בית פורומים אחים אנחנו

קומט צו די"ת! מיר ווילן די"ת! טאקע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2009 23:45 לינק ישיר 
קומט צו די"ת! מיר ווילן די"ת! טאקע?

די ארוינים האבן אזא מנהג צו לייגן אין דער בלאט יעדע 2-3 וואכן אזא סארט נוסח "מסרבים לדין קומט צו דין תורה"

חוץ שרייען אין דער בלאט - א צייטונג וואס ווערט סיי ווי נישט געליינט דורך סאטמארע חסידים בכלל און די וועם זיי "רופן" צו דין תורה בפרט - און לויפן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אין קארט, טוען זיי גארנישט, אויב ווילט איר דין תורה פארוואס שיקט איר נישט קיין הזמנה? אויב ווילט איר דין תורה פארוואס זאגט איר דאס נאר אין א צייטונג וואס ווערט נישט געליינט דורכן צווייטן צד?

די אמת'ע תירוץ ווייסן מיר: זיי ווילן "נישט" דין תורה, צו האלטן די קלעבלעך ווארעם - זיי זאלן באצאלן צום צווייטען מאל פאר זיצן וואס געהערט נישט פאר זייער קהל (א. בעדפארד ב. פישמאנס-קראסנא לאט). - רעדן זיי צו זייערע קלעבלעך און בכלל נישט צו די וועם זיי וואלטן געדארפט רעדן!

יעצט איז נאר די מעשה געווארן אינטערסאנטער, ביז היינט האבן מיר געמיינט אז זיי ווייסן בכלל נישט ווער דער צד שכנגד איז וואראום זיי זענען דאס אומבאמערקטע (עיין סבלנות דרשה) און אומבאקאנטע פרשוינען, נא אויב ווייסט מען נישט ווער זיי זענען שרייבט מען אין צייטאנג, אבער איצטער זענען מיר געוואר געווארן אז זיי ווייסן שוין איינמאל ווער די צד שכנגד איז און אויך ווייסן זיי די פונקטליכע היים-אדרעסן!

יעדער פון זיי האט באקומען א בריוו צו זיך אהיים! וואס שטייט אין דער בריוו וועלן מיר באלד זען, קודם א אנדערע נקודה.

נישט לאנג צוריק איז אוועק א איידעלער אינגערמאן אין קרית יואל, פון די גרעסטע עסקנים פאר יעדען יחיד אפילו פאר חסידים פונם סבלן הדור הגה"ק (פאר די וואס ווייסן נישט, זיין ויזתא סאשא איז געקומען מנחם אבל זיין די אלמנה צוליב די טויזענטער'ס וואס זי פלעגט באקומען פונם נפטר). די ארוינים וועלכע זענען לעת עתה בעל הבית אויפן ביה"ח האבן געפאדערט פון הרה"ח ר' שאול - דער טאטע פונם נפטר אז ער זאל אינטערשרייבן אז ער גיבט אויף אלע תביעות בשם קהל יטב לב, פארשטייט זיך אז ר' שאול האט נישט נאכגעגעבן. צו פארענטפערן דעם אומדערהערטן חוצפה און עזות פון גנב'ענען פון א אויסגעצאלטע מעמבער זיין חלקה אויפן ביה"ח האבן זיי געניצט א תירוץ אז "דער טאטע" האט נישט געוואלט ארויסגיין פון ערכאות! "מיר האבן געפאדערט ער זאל אינטערשרייבן אז ער איז גרייט צו גיין צו בי"ד, האט זייער בלאט געפאמפעט. פון די אנדערע זייט שטייט ר' שאול און זאגט איר האט קיין בי"ד נישט געפאדערט איר האט געפאדערט א 100% וויתור א זאך צו וואס איך בין סיי ווי נישט בארעכטיגט!

נא ווער איז גערעכט?

הער און שטוינט!

כמעט 2 וואכן נאכדעם וואס די ארוינים האבן אפגעהאלטן די קבורה פון ר' עוזיאל יעדע 20 מינוט מיט א אנדערע תירוץ כידוע איינער פון די תירוצים זענען געווען אז היות ער דינט אין קהל יטב לב ד'סאטמאר - קרית יואל וועלכע איז נישט נכנע אינטערן עגל איז ער "אוטאמאטיש" אויסגעשלאסן פון קהל און האט נישט קיין רעכטן פון א מעמבער.

יעצט 2 וואכן דערויף ווערן מיר געוואר אז יענע תירוץ איז געווען א שמואל ווידער בלאט מעשה! באמת איז ער נישט אויסגעשלאסן אוטאמאטיש, וראה זה פלא אלע וועלכע געפינען זיך אויף קהל יטב לב ד'סאטמאר - קרית יואל האבן באקומען א בריוו אז אויב וועלן זיי נישט אינטערשרייבן א געוויסע צעטל ביז 15 טעג וועלן זיי ווערן אויסגעשלאסן פון קהל!

איר פארשטייט? זעט אויס אז דוד עקלשטיין האט זיך נישט קיין סאך גערעכנט מיט דעם אז דער מוח וואשער שמואל ווידער וועט בלייבן צונאר.

ווייטער, וואס פאדערן די ארוינים אין דעם בריוו? אוואדאי אז זיי ווילן דין תורה! ניין? ניין! הערט און שטוינט!

אינם ענוועלאפ איז געווען 2 בלעטער, איינס א בריוו פון קהל יט"ל בראשות הגה"ס (תרתי משמע, הגס און הגארנישט הסבלן) ווי זיי קלערן אויף די אומוויסענדע נארישע זאליס מיט וואספארא פייער זיי שפילן! און די צווייטע איז א צעטל וואס די 46 חברי הנהלה דארפן אינטערשרייבן.

די לצים האבן אינם בריוו מיטן לעדער העד געשריבן צום סוף אז זיי זענען זיך גרייט צו שטעלן צו א דין תורה, אבער אינם צווייטען בריוו (אן א לעדער העד, דאס וואס די 46 דארפן אינטערשרייבן) שרייבן זיי קלארע ווערטער "ולא יתעבד בי דינ לא בדיני ישראל ועל אחת כמה וכמה לא בערכאות של עכו"ם"

איר הערט ווערטער? אויפן לעדערהעט, אויפן צעטל וואס זיי גייען דריקן אין "דער בלאט" שרייבן זיי אז זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אבער אינם חתימה (ביסעלע טינט) פאדערן זיי אז די 46 זענען מוותר אויף "אלע" תביעות און אפילו צו דין תורה וועלן זיי נישט גיין!


מיר זענען גרייט צו קומען צו דין תורה!
 


מיר זענען "נישט" גרייט צו קומען צו דין תורה!


צו די אדרעסן אהיים שרייבן זיי "וואגט אונז נישט צו רופן צו דין תורה, אויב וואגט איר זיך, פארלירט איר אלע רעכטן"
אין בלאט שרייבן זיי "מיר זענען גרייט צו גיין צו דין תורה"

היפאקריטן האט שוין איינער דערמאנט דא?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 06:26 לינק ישיר 

גאנץ א גוטער פשט, די שאלה איז אבער צי ווען איינער זאל אונטער שרייבן אזא צעטל, קען ער זיין זיכער אז בית דין וועט עס אזוי אויסטייטשן.


אין מיינע אויגן איז דאס א חיה'אישקייט, אפילו לויט דיין פשט. ווייל אויב זיי האלטן אז זיי האבן טענות פארוואס צו זיין קהל, האבן זיי רעכט פאר דין תורה, און זיי האבן רעכט צו פאדערן ביי דין תורה אז זייער התמנות דארף אנערקענט ווערן.

געדענקט! פאר עס איז נישט דא קיין דין תורה קען מען עס נישט פסק'ענען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 05:34 לינק ישיר 

בין איך דער איינציגסטער דא, וואס פארשטייט נישט דאס גרויס שמחה מיט דעם צעטיל?

דארט שטייט נישט אז איך וועל נישט האבן קיין  תביעה בדיני ישרא', עס שטייט "ולא יתעבד ביה דינא לא בדיני ישראל" באציענדיג זיך אויפן התמנות פון די נייע קיט"ל.
ד"מ אז איך וועל נישט נוצן דער התמנות אין א תביעה בבי"ד דערקלערענדיג אז איך בין קיט"ל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 02:51 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס דער איד וויל מיט דעם צעטל
עס איז גארנישט ווערט.

ווער עס וויל קען מאכען א מסירת מודעה פאר צוויי עדים וואס זאלן שרייבען אויף א שטר אז ער איז געצווינגען. דערנאך קען ער חתמענען אויף דעם צעטל אין דערנאך קען ער רופען די אהורנים אין בית דין.

עס איז א נארישקייט זיך איינצורעדן אז מען קען איינעם סטאפען מיט אזא צעטל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 00:38 לינק ישיר 

עקשטייין איז דאך א גוי (אזוי ווי מרן ברך משה זצ"ל האט אים באטיטולט)

אין דער שוטה רשע וגס רוח איז דאך א פחדן צו רופען(ער וועט אלעמאל שיקען דעם יענעם אבער ער אליין וועט נישט רופען) צו דין תורה פאר זיין געוועזענער רבנות ווייל  לא עביד בא דיינא בדיני ישראל

ער וועט נאר גיין אין קארט ווי קהל וועט אים לערנען א לקח אין הלכות ערכאות 
רעלידזשעס טינג בלע"ז


תוקן על ידי פערדעריי ב- 02/09/2009 0:36:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 00:31 לינק ישיר 

 איל וועל איבערשרייבען מיין תגובה פין דעם אנדערן אשכול פין היינט צופרי

קען דער שוטה מסביר אז מען דארף סיינען א אשר יצר פאפיר 

אז  לא עביד בא דיינא בדיני ישראל



לויט די דאגמא פין דעם שוטה רשע וגס רוח מען טאר שוין נישט האבן קיין תביעה בדיני ישראל ? 

אויב האט ער א פראבלעם קען ער רופען צו דין תורה 

אין בית דין הולך אחר הנתבע

אויב רופט ער צום קארט   

עס איז  ליין גוט

רעלידזשעס 


די ארגינעלע אין ערליכע קהילה קהל יטב לב בקרית יואל  וואס זענען ממונים ועומדים צו דינען אין די קהילה  אלץ ראשי וטובי העיר קרית יואל   מרבותינו הקדושים ממרן  בעל ויואל משה זי"ע  ובעל ברך משה זצ"ל

וועלן מקיים זיין רצון קדשם  צו זיין על משמרת הקודש צו דינען אלץ ראשי וטובי העיר קרית יואל אלץ   פרנסי הציבור  די ארגינעלע אין ערליכע קהילה קהל יטב לב בקרית יואל  אזוי ווי זיי האבן דאס מקבל געוען מהם ולבניהם אחריהם בלי שום שינוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 00:11 לינק ישיר 

די ווערטער "ולא יתעבד ביה דינא לא בדיני ישראל" איז ווערט אלע געלטער, און עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה וואספארא שקרנים זיי זענען, היפאקריטן איז נישט דאס ווארט.


תוקן על ידי א_צווייטער ב- 02/09/2009 0:08:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/9/2009 23:54 לינק ישיר 

דאס איז דער פידעל רבי
יעדן טאג אן אנדערע ניגון, פארוואס נישט?
דער פידעל וועט אייך זינגען וואס איר ווילט, געוואנדן ווי אזוי די ציסט אים,
אנטשלדיגט נישט א יעדן טאג, נאר דאס מאל אינעם זעלבן ענוועלאפ 2 נגינום,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > קומט צו די"ת! מיר ווילן די"ת! טאקע?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext