| נשלח ב-3/9/2009 20:31 |
|
| |
היינט יום ה' - דין תורה סאטמאר ב"פ
היינט קומט פאר די דריטע זיצונג ביי די דין תורה איבער די מוסדת הק' אין בארא פארק.
האט איינער נייעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 02:30 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  |
אינז האמיר די זעלבע טשענס אין וומ''ס ווי דאס וואס ענק האבען אין ב''פ ''ביי די מוסדות''
אה יא? זאג נאר קען ר' אהרן וועלץ נעמען א מארדגיטש אן די חתימה פין ר' מענדעל שווימער? דער ענטפער איז אז ניין ער האט שוין פראבירד, אין קארט האט געזאגט בלא מיט א אלף.ער קען גארנישט טיען אן די בארד, אין יעצט לאמיר זען פארקערט קענען די זאליס פארקויפען בינינם אין ווילאמסבירוג? איז די תירץ אז יא, געדענקסט נאך ווען ענק האבען פראבירד צי שטערען די מכירה פין פעטשען עוו..?וואס האט די קארט געזאגט הא..? אבער פארגעס נישט צי זאגען נאכאמאל (אינז האמיר די זעלבע טשענס אין וומ''ס ווי דאס וואס ענק האבען אין ב''פ ''ביי די מוסדות'') וואס זאל איך דיר זאגען ר' יענקעל..סאיז נישט דא ווער סזאל לאכען..
היינט צו טאגס קען איך אויך אראפווארפן די שטריימעל פין רז''ל אין ראדני, נאר כ'בין נישט גרייט צו כאפען וואס דיין רבי'ס יד ימינו האט געכאפט דעמאלטס.
איך האב נישט געזאגט אז די קענסט נישט אראפ ווארפען קיין שטיירמלך..איך ווייס אז ענק קענען, אינז האב מיר זיך אויסגעלערנט פין ענק.. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז ענק זענען זיך נישט געגאנגען ווייל ענק זענע אזו גיט, ענק זענען זיך געגאנגען ווייל מען האט ענק געוויזען די טיר.. ושבת חנוכה יכוח וואס דאס געווען די לעצטע שבת וואס ענקער רבי האט אריין געטרעטען אין ראדני..
. |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 02:27 |
|
| |
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/09/2009 2:23:50
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 01:56 |
|
| |
תוקן על ידי rebyankel ב- 08/09/2009 2:02:52
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 01:55 |
|
| |
| YESWECAN3 כתב: |  | כא..כא..כא.. ר' יאנקעל..וואס זאל איך דיר זאגען די ביסט גיט...ענק וואלטען געקענט האבען אלע אינזערע נכסים אין ווילאמסבירוג ווען ענק וואלטען נאר געוואלט אמת..? ענק האבען נאר אוועק געוואקט למען השלום..איי די מיליונען וואס ענק האבען ארויס גאווארפען פאר ענקערע פארלורענע קארטס..דאס איז געווען סתם אזוי אמת..? אין איבערדרייען די בית המדרש שמיני עצרות..?אבער פארגעס נישט ענק האבען נאר אוועק געוואקט למען השלום..ווייל ענק זענען גיטע מענטשען.. יא יא איך אגרי מיט דיר, ענק זענען זיך געגאנגען אבער נישט ווייל ענק זענען אזוי גיט, ענק זענען זיך געגאנגען ווייל מען האט ענק געוויזען די טיר, זאג נאר, די געדענקסט נאך די גרויסע שבת חנוכה ווען עפעס א שטריימל..ר''ל אראפגעפאלען?..
======================================================
אין ביי די וועי איך ווארט נאך א ענטפער אויף דעם
ביים לעצטען מושב ב''ד האט הרה''ג ר' מרדכי באב''ד שליט''א געבעטען פון די הנהלת המוסדות, אז מען זאל נישט ארויס ווארפען קיין זאלי קינדער, פון די מוסדות,
זאג נאר, ר' מרדכי באב''ד שליט''א האט זיך געבעטען אדער ער האט באפוילען?....
|
|
אינז האמיר די זעלבע טשענס אין וומ''ס ווי דאס וואס ענק האבען אין ב''פ ''ביי די מוסדות''
היינט צו טאגס קען איך אויך אראפווארפן די שטריימעל פין רז''ל אין ראדני, נאר כ'בין נישט גרייט צו כאפען וואס דיין רבי'ס יד ימינו האט געכאפט דעמאלטס.
די ת' וועגן ר' מרדכי באב''ד וועל איך זעהן אויב די הנהלת המוסדות וועלן אננעמן די קינדער פינעם הולך בערכעות צו נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 01:20 |
|
| |
כא..כא..כא.. ר' יאנקעל..וואס זאל איך דיר זאגען די ביסט גיט...ענק וואלטען געקענט האבען אלע אינזערע נכסים אין ווילאמסבירוג ווען ענק וואלטען נאר געוואלט אמת..? ענק האבען נאר אוועק געוואקט למען השלום..איי די מיליונען וואס ענק האבען ארויס גאווארפען פאר ענקערע פארלורענע קארטס..דאס איז געווען סתם אזוי אמת..? אין איבערדרייען די בית המדרש שמיני עצרות..?אבער פארגעס נישט ענק האבען נאר אוועק געוואקט למען השלום..ווייל ענק זענען גיטע מענטשען.. יא יא איך אגרי מיט דיר, ענק זענען זיך געגאנגען אבער נישט ווייל ענק זענען אזוי גיט, ענק זענען זיך געגאנגען ווייל מען האט ענק געוויזען די טיר, זאג נאר, די געדענקסט נאך די גרויסע שבת חנוכה ווען עפעס א שטריימל..ר''ל אראפגעפאלען?..
======================================================
אין ביי די וועי איך ווארט נאך א ענטפער אויף דעם
ביים לעצטען מושב ב''ד האט הרה''ג ר' מרדכי באב''ד שליט''א געבעטען פון די הנהלת המוסדות, אז מען זאל נישט ארויס ווארפען קיין זאלי קינדער, פון די מוסדות,
זאג נאר, ר' מרדכי באב''ד שליט''א האט זיך געבעטען אדער ער האט באפוילען?....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/09/2009 1:20:05
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 00:24 |
|
| |
| YESWECAN3 כתב: |  |
אפשר קענסטי מיר זאגען פארוואס ר' שניאור קליין איז א מחלוקה פירער א איד טאר דען נישט האבען א סיכסיך מיט א צוויטען איד?
|
|
אנטשולדיג מחלוקה פירער, איז א שוואכע טיטול אויף א הולך בערכעות!
יא! ווען צוויי יודען האבען א סיכסיך גייט מען צו א כשר'ע בית דין,( אן דעם וואס דער קארט צאל צווינגען דערצו,)
אין מ'איז נישט מחלל ש''ש.
אין אויב איז טאקע ענקער דיין אזא פשוטער יוד ווי די לייגסט אים אראפ, וואלט ער געטוהן וואס מיר האבען געטוהן אין וומ''ס
אין אליין געפנט מוסדות, {ער וואלט סאך שענער געשטאנען}
אין נישט געמאכט קיין מחלוקת.
אין וומ''ס האבען מיר פינקט אזוי די רוב פין די בארד פין 82, פינקט ווי ענק האבען אין ב''פ.
תוקן על ידי rebyankel ב- 08/09/2009 0:25:01
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 02:17 |
|
| |
א גיט מארגען איך טענה שוין לאנג אז די סקול דיסדריקט איז אסור...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 01:55 |
|
| |
מר' יעס די ווילסט איך זאל ח''ו עובר זיין אויף די דאזיגע לאו?
לֹא-תִלְמַד לַעֲשׂוֹת, כְּתוֹעֲבֹת הַגּוֹיִם הָהֵם. י לֹא-יִמָּצֵא בְךָ, מַעֲבִיר בְּנוֹ-וּבִתּוֹ בָּאֵשׁ, קֹסֵם קְסָמִים, מְעוֹנֵן וּמְנַחֵשׁ וּמְכַשֵּׁף. יא וְחֹבֵר, חָבֶר; וְשֹׁאֵל אוֹב וְיִדְּעֹנִי, וְדֹרֵשׁ אֶל-הַמֵּתִים. יב כִּי-תוֹעֲבַת יְהוָה, כָּל-עֹשֵׂה אֵלֶּה
איך האלט נישט דער ביי
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 01:51 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | ס'האט גענומען לאנג, אבער נאך 18 שעה איז אים געלונעגן צו פאברצירן א מעשה.
ווי נישט ווי האב איך עס געמאכט שנעלער ווי דיר... ענדליך נאך 72 שעה האסטי עפעס גיט אפגאבאקען...
1 דער מחלוקה פירער און אנזעצער שניאור קליין האט אנגעהויבען דראסטיש צו פארפירען אז ר' אהרן וועלץ זאל אונטערשרייבען שטרי ברורין
אפשר קענסטי מיר זאגען פארוואס ר' שניאור קליין איז א מחלוקה פירער א איד טאר דען נישט האבען א סיכסיך מיט א צוויטען איד?
2 ביים לעצטען מושב ב''ד האט הרה''ג ר' מרדכי באב''ד שליט''א געבעטען פון די הנהלת המוסדות, אז מען זאל נישט ארויס ווארפען קיין זאלי קינדער, פון די מוסדות,
זאג נאר, ר' מרדכי באב''ד שליט''א האט זיך געבעטען אדער ער האט באפוילען?....
אין זאג נאר האט ער אריין גענימען דעם דיין ר' חיים דור כץס אייניקלעך יא אדער ניין הא..? סאיז דאך נישט דא קיין עיקול...?
|
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 07/09/2009 1:47:27
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2009 00:56 |
|
| |
איך גיי מיך נישט באציען, צו מר' יעס מי קען, ווייל איך וויל נישט זיין קיין דורש אל המתים
2 אונטערסאנטע זאכען וואס האט זיך אפגעשפיעלט ביי די דין תורה
1 דער מחלוקה פירער און אנזעצער שניאור קליין האט אנגעהויבען דראסטיש צו פארפירען אז ר' אהרן וועלץ זאל אונטערשרייבען שטרי ברורין,
און הרה''ג ר' מרדכי באב''ד שליט''א גיבט א צי ארויס פון די קעשענע א אלטען אפגעגעלטען צעטיל, פון איבער א איינס און האלב יאר ציריק, איז ער צייגט עס פארן ציווילדעוועטען שניאור, וואס האט זיך נעבאך געמיזט אנכאפען אויף א דערנעבעדיגען בענקל,
וואס איז?
עס איז געווען די שטרי ברורין וואס ר' אהרן האט שוין אונטערגעשריבען פאר איינס און האלב יאר ציריק, ופני שניאור חפו!
און דער שניאור דער בא כוחו פונעם שרעוועדיקען הולך בערכאות מענדעל שוימער האט בלית ברירה געמיזט אונטער שרייבן שטרי ברורין
2 ביים לעצטען מושב ב''ד האט הרה''ג ר' מרדכי באב''ד שליט''א געבעטען פון די הנהלת המוסדות, אז מען זאל נישט ארויס ווארפען קיין זאלי קינדער, פון די מוסדות,
אויף דעם ארויף האט שניאור קליין מפרסם געווען דא און די שפאלטענעס פונעם פארק, אז ער האט באקימען אן עיקול,
דער עולם האט עס עפעס נישט אפגעקויפט, מען האט אים כסדר געבעטען, ער זאל ווייזען דעם עיקול, און פארשטייט זיך, אז עס איז נישט געווען וואס צו ווייזען, די בישות זענען געווען געוואלדיג,
האט ער איצט פארלאנגט פון ב''ד, אז זיי זאלען עס געבן בכתב, ער זאל עס קענען ווייזען פאר די '' גאר גליקליכע פרייליכע אויפגעלייגטע זאליס''
אבער ב''ד האט עפעס נישט פארשטאנען פארוואס זיי דארפן עס געבן בכתב, האבן זיי עס קאטאגאריש אפגעווארפען,
דאס איז איין לאנגע קייט פון נצחונות, א המשך פון' די בית החיים, וואס די זאליס געווינען, און זייער גאר געלינגענע מערכה, וועגען צומות גידין, און פון זייער געלינגענע פראטעסט דעם פארגאנגענע מיטוואך, און פון זלמניו'ס געלינגענע גנבים, גזלנים, חמסנים, הספד,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 21:36 |
|
| |
ס'האט גענומען לאנג, אבער נאך 18 שעה איז אים געלונעגן צו פאברצירן א מעשה.
אבער די כאפסט נישט, די הייבסט גלייך אן מיט אפענע שקרים, אין יעדער זעהט אז די ערשטע העלפט איז אזוי אמת ווי די צווייטע.
א שאד דיין ארבעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 21:07 |
|
| |
אהרן וועלץ ענדליך אונטערגעשריבן שטרי בירורין
נאך דריי און א האלב יאר פון מסרב זיין לדין, און עובר זיין אויף עיקולים האט זיך אהרן וועלץ ענליך געמוזט ברעכן ווען זיין אייגענער בורר זלמן גרויז האט מיט גרויס חרפה מודה געווען אז ער איז א שקרן, און אז אהרן וועלץ וועט מוזן בלייבן ביי דעם בית דין וואס ער האט באלד צוויי יאר נישט געוואלט זיין.
א קורצער איבערזיכט פון דריי יאר סירוב לדין. די בארא פארקער חברי הנהלה האבן געשיקט א הזמנה לדין פאר אהרן וועלץ חודש אייר תשס"ו, דעמאלטס האבן די חברי הנהלה גענומען הר' זלמן גרויז פאר טוען, און אים באצאלט א שיינעם סכום. דער בית דין האט דעמאלטס אויך געגעבן אן עיקול אויף אהרן וועלץ אז ער טאר נישט משנה זיין גארנישט אינעם מוסד, ווי למשל, נישט ארויסשטעלן קינדער און מלמדים, און נישט פארקויפן נכסים. וועלץ האט באצאלט פאר זלמן גרויז א דאפעלטן סכום און גרויז איז געגאנגען ארבעטן פאר וועלץ.
אהרן וועלץ האט אנגערופן בית דין אבן המשפט אז ער איז גרייט צו קומען צו בית דין תיכף. ער איז טאקע אריבערגעקומען צו בית דין אבער געזאגט פאר בית דין אז דעם עיקול קען ער נישט פאלגען ווייל ער מוז נעמען א זיבן מיליאן דאלאר מארדגעדש. בית דין האט געזאגט אז טאקע דערפאר מוז מען האבן אן עיקול אז ער זאל נישט נעמען נכסי המוסדות. וועלץ האט באשלאסן אנפייפן דעם בית דין און האט אודאי נישט אונטערגעשריבן שטרי בירורין.
בית דין אבן המשפט האט באשטעטיגט זייער היתר מעקל זיין בערכאות ביז אהרן וועלץ וועט זיך שטעלן צום בית דין און אונטערשרייבן שטרי בירורין. וועלץ האט גע'טענה'ט אז די געריכט קען זיך נישט מישן ווייל עס איז א רעליגיעזע אישו. קאורט האט אנגענומען וועלץ טענה אבער דער אפעלאט קאורט האט דאס אפגעווארפן, און צוריקגעשיקט צום נידריגן קאורט.
וועלץ האט פרובירט צו טענה'ן אין קאורט אז ר' מענדל שווימער איז שוין נישט קיין חבר הנהלה ווייל זיין טערמין האט שוין אפגעדינט, אבער די ריכטערין האט עס ארויסגעווארפן. וועלץ האט פרובירט מאכן פאלשע שטאטוטן אז ר' אהרן טייטלבוים איז דער בעל הבית פון די מוסדות אבער די ריכטערין האט דאס אויך ארויסגעווארפן.
פאר די אפעלאט קאורט האט דער בית דין אבן המשפט פארגעשלאגן א בוררות וואס די הנהלה האט מסכים געווען, אז ר' מרדכי באב"ד זאל זיין שליש. די הנהלה האט גענומען טשאקעווער רב אלס בורר און אהרן וועלץ האט גענומען זלמן גרויז פאר בורר, ר' מענדל שווימער האט מסכים און אונטערגעשריבן אבער אהרן וועלץ האט נישט געוואלט אונטערשרייבן, דעריבער האט דער בית דין אבן המשפט געגעבן רשות צו גיין אין אפעלאט קאורט.
נאכ'ן פארלירן אין אפעלאט קאורט בראותו כי כלתה אליו הרעה, האט ער גע'טענה'ט אין געריכט אז ער האט יא אונטערגעשריבן שטרי בירורין, כאטשיג פאר'ן בית דין אבן המשפט האט ער געזאגט אז ער שרייבט נישט אונטער אויף ר' מרדכי באב"ד אלס שליש. ר' זלמן גרויז האט אריינגעשיקט א פעקס מיט אהרן וועלץ'ס חתימה, און זיין זון דוד שמואל גרויז האט אריינגעגעבן א פאלשע עדות אפירמעשאן אין קאורט אז אהרן וועלץ האט שוין לאנג אונטערגעשריבן פאר זיין טאטען די שטרי בירורין וואס אבן המשפט האט פארגעלייגט און ר' מרדכי באב"ד אלס שליש, די קאורט האט אנגענומען די שטרי בירורין און געזאגט אז דער בית דין זאל דן זיין אויפן סכסוך, און דערנאך וועט דער געריכט באשטעטיגן דעם פסק.
אהרן וועלץ האט זיך דערזעהן אין א פראבלעם. צו דעם בית דין האט ער דאך זיכער נישט געוואלט אנקומען, האט ער קודם געשיקט זאגן אז פאר חודש אלול איז נישט מעגליך צו קומען צו דין תורה ווייל זיין טאטע איז קראנק, למעשה האט דער שליש באשטימט צוויי זיצונגען אויף חצי אב, און אהרן וועלץ איז נישט אנגעקומען ער האט געשיקט א טוען שפיגעל וואס האט גע'טענה'ט אז ער פארטרעט אהרן וועלץ און אהרן וועלץ איז נישט גרייט צו קומען צו דעם בית דין, ער האט קיינמאל נישט אונטערגשריבן שטרי בירורין, און ער איז נישט מסכים צו דעם אז די תובעים זאלן האבן צוויי טוענים.
דער בית דין האט מחליט געווען דעמאלס ווי איידער צווינגען אהרן וועלץ צו שרייבן שטרי בירורין, ווילן זיי קודם אויסהערן אויב עס איז דא עמערזשענסי פארלאנגען, די תובעים האבן געוויזן וואס וועלץ האט אפגעטוהן ביז איצט, און סטראשעט עלטערן נישט אריינעמען קינדער, האט בית דין באשלאסן צו געבן אן עיקול אפילו אן וועלץ'נס קבלת קנין און שטרי בירורין, ווייל אן עיקול מעג א בית דין געבן אן שטרי בירורין.
וועלץ האט זיך נישט צופיל גערעכענט מיט דעם עיקול, ער האט ארומגעשפילט מיט די עלטערן, רוף מארגן, נעקסטע וואך וכדו', צוליב דעם האט דער בית דין נעכטן אנגעהויבן מיט דעם נושא, אז וועלץ האט עובר געווען אויפן עיקול. דער טוען פון וועלץ האט געטענה'ט אז מ'קען נישט דן זיין שלא בפני בעל דין, דער בעל דין האט נישט אונטערגעשריבן קיין שטר פאר דעם בית דין. האבן די תובעים ארויסגענומען דעם קאפי פון שטרי בירורין וואס זלמן גרויז'ס זון האט אריינגעגעבן אין געריכט, און געוויזן אז ער האט יא אונטערגעשריבן, האט זלמן גרויז געטענה'ט אז דאס איז נאר א קאפיע און דער בית דין מוז האבן ארגינעלער. האט דער טוען געוויזן פאר זלמן גרויז אז דער קאפי האט זיין פעקס נאמבער, האט דער טוען אים פארגעווארפן אויב אזוי דארפסטו דאך האבן די ארגינעלע ביי דיר, און דיין זון שרייבט דאך אין קאורט אז דו האסט דעם ארגינעלער? זלמן איז געווארן פארלוירן און געזאגט אז אויב איז דאס געקומען פון מיין פעקס מוז זיין אז עס ליגט ביי מיר די ארגינעלע און מיט דעם האט ער פארלוירן זיין שפיל. שקרן וזייפן.
בית דין האט אבער געזאגט ליתר שאת פארלאנגען זיי א שטר הרשאה פון אהרן וועלץ אויף די שטרי בירורין און אז שפיגעל איז טאקע זיין טוען. שפיגעל האט געזאגט איך האב א הרשאה אבער איך גיב עס נישט איבער פאר בית דין נאר אויב די תובעים האבן איין טוען, האט דער בית דין געזאגט אז אויב דו בוסט א מורשה פון וועלץ וועסטו האבן א געלעגנהייט צו לייגן די טענה פאר בית דין נאך די שטרי בירורין, אבער דערווייל ווער ביזטו צו טענה'ן וויפיל טוענים די תובעים מעגן האבן, האט ער געזאגט אז וועלץ האט אים געגעבן הרשאה נאר אויב בית דין פסק'נט אז די תובעים מעגן האבן איין טוען.
האט בית דין געזאגט פאר דעם שפיגעל אז באמת איז דא שטרי בירורין וואס שטייט זייער קלאר אז אויב דער בעל דין וועט נישט אנקומען וועט מען ארויסגעבן א פסק אן דעם בעל דין, דעריבער אזויווי מען האלט שוין ביים דריטן זיצונג און וועלץ איז נישט אנגעקומען און זיין טוען שפיגעל וויל נישט ווייזן קיין שטר הרשאה פון וועלץ דאס הייסט אז וועלץ איז נישט אנגעקומען צו דין תורה, דעריבער וועט בית דין ארויסגעבן א פסק אן זיי. דעמאלס האט ער זיך שוין געבראכן און ארויסגעגעבן א הרשאה און אינטערגעשריבן נאכאמאל שטרי בירורין.
דער שליש איז געווען זייער שטארק אינטערעסירט צו הערן וועגן דעם עיקול אויב מען האט אריינגענומען קינדער אדער נישט, דעמאלס האט גרויז זיך אויפגעשטעלט און גענומען זיין בריפקעיס און געסטראשעט אז ער גייט זיך אהיים, למעשה האט בית דין נישט מחליט געווען דערווייל וואס צו טוהן מיט דעם עיקול, ווייל עס איז שוין געווען אכט אזייגער ביינאכט, און דער טאג איז דורכגעלאפן מיט שטותים איבער שטרי בירורין, און עס ווערט נישט ערווארטעט אז אהרן וועלץ וועט אויספאלגן דעם בית דין'ס עיקול, אבער דער געריכט קען עס אינפארסן אויב עס פעלט אויס.
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 04/09/2009 21:04:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 19:03 |
|
| |
איז שוין מר' יעס מי קען? צירוק לעבעדיג געווארען? וואס איז געווען ביי ד''ת? אה?! ער גרייט זיך שוין א לאנגע צייט דערצו?
נ''ב איך זי זאליס זענען שוין מיד געווארען פון אים, זיי לאזען אים מער נישט שרייבען אויף זיייער פורם!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 07:56 |
|
| |
איך מיין אז בארא פארקער זאלי וואס כאפט א דרימל אפען בית החיים קען געשמאק חלום'מען...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 07:47 |
|
| |
זינטאג נח????
איך גיי צוריק שלאפן....
וועקטס מיך אויף ווען ס'דא א פסק
|
|
|
|
|