איינער ווייסט וואס טוט זיך אין מאלטא????
איינער ווייסט וואס איז געבליבן אין מאלטא האט מען שוין אויפגעהערט צו גראבען?
ווען מאכט שטערן די נעקסטע פראטעסט קעגן זיי?
_______________________
פארגאנגענע חוה''מ פסח, נאכדעם וואס די זאלי'ס מיט זייערע נאכשלעפר זענען געווען זייער באשמיצט נאכען דורכגעפאלענע באל אין מעריאט האטעל קעגן הגאון הגדול רבי אליקום שלעזינגער, {וואס יעדער נארמאלער רב אין יעדער נארמאלער מענטש האט באויקאטירט ציליב איר שמיציגער ציל אין נידריגע ארגענעזירער, אין מ'האט דעמלאטס געזעהן ווי ווייט די שנאה תאווה אין כבוד קען אוועקפירן א מענטש, צו פראטעסטירן קעגן די שפאנישע רעגירונג נאכדעם וואס זיי האבען ציגעזאגט אז זיי גייען ציריקגעבן די עצמות אין לאזען באערדיגען אינעם שטח הביה''ח, אין די גאנצע חטא איז געווען איז מ'גייט עס געבן פאר וועד להצלת בתי חיים אין נישט פאר די בעלי מחלוקת}
האבען זיך די זאלי'ס געוואלט ריינוואשען אין איבערנאכט ארגענזירט א מעכטיגע פראטעסט קעגן די רעגירונגט אין מאלטא צו ווייזען אז זיי נעמען קער פין בתי חיים...
{אגב: קען זיין אז ס'דא אזא שטאט, אין קען זיין אז דארט איז דא א ביה''ח אין קען זיין אז מ'גראבט דארט, אבער דאס איז זיכער אז זיי האבען ג'שתל'דט קעגן די חפירות די זעלבע ווי אין שפאניע...וד''ל),
ווי עס האבען זיך באטייליגט צווישען 15 אין 26 מענטשן (ווענד זיך אויב מ'רעכנט אויך די פאליס) ווי מ'האט אויסגעשריגן דעם ווייגערשריי אבער ווי נאר זיי האבען געזעהן אז די היימישע'ר עולם לאכט נאך אלץ פין זיי אין קוקט זיי אראפ ווי פריער, זענען זיי שטיל געווארען מיט דעם מאלטא......אין עד היום הזה ווארט איך נאך צו הערן וואס איז די נעקסטע שריט קעגן מאלטא.
 |
|
|