בית פורומים כל העולם כולו

טעראר אקעגן ראשי קהל יטב לב (מהרז"ל) קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2009 20:28 לינק ישיר 
טעראר אקעגן ראשי קהל יטב לב (מהרז"ל) קרית יואל

די א.ג. קהלס לייט אין שפיץ פון דוד עקשטיין האבן געשיקט א בריוו פאר די ראשי הקהלה
פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל, אז אויב זיי טרעטן נישט ארויס פון זייערע קהליש'ע
 פאזיציעס, וועלן זיי נישט קענען ליגן אין זייער בית החיים לאחר מאוע''ש,

נישטא ווער זאל לאכן 


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/09/2009 23:43:23




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 16:29 לינק ישיר 

אויך פון מענדל שווימער האט קהל באקומען א פעטע נדבה, דורכ'ן צונעמען זיינע זיצן, און ער האט פארמאגט גאר גוטע זיצן אין שול.

דער ראפינירטער ר' דוד מאכט עס גוט. ער לאזט די זאליס שפרונגען און "צוריקשיקן" בריוו, מיט די פאנטאזיע אז ר' דוד איז אינטערעסירט צו פירן מיט זיי א בריוו געפעכט, בשעת אונטער די קאליסן פילט ער אן קהל'ס אויסגעליידיגטע קאסע.

א שאד נאר אז די זאליס האבן נישט ארויפגעלייגט מער מענטשן אויף זייער "קהל יטב לב"

די ליצנות פון די זאליס איז ריזיג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 06:46 לינק ישיר 

יאסל גאלדבערגער האט שאדן געהאט פון דעם שפיל הונדערט אלפים! יא, איר ליינט גוט, הונדערט טויזנט דאלאר!

ער האט געהאט א פאר גוטע זיצן אין גרויסן בית המדרש אין קרית יואל, ביי מזרח וואנט, און אויך אין ווייבער שול. ער האט זיך געגרייט אויף א גרינגע הכנסה פון הונדערט טויזנט דאלאר. אין די יעצטיגע עקאנאמישע צייטן מיינט עס גאר אסאך. ער האט שוין געבויט אויף דעם געלט גרויסע זאכן.

יעצט איז געקומען ר' דוד עקשטיין און געלערנט אלע זאליס בלק, זיי צוגענומען די זיצן.

די זאלי שוטים זענען די געלעכטער פון שטאט. ר' דוד האט שוין פונלאנג געווארט אויף א געלעגנהייט אז זיי זאלן אים געבן א סיבה פארוואס זיי צו צונעמען די זיצן, ווייל שוין א שיינע פאר יאר וואס קהל איז אויסגעלאפן פון זיצן און א שטארקע הכנסה האט זיך אפגעשטעלט.

מען שמועסט אז מען רעדט דא פון אן עקסטערן אינקאם פאר קהל פון 2 מיליאן דאלאר.

דאנקע שעין!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 22:02 לינק ישיר 


דאס האב איך געמיינט צי שרייבן, קען זיין אז איך האב עס נישט אזוי גוט מסביר געווען.
אז זיי קענען נישט אנקומען צי די"ת "מיט מיין נאמען" אין זאגן די נעמען זענען קהל יטב לב אין קרית יואל.


איך דערמאן זיך יעצט פאר ווער עס געדענקט נאך (נישט פאר די קווינס בחורים יעצט ווייל זיי זענען נאך געווען דעמאלס אין די ווינדעלען) ווען די זאלי'ס האבן געהייסן אינטער צי שרייבן די כתב התחייבות בשעיבוד הגוף והנפש, אז מען איז זיך מחייב אז מען וועט נישט רופן ח"ו צי "דין תורה" (דעמאלס האמיר נאכנישט געוויסט אז גיין צי דין תורה איז ביי זיי אזא גרויסע עבירה), ווער עס האט נאך די צעטעל ווערט געבעטן עס ארויפצילייגן.

אין דעמאלס האט מען געמאכט די א' שמות אסיפה. אפאר טאג נאכדעם האט זיך הגז"ל אויפגעשטעלט האלטן א דרשה אין בנין עסטרייכער, אין געזאגט אז דיין פילאפף האט אים געזאגט אז אסאך אידן וואס זענען דארט געווען (ביי א' שמות אסיפה) זענען געקומען וויינען בדמעות שליש אז זיי האבן נישט געוויסט אין זיי ווילען צריקציען אין צי אים אליין איז אויך געקומען אפאר אידן וויינען, אין ער האט זיי געגעבן א שטיק צייט צריקצוציען. 

ס'איז שוין אדרוך קנאפע 8 יאר פין דעמאלס ווייסט איינער ווי די אידן וואס האבן געוויינט מיט די דמעות שליש זענען אמגעקומען???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 21:47 לינק ישיר 

איך בין שאקירט נישט דאס אז די זאליס זענען פוסטע אמעראצים
זייער רעבע איז דאך אויך א ליידיגע שטריק.

נאר אז זיי זאלן נישט קענען ליינען קיין צעטל, נישט פארשטיין קיין פשוט'ן שטר?

דאס הייסט אנאנלפאבעטן !




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 21:45 לינק ישיר 

יקרבו. דאס איז נישט טייטש דאס.

דער וועלכער ציט צוריק שרייבט אונטער:
אז "מיין" נאמען זאל נישט קענען גענוצט ווערן ביי דין תורה אדער אין געריכט, אז איך בין פון די אויסגעשלאסענע.

דאס איז נישט טייטש אז מיר ווילן נישט גיין צו דין תורה. נאר אז מיין נאמען זאל מען נישט קענען נוצן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 21:32 לינק ישיר 



אוי רבוש"ע וואס גייט פאר מיט די זאליס?? האבן זיי טאקע אלע איבערגעכאפט די זאלי סינדארעם זענען זיי אלע טאקע געווארן אמעראצים?? אביסל לשון הקודש קענען זיי שוין נישט טייטשען??

איך וועל זיי דא עס איבערטייטשען ווארט ביי ווארט, אפשר וועלן זיי זיך ציביסלעך אויסלערנען צי ליינען לשון הקודש.

"והנני מבטל בזה שום פעולה שנעשית על שמי בעבר ע"י הקהלה החדשה, ולא יתעבד ביה דינא לא בדיני ישראל ועל אחת כמה וכמה לא בערכאות של עכו"ם"

אין איך בין מבטל יעדע זאך וואס איז געטוהן געווארן אויף מיין נאמען אין די פארגאנגענהייט דורך די נייע קהל, אין ס'זאל נישט געטאן ווערן "מיט דעם" קיין דינא נישט ביי א דיני ישראל אין זעכער נישט אין קאורט פין גוים.

 (וואס מיינט אז מיט די פעולה וואס איז געטאן געווארן מיט מיין נאמען איז בטל, אין עס קען נישט גענוצט ווערן ביי א דין תורה אדער קאורט למשל זיי קענען נישט אנקומען צי א דין תורה אז זיי זענען קהל וכו')

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 01:45 לינק ישיר 

פאני, אין די זעלבע בריוו זאגט ר' דוד עקשטיין אז ער איז גרייט צו גיין צו דין תורה.

כיצד יתקיימו שניהם?

גאנץ פשוט, דער נארמאלער מענטש וועט דא זען אז מקען רופן צו די"ת אבער נישט מאכן קיין פאקטן ביי די"ת, א זאלי וועט זען דא נאר וואס ער וויל (נישט) זען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 01:34 לינק ישיר 

די זעלבע ת"ח וואס איז שווער די סתירה איז אויכעט שווער

פארוואס איז מען דן די מצרים אויף מחשבה אמער (דא דרייט מען מיטען פינגער) מאיז דאך נישט דן אויף מחשבה ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 01:18 לינק ישיר 
די מעכטיגע ראי'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 01:14 לינק ישיר 
זענען די זאלי'ס אזוי פאריקט

א מעטיגע פשטעל פארוואס די סאטמערע ווילן נישט קומען צו די''ת (סוי פארוואס האבען די זאלי'ס אזא מסירת נפש קעגן אינטערשרייבען שטרי בירירון) די מעטיגע המצאה איז אויפגעקומען אין די זאלי פארום/שפתי צדק דורך א באקאנטע בעקער אין  די קליינקעפיקע שיקען עס שוין ארום מיט שמחה אויף די אימעיל.


כ'וועל אראפברענגן די תמצית,
נעבעך!

---------- Forwarded message ----------
From: Satmar Report <[email protected]>
Date: 2009/9/1
Subject: Make up your mind!
To:

 


די ארוינים האבן אזא מנהג צו לייגן אין דער בלאט יעדע 2-3 וואכן אזא סארט נוסח "מסרבים לדין קומט צו דין תורה"

חוץ לויפן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אין קארט און שרייען אין דער בלאט - א צייטונג וואס ווערט סיי ווי נישט געליינט דורך סאטמארע חסידים בכלל און דורך די וועם זיי "רופן" צו דין תורה בפרט - , טוען זיי גארנישט, אויב ווילט איר דין תורה פארוואס שיקט איר נישט קיין הזמנה? אויב ווילט איר דין תורה פארוואס זאגט איר דאס נאר אין א צייטונג וואס ווערט נישט געליינט דורכן צווייטן צד?

{יענקל: קיין פאסט קוקען ענק אויך נישט??, אדרבה כ'האלט אז קהל דארף אריינלייגען א איד אינעם משכיל'שען יוד......}

די אמת'ע תירוץ ווייסן מיר: זיי ווילן "נישט" דין תורה, זיי דארפן דאס נאר צו האלטן די קלעבלעך ווארעם - זיי זאלן באצאלן צום צווייטען מאל פאר זיצן וואס געהערט נישט פאר זייער קהל - דעריבער רעדן זיי צו זייערע קלעבלעך און בכלל נישט צו די וועם זיי וואלטן געדארפט רעדן!

יעצט איז נאר די מעשה געווארן אינטערסאנטער, ביז היינט האבן מיר געמיינט אז זיי ווייסן בכלל נישט ווער דער צד שכנגד איז וואראום זיי זענען דאך אומבאמערקטע און אומבאקאנטע פרשוינען, נא אויב ווייסט מען נישט ווער זיי זענען שרייבט מען אין צייטונג, אבער איצטער זענען מיר געוואר געווארן אז זיי ווייסן שוין איינמאל ווער די צד שכנגד איז און אויך ווייסן זיי די פונקטליכע היים-אדרעסן!

יעדער פון זיי האט באקומען א בריוו צו זיך אהיים! וואס שטייט אין דער בריוו וועלן מיר באלד זען, קודם א אנדערע נקודה.

נישט לאנג צוריק איז אוועק א איידעלער אינגערמאן אין קרית יואל, פון די גרעסטע עסקנים פאר יעדען יחיד אפילו פאר חסידים פונם הגה"ק, די ארוינים וועלכע זענען לעת עתה בעל הבית אויפן ביה"ח האבן געפאדערט פון הרה"ח ר' שאול - דער טאטע פונם נפטר אז ער זאל אינטערשרייבן אז ער גיבט אויף אלע תביעות בשם קהל יטב לב, פארשטייט זיך אז ר' שאול האט נישט נאכגעגעבן. צו פארענטפערן דעם אומדערהערטן חוצפה און עזות פון גנב'ענען פון א אויסגעצאלטע מעמבער זיין חלקה אויפן ביה"ח בפרט נאך ווען די תירוץ איז געווען "זיין טאטע..." האבן זיי געניצט א תירוץ אז "דער טאטע" האט נישט געוואלט ארויסגיין פון ערכאות! "מיר האבן געפאדערט ער זאל אינטערשרייבן אז ער איז גרייט צו גיין צו בי"ד, האט זייער בלאט געפאמפעט. פון די אנדערע זייט שטייט ר' שאול און זאגט איר האט קיין בי"ד נישט געפאדערט איר האט געפאדערט א 100%
 וויתור א זאך צו וואס איך בין סיי ווי נישט בארעכטיגט!

{יענקל: די ערשטע ליגענט פין שאול - אגב אויב איז ער נישט בארעכטיגט פארוואס קען עס נישט אינטערשרייבען אין ס'וועט דאך ממילא נישט ווערט זיין ווייל ער איז נישט בארעכטיגט?}

נא ווער איז גערעכט?

הער און שטוינט!

כמעט 2 וואכן נאכדעם וואס די ארוינים האבן אפגעהאלטן די קבורה פון ר' עוזיאל יעדע 20 מינוט מיט א אנדערע תירוץ כידוע איינער פון די תירוצים זענען געווען אז היות ער דינט אין קהל יטב לב ד'סאטמאר - קרית יואל וועלכע איז נישט נכנע אינטערן עגל איז ער "אוטאמאטיש" אויסגעשלאסן פון קהל און האט נישט קיין רעכטן פון א מעמבער.

יעצט 2 וואכן דערויף ווערן מיר געוואר אז יענע תירוץ איז געווען א שמואל ווידער בלאט מעשה! באמת איז ער נישט אויסגעשלאסן אוטאמאטיש, וראה זה פלא אלע וועלכע געפינען זיך אויף קהל יטב לב ד'סאטמאר - קרית יואל האבן באקומען א בריוו אז אויב וועלן זיי נישט אינטערשרייבן א געוויסע צעטל ביז 15 טעג וועלן זיי ווערן אויסגעשלאסן פון קהל!

איר פארשטייט? זעט אויס אז דוד עקלשטיין האט זיך נישט קיין סאך גערעכנט מיט דעם אז דער מוח וואשער שמואל ווידער וועט בלייבן צונאר.

ווייטער, וואס פאדערן די ארוינים אין דעם בריוו? אוואדאי אז זיי ווילן דין תורה! ניין? ניין! הערט און שטוינט!

אינם ענוועלאפ איז געווען 2 בלעטער, איינס א בריוו פון קהל יט"ל בראשות הגה"ס  ווי זיי קלערן אויף די אומוויסענדע נארישע זאליס מיט וואספארא פייער זיי שפילן! און די צווייטע איז א צעטל וואס די 46 חברי הנהלה דארפן אינטערשרייבן.

די לצים האבן אינם בריוו מיטן לעדער העד געשריבן צום סוף אז זיי זענען זיך גרייט צו שטעלן צו א דין תורה, אבער אינם צווייטען בריוו (אן א לעדער העד, דאס וואס די 46 דארפן אינטערשרייבן) שרייבן זיי קלארע ווערטער "ולא יתעבד בי' דינא לא בדיני ישראל ועל אחת כמה וכמה לא בערכאות של עכו"ם"

איר הערט ווערטער? אויפן לעדערהעט, אויפן צעטל וואס זיי גייען דריקן אין "דער בלאט" שרייבן זיי אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אבער אינם חתימה (ביסעלע טינט) פאדערן זיי אז די 46 זענען מוותר אויף "אלע" תביעות און אפילו צו דין תורה וועלן זיי נישט גיין!


מיר זענען גרייט צו קומען צו דין תורה!
 


מיר זענען "נישט" גרייט צו קומען צו דין תורה

{יענקל: זאלי'ס, ענק וועלן פאר גיין געלט אויף די וועלט נישט קענען באהאלטן ענקער שמיץ, יעדער ווייסט אין זעהט ווער  זענען די מסרבים לדין, יעדער גלייבט ענדערש הגאון רבי ישראל דוד הארפענעס ווי שאול פערלשטיין, יעדער האט געזעהן די הזמנה פין קהל אין יעדער ווייטס ענקער ענטפר דערצו איז געווען, אין ''קיינער'' ווייסט נישט וואס ענקער היתר פאר די אלע ערכות'ער זענען}



תוקן על ידי rebyankel ב- 02/09/2009 1:28:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 00:38 לינק ישיר 

מען גייט עס איבערפלאנצען
אבער ס'האט נאך א דין ערלה..........



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2009 00:37 לינק ישיר 

וואס גייט למעשה זיין מיט קהל ויוא-ל משה? גייט מען דאס איבערפלאנצען אזויווי מ'האט איבערגעפלאנצט די זאלי מוסדות פאריאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 00:27 לינק ישיר 

מען שמועסט אז פין דעם קען קרית יואל'ער קהילה מאכן א מיליאן דאללער פין די זיצן
וואס די זאלי באנדע פארלירן

אשריך ר' דוד כה לחי'



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/9/2009 00:23 לינק ישיר 

פארוואס ריפן זיי נישט צי דין תורה דוד עקשטיין ?
לויט נישט ר' מנשה מראסס סטריט עולמי קיין דין תורה אין קרית יואל אויך נישט ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/9/2009 22:03 לינק ישיר 

איך זע נישט פארוואס קהל איז אזוי ווילד, האבן זיך אפאר יונגעלעך צוזאם גענימען שפילען קהל?! די וועלט ענדיגט זיך ?מען קען זיך עפעס מיט יעדען משיגענעם ארום אמפערען?

די זאליס און קרית יואל זענען ביטערליך אנגעווייטאגט, און יעדער פון זיי דרייט זיך ארום מיט אנדערע אשזענדע,
משה מאנראויער מיט שלמה מעכיל ווילען צירוק ווערן די בעלי בתים פון וועד הקיריה

מאיר דייטש האט געלייגט א אויג אויפן מעאר'ס שטיל

מענדל שווימער וויל ציריק געווינען זיין רעספעקט, וואס ער האט ביטערליך אנגעווארען ווען רוב שטעטעל האט אים געזאגט, אז מען וויל אים נישט האבן פאר מעאר

זריעללל גליק וויל ציריק ווערן יושב ראש פון חברה קדישא,

חזקאל גליק וויל ציריק ווערן בעל קורא ביי מנחה

ר' יצחק מאנדעל וויל ציריק ווערן א שיינע יוד

חזקאל בראך, וויל זיין האבן זיינע עסטעטס און די ווילידש, מי שיש לו מנה רוצה מתיים

יוסל וואלדמאן וויל דער שטעטעל זאל פארברענט ווערן

אזוי ווייטער און ווייטער

יעצט האבן א פאר משוגעים באשלאסען אז זיי ווילען ווערן קהל,

און מען מאכט זיך וויסענדיג פון זיי! פארוואס?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טעראר אקעגן ראשי קהל יטב לב (מהרז"ל) קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext