בית פורומים אחים אנחנו

ערשטע מאל: צוויי וואכן, ר' אהרן נישט אויף די דעקלעך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2009 20:04 לינק ישיר 
ערשטע מאל: צוויי וואכן, ר' אהרן נישט אויף די דעקלעך

היסטאריע שפילט זיך אין די טעג אפ אין די אידישע וועלט. דער שר הכשרות, דער חכימא דיהודאי, דער גאון עולם, דער שר הוויצן, דער שר הטבחים, כ"ק מרן הגה"ק והטהור נוטר ברית, רבי אהרן טייטלבוים שליט"א איז נישט צום זען. עס איז איצט די ערשטע מאל זייט בילדער מאגאזינען האבן אנגעהויבן צו ערשיינען און באלייכטן די וועלט אז דער גרויסער צדיק ופרוש ר' אהרן'ס לעכטיגע צורה געפינט זיך נישט אויף די דעקלעך פאר צוויי גאנצע וואכן אין איין צי.

כלל ישראל איז פארלוירן, מען ווייסט נישט וויאזוי מען גייט דורכשפרייזן די ביטערע צייטן אין גלות, און די גרויסע הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה אן דעם וואס מען וועט האבן די זכיה צו זען דעם הייליג פנים פון דעם קדוש הדור. די אומ'אחריות'דיגע ארומיגע פון ר' אהרן, באגרייפן נישט די ערנסטקייט פון די הייליגע טעג וואס קומען אט אט אן. זיי ווייסן נישט וויפיל עס מאכט אויס אז דער גרויסער און מעכטיגער רבי איז נישט אויף קיין איין בילדער מאגאזין. מיר ווייסן נישט וויאזוי אונזערע קינדער וועלן זילך מחזק זיין אויב וועלן זיי נישט זען דעם רבי'ן אריינגעבויגן צווישן די קינדער פון די סאטמארער בתי חינוך. זיי ווייסן נישט אז דאס כלל ישראל וויל זען על ישראל הדרתו ועל ישראל תפארתו, די הייליגע צורה פון וואו א לעכטיגע שיין שפראצט כסדר.

איך האף נאר איין זאך, אז די סיבה נישט ארויפצולייגן ר' אהרן אויף די דעקלעך איז נישט צוליב א מאנגעל אין געלט. ווייל דאס איז פיל אן ערגערער קלאפ ווי נישט צו האבן קיין געלט פאר די חודש'ליכע רענט פון 14 הופער וואו עס געפינט זיך דער בית המדרש המפואר והגדול והנורא ומעכטיג וואו עס איז אנגעזאפט פול מיט אידישע טרערען וואס ר' אהרן מאכט דארט רינען פון די אויגן. עס איז נישט פאראן נאך איין שול אין די וועלט וואס האט אזויפיל טרערען אין זיך ווי דער בית המדרש המפואר והגדול והנורא ומעכטיג.
 
מען האפט אז דער גרויסער זארגער פאר כשרות אין אמעריקע ווען זיין ווי אמשנעלסטן צום ווידערזען אין אלע מאגאזינען און אויף אלע דעקלעך. מיר בעטן דעם בוכ"ע, אז ער זאל חונן דעת זיין פאר די ארויסגעבער פון די מאגאזינען, איינצוזען אז זיי מוזן אריינשטעלן די לעכטיגע צורה פון דעם אפגעהיטענע צדיק וטהור, ווייל עס איז טוט פיל מער אויף ווי אלע שובבי"ם תורות און אלע מוסר ספרים. די הייליגע צורה ברענגט אריין קדושה, הן ביי די יונגלעך און הן ביי די מיידלעך. הן אין קרית יואל און הן אין וויליאמבסורג. הן אין בארא פארק און הן אין מאנסי. הן דאהי און הן אין אויסלאנד. הן ביי די עלטערע אידן און הן ביי די יונגעלייט.

מיר קענען נאר בעטן דעם בוכ"ע אז די קומענדיגע וואך זאל שוין זיין דאפעלט בילדער פונעם גרויסן קדוש וטהור, ווי ער איז אין לאנדאן און ווי אויך אין טעקסאס. ווי די ווייסער גיבן איבער, האבן די מאגאזינען אויפגענומען א ספעציעלן קאראספעדאנט אין טעקסאס וואס וועט זיין מוכן ומזומן 24 שעה אין טאג נאר צו כאפן בילדער און ווידעאו פון דעם שר הטבחים וואס האפט צו פליען כאטש איינמאל א וואך קיין טעקסאס צו "זיין" שחיטה. עס הייסט איצט אז ווען דער רבי וועט זיין צוגעלייגט טראכטנדיג פון די "אומגעוויטשענע געסט", וועט זיך דער דער צדיק נשגב זיך אויפהייבן און פליען קיין טעקסעס, וואו דער קאראספעדאנט וועט כאפן ווי מער בילדער. איין בילד אנגעטאן מיט א נעץ אויפ'ן קאפ, וואס דאס האט אונזער ר' אהרן זייער ליב. איין בילד מיט א ווייסן כאלאט וואס זיין נאמען וועט זיין אי"ה אויפגעשריבן דערויף. און אזוי וועט אי"ה זיין בילדער יעדע איינציגע וואך אין אלע פלעצער וואס לייגן בילדער.

דער אויבערשטער זאל אונז עכ"פ אויף איצט העלפן אז מיר זאלן האבן א גוט יאר אפילו די בילדער מאגאזינען האבן שוין נישט אריינגעלייגט קיין בילדער פון ר' אהרן שוין פאר צוויי גאנצע וואכן. אמן.

נ.ב. א ווארענונג פאר די בעלי בתים פון כל העולם כולו און העולם החרדי: אויב וועט די קומענדיגע וואך אויך נישט זיין ר' אהרן אויפ'ן דעקל, וועלן זיין ווערן אויסגעשלאסן פון די קהילה. איר וועט נישט קענען האבן קיין שום טענות ווייל מיר האבן אייך געווארנט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 20:13 לינק ישיר 

אויסגעצאלט אלע טיקעטס אינקלודעט דער פאטאגראפירער,

אבער וואזערס טיקעט נישט, ווייל קיין געלט פאר מוסדות סאטמאר מאנסי האט מען נישט אהיימגעברעגנט און אודאי נישט פאר פישמאן'ס לאט אדער דעם איירען ווארקער אדער די לויערס,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 19:21 לינק ישיר 

ב"ה, בילדער פון די לעכטיגע און הייליגע צורה פון הגה"ק  ר' אהרן שליט"א ערשיינט שוין ווייטער נאך א קורצן אפשניט פון צוויי וואכן.

דער רבי קוקט אויס זייער גוט אויף די בילדער און ווי די מבינים זאגן איז דער רבי זייער פרייליך אז די דעקלעך טראגן ווידער זיין הדרת פנים.
עס זענען דא בילדער ווי דער רבי בלאזט שופר אין לאנדאן, ווי ער שפאצירט אין די גאס, וואס אויף דעם בילד זעט דער רבי אויס ווי א תקיף, א לידער און א פירער.
ווי די חסידים גיבן איבער, האט זיך שוין אויסגעצאלט די נסיעה קיין ענגלאנד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 04:17 לינק ישיר 

דער רבי ז"ל פלעגט זאגן איין טאג וואס מען שרייבט נישט אויף מיר אין די ציוניסטישע צייטונגען דארף איך מהרהר בתשובה זיין - ער פלעגט אויספירן מען לאזט מיך נישט תשובה טוהן,

אונזער קדוש'ל זאגט אז איין וואך וואס ער איז נישט אין די ציוניסטישע צייטונגען אויפן דעקל אדער אינטערוויא - איז ער מהרהר בתשובה - יעצט חודש אלול האט מען געלאזט דעם קדוש תשובה טוהן אויף צוויי וואכן,






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2009 05:57 לינק ישיר 

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, און מיר זאלן ווייטער זוכה זיין זיך מתחמם זיין לאורו פון דעם סבלן וקדוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 03:47 לינק ישיר 

א שאד דיינע אזהרות מען האט באצאלט טיקעטס קיין לאנדאן פאר פאטאגראפיסטן צו לייגן אויפן די דעקלעך שיינע בילדער - די שיינע פייקעלעך א נחת צו קוקען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ערשטע מאל: צוויי וואכן, ר' אהרן נישט אויף די דעקלעך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext