בית פורומים כל העולם כולו

פערסאנאלעטי פון בן הראשון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/8/2009 22:16 לינק ישיר 
פערסאנאלעטי פון בן הראשון

ר' אהרן איז געווען דער רב אין סיגעטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג – וואס ער האט אנגעהאלטען ביז בערך תשמ"ח וואס דאן האט ער עס איבערגעגעבען פאר זיין זון ר' מענדל – און לערנען האט ער געלערנט אין סיגעטער כולל אין בארא פארק.

קיין גרויסער מתמיד איז ער אין זיין לעבען נישט געווען. מען האט אין אים נישט געזען קיין צוקומפטיגער גדול בישראל. און אלס זיין לערנען אויס, אלס זיין התמדה און קענען לערנען, וואלט ער ניטאמאל א מגיד שיעור געווארען אין א ישיבה און פאר א דיין זיכער נישט, ווען נישט ער וואלט געווען דעם סיגעטער רבס זון. (די ספעציפישע נושא איבער ר' אהרןס קענען לערנען, זיין התמדה, פסקענען הלכות און זיין יראת שמים וועט ווערן באזונדער אויס געברייטערט אין שפעטערדיגע ארטיקלען אי"ה.)

אלס בחור איז ער געווען מער ווייניגער א שטילער, און געטראגען א שטיל פנים. נישט געהאט אפיר מיט צופיל מענטשען און מענטשען האבען אים נישט געקענט. אבער ווען ער האט זיך געצויגען פון א"י קיין וויליאמסבורג אביסל נאך זיין חתונה, און איז געווארען דער "רב דקהל עצי חיים", האבען די מתפללים אין אים געזען זייער א אינטרעסאנטער כאראקטאר. איצט האט ער הערשט אנגעהויבען צו האבען אפיר מיט מענטשען, און רעדען ברבים תורות און זאגען דרשות פאר זיי שבה"ג און שבת שובה, און זיי האבען אנגעהויבען זען אין אים, א "פאני" סארט מענטש.

ער האט גערעדט זייער הויעך און אלעס וואס ער האט נאר געהאט אין בויך איז גלייך ארויס געפלויגען פון זיין מויל. פארוואס שרייב איך בויך און נישט וואס ער געהאט אין מח, ווייל וואס ער געהאט אין בויך איז נישטאמאל דורך געגאנגען דעם מח. עס האט נישט גענומען א מילי-רגע און דער דיבור איז שוין געווען אינדרויסען פון זיין מויל, און נישט קיין חילוק ווער עס איז אלץ דארט געשטאנען. עס האט זיך ארויסגעוויזען זייער א קאמישער בילד אויף דעם יונגערמאנטשיקל. ער האט געגליכען אטענשאן, נאכמער ווי א קליין קינד. ער האט אלעס געטון פאר אטענשאן.

דער סיגעטער ביהמ"ד כאטש עס איז נישט געווען צו גרויס, איז דאס געווען זייער א רעספעקטפול ביהמ"ד. די מתפללים זענען געווען זייער צוגעבינדען צו דעם ביהמ"ד און ספעציעל צו זייער רב דער ברך משה ז"ל, און עס איז געווען פון די שענסטע בתי מדרשים בימים ההם אין וויליאמסבורג. אפגערעדט אין דער וואכען האט דער ביהמ"ד געשפרידלט מיט מנינים איינס נאך די אנדערע און איז געווען פון די פארנומענסטע שוהלן.

קהל עצי חיים האט געהייסן א קהילה וואס רוב אידען זענען געווען באוויסטע ת"ח און לומדים, און עס פלעגען זיין דארטן פילע שיעורים וואס עס איז פארגעלערענט געווארען דורך בעלי בתים וואס האבען געזאגט גאר טיפע און לומדישע שיעורים.

ווען ר' אהרן איז געווארען רב אין וויליאמסבורג-סיגעטער ביהמ"ד האבען די מתפללים – וואס רוב פון זיי זענען געווען עלטערע אידען פון פאריגען דור, רוב פון זיי, תלמידים פון עצי חיים ז"ל און געווען שטארקע מעריצים און אפילו חסידים פון ברך משה – זיך געפריידט צו זען זייער רבי'נס א אייניקל, א געבוירענער שוין דא אין אמעריקע ווערט דער רב. עס איז געווען א טרייסט פאר זיי אז עס וועט זיך ווייטער ציען א נייער דור פון זייער רבין. אבער זיי זענען געווארען זייער אנטוישט צו זען וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט אין ביהמ"ד בכלל, און צו זיי בפרט.

ער האט נישטאמאל געגריסט זיינע מתפללים וואס זענען אלע געווען פיל עלטער פון אים און געקענט פיל מער לערנען פון אים. ער האט זיי אפענערהייט גרינגעשעצט און פשוט נישט שיין גערעדט צו זיי און זיי נישט מכבד געווען ווי עס פאסט זיך.

ער האט די עלטערע אידען נישט ארויפגעקוקט, ווייל ער האט, מחמת קטנות המוחו, געהאלטען אז ער מוז די יונגעלייט בויען, און די עלטערע זענען שוין סיי ווי אויפן עולם האמת. און דאס איז אלץ זיין בליק אויף עלטערע אידן. עס איז געווען זייער מערקבאר דעם שטארקען קאנטראסט צווישען אים און זיין טאטע, וואס האט זיך פון וויליאמסבורג אוועגעצויגען בלויז דריי יאר פריער.

אין סיגעט זענען די גבאים געווען עלטערע אידן און לאנגיעריגע מתפללים. עס האט דערציילט א איד – באקומען אין אישי פון זיינס א זון – וועמענס טאטע איז געווען גבאי אין סיגעט פאר בערך צוואנציג יאר. און ווען ר' אהרן איז געווארען רב, האט ער "צוגעלייגט" א גבאי צו זיין טאטען. און דאס איז געווען ר' אייזיק הערש בערקאוויטש, וואס איז געווען אזוי אלט ווי ר' אהרן.

דערציילט ער, אז זיין טאטע האט אמאל געפרעגט ר' אהרן עפעס וואס האט צו טון מיט די שול. ר' אהרן גיט אים א זאג הויך, פרעך און מיט א גרינגשעצונג: רעדט מיט אייזיק הערש, איך בין אלעס שוין אדורך געגאנגען מיט אים. דערציילט דער איד, אז זיין טאטע האט געמיינט אז ער פאלט אוועק. איך דארף רעדען צו א יוגערמאנטשיקל, א ראצער? אבער אזוי איז ער געבליבען, און ארגער פון אלעם איז, אז קיינער האט אים נישט פראבירט צו פארעכטען.

ער האט זיך אויפגעפירט זייער קינדיש, געזוכט אלץ די ספלעש, אלץ געזוכט אטענשאן, אלץ געשאסען קינדערישע וויצען, ער האט געמוזט אלעס זען און אלץ עפעס אנמערקען; אריינגעפליקט פאר יעדען, נישט געקוקט צו ער טוט וויי די עלטערע אידען, וואס פאר זיי זענען די וויצען שוין גארנישט געווען אזוי לאכעדיג. ער האט נישט געהאט די ערנסקייט וואס עס האט זיך געפאסט פאר א רב פון אזא סארט שול.

און עס האט נישט צו לאנג, און ער האט זיך ערווארבען א נאמען פאר א גרויסען נאר. ער האט זיך ערווארבען א נאמען ווי א גרויסער בעיבי, איינער וועם דאס מויל הערט נישט אויף צו גיין, וואס רעדט גאר אסאך, און דערצו, פירט ער זיך נישט אויף בנימוס מיט מענטשען. ער איז געווען ווי איזולירט פון דער מענטשהייט און פון די סאסייעטי. ער האט זיך נישט צוזאמגעפארט מיט מענטשען און אפילו מיט זיינע נאנטע.

בעצם פארשטייט ער באמת א עסק, ער גלייכט און קען גוט וועלטליכע פאליטיק, ער גלייכט געאגראפיע, ער גלייכט צו פארברענגען, ארום צו לאכען. אבער ווי נאר עס קומט צו נעמען אטענשאן, ווערט ער א קליין קינד ממש. ער וועט רעדען הויך און פראסט, און נישט קוקן צו איינער ווערט פארשעמט און עס אינטערעסירט אים נישט וויאוזי מענטשען רעאגירן. דער עיקר: ער האט ארויסגעשאסען דעם וויץ, צו גוט אריינגעפליקט יענעם.

און, פונקט אזוי האט ער זיך אויפגעפירט צו זיין רביצין. ער האט צו איר גערעדט זייער נישט שיין און נישט געקוקט צו די קינדער הערען און זעען אלעס צו. איך וועל נישט אריינגיין אין זייער פריוואטע שלם בית פראבלעמען, ווייל דאס באלאנגט נישט אין דעם ארטיקל. דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ער איז געבליבען אין זיינע קינדער שיכלעך און זיי קיינמאל נישט אויסגעטון, ער האט זיך אויפגעפירט ווי א אכצען יעריגער בחור, מיט אלעם און אין אלע הינזיכטען.

באמת האט מען דאס געזען אין וויזשניץ נאך בעפאר סיגעט האט עס באמערקט. ווייל שוין צוויי וואכען נאך זיין חתונה – ווען ער האט נאך געוואינט אין בני ברק – האט אים זיין זיידע, דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים וועלעכער איז געווען באוויסט פאר זייער א קלוגער רבי, אמאל מכבד געווען מיט א זמר ביים טיש. ר' אהרן האט אויפן פלאץ ברבים אויסגעשאסען א וויץ וואס ער האט אין די מילי-רגע אפגעמאכט אז דאס וועט זיין א גוטס און עס וועט הייבען זיין אימעדזש אין וויזשניץ, און ער וועט האבען אסאך אטענשאן. נישט קוקענדיג אז עס איז בכלל נישט אין פלאץ, דא איז א טיש און זיין זיידע איז א גרויסער רבי, א ערנסטער רבי, מיט פילע חסידים. זייט דעמאלטס האט אים דער זיידע אנגערופען "מיין 'נ'ארעלע"... פרושים זענען גענצליך אום נויטיג.

און דא קומט צו נאך איין הויפט חסרון. ר' אהרן האלט פון זיך א וועלט. ער קוקט אראפ אויף יעדען און אויף אלעמען. ער האלט זיך העכער פון יעדען. וואס דאס האט אים פשוט פארפיינטעט ביי מענטשענס אויגען. אויב איינער האט אים נאר אמאל עפעס געפרעגט האט זיך באגעגענט מיט א ענטפער וואס האט יענעם דערנידערט עד עפר. ניטאמאל האט ער זיך געקענט אראפלאזען צו א מענטש פון וועם ער האט געברויכט א טובה. אלעמאל איז עס מיט א גרינגשעצונג און מיט א דערנידערונג.

פון די אנדערע זייט אבער, האט ער זייער מורא פון איינעם וואס איז שטערקער פון אים. פון איינעם וואס קען אים צוריק ענטפערען אויף זיין שפראך, וועט ער זייער ווייט שטיין. פאר א מחוצף האט ער אלעמאל געציטערט און ארויסגעפחדנט. פון זיינע בעלי בתים אין קרית יואלער ישיבה, האט ער געהאט דאס ניין יעריגע. עס איז באוויסט אז פאר ר' לייבוש לעפקאוויטש האט ער זיך נישט געטרויעט צו הייבן זיין קול. ר' לייבוש פלעגט אויף אים שרייען אוון פארהאלטען מיט שארפע ווערטער, און ר' אהרן האט זיך נישט געטרויעט דאס מינדעסטע צוריק צו זאגען. (און דאס איז געווען איינע פון די הויפט סיבות פארוואס ער האט אויז פיינט געהאט אריב לייב גלאנצען און אים געוואלט ארויסזען פון די מוסדות ווי שנעלער, ווייל ער האט געהאלטען אז ווייל אריה לייב העצט ר' לייבוש, שרייט ער אויף אים.)

איך האב נישט געלערענט אין מאנרא, אבער אינגעלייט וואס האבען געלערענט דארט אין די גוטע צייטען, דערציילען, אז ביי א מיטינג פון די הנהלת הישיבה פלעגט ר' אהרן אפילו נישט זיצען אויבן אן, נאר אינמיטען און פלעגט זיך נישט טרויען צו זאגען אנדערש פון ר' לייבושן.

אין עולם ה"סקייעטרי" איז פארהאן באוויסטער סימן אז אונטער א גרויס מויל ליגט א שוואכער און נידריג זעלבסט זיכערער מענטש, און ווייל דער באטרעפענדער וויל ווי מער באהאלטען זיינע שוואכקייטען ווערט ער פארוואנדעלט אין א גרויס מויל וואס רעדט אסאך און אלעס, ער וויל זיך מתגבר זיין אויף מענטשען און ער טוט דאס מיט זיין מויל מיט וואס ער קלאפט אראפ אנדערע. אבער ווען א אמתר שטארקער מענטש – ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש – צו ר' משה פריעדמאן פון מאנרא, און שפעטער משה גבאי, אדער אויב האט ער געוויסט אז א מענטש צו א רב, רבי איז א אמתר מבין אויף אים, וואס יענער קען אים אויף א אמת, יענער ליינט אפ זיין בלאף – איז צו אים געקומען אדער ער צו יענעם, איז דער פחד געפערליך אנגעקומען, און זיין אמתר שוואכקייט האט זיך אויפגעשפילט, אויף אזוי ווייט אז ער האט נישט געקענט זיך עפענען דאס מויל.

(זיין שרעקליכע פחדנות און דאס נישט קענען דערהייבן א געוואגטע אינטערנעמונג, ווייל ער ציטערט אוועק אז ער וועט דורכפאלען, און אפילו נישט וועלען וויסען פון זיינס א דורכפאל לאחר המעשה וואס דאס איז גאר א שטארקער סימן פון בכלל נישט קיין זעלבסט-זיכערקייט, האט זיך אויסגעשפילט הונדערטער מאל במשך די יארן תש"מ-תשס"ט. און מיר וועלען האפענטליך צו אלעם אנקומען אין די רייע פון די געשעענישן.)

דער ברך משה איז געווען און אויך אזוי דער סאטמארער רבי שליט"א פון וויליאמסבורג איז ממש פונקט פארקערט. ביידע זייער שטארקע מענטשען, האבען נישט ארויסגעפחדנט פאר גארנישט, ווייסען וויאזוי צו האנדלען מיט מענטשען, זעלבסט זיכערקייט ביז א מאקסימום, אבער קענען זיך ארפלאזען צו יעדען, און גאר גרינג דורכצוקומען. (איבער דעם סאטמארער רבי שליט"א פון וויליאמסבורג, וועלן מיר אנקומען ווען מען וועט האלטען ביי ח"י סיון תשנ"ט.)

פון ווי ר' אהרן האט גענומען די אלע קאמפליקאציעס און שוועריקייטען, איז נישט באוויסט – עכ"פ פאר מיר. לכאורה איז ער געווען א שווער קינד און קיין הילף איז דאן נאך נישט געווען פארהאן.

ווען קרית יואל וואלט שוין געשטאנען אין זיינע קינדערישע יארען, וואלט דער סיגעטער רב זיך אהין געצויגען, ווייל דער "סקול דיסטריקט" וואלט געקענט העלפען דאס קינד. היינטיגע צייטען באקומט אזא קינד גלייך א דיאגנאז אלס ADD  צו ADHD, מיט כל מיני שמות, אבער ער וואלט כאטש מן הסתם געהאלפען געווארען אויב נישט געהיילט געווארען. אבער וויבאלד עס האט נאך דאן נישט עקסיזטירט די סארט הילף איז ער אויפגעברענגט געווארען מיט טיפע פראבלעמען וואס האט אים געפלאגט אלעמאל, און עווענטועל האט געליטען דערפון זיין פרוי, זיינע קינדער, וויזשניץ, סיגעטער מתפללים, די בחורים פון דער סאטמארער ישיבה, קרית יואלער איינוואינער, זיין טאטע דער ברך משה, און אפילו זיינע חסידים.

פארוואס אין די שפעטערע יארען האט אים זיין רביצין נישט געטראגען פאר הילף און פראבירט אים צו העלפען זיך אויסהיילען פון זיינע מחלות, – פון וואס זי האט זיך אנגעליטען – איז מיר נישט באקאנט. (אדרבה ווער עס ווייסט פארוואס, זאל ער ביטע דאס אריינשיקן צו די אימעיל אדער צו אישי.) מענטשן זאגען סברות, אז עס קען זיין אז ווייל זיי האבען נישט גוט געלעבט האט איר נישט אינטערעסירט אים צו בויען און ארויס צו העלפן, אנדערע זאגן אז עס קען זיין ווייל אלס ערוואקסענער איז ער שוין גענוג גרויס געווען זיך נישט צו לאזען היילען. אלענפאלס, ער איז נישט געהיילט געווארען אויף זיינע קאמפלעקסען און אויף זיינע שווערע פראבלעמען וואס פלאגט אים, און פאר יעדען וואס קומט נאר אין זיין בארירונג.

די אלע מיחושים וועלן שפעטער אינעם באשרייבונג, גאר אסאך פארענטפערען זיינע אויפירונגען אין אלע צייטען, זיינע פאני קאפלעקסטע דרשות, זיין באנעמונג מיט מענטשען, זיין נישט לאזען א מענטש אויסרעדען, כהנה וכהנה.

משא"כ דער טאטע דער ברך משה און סיי די איבריגע קינדער (אויסער רש"א) זענען באוויסט צו זיין גאר קליג, נישט גערעדט אסאך און אוודאי נישט הויך, קיינער פון זיי זענען נישט קאמפליצירט, אדער ארומגענומען מיט שווערע שוואכקייטען. אלע זענען גאר צוגעלאזענע מענשטן, גרינגע מענטשען, מענשטען מיט כאריזמע, מיט נשיאות חן, וואס דאס קען מען נישט באקומען פאר קיין געלט אויף דער וועלט. דאס איז א מתנה פון הימל, און ווער עס פארמאגט חן, קען טון פילע זאכען וואס א אומבאחנטער מענטש, קען נישט.

דעריבער איז שוין פארענטפערט פארוואס דער ברך משה האט נישט געהאט די שנאה פון די סאטמארער חסידים, ווייל זיין צוגעלאזענקייט און נשיאות חן האט געברענגט אז עס זאל נאך א שטיק צייט נאכלאזען אויף אים די כעס, משא"כ אויף ר' אהרן איז געבליבען א פאראכטונג ווייל מיט זיינע שוואכקייטען און קאמפלעקסען איז ער געבליבען בלאזען אויף סאטמאר, וואס דאס איז געווען זייער מערקבאר אויף אים במשך פון די יארען, און קיין ידידים האט ער דאך נישט געקענט זיך איינהאנדלען צוליב זיין באנעמונג צו מענטשען, איז ער געבליבען איזולירט און מיט א שנאה כבושה פון אים צו סאטמאר און פון סאטמאר צו אים.

אויך ווערט איצט פארענטפערט פארוואס די "שונאים" פון די יארען תש"מ-תשנ"ט זענען גרייט געווען צוריקצוקומען צום ברך משה און צו זיין אנדערען זון דער רבי שליט"א און אפילו גרייט געווען מוחל צו זיין משה גבאי, אבער צו ר' אהרן, דאס שוין נישט. קיינער פון די אלע האט נישט געוואלט הערען און געדענקען פון אים צו זאגען. עס האט קיינער פון די טויזנטער אידען וואס זענען צוריקגעקומען נאך ח"י סיון, נישט געווען גרייט מוחל צו זיין פאר ר' אהרן און צוריק געווארען זיינע גוטע פריינט. און, די סיבה דערצו איז נישט, ווייל ר' אהרן איז דער גרויסע בעל מוסר וואס שטראפט מיט מוסר רייד זיינע אנהענגער און דער ציבור וויל נישט אזא סארט רב... דא רעדט מען נישט פון א רב וואס פארלאנגט פון זיינע חסידים פרומקייט צו אידישקיייט וואס איז צו שווער פאר אלע מענטשען מיט צוהאלטען און דערפאר האבן אים זיינע קעגנער אראפגעריסען. בכלל נישט.

*

ר' אהרן האט זיך אלץ אויפגעפירט ווי א בחורל פון 18-19 יאר, אין אלע הינזיכטען. קיין שום פראבלעם איז נישט ביי אים ערנסט גענומען געווארען, און קיין שום זאך האט אים נישט ערענסט באנומען. אלעס האט ער אנגעקוקט מיט זייער א קורץ-זיכטיגען בליק. און דאס קומט ווייל ער איז א אויבערפלעכליכער מענטש וואס זיין מחשבה איז זייער פלאך און פון אויבנאויף. ער איז קיינמאל נישט טיף אריינגעלייגט אין קיין שום נושא.

דאס זעלבע איז מיט זיין לערנען. ער איז זייער א אויבערפלעכליכער לערנער וואס נעמט נישט דורך קיין סוגיא על בריו, און איז קיינמאל נישט קלאר און גרונטליך. דערפאר האט א טיפער לערנער נישט געקענט זיצען ביי זיינע שיעורים, ווייל עס האט יעדער טיפערער פארשטייער, גלייך געזען אז ער איז ווייט נישט קלאר אין די גמרא און תוספות.

דערפאר האט ער נישט געלאזט קיינמאל אריינפרעגען ביי זיינע שיעורים, ווייל ער האט נישט זיך געקענט אריינלאזען אין א טענה'ריי ווי ער וואלט פאר זיכער געווארען אפגעפרעגט, און דאס האט ער נישט געקענט פארנעמען.

ווען ער פלעגט וועלען לערנען מיט א בחור, האט ער קיינמאל נישט אויסגעוועלט א בחור וואס ער האט געוויסט אויף אים אז ער איז א טיפער לערנער. ער האט מורא געהאט פון די גוטע לערנערס ווייל זיי וועלען אויפדעקען אז ער איז זייער א פלאכער לערנער.

אין די ישיבה איז ר' אהרן געווען דער שוואכסטער מגיד שיעור. ער האט ארומגעפשטעלט אלע סארט פלפולים, געדרייט ווי א דריידל, אבער פשוט פשט האט ער נישט געקענט פארלערנען, ווייל ער אליין האט דאס נישט געקענט.

זיין קאפ איז גלייך אריין געפלויגן צו א פשטל וואס אלץ מען קען מיט דעם רבי עקיבא פארענטפערען א פסוק אין חומש, ווען ער האט נאך אפילו נישט פארשטאנען וואס רבי עקיבא וויל דא זאגען. און קיין קשיות האט ער נישט ערלויבט אריין צו פרעגען, וואס דעריבער האבען די גוטע לערנערס שטארק אפגעלאכט פון זיינע שיעורים.

און דערפאר פלעגט ער האבען פאר זיין כיתה א באזונדערן שואל ומשיב, וואס פלעגט ענטפערען פאר די בחורים אלע שאלות איבערען שיעור. אנדערש פון אלע מגידי שיעור וואס פלעגען נאך זייער שיעור, זיך אריין זעצען אין ביהמ"ד אין ישיבה און ענטפערען אלע קשיות פון די בחורים בשעתן איבערחזרן דעם שיעור הישיבה.

ר' אהרן האט מען נישט געקענט איבערפרעגען גארנישט פון זיין שיעור. נאך זיין שיעור, פלעגט ער אריין גיין אין זיין אפיס און נישט געגאנגען אין ביהמ"ד ווי אלע אנדערע מגידי שיעור.

אבער, זיינע פשטלעך זענען גאר שטארק צוניץ געקומען פארן עולם גולם וואס עפ"ר זענען שוואכע לערנערס, און ר' אהרן מיט זיינע "טיפע" פשטלעך האט זיי געקענט פארקויפען די ברוקלין בריק, אז מען רעדט דא פון א גאון אדיר, א מפלפל גג על גג און אלע סארט ווערטער וואס מען נוצט אויף א אמתן וועלטס גאון.

דער ברך משה פון די אנדערע זייט, איז יא באוויסט געווען פאר א אמתר גאון, א טיפער לערנער וואס ווען ער פלעגט לערנען מיט זיין חבר, פלעגט ער לערנען ווי א יונגער בחור, וואס הייבט איצט אן א סוגיא פון דאס ניי. ער האט געקענט זיצען אויף איין ווארט פון די גמרא צו א "כלומר" פון רשיה"ק, צו א "קשה", א "תימה" אדער א "וא"ת" פון תוספות גאנצע שעהן, ביז ער איז געווען קלאר און גרונטליך.

און ער האט געוואלט אז דער חברותא זיינער זאל זיך נישט לאזען, נאר איבערפרעגען ביז ער וועט באמת פארשטיין.

און ער האט קיינמאל נישט גענומען ר' אהרן פאר זיין חברותא. אפילו ער איז געווען אין קרית יואל פון נאך פסח ביז חצי אלול, האט ער זיך קיינמאל נישט אראפגעזעצט לערנען מיט ר' אהרן א בלאט גמרא.

די בחורים וואס האבען געלערענט אין ישיבה במשך די יארען תש"מ-תשנ"ה, דערציילען אז דער ברך משה האט זייער גרונטליך פארהערט. די בחורים האב אים נישט געקענט עפעס אריין בלאלבלען א פשט אין די גמרא, רש"י, תוספות, רא"ש, מהרש"א, ווייל ער פלעגט זיך אנהייבען בייזערען אויף דעם בחור אז עס איז געגאנגען א רויעך.

נישט איינמאל האט פאסירט ביי א פארהער אז דער ברך משה האט געפרעגט פשט אין א תוספות און איין בחור האט נישט געוויסט, האט ער געפרעגט א אנדערען און אויב יענער האט אויך נישט געוויסט האט ער געפרעגט א דריטען און א פערטען. אויב האט ער ביים פינפטען בחור געזען אז זיי ווייסן נישט האט ער זיך אזוי געבייזערט: וואס הייסט אז מען קאן נישט? וויאזוי זענט עטץ דורך די תוספות אום פארשטאנען? ווי קען מען זיך פאפען?

טייל מאל האט ער זיך אזוי געבייזערט אז ער האט זיך אויפגעשטעלט, צוגעמאכט די גמרא און פארלאזט דעם פארהער, און עטליכע מאל האט ער זיך צושריגען: וואס טוט עטץ א גאנצע וואך? מיט אזא געלערנעכץ וועט עטץ אויף וואקסען עמי הארצים!

דערציילען די דעמאלטסדיגע בחורים אז ווען דער ברך משה איז געקומען אין די ישיבה פארהערען, פלעגט עפ"ר ר' אהרן זיצען נעבען טאטען ביים פארהער. און עס איז געווען עטליכע מאל וואס דער ברך משה האט זיך אזוי אויפגעבייזערט אז ער האט געפרעגט ר' אהרן: זאג נאר, דו קענסט יא דעם תוספות? און עס איז געווארען א טענהריי איבער דעם תוספות און ר' אהרן האט פרובירט איבערצייגען דעם טאטען אז ער קען דעם תוספות דורך: שרייען העכער.

עס איז געווען עטליכע מאל וואס דער טאטע האט זיך נישט געקענט איינהאלטען און ברבים אים געזאגט דו קענסט נישט דעם תוספות; דו ווייסט נישט וואס תוספות וויל דא; דו שרייסט טאקע אבער נישט דאס איז דער פשט פון תוספות.

אבער אנשטאט ער זאל אנהייבען זיך דערגרינטעוען איבער זיינע לימודים, האט ער אויסגעוועלט א צווייטע אפציע: דער טאטע זאל מער נישט קומען פארהערען. עס האט מיר דאס געשריבען איינער וואס צוויי פון די אמאליגע הויז בחורים ביים ברך משה אין די תש"מ און פריע תש"נ יארען, האבען דאס פארציילט.

ר' אהרן האט שטענדיג פארארבעט אז דער טאטע זאל נישט קומען אין ישיבה פארהערען. און מען קען זאגען – האט מיר געשריבען א בחור פון יענע יארען – אז פון תשמ"ח ביז תשנ"ט האט דער ברך משה פארהערט די ישיבה ניטאמאל פינף מאל. (אויב איינער קען אויף ווייזען אנדערש, איז געלאדענט צו אויף ווייזען.)

די הויז בחורים פון יענע יארען דערציילען, אז סיי ווען ר' אהרן איז געקומען צו זיין טאטען אינדערהיים, און גערעדט אין לערנען, האט מען ארויסגעהערט פון שטוב, אז דער טאטע פלעגט אים זאגען: דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט; דו קענסט נאך נישט פשוט פשט פון די גמרא און דיין קאפ פליעט שוין צו א דריידעל; איך ווייס נישט וויאזוי דו לערענסט אזוי פאר.

ווען מען האט געלערענט סוגיא פלעגט ער פארלערנען א שיעור ברבים אין ביהמ"ד פון די ישיבה וואס דארט האבן זיך אלע בחורים געקענט באטייליגען, נישט נאר די בחורים וואס האבען געלערנט אין זיין כיתה. אין די וואכען פון סוגיא האבען די מגי"ש נישט פארגעלערענט, נאר יעדע חברותא האט אליין געלערענט און מען האט געקענט פרעגען די מגי"ש, אלע שאלות אויף די סוגיא.

ווען מען האט געלערענט סוגיא אין די ישיבה, פלעגט ר' אהרן לעבען ווי א פיש אין וואסער. ווייל די שיעורים זענען לכתחילה געווען געבויעט נאר אויף פשטלעך און אויף דעם, האט ער זיך ספעציעלעזירט, און געקענט אויפשטעלען גג על גג אז אביי האט האלט ווי המן און רבא ווי אחשורוש, רבי יהודה ווי פרעה און רבי אליעזר ווי עשיו, און מיט דעם רבי עקיבא קען מען פארענטפערן דעם באוויסטען מדרש, שלח נא ביד תשלח, ביד רבי עקיבא; און אויך קען מען מיט דעם רבי ישמעאל פארענטפערען דעם מדרש: הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל. און אזוי איז ער געפארען פון הוידעל צו בוידעל. אבער די סוגיא צו פארשטיין על בריו, צו פארענטפערען א פני יהושעס קשיא, צו א סתירה פון א רמב"ם אדער פון א רא"ש, האט מען געמוזט גיין פרעגען ר' מרדכי דוד קאהן אדער ר' זלמן לייב רובין.

די צוויי אויבענדערמאנטע מגי"ש זענען געווען ריזיגע שיעורים זאגערס, און זיי האט מען געקענט אריין פרעגען אין מיטען זייער שיעור, און די בחורים וואס זענען געגאנגען צו זייער שיעורים האבען געקענט די גמרא תוספות ישר והפוך.

די אלע פאקטען האב איך דורך געטון פאר א לענגערע צייט.

*

איצט וועלן מיר זיך אריבערציען צו א אנדערע סוגיא פון ר' אהרן און דאס איז: זיין התמדה.

צום אלעם ערשט מוז מען וויסען א כלל: עס איז נאך נישט אויף געוואקסען א אמתר גאון, איינער וואס קען גאנצעטע מסכתות אין ש"ס, איינער וואס קען רוב מקצועס פון שלחן ערוך מיט די נושאי כלים, גרינטליך מיט א קלארקייט, אן לערנען בהתמדה רבה. פון שלאפען אכט שעה א נאכט, מיטהאלטען אלע פאליטיק, שמועסען פינף-זעקס שעה, עסען דריי פולע מאלצייטען קען קיין גאון נישט זיין. עס איז נאך ביים כלל ישראל נאך נישט אויף געוואקסען א גאון אויף א אמת, אויב האט ער נישט געלערענט מיט א  געוואלדיגע התמדה.

און איך וועל אייך געבען א גשמיותדיגער ביישפיל. א יונגערמאן עפענט אויף א ביזנעס און איז בעזהשי"ת א מוצלח, ער איז אויסגעוואקסען א מיליאנער, מוז זיין אז ער איז א ווארקאהאליק. ער האט יעדע מינוט פון טאג, און אפילו שבת און יו"ט, געטראכט וויאזוי ער קען מאכען נאך א טאלער און וויאזוי ער קען זיך מער פארגרעסערען. זיין קאפ קען נישט ליגען אין קיין שום אנדערע זאך, און ער מוז זיין אמביציעז צו קענען אנקומען צו זיין ציל.

אזוי להבדיל גייט עס מיט לערנען. די אלע אמתע ת"ח, די אמתע גאונים (און נישט די "שמואל ווידער – דער בלאט – גאונים וואס וואקסען יעדע וואך אלס שרי התורה) זענען געווען "לערנענהאליקעס". קיין איין ת"ח איז נאך נישט אויפגעקומען פון עסען צו דער זעט דריי מאל א טאג און שלאפען גאנצע אכט שעה א נאכט און נאך זיך צוגעלייגט אין מיטען טאג.

צו זיין א מתמיד מיינט צו לערענען פאר 5 שעה רציפות און זיך מייגע זיין אויף די תורה מיט א שווערע פלאג, פונקט אזוי שווער ווי א יונגערמאן ארבעט ווען ער שלעפט באקסעס אין א וועירהאוז. גארנישט ווייניגער. דער אמתר ת"ח הארעוועט אזוי שווער אז ער פאלט אוועק ביינאכט פאר מידעקייט, כאטש ער האט נישט געשלעפט באקסעס.

מיר וועלן נישט רעדען פון אזעלכע אויסגערופענע מתמידים ווי רבי יואליש מארגענשטערען. ווייל אזאנס איז נישט פארהאן צופיל. אבער קוקט נאך יעדען עלטערען דיין אין סאטמאר, וועט איר הערען אז זיי האבען גלערענט נישט ווייניגער ווי 15 שעה א טאג. און האבען געלערנט תורה מיט א יגיעה רבה.

איצט וועלן מיר אייך אראפלייגען ר' אהרן דינןס סדר היום וואס איז אריינגעשיקט געווארען דורך עטליכע יונגעלייט וואס האבן געלערענט אין קרית יואל פון תש"מ-תש"נ, און דורך דעם דעם וועט איר ארויסהאבען זיין "געוואלדיגע" התמדה און "יגיעה" בתורה.

מיר האבען זיך גוט נאכגעפרעגט דערויף און דאס איז דער אמתר בילד.

זיין טאג האט זיך אנגעהויבען מערסטענס טעג, 7:30 אינדערפרי ווען ער איז ארויס פון זיין הויז און צו פיס איז ער אליין געגאנגען אין מקוה. נישט געמאכט דאס פנים, אויף די פאות איז קענטליך אז זיי קומען גלייך פון קישען און דאכענע, די ציין נישט געפוצט און א מויל גערוך האט זיך געשפירט פאר די וועם ער האט געגריסט.

פון תשמ"ה ווען ער איז געווארען רב אין ק"י פלעגט ער גיין אין מקוה אין גרויסען ביהמ"ד (ביז תשמ"ה, אין די ישיבה מקוה). ער פלעגט זיך זעצען דער ערשטער אויף די מיטעלסטע באנק, און ווען ער האט געהאלטען ביים העמד איז ער צוגאגאנגען צום בור און אויפן רעיל האט ער גלייגט זיין ט"ק און העמד. אין מקוה האט ער זיך אויפגעפירט ווי א פשוטער בעה"ב. געשמועסט און געלאכט א הויעך. יעדער וואס איז אריין געקומען אין מקוה, האט גלייך "געהערט" אז דער רב איז אויך אין מקוה. (איך וועל איצט נישט אריין גיין אין די נושא צו ער האט געהאט שמירת עינים – וואס פארדעם האט מען אים געמאכט א פרייוועט מקוה אין כולל – ווייל דאס באלאנגט ביי די נושא פון זיין יראת שמים, און עס איז נישט זיכער אז עס איז נויטיג אהין אנצוקומען.)

נאך די מקוה פלעגט ער ארויסגיין אין די האל זיך וואשען די הענט, און אפגעליינט יעדען צעטיל אויף די וואנט. כמעט קיין איין צעטיל איז נישט אויסגעלאזט געווארען פון זיינע קינדישע וויצען און סטעיטמענטס וואס האט אים געמאכט אויסזען ווי א זייער א קליג 7 יעריג קינד. און זיינע וויצלעך האט ער געשאסען הויעך און אויב האט זיך אים געדאכט אז איינער האט אים נישט געהערט האט ער זיך נישט געפוילט און עס איבערגעזאגט אפילו ביז 3-4 מאל, און זיך אומגעקוקט ווער עס לאכט. אויב האט א שעפסל גוט געלאכט, האט ר' אהרן איבערגעפרעגט: "הא, הא?" און גלייך נאך אמאל איבערגעזאגט די הלצה.

אינדרויסען פון מקוה זיצען אלץ אידען נאך געלט, צו ביי די אפיציעלע טישלעך צו סתם יחידים, אדער ארץ ישראל אידען, האט אבער אונזער ר' אהרן קיינמאל נישט געגעבען איין טאלער. אויב האט איינער געמוטשעט, איז ער געווארען באבלאזען.

אוי, איך מוז פאר צוויי מינוט פארקריכען פון די נושא, ווייל איך האב אינגאנצען פארגעסען צו רעדען פון זיינע געבלאזעכצער. ווער עס האט נאר אמאל געהאט קליינע קינדער ווייסט זיכער ווי אזוי די קליינווארג בלאזען ווען זיי באקומען נישט דאס זייעריגע. עס איז אפילו זיס צו זען ווי די פיצעלעך בלאזען. זיי לאזען אראפ די אויגען מיט די נאז, און קוקען נאר מיט א זייטיגען בליק צו זיי האבען די אטענשאן פון די עלטערן און זיי לאזען זיך נישט גרינג איבערבעטען.

אויף די האר אזוי פירט זיך אויף אונזער ר' אהרן, ווען ער באקומט נישט דאס זייניגע. ער לאזט אראפ די אויגען מיט די נאז און ער קוקט אראפ אויפען טיש; ער בלאזט. ער וועט נישט רעדען איין ווארט. ער בלאזט. דאס טוט ער צו זיין רביצין, צו זיינע קינדער און צו יעדען וואס טוט נישט וואס ער האט פארלאנגט. ער וועט אפילו נישט זאגען פארוואס ער בלאזט, ער וועט פשוט און גראד אויפהערען צו רעדען מיט דעם באטרעפענדען וואס האט אים עפעס נישט געטון, צו עפעס געזאגט וואס ער וויל נישט הערען.

אויב איינער וועט אים דערציילען, למשל, אז ביי דעם עצרת אין מעיריאט האטעל פאר א חודש צוריק איז געווען א 5 טויזענט מענטשען, וועט ער ווערען בלאזעדיג. נישט אויף שמואל ווידער פארוואס ער מאכט אים משוגע אין בלאט אז דארט איז גארנישט געווען, נאר די פאר ברעטשערס. בהחלט נישט. ער נעמט זיך בלאזען אויף דעם נייעס דערציילער... ער קען יענען נישט קוקען אין די אויגען ווייל יענער האט אים אויסגעזאגט דעם אמת. פאר ר' אהרן טאר מען נישט דערציילען דעם אמת.

דער אמת איז ביי אים דער גרעסטער שונא. דער אמת דערציילט דאך נאר די נישט גוטע זייט פון די מטבע. דער אמת וועט אים דערציילן, אלעס וואס ער וויל נישט הערען און נישט וויסען. און אז ער ווייסט גארנישט און הערט גארנישט שטייט ער דאך גוט...

איין ביישפיל מוז איך אייך אראפברענגען וואס הייסט אז אפילו זיינס א גוטער פריינט טאר אים נישט דערציילען קיין שום נעגאטיווע זאך, כאטש ווען עס איז זיכער אז יענער מיינט זיין טובה. ביי אים איז נישט פארהאן דער דערהער אז זיין גבאי זאל אים זאגען: איך וועל דעם רבין זאגען דעם ריינעם אמת. דאס ווארט ריין און אמת איז אלץ ביי אים נעגאטיוו, און ביי נעגאטיווע נייעס רעאגירט ער גענוי ווי א קינד.

איין משל. צווישען פסח און שבועות תשנ"ט האט ר' עזריאל גליק – וועלכער איז געווען א גוטער פריינט פאר ר' אהרן – אים געקומען איינמאל זאגן: איך האב גערעדט צום רבי'ן, "והוא באחד ומי ישובנו", דער רבי האלט זיך פעסט ביי זיינס, ער וויל ר' זלמן לייב זאל האבן דאס רבנות אין וויליאמסבורג. האט אים ר' אהרן געענטפערט: איך דארף אייך נישט אלס פארטרעטער ביים טאטן אין שטוב.

לאמיר אנאלאזירען דעם קליינטשיגען אנעקדאט: ר' עזריאל איז אלץ געווען זיין גאר גוטער פריינט און אויך פאר זיין טאטען. ער איז געווען דער גבאי אין זיין ביהמ"ד, ער איז געווען דער איינציגער נאנטער מענטש צום אלטען רבין ז"ל וואס איז געבליבען נאנט צום ברך משה און צו ר' אהרן. ר' עזריאל האט זיך צוקריגט מיט די אלטע רביצין ע"ה און מיט זיינע נאנטע פריינט פון זיינע אלע יארען ביים רבין אין שטוב, ווייל ער איז מיטגעשטאנען מיטען ברך משה (מיר וועלען שפעטער מוזען צו דעם אלעם אנקומען עס צו באשרייבען). ער איז נאך דאן נישט געגאנגען צום בג"ץ...

קומט ר' עזריאל און רעדט צו אים בתורת פריינט: הער מיך אויס ר' אהרן, איך מיין דאך דיין טובה, די טובה פון טאטען, די טובה פון סאטמאר. (לאמיר גוט פארשטיין אז ר' עזריאל האט דאך "עני-טיים" אזוי געמיינט די טובה פון סאטמאר ווי ר' אהרן.) איך זאג דיר אז דיין טאטע וויל ר' זלמן לייב  פאר רב, און עס איז נישט בלויז משה גבאי. איך זאג דיר ר' אהרן צווישען פיר אויגען, האב שכל און מאך שלום מיטען מצב ווייל דאס גייט סיי ווי געשען, דער טאטע איז אנטשלאסען. זיי נישט קיין בהמה און עס איז א שאד זאלסט מאכען א קריגעריי, ווייל דו קענסט אזא זאך נישט טון. מען קען זיך מיט א טאטען נישט קריגען, איבערהויפט א רב מפורסם קען זיך נישט ביליג קריגן.

ר' אהרן טראכט נישט איין רגע. ער האט נישט גענומען די מי אריין צונעמען די ווערטער אין זיין מוח פאר א סעקונדע, נאר גלייך געענטפערט בלאזעדיג: "איך דארף אייך נישט אלס פארטרעטער ביים טאטן אין שטוב."

דאס טייטש אזוי. נישט מיין זיך קריגען מיטען טאטען איז דער פראבלעם. דער פראבלעם איז ר' עזריאל. פארוואס? ווייל ער האט דאס אים פארציילט. און ער זאגט אים טאקע: גיי נישט מער אהין. ווייל אויב ר' עזריאל וועט נישט אהינגיין, וועט ער דאך מער נישט רעדען מיטען רבין און אז ער וועט שוין נישט רעדען מיטען רבין וועט ער שוין נישט קענען קומען פארציילען אזעלעכע נעגאטיווע נייעס, און אז ר' עזריאל וועט אים שוין נישט דערציילען אזעלכע נייעסער, איז דאך דער מצב אלעס אין ארדענונג. אין קורצען מיינט דאס: א קינד.

ווען ער וואלט אבער געווען א ערוואקסענער און באזעצענער מענטש, ווען ער וואלט געוען א מענטש א שטארקער, א מענטש מיט זעלבסט זיכערקייט, וואלט ער געחלשט צו וויסען יעדע קלייניגקייט פון זיין אפאנענט ווייל צו גיין אין קריג מוז מען דאך וויסען יעדע קלייניקייט. נאכמער, ר' אהרן וואלט געדארפט זיך לאזען קאסטען צו קענען האבען שפיאנאזש פון די באהאלטענסטע קוועלער, וואס אלץ עס טוט זיך ביי זיין ברודער, אין יענע ישיבה, אין יענע קהילה, א.א.וו.

ווייל ווען ער ווייסט ווען דעם אמת, אז זיין ברודער האט אויסערגעווענליך מצליח געווען, זיין ברודערס ישיבה איז היינט גרעסער פון זיין ישיבה מיט א צוויי הונדערט בחורים. די שענסטע רבנים פון ניו יארק וואס פלעגען אמאל שיקען זייער בחורים קיין קרית יואל שיקן היינט קיין קווינס; די שענסטע רבנים נעמען היינט פאר איידעמעס בחורים פון קווינס; דער ברודער האט מצליח געווען ארויסצו בעילען 82 פון די טיפע חובות און אז עס איז נישט פארהאן איין רב און רבי וואס גייט אים נישט באזוכען, וואלט ער דאך פארזיכער נישט אזוי געפירט די מלחמה.

נאך טיפער. ווען ער וואלט געווען א בר דעת ווי א מענטש וואס איז 60 יאר, וואלט ער דאך געמוזט וויסען אז ווי מער ער וועט זיך קריגען און ווי מער ער וועט טעראריזירען זיין ברודער מיט זיינע מענטשען, וועט זיין ברודער נאך סאך מער וואקסען און מער מענטשען וועלן כסדר צוקומען, מער בחורים וועלען צו זיין ישיבה צוקומען און מער מענטשען וועלען פאר זיין ברודער געבען סידור קידושיןס.

ווען ר' אהרן וואלט געהאט שכל וואלט ער דאך בלויז גענוצט זיין עקספיריענס און געזען למפרע אז ווי מער זיינע שונאים האבען אים געפייניגט אין ק"י די אלע יארען, אלץ מער איז ער געוואקסען, דעריבער וואלט ער דאך נישט געטארט לאזען אז מען זאל זיין ברודער דאס מינדעסטע פייניגען, ווייל ער וועט דורך דעם זיך נאר פארברייטערען און פארגרעסערען, ווי עס איז אקוראט געשען.

דערווייל ווייל ער איז א קינד, וואס קען נישט דערהייבען איין נעגאטיוו ווארט, אפילו מען מיינט זיין טובה, האט ער זיך אריין געלאזט אין א קריגעריי ווי א יונגעל וועם מען האט אוועקגענומען א טוי ווייל ער דארף שוין שלאפען גיין. ער האט זיך געקריגט ווי א אום באזעצען קינד און זיך אפען געשלאגען מיט זיין טאטען ווייל ער האט געגעבען וויליאמסבורג פאר זיין קלענערער ברודער, און דורך דעם איז דער ברודער געווארען פון די גרעסטע אדמורי"ם אויף דער וועלט.

יש"כ ר' אהרן.

*

איך וועל מיך צוריקערען צו די נושא אין א קומענדיגע געלעגענהייט. איצט וועלען מיר זיך צוריקערען צו ר' אהרןס סדר היום.

עס איז איצט פינף צו אכט. ער האט שוין אפגעליינט אלע צעטלעך, געשאסען וויצען, געהאט גענוג און נאך אטענשאן פון אלע וואס האבען געלאכט אויף זיינע דשאוקס, און איצט איז ער ארויס אין די גאס זיכען א היטש ארויף אין די ישיבה. עפ"ר האט זיך יעדער אפגעשטעלט אים אריין צו נעמען. ביז אין תש"נ יארען ווען עס איז נאך נישט געווען אזוי הייס די מחלוקות מיט בני יואל האט אפילו זיינס א שונא געקענט זיך אפשטעלען, שפעטער האבען זיי זיך נישט מער אפגעשטעלט פאר אים.

אין די אויטאס ביי די היטשעס, האט ער ווידער געשאסען קינדישע וויצען, וואס מענטשען דערציילן היינט נאך מיט נאסטאלגיע. אויך פלעגט ער אלץ וועלען וויסען נייעס, ווייל ער איז געווען געצוימט צו באקומען נייעס. איך גלייב נישט אז ער האט געהאט א רעדיא אין דערהיים, דערפאר האט ער געקענט באשטיין אז אין די קאר זאל יא גיין די ראדיא. ער פלעגט עס נישט הייסען אנצינדען, אבער אויב איז עס געגאנגען איז ער געבליבען אין די קאר אויסצוהערען די אכט אזייגער "ווארלד ניוס ראונדאפ" פון קריסטאפער גלען.

קיין יש"כ האט מען פון אים קיינמאל נישט געהערט. ער איז פלוצלינג ארויס פון די קאר, און זיך באדאנקט דורך א געזונטען האק מיט דער טיר...

גלייך איז ער געגאנגען צו זיין אפיס, ווי ער האט געטרינקען א קאווע און זיך צוגעגרייט צום דאווענען, און בערך א פערטל נאך אכט איז ער אריין אין ביהמ"ד צו זיין עמוד אויפן מזרח וואנט. אריינקומענדיג אין בימה"ד אינדערפרי איז ער עפ"ר געווען בלאזעדיג, נישט גוט געלוינט. עס האט אים גענומען א שטיקעל צייט צו ווערען באגיסטעט.

ווי זוי דאוונען האט זיך זייער געוואנדען צו ער איז אנגעצויגען אדער גאר הייפער. אויב איז ער אין א שלעטע גיסטע, דאווענט ער שטיל און איז פארחלומט. אויב האט ער פריער געהערט א גוטע נייעס, אדער ער גייט באלד ערגעץ פארען "עקסייטינג", זעט זיך אן די עקסייטעמענט שוין צופרי ביים דאווענען און דאן שרייט ער הויך מיט זיין באסאווע שטימע און קען אפילו מאכען תנועות מיט די הענט. די מבינים ווייסען פונעם דאווענען וואס עס טוט זיך ביים אים פריוואט אין קאפ.

אז מען רעדט שוין פון זיין שטימע, מוז איך ארויסברענגען אז מיר טארען נישט חוזק מאכען פון עפעס וואס ער האט זיך נישט אליין גענומען. עס איז א שטיקעל שטראף פון הימל פאר א מענשט צו האבען אזא קלאמזי, גאר אינטרעסאנטע און שרעקליכע שטימע. איך ווייס נישט צו עס איז נאך דא איין מענטש מיט אזא שטימע. עס איז גענוג צו באצייכענען זיין שטימע מיט די ווערטער: נעבעך.

נאכען דאוונען איז ער אריין אין זיין אפיס ווי ער האט געלייגט ר"תס תפילין און נאכדעם געגעסען פרישטאג.

פאר, נאך און אין מיטען פרישטאג האט ער יעדען טאג געקאלט זיין טאטען, דערציילט אלע לעצטערע געשעענישען, שפעטער איז אלץ דערציילט געווארען וואס זיינע שונאים, טוען אים, פון די קארטס מיט די בני יואל א.ד.ג.

נאכדעם האט ער געקאלט זיין ברודער ר' ליפא. מיט אים איז ער געווען אויפען טעלעפאן אפילו עטליכע מאל א טאג, ווייל דער ברודער האט אים פארציילט די נייעס פון טאג. ער פלעגט אים פארליינען גאצע שטיקער פון טיימס און אויב איז געווען א וואל סעזאן האט אים ר' ליפט געלאזט הערען די רעדיא דורך דעם טעלעפאן.

ר' אהרן גלייכט זייער פאליטיק און ער אינטרעסירט זיך ביי יעדען איבער די נייעס. ער איז א רעפובליקאנער געשטימטער רב. און מיט די בחורים וואס פלעגען זיין זיינע באדיס פלעגט ער אלץ זיך אינטרעסירען: וואס איז נייעס? די נייעס שפילט א שטארקע ראלע אין זיין סדר היום. ווען ער קאלט איינעם וואס דערציילט אים נייעס, קען יענער נישט אראפלייגען דעם טעלעפאן, אפילו ווען יענער מוז שוין אראפלייגען. ר' אהרן וועט יענעם ווייטער פרעגען אזוי: וואס נאך איז נייעס? און וואס פארציילסטו נאך עפעס? אהא, איז גארנישט דא קיין נייעס. זאגסטו אז עס איז שטיל. הא? אהא. זאגסטו גארנישט. הא? בום. אראפ מיטען פאון. מיט יעדען מענטשן וואס האט אים מיט אים גערעדט איז דער שמועס בערך אזוי צוגעגאנגען.

נאכדעם האט ער גערעדט צו משה גבאי'ן. אמאל האט ער געקאלט, און אמאל האט משה געקאלט. אבער עס איז נישט געווען אזאנס אז ער מיט משה זאלען נישט רעדען כאטש איינמאל א טאג.

נאך א וויכטיגע פוינט איבער זיין נימוס. אלץ האט ער גערעדט אויפען טעלעפאן אינמיטען עסן. און וויבאלד ער עסט אזוי הויך ווי ער דאווענט אין א הייפערדיגען טאג, האט דאס דענערווירט יענעם ביזען וועלען שפרינגען פון דאך. אבער ווער קען אים דען זאגען ווי אזוי זיך צו פירען. דאס זעלבע איז געווען ברבים. ער האט געגעסען מיט א גערודער. און דערצו האט ער אפילו שוין נאכען ארפנעמען זיין טעלער, ווייטער גענאשט סיי וואס עס איז אונטערגעקומען. ער האט איצט זיך גענומען צו די ברעקלעך פון די טישטוך. און עס איז צוגעגאנגען מיט א שטיקל סדר. ער האט אפגלעקט זיין פינגער און עס איינגעטינקען אין ברעקלעך און אריין אין מויל. אז עס איז ווידער נאס די פינגער פון מויל, האט ער ווידער עס איינגעטינקען אין ברעקלעך און עודך אין מויל. ווי א אומערצויגען קינד וואס קען נאך נישט עסען שיין. און דאס אלעס איז געווען זיצענדיג אויפן פאדיום אין פראנט פון הונדערטער מענשטען.

און דערפאר פלעגען זיינע וואכנדיגע טיש בעקישעס, ספעציעל זומער ווען ער האט אנגעהאט די לייכטע זומער טיש כאלאטען, אלץ זיין זייער פלעקיג. ווייל ער האט געגעסען אן א ביב, איז דער כאלאט געווען א ביב. און ווען ער פלעגט זיך צומאל דרייען אין ביהמ"ד צווישען די בחורים האט מען זיך געקענט קוילערען פאר געלעכטער ווי שמוציג די בעקישע איז. פארוואס זיין רביצין האט נישט געזען וואס די בחורים האבען געזען קען מען פארענטפערען מיטען זעלבען תירוץ פארוואס זיינע שווארצע זאקען אין דער וואכען זענען געווען מער צו גרין ווי צו שווארץ. זי האט נישט געהעריג קעיר גענומען אז ער זאל גיין אנגעטאן לייטיש.

נאך אלע טעלעפאן קאלס, איז ער געגאנגען פארלערנען. פון זיין פארלערנען האב איך שוין פריער געשריבען.

נאכען פארלערנען פלעגט ער צוריקגיין אין אפיס און פלעגט כאפען א שמועס מיט זיינע לעקערס און באדיס וואס האבען אים דערפריידט מיט בעבישע נארישקייטען, וואס מען האט געקענט ארויסהערען. און דערצו האט ער געהאט א מזל אז נאר נארישע בחורים האבען אין אים געטראפען צו ווערען א באדי.

געווענליך פלעגט ער יעדען טאג נאכען פארלערנען אריינגיין אין ביהמ"ד און ארומגיין צווישען די בחורים. צומאל האט ער געקענט פרעגען א בחור ווי ער האלט, און צומאל האט ער געווארפען א וויץ און מאכען א נארישע באמערקונג. אבער דער שואל ומשיב פאר די בחורים איבער די שיעור פון די וואך איז געווען א אנדערער אנגעשטעלטער. בלויז ער פון אלע מגידי שיעור האט געהאט א באזונדערען שואל ומשיב. אים האט מען נישט איבערגעפרעגט פונעם שיעור הישיבה.

צומאל פלעגט ער בעטען א בחור זאל זיין זיין חברותא, און עס האט מיר אריינגעשיקט אין אימעיל א בחור וואס פלעגט מיט אים לערנען צווישען תשמ"ז און תשמ"ט אז וויבאלד יענע פאר יאר איז געווען א פאליטיק אין די ישיבה צוליב דעם מנהל הישיבה וואס האט זיך נישט פארטראגען מיט אים, האט ער יעדע צען מינוט געמאכט א פאון קאל צו מתתי' דייטשען, צו משה גבאי, צו זיין ברודער ר' ליפא, און איבערגעקייט די זעלבע פאון קאל 6-7 מאל, ממש ווי א באביטשקע, גערעדט און גערעדט. ער האט נישטמאל געקימערט מיך ארויסצושיקען. ער האט קיינמאל נישט געלערענט קיין שעות רצופות, ווייל נאך צוואנציג מינוט לערנען האט ער שוין געמאכט א פאון קאל. און אזוי איז אריבער די צוויי שעה ביז לאנטש.

אבער דאס נעמען א חברותא א בחור, איז געווען איין טאג יא און איין טאג נישט. ווען עס האט אים פארשמעקט האט ער גענומען א חבר און ווען נישט, נישט, נאר געזעצען אין זיין אפיס.

ביי לאנטש האט ער באקומען עסען וואס א בחור האט אים ספעציעל אנגעגרייט, ווי קוקיס און קאמפאוט פרוכט און אמאל א זופ און אויך א קאווע.

איצט האט מען אויפגעהאנגען א ספעציעל טעוועלע אויף די טיר אינדרויסען פון זיין אפיס: ביטע נישט שטערען, דער רב האט זיך צוגעלייגט. היינט שטייט שוין מן הסתם, דער רבי הגה"ק האט זיך צוגעלייגט.

ער פלעגט אזוי שלאפן צווישען 60 און 90 מינוט אויפן קאטש אין זיין אפיס. נאכען אויפשטיין האט זיך אנגעהויבען א פרישע רונדע מיט טעלעפאן קאלס, געוואויר צו ווערען צו עס איז דא פרישע נייעס זייט ער איז איינגעשלאפען.

נאך אביסעל איז געווען מנחה און דער טאג פארן ראש ישיבה האט זיך אפיציעל געענדיגט. ער פלעגט אראפפארן עפ"ר מיט א קאר אדער צומאל אהיימשפאצירט אליינס.

אינדערהיים האט ער געגעסען נאכטמאל, אויפגענומען שנארערס און זיי געגעבן א צוואנציגער, פלעגט זיך באטייליגען ביי שמחות ווי מען האט אים גערופען, געדאווענט מעריב אין גרויסע שול, און אמאל אמאל איז געוועןא מינטינג מיט פארשידענע אפטיילונגען אין דער קהילה, מוסדות און די ווילעדש. אבער נישט מער ווי 2-3 מאל א יאר איז אין יענע יארען פארגעקומען מיטינגען ביי אים אין שטוב.

דאס איז געווען דער אלגעמיינער סדר היום פון דער רב און ראש ישיבה.

ווען מען רעדט מיט די בחורים וואס האבען געלערענט אין די יארען צווישען תש"מ און תשנ"ה אין די ישיבה, קען מען הערען נאסטאלגישע זכרונות איבער דעם ר' אהרן און זיינע ווערטלעך און וויצען. איך וועל דערציילען עטליכע גאר באוויסטע.

אין די ישיבה פלעגט ער בעיקר פירען מלחמות מיט צוויי שרעקליכע פראבלעמען. 1) אויב האט א בחור אויסגעטון זיין כאלאטעל ביים לערנען און 2) אויב האט א בחור אנגעטאן גאלדענע אדער זילבערנע גלעזער. אן א שיעור בארימטע פראזען האבען זיך געדרייט אין די ישיבה וואס ר' אהרן האט אלץ "אריינגעזאגט" פאר א בחור וואס האט געטון די אויבנדערמאנטע.

פון די באוויסטע זענען אז ארומדרייענדיג זיך אמאל אין ביהמ"ד האט ער געזען א אויבער חכם לערנט אן זיין כאלאטעל. זאגט אים ר' אהרן – אבער הויך – פארוואס האסטו נישט די כאלטעל? זאגט דער בחור ווייל עס איז הייס. ר' אהרן: אאאאאון אויב עס וועט זייך נאך הייסער, וועסטו דיר אויסטאן די הההההויזען? הא, סאיז אים הייס, און עס וועט אים זיין נאך הייסער וועט ער אויסטאן די הויזען, הויזען. הא? און ווייל די בחורים האבען ממש אויסגעשאסען אין א געלעכטער, האט ער געמיינט אז די וויץ איז געלונגען און ווי מער ער האט געזען ווי גוט דאס וויצעל איז האט ער דאס איבערגעזאגט פאר אלע בחורים אין די רייע ווי זיי זענען געזעצען אין ביהמ"ד. אפשר צען מאל האט ער עס איבערגעזאגט. און זיי האבען ווייטער געלאכט. עס האט אים קיינער נישט געזאגט, ר' אהרן, איר זענט א אפגעריסענער נאר, עס פאסט נישט פאר א ראש ישיבה צו זאגען אזעלכע נארישע וויצען ווען די בחורים זענען עפ"ר א מבין אויף אייך.

א בחור וועם ער האט דערווישט מיט נייע גאלדענע אדער זילבערענע גלעזער, האט ער אנגערופען: פראפעסאר. און די הלצות האט ער איבערגעזאגט במשך די יארען שווערע הונדערטער מאל. און אלץ זיך ארומגעקוקט ווי אזוי די בחורים רעאגירען, און אויב האט ער געזען אז ער האט געצילט אין פינטעל, האט דאס איבערגעזאגט און איבערגעפרעגט, הא? הא? זיך אויסטאן די הויזען. הא?

ער קומט אמאל ארויס פון זיין אפיס גלייך נאכען נאכמיטאג שלאף מיט די פאות צוקנייטשט, און גלייך ווען ער זעט דעם ערשטען בחור, זאגט ער אים: הערסט, איך האב מיך געחלומט אז ... – א נאמען פון א בחור – איז א חתן געווארען מיט א רויט מיידל! יא, יא, אזוי האב איך זיך געחלומט. ער איז א חתן געווארען מיט א רויט מיידל. יא, יא.

מיינע טייערע ליינער, איר קענט איבער פרעגען די מעשה יעדען בחור וואס האט געלערענט אין ק"י תשמ"ה-מ"ו. עס האט אויפגערודערט די ישיבה אז עס איז געווען די טאלק אוו טאון פאר יארען לאנג.

מען זעט טאקע אז 90 פראצענט פון די בחורים וואס האבען געלערענט אין די ישיבה פון תש"מ ביז תש"נ זענען נישט זיינע חסידים און זיי באלאנגען פארן רבין אין וויליאמסבורג.

זיינע ווערטלעך וואס ער האט ארויסגעשאסען אן איין סעקונדע טראכטען זענען ממש לעגענדאריש.

המשך יבא.....



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/09/2009 0:58:16




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 22:23 לינק ישיר 

ווער עס האט אונפארמאציע איבער דער פארגאנגעהייט פון דעם בן הראשון (בכור שוטה) זאל עס אריין שיקען וואו שנעלער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2009 23:09 לינק ישיר 

מנהל אויב באשליסטו יא צו לאזען דעם אשכול (וואס אין די זאלי פורם לאט מען דאס נישט אויף הגז"ל) ביטע עכ"פ טוישען קעפעל צו "פארמעיגליך'ס בויך וויי" וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 03:23 לינק ישיר 

מאדנע. ער קען נישט לערנען, ער קען נישט דאווענען, א בעבי וואס איז געבליבן אכט יאר, ער לערנט נישט קיין ווארט, האט נישט קיין מידות, פירט זיך אויף נישט נארמאל צו מענטשן, הערט נישט אויס קיינעם פון זיינע יועצים, רעדט נישט צו קיין נארמאלע מענטשן, און גיי ווייס וואס נאך.

און נאך אלעם איז ער געבליבן דער סאטמארער רבי אין די גאנצע וועלט! אלע פרעמדע צייטונגען רייסן זיך נאך זיינס א ווארט פונקט ווי ביי זיין פעטער און טאטן זי"ע, און צענליגער טויזנטער מענטשן זענען סרים למשמעתו!

און משה גבאי מוז נעבעך דינגען באצאלטע ליגענערס צו שרייבן א גאנצן טאג, ווייל ער האלט עס נעבעך נישט אויס!

איז עס נישט אפענע סיעתא דשמיא פון רבותינו  הקדושים?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2009 05:40 לינק ישיר 

איך וויל דא קלאר מאכן איין זאך. יעדע פערסאנאליטי האט מעלות און חסרונות. אנגעפאנגען פון רבי אהרן און געענדיגט ביי ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א. מ'קען יעדע פערסאנאליטי אראפלייגן מיט די שיינע פארבן פונקט ווי מ'קען עס מיט די טונקעלע פארבן.


איינער וואס נעמט אפילו א פשוט'ע מענטש און לייגט אראפ זיין פערסאנאליטי אויפ'ן נעגאטיוון אופן אנשטאט מיט די פאזיטיוון, איז ער יענעם מבזה, וואס דאס איז אן עבירה. אויב מ'טוט דאס צו איינעם וואס איז אפילו א קליינער תלמיד חכם, איז מען א מבזה תלמיד חכם שאין תרופה למכתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 20:57 לינק ישיר 

סוף יאר תשנ"ד האט אויסגעבראכען די באקאנטע "קרית יואל סקול דיסטריקט פרשה". אנגעהויבען האט זיך עס ווען דער סופעראינטענדעט פון קרית יואל פובליק סקול דר בערנארדא האט געזאגט א סעיטמענט פארן דעילי ניוס אז ער ארבעט שווער ארויסצונעמען ג-אט פון קרית יואל פובליק סקול. ער האט שפעטער געזאגט אז דער דעילי ניוס האט עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט און ער האט דאס נישט געמיינט צו זאגען.

פון דא און ווייטער האט אנגעהויבען צו פלאקערען א פייער וואס האט זיך נישט אזוי שנעל פארלאשען. קאשויער רב ז"ל איז ארויסגעקומען יענעם זומער מיט א בריוו וואס ער האט געשיקט קיין סקווער אז אזוי ווי ער הערט אז זיי ווילען אין זייער שטעטל אויך עפענען א סקול דיסטריקט, זאלען זיי וויסען אז די פירער פון דעם קרית יואל סקול זענען חוטאים ומחטיאים, און זיי זאלען דאס נישט בשו"א נאך טוען.

ר' אהרן האט זיך אויפגעשטעלט דעם פרייטאג צו נאכטס דערויף, נאך מנחה (ווען מען קען נישט כאפען קיין טעיפס) און אטאקירט קאשויער רב, וועם ער האט אנגערופען "דער אלטער פון בעדפארד הילס", און געזאגט אז פון קאשויער ישיבה זענען ארויסגעקומען די גרעסטע שקצים, און ממילא זאל ער אונז נישט אטאקירען. פון דא און ווייטער איז דער וויזניצער רבי, דער מאטעווידעער רב און דער קארלסבורגער רב ר' יחזקאל ראטה, אויך ארויסגעקומען קעגען דעם סקול דיסטריקט. ר' אהרן האט געזאגט אויף ר' יחזקאל ראטה: "דער פון ב"פ וואס טרעפט היתרים אויף אלע איסורים פון די תורה, דער טרעפט יעצט נישט קיין היתר.

תשנ"ה האט זיך געטון אויף טישען און בענק. ר' אהרן האט געהאלטען יענם יאר בערך א צען דרשות וואס יעדע איינע איז וויכטיג היינט איבערצוהערען. איין דרשה האט ער געזאגט אויפן וויזניצער רבין: "איך וויל זאגען פארן פראפעסינאלען מוחה", איין מאל איז ער ארויסגעקומען מיט א באמבע וואס ער האט באקומען פון געהיימע קוועלער אז "ר' מאטעלע" האט א "גילוי עריות" פראגראם אין וויזניצער מוסדות. ר' אהרן האט דעמאלטס אזוי געשטורעמט, ווייל גילוי עריות האלט ער נישט אויס...

די הויפט געשעעניש פון ווינטער תשנ"ה איז געווען די דרשה אויף קאשויער רב. ער האט גערעדט אזעלכע אבנארמאלע דיבורים אז מען קען עס היינט אפילו נישט אויסהערען. ער האט אנגעהויבען מיט די ווערטער: "איך האב היינט גערעדט צום טאטן זאל זיין געזונט, און דער טאטע האט מיר געהייסן איך זאל נישט ענטפערן, ווייל עוד חזון למועד. אבער איך וועל יא ענטפערן, אשיבה חורפי דבר, איך וועל אים אריינגעבן אין זיבעטן ריפ אריין!" – "זיין מיינוג איז קיין מיינוג!" און האט געענדיגט מיט דעם באקאנטען לאזונג: "און איך וועל אים זאגען עפרא לפומיה!"

דעם אנדערען טאג האט דער מאנטעווידעער רב געהאלטען א דרשה קעגען ר' אהרן, און ער האט מתיר געווען די מוסדות בני יואל. וויזשניצער רבי האט גערעדט עטליכע מאל קעגען ר' אהרן און קעגען דעם ברך משה, און שפעטער איז פארגעקומען א גרויסער אסיפת הרבנים אין מאנסי וואו עס האט זיך באטייליגט דער וויזניצער רבי, מאנטעווידעער רב, ר' חיים פלאר, קאשויער רב, קארלסבורגער רב און הונדערטער אידען, און מען האט דארט גע'אסרט דעם סקול דיסטריקט און מוחה געווען אויף דעם כבוד הרבנים אדירי התורה וגדולי הדור, וואס ווערט מבוזה אויף א זעלטענעם פארנעם, בלויז ווייל זיי זענען זיך מחולק מיט ר' אהרן און זיי האלטען אז דער סקול דיסטריקט איז אסור.

ער האט עטליכע מאל אויפגעטרעטען פאר די בחורים מיט דרשות קעגען וועם עס האט זיך נאר געלאזט, און זיי גוט אויפגעהעצט. די אלע דרשות אהין און צוריק האבען געמאכט ר' אהרןען א הערא ביי די בחורים. ער האט מיט די דרשות זיי געוויזען וואס מיינט א תקיף, אזא איינער וואס וועט זיך נישט לאזען שפייען אין די קאשע, ער וועט אלעמען דערלאנגען רעכטס און לינקס, ער וועט שניידען אין די זיבעטע ריפ, אזא איינער וואס וועט נישט קארגען קיין ווערטער ווי זיין טאטע, נאר ער קען און ער וועט...

און נאטירליך זענען די בחורים געווארען גוט אנגעצויגען און אויפגעהיצט און דורך דעם האבן זיי זיך אויך אנגעהויבען צו צושטעלען צום "רב". ביז יענעם יאר, האט ער נאך געהייסען אין ישיבה "ר' אהרן" ביי רוב בחורים, אבער דעמאלטס האט זיך עס געטוישט. די קנאקערס פון ישיבה זיינע באדיס, זענען געווארען די בעלי בתים אויף די בחורים און יעדער האט געמוזט אנהייבען רופן "דער רב". אויך האט ער באקומען א שטיקל הויז בחור. ביז יענעם יאר האט ער אליין געטראגען זיין גמרא צום פארלערנען אין זיין פארלערנען שטיבל, אבער איין טאג פאר ער איז אריין געקומען, קומט פאר אים א בחור און לייגט אראפ די גמרא אויפן טיש. ער האט שוין א הויז בחור. יענעם ווינטער האט א בחור אנגעהויבן שישקען איין צופרי ביי די ברכות פון ר' אהרן. קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער וויל. בקיצור, דער רב זאגט קודם ברכות און נאכדעם דער בעל תפלה. אזוי ווי ביי א רבי'ן. דאס איז קיינמאל נישט געווען אין ישיבה ביז תשנ"ה. און דאס איז אלעס געשען ווייל ער איז געווארען א העלד ביי די בחורים. זייער ראש ישיבה פירט זיך אליין אויף ווי א בחור. ער דערלאנגט ווער עס וואגט זיך אים אנרירען, ער האט נישט מורא פאר קיינעם.

און די בחורים האבען זיך שיין אהער געשטעלט לכבודו פון זייער ראש ישיבה, מיט שטיקלעך פאר די אלע רבנים. פייער לעשער קיין מאנטעווידעע, פאוני קאלס קיין קאשוי; וויזניצער רבי האט יענע צייט געזאגט ברבים אז ער איז נישט דא אזא תוספות וואס דער ברך משה האט צוגעברענגט ביי א דרשה, און ווען מען האט יא געטראפן דעם תוספות, האט מען געווארפען פאשקעווילען אין מאנסי מיט א מראה מקום וואו דער תוס' איז. מען האט אויפגעשטעלט א שבת פייפער אין מאנסי וואס זאל פייפן ווען דער סאטמארע הדלקה"נ איז, און דער וויזניצער רבי האט זיך אין מיטען שמו"ע ביי מנחה געמוזט צושטאפען די אויערען. ביי איין דרשה האט ר' אהרן באזונגען וויזניצער רבין אז ער איז געווען ארויסגעווארפען פון דעם אמרי חייםס הויז, און נאך פילע דרשוות אהין און צוריק.

דאס איז אלעס געווען ווינטער תשנ"ה. אבער זומער תשנ"ה איז געווען אזאנס און אזעלעכעס. עס איז געווען גאר א קאכעדיגער. און נישט פונעם וועטער רעדט מען דא... דער קארלסבורגער רב האט געמאכט א דינער לטובת זיין כולל אין ב"פ, אין "ילד שעשועים" אין קרית יואל. און אזוי ווי אלע שונאים פון ר' אהרן און ברך משה האבען זיך זייער געפריידט אז דער קארלסבורגער רב שטעלט זיך ארויס לטובתם, איז געווען א גרויסער ווינט אין קרית יואל צו גיין צו דעם דינער.

קהל פון קרית יואל האט געשיקט א בריוו צו ר' יחזקאל איין טאג פארן דינער, אז היות ער צינדט אן א פייער פון מחלוקת זאל ער זיך נישט וואגן אריינצוקומען אין שטעטל.


 

יענעם טאג, איין טאג פארן דינער, האט ר' אהרן זיך אויף געשטעלט אין ישיבה און געהאלטן א קאכעדיגע דרשה. ער האט אנגעהויבן: "יעדער ווייסט, עס קומט אן אומגעוואונטשענער גאסט אין קרית יואל, מען האט אים געבעטן ער זאל נישט קומען, אבער ער פייפט זיך אריין, אלזא איך פארשטיי די בחורים, עס טוט וויי פאר די בחורים אזא עזות, און אזא חוצפה, אבער איך וויל בעטן, ווער עס איז מיר א גוטער פריינט זאל נישט גיין אהין".

‫אזוי איז אלץ געווען זיין סטיל, קודם אויפצוקאכן די הארמאנען פון די בחורים אויפ'ן העכסטן לעוועל, אז דארט ליגט די אייער, און נאכדעם צו ווארפן דעם לחש, אז ווער עס איז אים א גוטער פריינט זאל נישט גיין אהין...

עס איז אום נויטיג צו שרייבען ווי היציג א בחור קען ווערען ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון דעם רב און ראש ישיבה. נאך די דרשה זענען אלע בחורים "חסידים" ארומגעגאנגען: מיר זענען "חסידים" פון רב, נישט קיין "ידידים". דער רב האט נאר געזאגט ווער ס'איז אים א גוטער פריינד זאל נישט גיין, מיר זענען נישט קיין גוטע פריינד.

און א טאג דערויף האבען אלע בחורים פארשטאנען וואס דער אמתר און הייליגער רצון פון רב איז. ביינאכט בערך אכט אזייגער זענען די בחורים אראפגעגאנגען פון די ישיבה אין די מאסען. הונדערטער בחורים האבען זיך געשטעלט אונטען פון בארג פון ילד שעשועים אויף עיקערס רד און געטון דעם רצון פון רב. מען האט געטראסקעט שטיינער, געשריגען פוי! געהאלטען טאוולען וואס האבען געשריגען די ווערטער (אויף ענגליש): "מייקל ראוט אוער ביגעסט ענעמי".

ר' יחזקאל ראטה אליין איז דארט אריינגעפארן באהאלטען אין א טראנק פון איינעמס סובארבען. ז.ל.וו. האט געכאפט א שטיין אין נאז, צענדליגער קאר פענצטער זענען אויסגעשאסען געווארען, טויזענטער דאלאר פיזישע שאדענס, און די פאליציי האט ארעסטירט אפאר בחורים


 

קיינער פון קהל, און אפגערעדט פון ר' אהרן אליין, האט דאס נישט אפגעשטעלט. און זיי האבען געוויסט בעסער פון אלע בחורים אז אויפן פלאץ פונקט ווי די בחורים שטייען אצינד ביינאכט ביי דעם פראטעסט לכבודו פון רב, איז דער דרייוועי פון די מקוה טהרה, און עס איז געווען פארפלייצט מיט בחורים, עס איז געווען ממש א שרעק. עס איז נישט פאראן קיין ווערטער פאר אזא קהל און פאר אזא רב, נאר - "לאו לייפס"!

נאכמער און נאך ארגער. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז דער מנהל פון ישיבה ר' י.ל. קאהן האט יענעם טאג געפרעגט די א.ג. אויפגעקלערטע בחורים פארוואס זיי גייען נישט אראפ. האט אים איין בחור געענטפערט: וואס הייסט? דער רב האט דאך געזאגט מען זאל נישט גיין. האט ר' י.ל. אים געענטפערט: זיי מיר נישט קיין אויבער חכם!

(ווען מען טראכט היינט אריין פון יענע נאכט פארשטייט מען שוין זייער גוט ווי אזוי האט א יונגערער ברידער געקענט קומען פיר יאר שפעטער און ארויסריקען דריי פערטעל סאטמאר פון דעם "רב".)

אבער לאו לייף אהער און לאו לייף אהין, דער רב האט זיך געבויט ביי די בחורים. די היציקייט וואס ער האט אויפגעארבעט ביי די בחורים האבען אים געברענגט רעזולטאטען. און נישט נאר ביי די בחורים נאר ביי אלע פון זיין טאטענס מענטשען און חסידים האט ער אנגעהויבען צו ווערען מער און מער ארויף געקוקט. מען האט אין אים געזען א תקיפות, א שטארקייט, גאטס, ער איז נישט א פשטן ווי זיין טאטע, ער וועט ארויף שארצען די ארבלעך טאמער וועט אים איינער וואגען צו טשעפען, ער האט א מיליטער, ער האט א ארמיי און ער וועט זיך באנוצען מיט זיי סיי ווען נויטיג א.א.וו.


 

א יאר דערויף, זומער תשנ"ו איז פארגעקומען צוליב דעם קארלסבורגער רבס קומען קיין קרית יואל, די בלוטיגסטע געשיכטע פונעם סאטמרער אידענטום. איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבען פונעם פארברענען דעם ילד שעשועים אין מיטען די נאכט ווען עס האבען זיך דארט געפונען זעקס און דרייסיג מאמעס מיט זעקס און דרייסיג פיצעלע עופהלעך. אלעס ווייל ר' יחזקאל ראטה גייט מארגען, צו איבער מארגען, נאך אמאל מאכען דארט זיין דינער. עס איז נישט פארהאן קיין ווערטער אויף יענע בלוטיגע נאכט.

מען ליינט דא כסדר אויף הייד פארק, אז די יעניגע, די בחורים וואס האבען דאס געטוען, זענען היינט דא, און יענער שרייט אז זיי זענען דארטען. עס איז אפילו נישט אינטרעסאנט ווער די בחורים זענען געווען און ווי זיי געהערען זיך אן היינט צו טאגס. זיי זענען אומשולדיגע קרבנות פון זייערע אויף געהיצטע הארמאנען וואס זייער ראש ישיבה האט אין זיי אנגעצינדען. די צינדערס פון ילד שעשועים יענע נאכט זענען געווען "ראבאטן". א 17 18 יעריגער בחור קען נישט באגרייפען וואס ער האט געטוען. אבער דער פופציג יעריגער ראש ישיבה, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך, א מאן צו א פרוי וואס האט געבוירען קינדער, ער האט וואלט דאך יא געדארפט באגרייפען. אבער וויבאלד ער איז אליין א היציגער בחור, ער פירט זיך אויף ווי א בחור מיט אלעם, און הערשט איז ער א נארישער בחור, איז געשען וואס עס איז געשען.

המשך יבוא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 21:48 לינק ישיר 


למשל סיני טייטלבוים (א אינגערמאן אלט געווען דעמאלס 25 יאר)  וואס האט דעמאלס געהאט א פיש סטאר אין קרית יואל האט געברענגט באקסעס מיט אייער, אין ער מיט משה יצחק ווערטהיימער האבן עס געווארפן.

אין און יאר תשנ"ו האט שראלי לאנדא (א אינגערמאן אלט געווען דעמאלס אין די הויכע 20גער יארן) אינטער געצינדען די ילד שעשועים, אויף די פערזענדילכע באפעל אין אויסגעפלאנט דורך משה גבאי, אין דעמאלס איז זושא געלב געווארן משה'ס שונא נומבער 1 ווייל ער איז ארום געגאנגען פארציילען אז שראלי לאנדא האט עס אינטער געצינדען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 21:55 לינק ישיר 

איינער ווייסט ווי פארמעגליך איז?

שוין עטליכע טאג וואס קלאגע גימפל בעט זיך אין די זאלי פארום פאר פארמעגליך אז ער וויל זיך אויסשמיעסן מיט אים זיינע געבעקסן, אין ואינינו.....
גימפל שרייבט:


"פארמעגליך" לאמיר דעבאטירן דיינע ארטיקלעך!

כב' ר' פארמעגליך נ"י

קודם וויל איך דיר אפגעבן א ייש"כ פאר דיינע לענגערע ארטיקלעך אויף דעם פארום בנוגע די סאטמארע היסטארי' והמסתעף. כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט זייער אסאך זאכן, האבן דיינע ארטיקלעך מיר געגעבן די געלעגנהייט צו פארשטין אסאך זאכן פון דעם קוק-ווינקעל פון די זאלונים.

אין יעדן מיינונגס פארשידענהייט זענען פארהאן זאכן  וועלכע זענען ריין געוואנדען בשיקול הדעת. די זאכן, ווען געהערט משני הצדדים פארברייטערט דאס בליק פונעם מענטש און ברענגט אים בעסער ארויסצוהאבן דאס ענין. אויף די ענינים בין איך אייך דאנקבאר פארן געבן צוהערן אייער צד.

די רעשט, וואס איז מער ווייניגער אנאליזן אויפן פערזענליכקייט פון מרן מהר"א שליט"א איז פון פערזענליכער ידיעה מקרוב פולקאם נישט ריכטיג. אבער זייענדיג א אסיר תודה אין פילע פריוואטע ענינים פאר מרן שליט"א פיל איך נישט די יכולת אריינצוגיין אין א וויכוח וואס וועט אנטהאלטן קיתונות של שופכין אויף מרן שליט"א.

עכ"פ ווי עס זעהט אויס זענט איר מפי הראי' אדער השמיעה שטארק באהאווענט אין אסאך פנימיות הענינים. און ווי אויך, ווי איך גלייב איר וועט הנאה האבן צו הערן, זענען אייער ארטיקלעך כמים קרים על נפש הזאלונים. זייענדיג אין קאנטרי דעם פארגאנגענעם שבת, האב איך געזען ווי די זאלונים גייען  ממש איבער אייערע ר"ח אלול צעטליך שנים מקרא וא' תרגום...

עכ"ז, קאן זיין אלס מיין פערזענליכער Bias, האב איך אסאך קשיות אויף דיינע ווערטער, פילע זאכן וואס לפי קט שכלי זענען עכ"פ נישט 100% ווי איר שרייבט.  

אשר ע"כ וויל איך אייך איינלאדענען צו א דעבאטע אויפן אחים אנחנו פאדיום!

ווי עס איז שטארק עווידענט פון דיינע ארטיקלען, ביסטו גענוג קאנפידענט אין דיינע שטעלונגן און מיינונגן נישט מורא צו האבן פון זיי צו דעבאטירן. ממילא גלייב איך דו וועסט מסכים זיין, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר בעדי.

אזוי ווי דיינע ארטיקלעך איבער די חלוקה זענען מ'שטיינס געזאגט אביסעלע לאנג.. וואלט איך אלס א Headstart און Tryout געוואלט פראבירן אנצוהייבן –בתנאי, אז אונזער חשוב'ער מנהל וואס איז אינטערעסירט אינעם קאלירפולקייט פונעם פארום וועט ערלויבן- מיט דיין קצר הכמות ורב האיכות'דיגער ארטיקל אויף ר"ח אלול.

דער וועג וויאזוי איך שלאג פאר צו פירן די דעבאטע איז;

  • עפענען א אשכול מיוחד פאר די דעבאטע ווי נאר די דעבאטירער וועלן פארמאגן רשות כתיבה.
  • איך וועל פראבירן מאכן א תמצית פון דיין ארטיקל, ארויסנעמענדיג אלע דיינע פערזענליכע הרגשים און עדיטאריעלס. און עס אראפלייגן דא פאר דיין אפראוועל.
  • ערשט דערנאך וואס מע"כ וועט צושטימען אז דאס איז א ריכטיגער סך הכל, וועל איך דיר שטעלן מיינע פראגעס דערויף. און דערנאך וועל איך האבן די זכי' צו הערן דיינע תשובות בפני כל קהל ועדה אשר ישנו פה. און אזוי ווייטער, ונראה דבר מי יקום.

מיינע רולס וואס איך שלאג פאר;

  • נאר רעדן בדרך כבוד איינער צום צווייטן, אין דעם איז אריינגערעכנט נישט אראפרייסן אויף קיין שום פערזענליכער אופן און נישט נוצן קיין שום פערזענליכער אויסדרוק של גנאי זל"ז.
  • אדרעסירן נאר איינער דעם אנדערן דירעקט און נישט צום ברייטן ציבור, כדוגמת "קוקטס נאר וואס ער זאגט" וכדומה.
  • נישט פארלאנגען קיין תומ"י'דיגע תשובות מיט,ן שרייבן א תגובה ווי "נא, ווילאנג נעמט דיך צו טראכטן" וכדו'.

משני סיבות

א') איך עכ"פ, ערווארט טיפע שו"ת פון דיר וואס עס קען נעמען פאר מיין שטייטע ארוני'שע קאפ צייט צו טראכטן.

ב')איך בין עוסק על המחי' און איך געפין זיך נישטא אין באשטימטע שעות.

ווי עס ערווארט מיט כבוד צו הערן דיין אנטווארט.

Gimpele


איינער ווייסט ווי מ'קען יעצט טרעפן פארמעגליך???

בכלל פארוואס האט ער מורא זיך צו פארהערן אויף זיינע ''קראנטע'' פאקטן???  אין פארוואס  זענען די זאלי'ס אזוי ווילד אויף גימפעל'ס בקשה, ווילדע אין אימאראלישע תגובות ווערן ציריקגעשאסען אויף גימפל'ן, פאר'ן האבען די חוצפה פין זיך וועלן פארהערן מיט די עשרת הדברות - פארמעגליך, ווי איין זאלי שרייבט:  אבי דע רצחים זענען העפי (ווען מ'איז פארלוירן רעדט מען אזוי)


קען זיין ער איז צו פארנומען מיט זיין געבעקס וועגן צומות הגידין, (ער ארבעט שווער יעצט צו זאגען פארוואס האב קורשינסקי האט מסביר געווען אין מבצר הכוללים פינקט פארקערט ווי זיי האבען געזאגט אין זיין נאמען...)
קען זיין אז ער איז פארנועמן מיט די פאבריקאציע אז  נישט דער געוועזענער משתמב''ק (דער וואס האט אויפגענומען רז''ל פאר רב) האט געשיקט ווארפן שטיינער אויף די רעבציציל ע''ה

אין צו דיר  BIGSATMAR תלמידו השותא בצמא את דבריו, אפשר העלפסטו ארויס דיין רבי אין עולם המאפי' אין די פארטערטס אים אין ענקער פורום זיך צו פארהערן מיט גימפל?  כ'מיין אז גימפעל קען באשטיין.

איינער ווייסט ווי מ'קען יעצט טרעפן פארמעגליך??? בכלל פארוואס האט ער מורא זיך צו פארהערן אויף זיינע ''קראנטע'' פאקטן???  אין פארוואס  זענען די זאלי'ס אזוי ווילד אויף גימפעל'ס בקשה, ווילדע אין אימאראלישע תגובות ווערן ציריקגעשאסען אויף גימפל'ן, פאר'ן האבען די חוצפה פין זיך וועלן פארהערן מיט די עשרת הדברות - פארמעגליך, ווי איין זאלי שרייבט:  קען זיין ער איז צו פארנומען מיט זיין געבעקס וועגן צומות הגידין, (ער ארבעט שווער יעצט צו זאגען פארוואס האב קורשינסקי האט מסביר געווען אין מבצר הכוללים פינקט פארקערט ווי זיי האבען געזאגט אין זיין נאמען...) קען זיין אז ער איז פארנועמן מיט די פאבריקאציע אז  נישט דער געוועזענער משתמב''ק (דער וואס האט אויפגענומען רז''ל פאר רב) האט געשיקט ווארפן שטיינער אויף די רעבציציל ע''ה

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פערסאנאלעטי פון בן הראשון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext