בית פורומים אחים אנחנו

די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (צווייטער טייל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/9/2009 02:16 לינק ישיר 
די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (צווייטער טייל)

די אשכול איז א המשך צו די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)



לכבוד אונזערע חשובע ליינערס

מיר הייבען אן איצט אן ארויף צושטעלען נייע חומר פאר דער צווייטער טייל פון דער היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר.

ווי איר זעט אלע, פראבירען אראפצולייגען א געלונגענע ארבעט בנוגע די היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר, און ווי אויך די שרעקליע טראגעדיע פון די פערלשטיין משפחה וויאזוי די קרית יואלער קאניבאלען האבען זיך ליידער אויפגעפירט. און מען דארף נישט מסביר זיין ווי וויכטיג די באשרייבונג איז געווען אין עבר און ווי וויכטיג עס איז אין עתיד אנצוגיין ווייטער.

אבער וויסן זאלט איר אז אזא לאנג פארצווייגטע באשרייבונג קאסט אסאך געלט. סיי די צייט וואס דאס געדויערט, און סיי פארשידענע ארבעט וואס מיר דארפען פון מאל צו מאל ארויס געבען פאר דרויסענדע ארבייטער, און ווי אויך האבען מיר אין אונזער באזיץ פארשידענע ווערטפולע געהיימע טעיפס – און אויך דאס נאכגיין גאר קראנטע אינפארמאציע איז פארבינדען מיט געלט – וואס מיר פריוואט האבען שוין באצאלט און ווילען אי"ה באצאלען ווייטער.

עס ליגט שוין אין אונזער באזיץ אוצרות מיט סחורה וואס עס איז נאך נישט געווען אויפן גאס קיינמאל, וואס ווארט אז מען זאל עס בעארבעטן.

דעריבער אפעלירן מיר צו אונזער חשובע ליינערס אז מען זאל זיך אנרופען ווארעם מיט געלט און איך פארשפרעך אז עס וועט זיך אויסצאלן כפל כפלים.

לכבוד דעם האבן מיר געפענט א "פעיפאל" אקואנט אזוי אז יעדער קען אריינשיקן זיין נדבה מיט א קרעדיט קארד אין גייט גלייך צו אונזער אקאונט.

עס ארבייט ווי פאלגענד: מען גייט צו פעיפאלס וועב סייט אויף פעיפאל.קאם. אויבן אויף די לינקע זייט איז דא א קנעפל  SEND MONEY

ווען מען קליקט אויף דעם קומט ארויף א באקס וואס פרעגט פאר וועלעכע אימעיל איר ווילט שיקן דאס געלט. דארף מען אריינלייגן אונזער אימעיל:  [email protected]

איר לייגט אריין וויפיל געלט די סכום וויפיל איר ווילט אונז שיקן. נאכדעם לייגט איר אריין אייער אינפארמעישאן און די קרעדיט קארד אינפארמעישאן, און דורך דעם ווערט איר א מעמבער ביי "פעיפאל" און איר באקומט א "יוזער-נעים" און א פעסווארד, וואס בלייבט געהיים ביי די קאמפאני וואס נאר איר האט צוטריט צו דעם, און אפילו מיר קענען נישט וויסן ווער איר זענט.

מיר האפן אז די חשובע ליינערס וועלן פארשטיין דאס נחיצות פון אונזער ארבייט און מיט אייער הילף וועלן מיר אי"ה אהער שטעלן גאר רייכע ארטיקלען וואס וועט אפילו איבערשטייגן די ביז יעצטיגע ארטיקלען.

א גרויסן יישר כח למפרע

אייער פריינט, פארמעגליך



תוקן על ידי מנהל_שני ב- 03/09/2009 2:41:16

 



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 01/10/2009 17:47:26




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2009 01:17 לינק ישיר 

 

מיר גייען אויפמישן א שטיקל ייטב לב די פאריגע וואך פרשת נצבים וז"ל:

במדרש (דב"ר פ"ז ס"י) אמר הקב"ה למשה אם אעברה נא אתה מבקש בטל סלח נא, ואם סלח נא אתה מבקש בטל אעברה נא, כי מראש חודש אלול עד שמיני עצרת יש נ"א יום, והנה בהגיע הימים הקדושים זוחלים ורועדים מאימת הדין הגדול והנורא אשר בראש השנה יכתבון וביום צום כיפור יחתמון, וגמרו של דבר בהושענא רבה ושמיני עצרת, ופונים את עצמם מענינים הארציים לשום עיניהם ולבם במילי דשמיא, אבל איש המוני אם כי הוא אומר סלח נ"א, היינו באותן נ"א יום, עם כל זה יאמר בלבו אעברה נ"א, כלומר אעבור את הנ"א יום ואראה את הארץ הטובה לעסוק בטוב הארץ ובישובו של עולם כבראשונה, והנה לפניו יתברך נגלו כל תעלומות, אז יאמר אם אעברה נ"א אין כאן בקשת סלח נ"א באלו נ"א יום, כיון שאין כאן עזיבת החטא, ואם סלח נ"א אין כאן אעברה נ"א, כי אם יעמוד בתשובתו באמת כל הימים אשר הוא חי על פני האדמה.

פארמעגליך, פארמעגליך, חוסה נא על בן אהובך, האב רחמנות אויף דיר און אויף דיינע קינדער, קיינער האט נאך נישט גוט אפגעשניטן מיטן טשעפענען מיט א רבן של ישראל.

 

האב רחמנות און סטאפ מיט די גאנצע זאך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/9/2009 07:59 לינק ישיר 

איך לייג אוועק מיין פענע ביז נאך יום הקדוש הבעלל"ט. אי"ה אויף יו"ט סוכות זמן שמחתינו, וועט אי"ה ערשיינען א ספעצילע גרויסע "פארמעגליך ביילאגע", וואס איך פארשפרעך בעזהשי"ת אז עס וועט זיין איינס און אזעלכעס.

האט מיר אלע א זיס, צוקערדיג, לעכטיג, געבענטשט יאר און בעט אויס אלעס גוטס פאר אייך און אייער משפחה.
א כתיבה וחתימה טובה, פארמעגליך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2009 23:52 לינק ישיר 

סיני סטאפ מיט דיינע שמוציגע ארטיקלן, הנה יום הדין בא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 16:11 לינק ישיר 

נא דער עולם שיקט אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 01:41 לינק ישיר 





מען קען באצאלען מיט אלע סארט פעימענטס. קרעדיט קארדס, דעביט קארדס, באנק נומערן א.ד.ג.

יש"כ למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2009 23:06 לינק ישיר 

לכבוד פארמעגליך לייג צי אויב די קענט ביי דיין ווערטער ווי די בעטסט געלט פינעם עולם דע לינק אריין צי גיין ביי פע פעל

https://cms.******.com/us/cgi-bin/?cmd=_render-content&content_ID=marketing_us/send_money




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 06:37 לינק ישיר 




תוקן על ידי שסופסקים ב- 03/09/2009 20:35:19




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2009 06:26 לינק ישיר 

scott according to u  all but 100 believe him to be a holy man? its impossible that you are over 40 years old



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 06:20 לינק ישיר 

נו ווי רעאגירט מען? גייט מען עפענען אן אשכול? ווייל איך האב ווי געווענליך ברענעדיגע פירכא'ס אויף זיינע מאטריאלן, ווי למשל נאכן אפליינען אלע זיינע ארטיקלן זעהט מען דאך קלאר אז ס'דא א מיליאן סיבות צו שטיצן זלמן לייב'ן אפי' מ'זאל האלטן פון איהם פערעזענליך פאר א גארביטש, וויפיל חסידים האט ער דען געהאט איידער ער איז געווארן דער קאנקורענץ פון אהרן, זערא, ווידער ר' אהרן'ען זעה איך נישט קיין שום סיבה מ'זאל זיין זיין חסיד אויסער מ'זאל האלטן פאר אן אדם גדול, מ'קען אפשר זאגן אז 100 מענטשן האבן חשבונות, אבער אזויפיל טויזענטער מענטשן פון אלע קאלירן און טיפס?

וכדומה אזעלעכע פירכא'ס?

נו ווי רעאגירט מען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 05:28 לינק ישיר 

we will probably be erased so lets open a הערות Eshkol

but let me correct you her farmaiglich as a fan of your work, there were alot of rtziches in williamsburgh and boro park and london and every where, still that does not diminish reb arons involovement, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 04:31 לינק ישיר 

looks lik,
but don't disturb till he's finishing the artikle



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2009 03:31 לינק ישיר 

דא קען מען שרייבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2009 03:10 לינק ישיר 

א שטיקעלע קורצע איבערזיכט אוואו מיר האלטן אצינד, נאך פסח תשנ"ט.

במשך ר' אהרןס דינסט אין סאטמאר תש"מ-תשנ"ט, האט ר' אהרן זיך איינגעקויפט שונאים אין סאטמאר פיל מער ווי ער האט געקענט דערהייבן. און קיין שונא איז אים נישט געווארען ווייל ער איז א גרויסער מוכיח צו א גרויסער לא תגירו'ניק. זיכער אז נישט. קיינער האט אים נישט פיינט ווייל זיי האבען געהאלטען ביי "איש כל הישר בעיניו יעשה", און ר' אהרן איז אים געשטאנען אין וועג.

דער מענטש האט אין שטעטעל קיינעם נישט ארויס געהאלפן אין צייט פון נויט און ער איז קיינמאל נישט געווען א אדרעסע פאר א איד מיט פראבלעמען. אויב ער האט אמאל געטון עפעס, איז עס געווען מיט פאליטישע חשבונות אז דער זאל וויסן און יענער זאל וויסן. דאס איז אויסער וואס ער האט אויף גערעגט די מענטשהייט מיט זיינע צענדליגער דרשות ווי ער האט אלץ דערמאנט נעמען רעכטס און לינקס און אראפ געריסען גאנצעטע משפחות. ער איז אזוי ווייט פון א דיפלאמאט, אזוי ווייט ווי ער איז פון גוטסקייט.

ער האט שונאים נאך פון די יארן וואס ער איז געווען בלויז דער ראש ישיבה וואו ער האט זיך אויפגעפירט ווי א אומבאזעצענער מענטש, אריין געפליקט פאר סיי ווער עס איז נאר אונטערגעקומען אין זיין מויל און האט גערעדט הויך פון אלעם און איבעראל. ער האט קיינעם נישט געלאזט קומען צום ווארט און ער פארמאגט זייער א שמאלען אוזן קשבת. ער איז נישט קוואליפיצירט צו דינען אלס א רב בישראל ווייל ער איז א האלבער אינוואליד אויפן מח.

זיין שייכות צו די בחורים אין די ישיבה איז בלויז באשטאנען צו די בחורים וואס האבן פארשטאנען זיין "דעת קודש" צו הארגענען און פלינדערען זיינע נישט גוטע פריינט. ער האט קיינמאל נישט מוחה געשטערט קיין עוולות וואס ער האט געוויסט פון פריער אז דאס גייט פארקומען און האט נאך דעם נישט מוחה געווען. פארקערט. ער האט ארויסגעוויזן א "תענוג רוחני" און א "קורת רוח" פאר די אלע בחורים וואס האבען אטייל גענומען אין די אלע פלינדערישע ווילדע אקציעס.

אונטער זיין פירערשאפט האבען די בחורים פון זין ישיבה געטון אזעלכע ווילדע אקציעס קעגען די מענשהייט אז היינט פראבירט ר' אהרן צו ווארפען די שולד פון אלע גרויליקע מעשים פון דעמאלטס אויף משה גבאי'ס זייט, ווען אין פאקט האט משה דער גבאי נישט געהאט קיין שייכות צו קיין בחורים.

אין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען די הויפט באזע פון משה גבאי און האט דארט געוואינט, איז קיינאמל נישט פארגעקומען אזעלעכע מעשי אלימות פון רעדער שטעכען, ווארפען איינגעשטעלטע מלמדים און טישטערס, ברעכען שויבען, נאכשרייען מענטשען, פארברענען אויטאס, ארויס ווארפען קינדער פון די ת"ת און מיידל שולע, און נאך פילע צענדליגער טעראריסטישע שטיק וואס די אלע זאכען האט אלעמאל יא פאסירט אין קרית יואל.

לויט קראנטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט פון צענדליגער קרית יואלער תלמידים, ר' אהרן דער וועלעכער האט טייל מאל פארלאנגט צו טאן אקציעס ווי שטעכען רעדער, צו אריין ווארפען שטיינער אין הייזער פון זיינע נישט גוטע פריינט אינמיטען די נאכט און נאך צענדליגער אויף צענדליגער געפערליכע מעשים וואס די בחורים האבען געטון פאר זיינע נישט גוטע פריינט.

און ווען ער האט נישט געהייסען בפירוש צו טאן א אקציע, איז עס אבער אלעמאל געווען אויף זיין גוטסהייסונג און אלעמאל האט ער נאך די אקציעס אפענערהייט געלאכט מיט די בחורים וואס האבען דאס אפגעטאן.

אבער נאך אלס זענען שטעכען רעדער, ווארפען שטיינער, פארברענען אויטאס, אויס שיסן קאר פענסטערס, מאכען פאוני קאלס אינמיטען די נאכט, קלייניגקייטען קעגען די גרויסקייטען וואס איז אלס פארגעקומען במשך פון די יארען.

אין יאר תשמ"ט ל"ג בעומר איז די גאנצע ישיבה געגאנגען אין מיטען די נאכט צום ציון און געטראסקעט הונדערטער שטיינער אויף די אלטע סאטמארע רעביצין און איר קאראוואן וואס זענען געקומען צום ציון הק'. דער ציון האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד ווען הונדערטער בחורים דרייען זיך דארטען און שרייען קולי קולות, און דאס איז אויסער די שטיינער ווארפעריי אויף די רעביצין און אירע באגלייטער.

עס האבען דערציילט עטליכע תלמידי הישיבה פון יענע צייט, אז אלע בחורים האבען דעמאלטס געוויסט אז זיי וועלען נישט באשטראפט ווערען, ווייל ר' אהרן האט געוויסט פון פאראויס אז די נאכט גייט פארקומען אזאנס און אזעלכעס. יענעם טאג, ל"ב לעומר, האט געהאנגען א צעטיל אין ישיבה אז היות היינט ביינאכט גייען קומען די "בני יואל" צום ציון, וועט פארקומען א פראטעסט ביים ציון. דאס האט געהאנגען אויפן וואנט וואו עס האט אלעמאל געהאנגען די עמטליכע צעטלען פון די ישיבה.

ר' אהרן האט דאס געליינט און אפענערהייט געשמייכעלט. דאס האבען געזען צענדליגער בחורים. און נאכדעם האט די גאנצע ישיבה שוין געוויסט אז ר' אהרן האט דאס נישט געהייסן אראפ נעמען און ר' אהרן האט נישט געהייסן אפשטעלען דעם פראטעסט. דעריבער האבען די בחורים געוויסט אז היינט גייט זיין הפקר פעטרישקע און מען גייט טאן וואס מען וויל.

און עס איז געווען אזא פראטעסט אז היינט, צוואנציג יאר שפעטער, וויל קיינער נישט וויסען דערפון. יעדער ווארפט דעם שולד אויף דעם און אויף יענעם, אין די צייט ווען עס ווייסט יעדער אז אויף די מעשה איז שולדיג איין מענטש: דער ראש ישיבה, וואס דעמאלטס איז געווען ר' אהרן.

דאס איז איינס פון די גרויסע געפערליכע אומהיילבארע אקציעס וואס די בחורים האבען געטון אויף די גוטסהייסונג פון ר' אהרן.

צווייטע: איין צופרי האבען זיך צענדליגער ישיבה בחורים אראפגעלאזט אין שטעטל און געגאנגען ארויספירען מיט בזיונות איינעם פון די גרעסטע מתמידים וואס סאטמאר האט ארויס געגבען, הגה"צ ר' יואל מארגענשטערען שליט"א, דער שארמאשער רב.

עס איז נישט פארהאן נאך אזא מתמיד וצדיק אין קרית יואל און אפשר נישט אין סאטמאר בכלל. עס איז בכלל נישט פארהאן אויף דער וועלט צופיל פון אזעלעכע מתמידים בתורה ווי ר' יואליש מארגענשטערען. דער איד איז מחבר יום און לילה מיט תורה שוין פופציג יאר. סיי ביים עסן און סיי ביי א שמחה און וואו ער גייט, איז ער אלעמאל מיט א גמרא. אויף אים קען מען באמת זאגען לא פסיק פומיה מגירסה. דער איד הערט נישט אויף צו לערנען.

אבער וויבאלד דער שארמאשער רב האט דעם ר' אהרן נישט געגליכען (ווייל וועלכער ת"ח און אפילו סתם א נארמאלער מענטש גלייכט אים דען יא?) איז ער דן געווארען אים צו ארויס ווארפען פון דעם בית המדרש "עטרת זקנים" ווי ער פלעגט דאווענען יעדען טאג.

מען האט אים פון דארט ארויס געפירט אזוי אז עס איז געגאנגען א רויעך. מען האט אים געוויזען ווער עס איז דער ריכטיגער בעה"ב אין קרית יואל. מען האט דעם גאון וצדיק באשריגען מיט אלע מיאוסע לאזונגען און צונעמען ביז ער האט זיך פון דארט אפגעטראגען. אלעס פארן חטא אז ער האלט אז ר' אהרן טייטלבוים איז זייער ווייט פון צו זיין א ערליכער איד.

און ווען די בחורים זענען צוריק געקומען פון זייער אקציע האט ר' אהרן זיי אלע אויפגענומען מיט א שמייכעל וואס איז געווען אויס געצויגען פון איין עק באק ביז די אנדערע. ער האט אפיציעל זיי געגעבען חיזוק פארן דורך פירען די "הייליגע" אקציע וואס איז זיכער געווען א "קידוש השם".

דריטענס. אין פריע תש"נ יארען האט מען במשך פון א האלב יאר ארויס געגעבען א צייטונג מיטען נאמען "פנים אל פנים" וואס איז געווען געצילט אפ צו שלאגען א שמיץ צייטונג וואס עס האט ארויס געגעבען "חיים שאולזאהן". און דער פנים אל פנים איז געווען פונקט אזוי שמוציג ווי חיים שאולזאנס צייטונג. עס האט געהאקט אויף יעדען רב און רבין וואס איז נישט געווען פארגלייבט אז סאטמאר זעט אויס ווי עס דארף צו זיין.

דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. נאך אמאל: דער גאנצער צייטונג איז געווארען געשריבען און אויף געזעצט אויף א קאמפיוטער וואס איז געלעגען אין ר' אהרןס אפיס. יעדעס ווארט וואס איז דארט געשריבען געווארען איז געווען אדער ליצנות אויף רבנים ווי שארמאשער רב, קאשויער רב, מאנטעווידעער רב, וויזשניצער רבי שליט"א און נאך פילע, אדער אויף פריוואטע יחידים וואס זענען געווען פון די "שונאים". זייער בלוט איז געווארען הפקר לכל, זייערע משפחות זענען געווארען דארט אויס געלופטערט, שקרים און מנובלות איז געבאקען געווארן אויף זייער חשבון, און אלעס האט ר' אהרן געליינט פאר עס איז געגאנגען צום דרוק. ער איז געווען סיי דער "פרוף רידער", ווי עס הייסט דער מגיה אויף ענגליש, ער האט יעדעס ווארט דארט געליינט אין זיין אפיס. און סיי דער רעדאקטאר. אנדערע טיטולען קען איך נישט, פאר אזא סארט וויכטיגען פערזאן אין א צייטונג.

פערטענס. מאכען א מאסען דעמאנסטראציע אין פראנט פון "ילד שעשועים" ווען דער קארלסבורגער רב האט דארט געמאכט זיין יערליכען דינער פון זיין כולל בית תלמוד להוראה. מען האט דארט אפיציעל אראפ געשיקט די בחורים און זיי האבן אויסגעפירט דעם רצום פון ר' אהרן ביז צו א מאקסימום. מען האט דארט געטראסקעט שטיינער, צובראכען שויבען, און ר' יחזקאל'ס אויטא האט אויך געכאפט פון די שטיינער. מען האט ווידער געוויזען ווער עס איז דער בעה"ב אין קרית יואל. (אין די פריערדיגע מאמרים איז שוין געווען דאס באשריבען.)

פיפטענס. פארברענען ילד שעשועים וואס איז דורך געפירט געווארן דורך די בחורים פון די ישיבה. עס האט זיך אויסגעפעלט געוואלדיגע ניסים ונפלאות פון השי"ת אז דארט זענען נישט פארברענט געווארען רח"ל מערערע קימפעטארינס מיט זייערע קליינע ניי געבוירענע קינדער. (אויך שוין באשריבען באריכות אין די פריערדיגע מאמרים.)

*

פסח תשנ"ט איז שוין ר' אהרן געווען רב אין קרית יואל א קיימא לן פון פערצן יאר. מען קען זאגען אז ער האט נישט געהאט קיין איין גוטען פריינט אין שטעטעל. יא ער האט געהאט מענטשען. אבער די אלע מענטשען זענען געווען זיינע, ווייל זיי האבען מער פיינט געהאט די "שונאים". ער פאר זיך האט קיינמאל נישט געקויפן קיין איין גוטען פריינט, ווייל ער האט נאך קיינעם נישט גוטס געטון. אויב עפעס, איז עס אלעמאל געווען מיט פאליטישע בענעפיטען.

מיר האבען שוין באשריבען ר' אהרנען אלץ אזא סארט מענטש וואס קיינער אין די וועלט עקסיזטירט נישט ביי אים, אויסער דער "איך", "מיך" און "זיך". ער פארמאגט נישט קיין טאטען, נישט קיין מאמען, נישט קיין קינדער און נישט קיין געשוויסטער. אבער מער פון אלעם פארמאגט ער נישט, קיין מענטשען וואס האלטען פון אים אלס א אדם גדול. אלע וואס רופן זיך היינט אהרונים, זענען בלויז מיט חשבונות. דער מיט משה גבאי, דער מיטען ברך משה, און דער מיינט געלט און דער מיינט א פאזיציע און דער מיינט כבוד, אבער אלע מיינען זיך. און אויב רירט מען אן ר' אהרן, פילען זיי זיך ווי מען האט זיי אליין אנגערירט און זיי וועלען אלע זיינע צודרייטע טאהטן פארענטפערען מיט אלע מיני וועגען און קרומקייטען אז עס צום לאכען בפני הבריות.

פונקט ווי די "שונאים" איז יעדער געווען מיט א חשבון, איז יעדער אהרוני אויך מיט א חשבון. און אויב די חשבונות פאלען אוועק, פאלט אוועק סיי די שנאה און סיי די אהבה.

דעריבער גלייך נאך פסח ווען עס איז געווארען באקאנט פאר גאנץ סאטמאר אז דער רבי דער ברך משה גייט רופן זיין זון ר' זלמן לייב פון ירושלים אז ער זאל ווערען דער סאטמארער רב אין וויליאמסבורג, זענען פילע חשבונות אוועק געפאלן פון די "אמאליגע" שונאים, און זיי האבן אנגעהויבן צוביסלעך צוריק קומען אין בית המדרש, און זיי האבען זיך אפענערהייט געפריידט צו די החלטה פון רבין. זיי האבן אלע געזען א וועג וויאוזוי זיי וועלען קענען צוריק קומען קיין סאטמאר. זיכער זענען זיי קיינמאל נישט געווארען אויס סאטמארער חסידים, אבער איצט קענען זיי צוריק קומען צו דאוונען אין די סאטמארער בתי מדרשים און זייערע קינדער צו לערנען אין סאטמארע בית חינוך לבנים ולבנות און די בחורים אין די ישיבה.

און פון די אנדערע זייט, איז איצט פאר א טייל ציבור צוגעקומען אנדערע חשבונות און עס איז געקומען די צייט אז זיי זאלען זיך אפציען פון סאטמאר וועגען זייערע חשבונות.

און פונקט אזוי ווי ווען ר' אהרן איז געווארען רב אין קרית יואל האבען מענטשן געהאט חשבונות און דעריבער האבען זיי ביטערליך פארפירט, גענוי אזוי איז אין די טעג געווארען מיט אן אנדערע טייל פון סאטמאר, וואס זיי האבען מיט זייערע חשבונות אנגעהויבען ביטערליך צו פארפירען אקעגען די התמנות פון ר' זלמן לייב.

אבער אנשטאט זיך לערנען פון די פריערדיגע מחלוקת'ן אז מען קען נישט מאכען איינעם אויס רב, איז איצט נאכמער פארשטערקערט געווארען די מחלוקת, און זיי האבען נישט איינגעזען אז דאס גייט געשען און ר' זלמן לייב גייט ווערען דער רב אין די וויליאמסבורגער סאטמארער קהילה, און מען וועט זיך פונקט אזוי נישט רעכנען, וויפיל מענטשען וועלען צוליב דעם אוועק פאלען און זיך אפטראגען פון בית המדרש.

די וועלט זאגט אז דער חכם לערנט זיך איידער ער זעט דעם מציאות אין פראקטיק, דאקעגען דער נאר, ער לערנט זיך נישט אפילו שוין נאכען שווערען פראקטיק.

פרישע אום אויפגעדעקטע פרטים פון פסח תשנ"ט, איז נעקסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (צווייטער טייל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext