בית פורומים אחים אנחנו

ארוינישע בעיביס אויסגעשפילט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2009 20:15 לינק ישיר 
ארוינישע בעיביס אויסגעשפילט

התאחדות הרבנים\סאטמאר האבן שוין געמאכט צענדליגער אויב נישט הונדערטער פיקעטינג'ס קעגן די איזרעילי קאנסול אין מאנהעטאן, קיינמאל האט מען די קארס נישט באקלעבט מיט פלאקאטען און קיינמאל איז מען נישט ארויסגעפארן צוזאמען וד"ל.

יעצט האבן די ארוינים מחליט געווען צו ווייזן אז זיי זענען שטארק האבן זיי געדריקט פלאקאטן און הייסן דאס אנקלבען אויף אלע קאר'ס, אויך הענגען אין זייערע בתי מדרשים צעטלעך ווי "חוב קדוש" צו קומען "מיט א קאר" "אויב האט איר נישט א קאר, מאכט זיכער צו בארגען" וכדו' זאכן וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געטון און געפאדערט.

התאחדות זענדיג די קינדער שפיל וואס די ארוינים מאכן דא האבן געטוישט דעם פלאן פון א פיקעטינג צו א עצרת מיט דרשות, א געוונטליכער פארטעסט ווי דער עולם שרייט אויס און די גאסן קבל תבל ומלואה.

יעצט האבן די ארוינים מחליט געווען אז זיי קומען נישט! זיי גייען גיין מארגען! און זיי וועלן "יא" מאכן א פיקעטינג (צו דרשות האבן זיין נישט קיין געדולד, וד"ל) מ'גייט אנצינדען 1010 און פאַפעֶ

אויס מורא אז זיי וועלן בלייבן חוזק שיקן זיי יעצט ארום קאר'ס אין וו"ב און אין ב"פ אויסרופן אז די פראטעסט איז אפגעשטיפט פאר מארגען!

ס'וועט זיי העלפן א טויטע באנקעס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 03:43 לינק ישיר 

די ארונים האבן געהאט א פראבלעם מיט דעם פראטעסט ווייל עס איז געמאכט אינטערן לעדער העד פון התאחדות וואס איז אויף די מאמענט דער גרעסטער שונא פאר אהרן, ווייל התאחדות האט גשריבן פאריגע וואך אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט צומות הגידין, האט ער געמוזט ארויפליגן דעם פראטעס אויף זיין טיש און באהאנדלען וואס צו טוהן,

זיי זענען אויפגעקומען מיט א המצאה אז מען גייט מפרסם זיין א שרעקליכען שארפן צעטל קעגן די ציונים פון ר' יונה'ס קהלה אין ירושלים, אויף זיין גאס רחוב יונה, אז זייער דיין משה טייטלבוים וועלכער איז דער לוחם מלמחת ה' מיט די ציונים האט מען אנגעשפריצט מיט גאז-

משוגעים די ועלט דרייט זיך איבער מיט אריבערפארן אידן מיט קארס - שיסן הייסע קוילן - און זיי זענען ביזי אז מען האט געשפריצט גאז אויף די גאס - ווי עס זעהט אויס איז דער לוחם מלחמת ה' נאך קיינמאל נישט געווען מוחה זיין אין ירושלים ווייל ווער עס איז נאר אמאל געווען אויף הפגנה איז צוגעוואוינט צו די שפריצן גאז אדער רויעך, און דער משה טיילבוים פארלאנגט א הוספה צו זיין געהאלט - ער האלט נישט ביים שרייען אויף די גאסן ווי א שבב'ניק ער איז נישט צוגעוואוינט צו די נארישקייטן ער האט גארנישט מיט סאטמאר אין קנאי'ס געהאט איינגעלייגט,

גאנץ א גוטער מהלך צו מאכן דעם יונה דיין אלס דער קרבן פון די ציונים וועמען זיי האבן דאס געצילט - אבער פארוואס האט דאס גענומען ביז מיטוואך נאכמיטאג?






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2009 00:57 לינק ישיר 

איז דאס אפשר דיין TWEET...?

Gedenk: Thursday or tuesday?...l

http://twitter.com/Gedenk
-------------------------------------
דא קענסטי פארשטיין וואס איז געשעהן:

KolSatmar: - Hishachdus planed Protest Wensday, but Hgh"k MhR"A Savlon Hador farfeerd to make Tuesday Cuz Be Wed in London & Wana be in the Pictures....l





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 22:45 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט...
קארעקט מי איף איי עם ראנג...

איך בין נישט געווען אזוי אריינגעטון די לעצטע פאר טאג אין פאליטיק, כ'האב נישט אזוי דורכגעליינט היידפארק מיט יעדן סעיף, אבער אזוי פיל ווייס איך אז

מאנטאג פארמיטאג: האבען די ארוינים געשיקט א מעסעדזש אז די רבי שליט"א זיצט מיט עסקנים וועגן די נושא פון א"י און באלד וועט זיין פרטים.

מאנטאג נאכמיטאג: איז געקומען א מעסעדזש פון די זאליס אז די התאחדות האט פאררופען א "מאסן פיקעטינג" אויף מיטוואך, און כ'האב אפילו באקומען א TWEET אז זיי מאכען עס מיטוואך 'נישט דינסטאג' ווייל ר' אהרן (כ"ק אדמו"ר שליט"א) קען נישט קומען דינסטאג ווייל ער וועט זיין אין לאנדאן.

מאנטאג פארנאכטס: איז געקומען א "CORECTION" און די "מאסן פיקעטינג" וועט יא זיין מיטוואך.

דינסטאג צופרי: האט געהאנגען אין ביהמ"ד אין ק"י אז ס'גייט זיין א "קאר פיקעטינג" הכונו!

דינסטאג אווענט: האט געהאנגען אין אלע סאטמערע בתי מדרשים צעטליך אז ס'גייט זיין דאנערשטאג א "קאר פיקעטינג", און אין די זעלבע צייט האבען די זאליס געמאלדען אז זיי מאכען (מיט התאחדות, וואס איז באמת איין זאך) מיטוואך א "מאסן פיקעטינג" בראשות זייער רבי שליט"א הגז"ל

(כ'האמיך געוואונדערט מה ענין 'רבנים' אצל א 'פיקעטינג'? אבער כ'האגעטראכט אז מ'וועט שוין כאפען עפעס א פיקטשער ווי בגז"ל זיצט צוזאמען מיט סקולענע רבי און מ'וועט עס אריינשיקען צו די פאוסט)

מיטוואך צופרי: די ארוינים ווערן מער עקטינג און מער צעטליך ווערן ארויסגעהאנגען וועגן דעם דאנערשטאגען "קאר פיקעטינג"

מיטוואך צופרי: ס'ווערט פון א "מאסן פיקעטינג" אן "עצרת"

מיטוואך פארמיטאג: שיקען די זאליס 3 אימעילס אז די ארוינים טאייען צו פארטושען די מוחות און זאגען אז ס'גייט זיין 'דאנערשטאג' נישט 'היינט מיטוואך'

מיטוואך נאכמיטאג: שרייבט עטגאסט אויף הייד פארק יעצט האבן די ארוינים מחליט געווען אז זיי קומען נישט! זיי גייען גיין מארגען! און זיי וועלן "יא" מאכן א פיקעטינג

קען מיר איינער זאגען וואס דא גייט פאר?
צו האלט דער עטגאסט אז די ליינער דא זענען שוטים? צו אפשר בין איך דער שוטה אז איך ליין נאן דעים פורום?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2009 20:46 לינק ישיר 

זיי האבן א פערמיט ארומצופארן ???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ארוינישע בעיביס אויסגעשפילט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext