בית פורומים כל העולם כולו

א שטאב מיט מוח וואשער אינעם בעקעריי פורום..

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2009 06:47 לינק ישיר 
א שטאב מיט מוח וואשער אינעם בעקעריי פורום..

זינט דער דעפרעסיע אינעם זאלוינשע'ן לאגער שטייגט און וואסט אוואו קיינמאל בעפאר, האט זיך אויפגעבויט א גאנצע שטאב מיט פראעסיאנאלע בעקער'ס און מוח וואשער'ס וואס פרובירן צו וואששען די מוחות מיט כל מיני לגיונות און דמיונות וואס דער וועלט הא נאכנישט בייגעוואונט.

נאדער א ציטאט פון מר. "עטגאסט" אינעם בעקעריי פורום:




ראזניקעס און מאנדלען: ארום די נייע חלקה אויפן ביה"ח

די אשכול זאל זיין מוקדש פאר אלעס בנוגע קלייניגקייטן ארום דעם ביה"ח, דא זאלט איר אריינלייגן אלעס אפילו ס'האט נישט קיין קשר צום שמועס.

בקיצור א כל בו אשכול

----------------------------------------------

די ארוינים פראבירן צו פארקויפן לאקשן פאר ביליג, זעט אויס אז מוח וואשער שמואל ווידער האט שוין אנערקענט אז די גאס קויפט סיי ווי נישט זיינע געבעקסן און פאר די ארוינים דארף די געבעקס נישט זיין געהעריג אויסגעבאקן ווייל זיי קויפן דאס סיי ווי, קומט ער ארויס מיט פרישע מעשיות יעדע פאר מינוט.

יעדער נערישער זאלי וואס וויל זיך אנערקענען אלס א פראפעסיאנאלער שרייבער און - איבער אלעם א "גוטזאגער", ברענגט דעם סלאגאן אין זיין תגובה'לע און ווערט אטאמאטיש א "היט" פון א שרייבער.., דער סלאגאן וועפט שוין ליידער, אבער אז דאס האלט זיי פריש, וועל זיי איבערקייען די זעלבע טופשות'דיגע סלאגאן ביז ס'וועט שוין צו ווייעך צו קייען און ס'וועט שוין ארויסרינען פון מויל, אבער ביזדערוויילל גייט עס... (זעהט אויס אז ר' שמואל ווידער קענען זיי נישט אזוי אראפשלינגען..).

און א רגע! ממה נפשך, אויב די גאס קויפט נישט און דע ארוינים יא, טא פארוואס כסדר ארויסקומען מיט פרישע? ס'דאך א שאד די ארבעט?, אבער אויפן מוח וואשער עטגאסט נישט פרעגן קיין קשיות...

ער האט פארקויפט אז די קליפ פון העסקן ר' יוסף וואלדמאן איז געפעלטשט, ער האט זיך נישט געראכטן אז נאך עטליכע כאפן דאס אויף און עטליכע האבן אפילו דעם חלק ווי מ'זעט הרה"ח ר' יוסף דאס אויפכאפן.

שטאטלעך, קודם איז יאשקע'לע א "ר'" און א "עסקן" - אבער לאמיר דאס לאזן פאר א צווייט מאהל,

יעצט ווייטער, ער האט "זיך נישט געראכטן" אז וואס? איין מינוט, לאמיר א קוק טאהן, דער בלאט איז ארויסגעקומען דאנערשטאג, דאס הייסט א גאנץ קיילעכיג וואך שפעטער ווי דער גאנצע געשיכטע, אלע קליפס - פאלשע און עכטע צוגלייך, זענען שוין דאן געווען איבערגעקייט א מיליאן מאהל דא אויף הייד פארק, סאו וואס האט ער זיך נישט "געראכטן"? דער "מוח וואשער" לייגט דא  אראפ פאר "די מוחות" ווי כאילו ווי נאר דער בלאט איז ארויסגעקומען פון דרוק (און יוסל וואלדמאן האט עס געליינט - עיין בילד) , איז מען געגאנגען און אויפגעדעקט אויף הייד פארק א מעכטיגע סתירה צום ארטיקל פון בלאט..., אבער לאמיר זיך נישט דא אפשטעלן.

דער מח וואשער שרייבט ווייטער:

דערנאך האט ער ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז "דער בלאט גייט נאכאמאל צום דריק צוליב דעם וואס דער עולם האט דאס צעכאפט פון די געשעפטן", ער האט זיך נישט געראכטן אז דער עולם וועט פאר נייגער אנפרעגן אין די געשעפטען און די תירוץ וועט זיין "איך האב נאך גענוגע סחורה"

שוין ווייטער "האט ער זיך נישט געראכטן" ... די זאלי'ס זענען בליציגע קלוגע חברה און פאר זיי פאלט אלס איין איידיעס וואס פאר קיינעם קומט דאס נישט אין געדאנק.. די ארוינים "האבן זיך נישט געראכטן" פאר'ן נייע בית החיים..., דער שרייבער פונעם ארטיקל אין בלאט - וואס לשיטתו פון עטגאסט האט דאס ר' שמואל ווידער געשריבן "האט זיך נישט געראכטן" אויף למפרע אז נאך מענטשן האבן עס (אדער וועלן עס למפרע ) אפכאפן.., און אזוי אויך האט דער וואס האט ארויסגעגעבן די נייעס - וואס לשיטתו פונעם מוח וואשער עטגאסט האט דאס געהאט מיט ר' שמואל צוטוהן - "זיך נישט געראכטן" אז די זאלי'ס וועלן איינפאלן די ריזיגע איידיע פון גיין פרעגן דע געשעפטן.. אבער איין מינוט! מעג מען אריינגיין אין  א געשעפט וואס ר"ל פארקויפט דעם בלאט????

נאך דעם וואס ער האט זיך אומגעזען מיט א שרעקליכע שווארצע מצב, וואס טוט מען? דא איז מען באשמוצט אין די וועלט אז מחללי כבוד המתים און שפילן זיך מיט גופים פון בר מינן'ס פונקט ווי די כופרים און ארכילאגן, נישט נאר איז זייער קהלה באשמוצט נאר דער מישפאכא אינטערוויו געבער אליינס איז אויך באשמוצט, נאך דערצו זעט די וועלט אז זיי פארמאגן א ישיבה נאר צו האלטן די בחורים איינגעשפארט זיי זאלן זיך נישט דרייען אין די שארט קאט'ס וד"ל, תורה עובדה יר"ש? מאן דכר שמיי'? האט ער אויף אלע אופנים פראבירט אפצוהאלטן "דער איד" פון שרייבן וועגן די פרשה, איז ער אויפגעקומען מיט א  פרישע מעשה: די אלמנה האט גערופן אין בלאט אפיס בעטן אז מ'זאל נישט שרייבן וועגן די מעשה האט ער געזאגט אז אויב "דער איד" וועט נישט שרייבן וועט ער אויך נישט... איי וואס באדערט פאר די אלמנה אז ס'וועט שטיין אין דער איד אז סאטמאר האט מקדש געווען א נייעם חלק צום ביה"ח? פרעג נישט קיין קשיות! מיט די פרישע מעשה האט ער געהאפט אז "דער איד" וועט אריינפאלן אין זיין נעץ, אבער אין דער איד אפיס דרייען זיך אידן וואס זענען אביסל קליגער ווי "יוסי בראך"... כדי אינטערצושטיצן זיין מעשה כאילו די אלמנה האט גערופן האט ער ארויסגעשיקט צוויי פיקטשער'ס פון די "פראנט קאווער" פון דער בלאט איינס וואס דערמאנט יא די פרשה און איינס נישט, ער האט זיך אבער נישט געכאפט אז די בילד אויפן צווייטען פיקטשער איז איבערגעדרייט (ער האט דאס פראבירט צו פארעכטן אבער זעט אויס זייער דעמעד"ש קאנטרא"ל יוני"ט איז שוואך).

נאכאמאל שטאט: לאכט נישט..  "נאכדעם" האט ער זיך דערזעהן אין א שווארצן מצב - שוין נאך ביידע עצות - , שוין נאך וואס די בלאט איז אינדרויסן און מ'האט שוין אויף הייד פארק אפגעפרעגט מיט די קליפ'ס, שוין נאך וואס מ'האט פרובירט מיט די "סטעיטמענט" אז דער בלאט דרוקט איבער, איז ער געגאנגען פרובירן אז דער איד זאל נישט שרייבן, איר הערט??....
איין מינוט, דא בין איך שוים אינגאנצן צומישט, ווען פינקליך איז געווען די מעשה מיט איבערדריקן דעם בלאט? פרייטאג לויטן הייד פארק דאטום
.

ווען איז געווען די מעשה מיט די אלמנה מיט נישט דרוקן?? אינמינטן די וואך - אדער לשיטת עטגאסט שפעטסטענס דאנערשטאג אינדערפרי, טא וואס גייט דא פאהר? ווייטער א "למפרע" מעשה???

און ווי קומט דא אריין משפחה.. שאטרקאט"ס .. בחורים.. רעדסט דאך דא בנוגע דעם פאקט פון צו די מעשה מיט די אלמנה איז אמת אדער א ליגנט..??!!...

ווייטער פרובירט דער וואשער צו וואשן די מוחות מיט אן איבערגעדרייטע בילד.., די שוטה איינער! די ווייסט נישט אז דער כל העולם כולו פורום גייט אהן און מ'קען טשעקן דעם ארגינעלן בילד וואס איז צום ערשט ארויפגעלייגט געווארן פרייטאג אינדערפרי?? וואס טראכסטו? ידערע לאזט זיך עפעס אזוי וואשן די מוח פון א בילד וואס די דרייסט איבער??


דא האט איר ביידע. -
לפי שיטת דער מוח וואשער עטגאסט:



 

און דא האט איר די סטראשע פון דעם מוח וואשער מיטן איבערגעדרייטען פיקטשער


למעשה זעעט אויס אז די זאלי'ס האבן זיך נישט דערשראקן און ס'גייט זיי גאנץ ווייניג אן וואס דער בלאט שרייבט

"למעשה" ווי זעהט מען עס טאקע? אפשר זאגסטו?

נ.ב. אויב זענט איר נייגעריג וואס שמואל ווידער ברעכט אויס אין "די ספעציעלע ביילאג" דארפט איר נישט ספענדען 2 דאלאר ס'איז א שאד די געלט, איר קענט דאס דאנלאדען דא אויף הייד פארק.


קאמענטארן איבריג...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 20:36 לינק ישיר 

זיי זענען נעבעך אזוי ווילד אין דערביטערד
זיי באגעניגען זיך נישט מיט די קללות, אין געגאסענע שקרים אין שנאה וואס דער שמיציגער איד, באקט אריין אין  זייער קעלבלעך, א דערביטערטער מענטש ווערט אבער שווער ציפרידן.
אדרבה גייטס אריין אין ראדני סיי ווען אין טאג, די ווענט זענען באהאנגען מיט מיסע פאשקעווילען מיט די לעטערהעד פין זייער חברה קדישא, אלע בחור'ליך שטייען אין ליינען עס,
מ'העצט די יונגענט זאלען זיין גרייט צום קאמפ,
(עס איז אינטערסאנט, אז ביי זיי געפינט זיך נישט קיין  איין נארמאלע מענטש וואס זאל האבען דארט א ווארט אין זאגען אז פאשקעווילן באלאנעגן נישט אין א ביהמ''ד)

צווישען אנדערע שרייבען זיי דארט, אז נאכדעם וואס מ'האט פארלאנגט די 50 טויזענט דאללער האט מען אנגהויבען צו פארלאנגען ''תנאים שונות ומשונות''...... {דא שעלט מען!}

איז דא מער א משונה'דיגע זאך ווי גיין צו די''ת????? ה''י
דאס איז זייער קהילה אין דאס איז זייער דיינים....!

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א שטאב מיט מוח וואשער אינעם בעקעריי פורום..
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext