בית פורומים אחים אנחנו

הערות איבער ווער האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2009 21:25 לינק ישיר 
הערות איבער ווער האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה?

 ביטע דא שרייבן אלע הערות וואס מען האט אויף די דעטאלן וואס  רעיוואד ברענגט אראפ איבער פרשת זריקת אבנים ל"ג בעומר, וואס דאס איז געווען איינס פון די ערגסטע קאפיטלען פון די שווארצע היסטאריע ווי דער סבלן האט מיט דעם ציגעלייגט נאך א גרויס רינגעלע אינעם קייט פון מבאיש ריח זיין סאטמאר פאר די גאנצע וועלט.  




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 01:40 לינק ישיר 

זאג נאר הער רעיוואד, די ווייסט אז צוויי וואכן פאר די שטיינער ווארפעריי האט מען איינגעשפארט די רעביצין ביין ציון פון איר הייליגען מאן?
איצט גיי ביטע טו דיין היים ארבעט און ווער געוואיר ווער עס האט ארויפגעלייגט די קייטן און די שלעסער. איך קען דיר נאר געבן א רמז: ער איז היינט א רעדאקטאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 01:36 לינק ישיר 

די שאלה איז נישט וואס די מיינסט, די שאלה איז וואס די טוסט, איך זאג נישט זיכער אז עם ארט עם, אז די שרייבסט, אבער אויב די ווייסט יא אז עס ארט עם נישט, כל הכבוד,
אויב די ווייסט נישט, ביטע שרייב נישט קיין נעמען פון מענטשען,
וד' הטוב יכפר,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 01:24 לינק ישיר 

ychtzel כתב:
איך וויל אייך זאגן אוך האב חרטה פארן עפענען דער אפטיילונג, ווייל אוך זע אז רעוואד זאל מיר זיין געזינד און שטארק, האלט זיך נישט און די ראמען, בפרט מיטן ארויס שרייבען נעמען פון מענטשען וואס זענען שוין היינט נישט בכלל אינוולווט און קיין שום זאך, און עס איז נישט דא קיין מצוה און אויך נישט קיין היתר צו שרייבען אזעלעכע נעמען,
אוך האף אז רעוואד וועט זיך שטעלען אויף די רעלסען,
נעם עס נישט פערזענליך, ווייל פארמעגליך האט אויך געדארפט זיך אביסעל אהער שטעלן,
און פאר א טעות איז עס נישט געפערליך, אויב מען האלט עס ביים פארעכטן



 יחצאל אויב איך מאך נישט קיין טעות האסטו אוודאי טענות אויף מיר פארוואס איך באשמוץ סיני טייטלבוים.
איך מיין דא קיינעם נישט, איך וויל פשוט פארציילן דברים כהוויתם, דער עולם זאל נישט קויפן די אהרונישע מעשיות אז משה גבאי מיט סיני טייטלבוים האבן געפירט די טעראר, נאר לייבוש טייטלבוים איז געווען רעדאקטער פון פנים אל פנים, און דער קדוש וסבלן בעצמו מיט זיין וויידל אלימלך דייטש זענען געווען די חיות.
וואס דארפט איר מער פון דעם אז נישט משה פרידמאן און נישט סיני טייטלבוים
זענען געווען יענע נאכט פון די שטיינער געווארפעריי אין קרית יואל, ווי איך וועל אי"ה באשרייבן באריכות.

שפעטער אין די מאמרים וועל איך אויך אי"ה שרייבן די נעמען פון די "ריכטיגע" פארשוינען וואס זענען געשטאנען אונטער די אקציע פון פארברענען דעם ילד געביידע, און אלע פון זיי זענען נאך ארונים און א טייל זענען נאך גאר געבליבן שלעגערס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 01:03 לינק ישיר 

איך וויל אייך זאגן אוך האב חרטה פארן עפענען דער אפטיילונג, ווייל אוך זע אז רעוואד זאל מיר זיין געזינד און שטארק, האלט זיך נישט און די ראמען, בפרט מיטן ארויס שרייבען נעמען פון מענטשען וואס זענען שוין היינט נישט בכלל אינוולווט און קיין שום זאך, און עס איז נישט דא קיין מצוה און אויך נישט קיין היתר צו שרייבען אזעלעכע נעמען,
אוך האף אז רעוואד וועט זיך שטעלען אויף די רעלסען,
נעם עס נישט פערזענליך, ווייל פארמעגליך האט אויך געדארפט זיך אביסעל אהער שטעלן,
און פאר א טעות איז עס נישט געפערליך, אויב מען האלט עס ביים פארעכטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 23:16 לינק ישיר 
דו תגובה איז פון יועץ פרטי

רעיוואד
הצלחה און אסאך כח אין דיין ארבעט


במאמר המוסגר וויל איך זאגן פאר די ליינער אז זיך אראפ זעצן שרייבן איז נישט פון די לייכטע זאכן, ס'ליינט זיך זייער שנעל אבער שרייבען דורט אסאך צייט און געדולט, און אז איינער איז גרייט זיך אראפ זעצען און אוועק געבען צייט צו שרייבן "צו די זאך" - וואס דאס דורט 100 מאל אזוי לאנג, ס'זאל זיין קלאר און תוכן'דיג -  קומט זיך עם א ש'כח און מען מעג עם מחזק זיין ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט זיין ארבעט,
למשל נעמט דעם ערשטן שטיקל וואס רעיוואד האט דא געשריבן, ליינען עס נעמט איין מינוט אויפן זייגער, אבער דאס צושרייבן האט עס עם זיכער גענומען א שעה און אויב נישט מער,
אזוי אויך די בא'טעמ'טע בלעטער פון אונזער אלעם באקאנטען פארמעגליך ביי איינעם נעמט עס 3 שעה דורך צוליינען ביי אנדערע נעמט עס לענגער, אבער פאר הער פארמעגליך האט דאס זיכער גענומען צענדליגע און אפי' איבער 100 שעה דאס אראפ צו שרייבן, ס'זאל זיין קלאהר! מסודר! צו די פוינט! מיט טעם! און געשמאק!
 
איז לאמיר דא אלע וואונטשען הער רעיוואד הצלחה רבה און די ארבעט וואס די פלאן'ס יעצט אנצוהייבן
דער באשפער זאל דיר געבן כח און מח צו קענען  ממשיך זיין

און אונז פון אונזער זייט וועלן מיר שטיין מיט געדולט און צו ווארטען פאר דעם המשך שיבוא,

דרך אגב דיין נאמען רעיוואד, ווי אזוי זאגט מען עס ארויס, איך מיין אז רעיוואד זאגט זיך נישט אזוי גוט ארויס ווי פארמעגליך,
למשל אזוי ווי דעם נאמען פענסיוועליע וואס האט דארט צוזאמען געשריבן כפירה און מינות און לצנות געמאכט פון רבי'ן זי"ע האט זיך זיין נאמען נישט אריין געגעסן ביים עולם (ב"ה) , אבער פון די אנדערע זייט ווי די גייסט אויף די "וועלט" אין די זאגסט די ווארט "פארמעגליך" פארשטייט יעדער אויפן ווינק וואס דאס מיינט זקנים ונערים צו גלייך
לדעתי אויב די פלאן'ס אריין צו לייגן צייט קאפ און מח זאלסטו טוישן דיין נאמען אויס עפעס א "נארמאלע" ווארט


נ.ב. די שורות דא האט מיך גענומען צו שרייבן 20 מינוט




תוקן על ידי יועץ_פרטי ב- 31/08/2009 18:16:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 23:16 לינק ישיר 








תוקן על ידי מנהל_שני ב- 31/08/2009 23:22:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 22:03 לינק ישיר 

כבר היה לעולמים
ווען די ערעפלאן און איראן האט געקראכט פאר א חודש 2 אדער 3 ציריק,
האט איראן ארויף געלייגט די שילד אויף די מערב וועלט,
כבר היה לעולמים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 21:54 לינק ישיר 

איך זעה נישט מאי כל הרעש,

איך האב געלייענט דעם קול סאטמאר די וואך, און איך מוז זאגן אז זיי האבן מיך מורא'דיג אויפגעקלערט, געווענליך פלעג איך זיי נישט גלייבן קיין איין ווארט און האלטן אז זיי שרייבן סתם שטותים און זייערע הסברים זענען מורא'דיג נאריש,

די וואך מוז איך זאגן בין איך אינגאנצן איבערגענוצען געווארן נאכדעם וואס לייענעדיג בין איך געוואר געווארן אז די זאליס זענען געווען די וואס האבן ארויסגעווארפן אלס מנהל כללי ר' אורי שווארץ פאר בערך 15 יאר צוריק,

אלע אנדערע טעראר שטיק ווי אפזאגן שלמה זלמן ווייס פון צו זיין אן עסקן, האב איך נאך אראפגעשלינגען און געהאלטן אז עס איז נישט אזוי געפערליך, אבער דאס אפזאגן ר' אורי שווארץ דאס האב איך שוין נישט געקענט דורכטראגן, און נאכן געוואר ווערן דאס האב איך שוין גאנץ אנדערש געלייענט דעם גאנצן ביילאגע און איינגעזעהן אז זיי זענען גערעכט מיט אלעם וואס זיי שרייבן און וואס זיי זענען מסביר אז פאר די זאליס קומט זיך סקילה שריפה הרג און חנק "לפנים משורת הדין" ווייל זיי זענען קעגן דעם מרא דאתרא וכו' וכו'.

איינערקענענדיג דאס זעה איך בכלל נישט וואס איז די איבערדרייעניש איבער ווער עס האט געווארפן שטיינער אויף די רעביצין און איך זעה נישט די עוולה דערפון, אזוי האט מען געדארפט צו טוהן און אפילו נאכמער, זי איז געווען קעגן דעם מרא דאתרא, איבערהויפט איז זי שוין געווען א שייגעץ די לעצטע זיבעציג יאר עיין ערך סופרעמעסי.

במילא זעה איך נישט וואס איז די גאנצע איבערקערעניש איבער ווער עס האט געווארפן די שטיינער, פארוואס פרובירט מען עס אנצווארפן אויף א צווייטן?

בכלל זעה איך לעצטענס אז מען פרובירט ארויף צו ווארפן די טעראר פון 20 יאר צוריק אויף משה גבאי, נאכן דורכלייענען דעם קול סאטמאר זעה איך נישט פארוואס מען דארף זיך שעמען דערמיט אדרבה ואדרבה אזוי ברויך מען צו טוהן, און די אלע חברה וואס זענען געבליבן שטיל די אלע יארן און זיך נישט אנגענומען אויפן כבוד פון מרא דאתרא אזוי ווי למשל מיילעך דייטש, זאלט איר וויסן מדשתקי שמע מינה דניחא לי' מען האט יארן לאנג געטשעפעט א מרא דאתרא, וואס אויף דעם קומט שוידערליכע עונשים טעראר אכזריות און רציחה, און עטס זענטס געבליבן שטיל, זאלט איר וויסן חלק כחלק יאכלו עטס טראגטס דעם זעלבן שולד ווי די מחוצפים קעגן מרא דאתרא.   




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 21:43 לינק ישיר 

עס דראף דערמאנט ווערן אז 2 רבנים האבן דעמאלטץ מוחה געווען ר' יחזקאל ראטה שליט"א אין ר' משה יאזעפאוויטש שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 21:37 לינק ישיר 

עס זעט מיר אויס אז רעוואד האט נישט געלערנט און די ישיבה,
איינס ווייל ער מיטשעט זיך אנצוזעצן אז ער האט געגעבן חיזוק דעריך פארשידענע וועגן און זיי האבן שוין אליין פארשטאנן,
צווייטענס דער אפיס איז נישט געווען אינטער זיין נאז, אנדרשט און זיין נאז,
 
בעיני ראיתי א בחור איז געקומען צום סבלן און ער האט עם געזאגט עפעס שטול,
דאס איז געווען ווען ער איז אריבער געגאנגן מיין פלאץ אזוי ווי יעדן טאג נאכן דאווענען,
איך האב נישט געהערט וואס דער בחור רעד אבער וואס יענער האט גענטפערט האב איך שוין גאר גיט געהערט,
א-א-און נו וואס האט מען עם געטון?
נישט געהערט דעם בחורס תירץ
גוט גוט נאר אזוי נאר אזוי זיי פארשטייען נישט קיין אנדערע וועג,
מען האט כאטש שוין גוט אריין געגעבן
נישט געהערט דעם בחורס תירץ?
זייער גוט נאר אזוי,
מען האט נישט גערעד צו א מגיד שיער אדער א מלמד וועגן מעניש זיין א קינד וכדומה,
מען האט גערעד צו א בחור וואס די טאטע האט עם געשיקט לערנען און ישיבה,
און און ישיבה ווייסט ער אז טאמער וויל ער מהנה זיין דעם ראש ישיבה וואס ער דארף עם ברענגן,
דאס איז די חינוך און די פירת האלטן מיר שוין מיט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2009 21:28 לינק ישיר 

דאכט זיך מיר, אויב איך האב נישט קיין טעות,
אז ביי די לוי פון ר' יחזקאל שמש, שארמשע רבס הספד זיך באצויגן אויף דעם פרשה  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות איבער ווער האט געווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext