מרן המהר"א שליט"א נייע פראיעקט קעגן פאפיר
א פרישע שערורי' נעמט ארום די טעג די עולם התורה ווען מען האט אויסגעפונען אז די סטארטש מיט וואס ממאכט פאפיר ווערט גענוצט פאר עבודה זרה.
גלייך ווען עס איז באקאנט געווארן האבן זיך אלע גדולים געוואנדן צום רבי'ן שליט"א (מהר"א) דן צו זיין אין די הארבע הלכות, אלע גדולים זענען געשטאנען גרייט צו פאלגן דעם קלארן דעת תורה וואס ער איז אנגענומען ביי אלע שיכטן און קרייזן.
קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו פרעגן דעם נועם המידות'ל.
נאך לאנגע מיטונגען איז ארויסגעקומען דעם קלארן פסק אז אזאלכע פאפיר טאר מען נישט האלטן אינדערהיים, ס'הייסט אז מען האט הנאה פון עבודה זרה.
רבינו שליט"א מיט זיין זון הגה"ק ר' מנחם מענדל זענען אראפגעפארן קיין ווירדזישינע צו א מעכטיגע פאפיר פירמע און געשלאסן א דיל, און בקרוב גייט מען איבערדרוקן אלע ספרים, עס גייט טאקע קאסטן מער געלט, אבער אידן מדקדקים בקלים כבחמורה וועלן זיכער צאלן דערפאר. די ווירדזשיניע פאפיר גייט ברעכן היסטאריע, און ערליכע אידן וועלן נישט אריינעמען אין די האנט אנדערע ספרים.
די פרייז פון דער בלאט גייט ארויפגיין צו 2.50 לכבוד דעם, וואס וועט זיכער אויפגענומען ווערן מיט די ריכטיגע רעספעקט צווישן אנ"ש.
צום שאק ווערט מען געוואר אז יארן לאנג גייט שוין אן די הפקירות, און אוודאי מיינט מען נישט צו זאגן אז אלע פריערדיגע גדולים האבן געלערנט און צוזאמען געדינט עבודה זרה, אבער מען דארף זיכער טראכטן אז ס'איז מעגליך.
 |
|
|