך פארלאזן אויף א הכשר.

איך ווייס נישט צי איך זאל אנריפן מקיל, אדער ער איז נישט געמאכט צי קיין הכשר.

ער איז א געפערליכער באלי אין ער מיינט אז התאחדות הרבנים האט נאך דעם נאמען ווי וויעדסלאבער רב ז"ל האט עס געפירט.אין ער קען טיען וואס ער וויל.

ר' הלל טייערע דער באן איז שוין לאנג אוועק געפארן.

דערי לולבים יוכח.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2009 06:42 לינק ישיר 

עס דערמאנט מיך די פרשה פון די פראזען סטראבעריס, און דערציייט וואס בודק סטראבעריס איז געווען די מערסטע אינפעסטעד האט זיך התאחדות נישט געשעמט ארויסצולייגען א מודעה אז זייערס איז יא גיט,

וואלאווע האט יא תיכף אראפגענימען די הכשר פון מהדרין סטראבעריס, (אפי' עס איז נישט געווען אזוי אינפעסטעד ווי בודק'ס)

שפעטער ווען די שטינק איז ארויס אויפען גאס האט התאחדות געלייגט א נייע מודעה אז מ'קען עס ניצען "נאר מ'דארף עס קודם צומאלען" אבער מ'האט עס ווייטער פארקויפט אן שרייבען אויפען פעקעדש אז די הכשר איז נאר אויב מ'צימאלט עס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > התאחדות הרבנים פלייש ספק טריפה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext