שוין עטליכע טאג וואס קלאגע גימפל בעט זיך אין די זאלי פארום פאר פארמעגליך אז ער וויל זיך אויסשמיעסן מיט אים זיינע געבעקסן, אין ואינינו.....
גימפל שרייבט:
"פארמעגליך" לאמיר דעבאטירן דיינע ארטיקלעך!
כב' ר' פארמעגליך נ"י
קודם וויל איך דיר אפגעבן א ייש"כ פאר דיינע לענגערע ארטיקלעך אויף דעם פארום בנוגע די סאטמארע היסטארי' והמסתעף. כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט זייער אסאך זאכן, האבן דיינע ארטיקלעך מיר געגעבן די געלעגנהייט צו פארשטין אסאך זאכן פון דעם קוק-ווינקעל פון די זאלונים.
אין יעדן מיינונגס פארשידענהייט זענען פארהאן זאכן וועלכע זענען ריין געוואנדען בשיקול הדעת. די זאכן, ווען געהערט משני הצדדים פארברייטערט דאס בליק פונעם מענטש און ברענגט אים בעסער ארויסצוהאבן דאס ענין. אויף די ענינים בין איך אייך דאנקבאר פארן געבן צוהערן אייער צד.
די רעשט, וואס איז מער ווייניגער אנאליזן אויפן פערזענליכקייט פון מרן מהר"א שליט"א איז פון פערזענליכער ידיעה מקרוב פולקאם נישט ריכטיג. אבער זייענדיג א אסיר תודה אין פילע פריוואטע ענינים פאר מרן שליט"א פיל איך נישט די יכולת אריינצוגיין אין א וויכוח וואס וועט אנטהאלטן קיתונות של שופכין אויף מרן שליט"א.
עכ"פ ווי עס זעהט אויס זענט איר מפי הראי' אדער השמיעה שטארק באהאווענט אין אסאך פנימיות הענינים. און ווי אויך, ווי איך גלייב איר וועט הנאה האבן צו הערן, זענען אייער ארטיקלעך כמים קרים על נפש הזאלונים. זייענדיג אין קאנטרי דעם פארגאנגענעם שבת, האב איך געזען ווי די זאלונים גייען ממש איבער אייערע ר"ח אלול צעטליך שנים מקרא וא' תרגום...
עכ"ז, קאן זיין אלס מיין פערזענליכער Bias, האב איך אסאך קשיות אויף דיינע ווערטער, פילע זאכן וואס לפי קט שכלי זענען עכ"פ נישט 100% ווי איר שרייבט.
אשר ע"כ וויל איך אייך איינלאדענען צו א דעבאטע אויפן אחים אנחנו פאדיום!
ווי עס איז שטארק עווידענט פון דיינע ארטיקלען, ביסטו גענוג קאנפידענט אין דיינע שטעלונגן און מיינונגן נישט מורא צו האבן פון זיי צו דעבאטירן. ממילא גלייב איך דו וועסט מסכים זיין, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר בעדי.
אזוי ווי דיינע ארטיקלעך איבער די חלוקה זענען מ'שטיינס געזאגט אביסעלע לאנג.. וואלט איך אלס א Headstart און Tryout געוואלט פראבירן אנצוהייבן –בתנאי, אז אונזער חשוב'ער מנהל וואס איז אינטערעסירט אינעם קאלירפולקייט פונעם פארום וועט ערלויבן- מיט דיין קצר הכמות ורב האיכות'דיגער ארטיקל אויף ר"ח אלול.
דער וועג וויאזוי איך שלאג פאר צו פירן די דעבאטע איז;
- עפענען א אשכול מיוחד פאר די דעבאטע ווי נאר די דעבאטירער וועלן פארמאגן רשות כתיבה.
- איך וועל פראבירן מאכן א תמצית פון דיין ארטיקל, ארויסנעמענדיג אלע דיינע פערזענליכע הרגשים און עדיטאריעלס. און עס אראפלייגן דא פאר דיין אפראוועל.
- ערשט דערנאך וואס מע"כ וועט צושטימען אז דאס איז א ריכטיגער סך הכל, וועל איך דיר שטעלן מיינע פראגעס דערויף. און דערנאך וועל איך האבן די זכי' צו הערן דיינע תשובות בפני כל קהל ועדה אשר ישנו פה. און אזוי ווייטער, ונראה דבר מי יקום.
מיינע רולס וואס איך שלאג פאר;
- נאר רעדן בדרך כבוד איינער צום צווייטן, אין דעם איז אריינגערעכנט נישט אראפרייסן אויף קיין שום פערזענליכער אופן און נישט נוצן קיין שום פערזענליכער אויסדרוק של גנאי זל"ז.
- אדרעסירן נאר איינער דעם אנדערן דירעקט און נישט צום ברייטן ציבור, כדוגמת "קוקטס נאר וואס ער זאגט" וכדומה.
- נישט פארלאנגען קיין תומ"י'דיגע תשובות מיט,ן שרייבן א תגובה ווי "נא, ווילאנג נעמט דיך צו טראכטן" וכדו'.
משני סיבות
א') איך עכ"פ, ערווארט טיפע שו"ת פון דיר וואס עס קען נעמען פאר מיין שטייטע ארוני'שע קאפ צייט צו טראכטן.
ב')איך בין עוסק על המחי' און איך געפין זיך נישטא אין באשטימטע שעות.
ווי עס ערווארט מיט כבוד צו הערן דיין אנטווארט.
Gimpele
איינער ווייסט ווי מ'קען יעצט טרעפן פארמעגליך???
בכלל פארוואס האט ער מורא זיך צו פארהערן אויף זיינע ''קראנטע'' פאקטן??? אין פארוואס זענען די זאלי'ס אזוי ווילד אויף גימפעל'ס בקשה, ווילדע אין אימאראלישע תגובות ווערן ציריקגעשאסען אויף גימפל'ן, פאר'ן האבען די חוצפה פין זיך וועלן פארהערן מיט די עשרת הדברות - פארמעגליך, ווי איין זאלי שרייבט: אבי דע רצחים זענען העפי (ווען מ'איז פארלוירן רעדט מען אזוי)
קען זיין ער איז צו פארנומען מיט זיין געבעקס וועגן צומות הגידין, (ער ארבעט שווער יעצט צו זאגען פארוואס האב קורשינסקי האט מסביר געווען אין מבצר הכוללים פינקט פארקערט ווי זיי האבען געזאגט אין זיין נאמען...)
קען זיין אז ער איז פארנועמן מיט די פאבריקאציע אז נישט דער געוועזענער משתמב''ק (דער וואס האט אויפגענומען רז''ל פאר רב) האט געשיקט ווארפן שטיינער אויף די רעבציציל ע''ה
אין צו דיר BIGSATMAR תלמדו השותא בצמא את דבריו, אפשר העלפסטו ארויס דיין רבי אין עולם המאפי' אין די פארטערטס אים אין ענקער פורום זיך צו פארהערן מיט גימפל? כ'מיין אז גימפעל קען באשטיין.