בית פורומים כל העולם כולו

די 2 פראטעסטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/9/2009 21:03 לינק ישיר 
די 2 פראטעסטן

איך האלט אז ס'שאדט בכלל נישט אז ס'דא 2, אדרבא איך זעה נאר א תועלת, נאכמער איך האלט אויב מ'וואלט געקענט וואלט מען געדארפט פאר מערערע טעג אדער וואכן אין א צי פראטעסטירן, האקן אין בראקן, נאכמאל און נאכאמאל, אנדערש ווי ביי די שפאניא מערכה האט מען דאך פארהאנדלט מיט די אינסטאנצן און דער האט געצויגן אהין און דער אהער, אבער דא פארהאנדלט מען דאך מיט קיינעם אין ניו יארק, מ'זיכט בלויז צו ציען אויפמערקזאם אז די ציוניסטן זאלן באקומען די מעסעדש, נו וואס איז דען שלעכט אז מ'פראטעסטירט נאכאמאל, איך בין נעכטן געווען ביים פראטעסט, און איך גיי היינט נאכאמאל.

וואס האלט דער עולם?

 



תוקן על ידי קראך_היט ב- 03/09/2009 21:00:03




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 21:08 לינק ישיר 

רענדענדיג צו א עלטערע איד וואס האט זיך שוין באטייליגט אין געווען אקטיוו אין עצרת'ן קעגן דעם שלטון הרשע זאגט ער מיר:
אפי' די  אפגעטיילטע וואלטן יא געוואלט מאכען דעם פראטעסט מיטוואך אינאיינעם וואלטן מיר געהאט א שווערע פראבלעם,
ווייל ווי יעדער געדענקט, בערך פאר 10 ציריק אדער מער, האט די אגודה געמאכט א ריזיגער פראטעסט אין זיי  האבען שווער געארבעט אז די היימישע עולם זאל זיך צאמשטעלן מיט זיי {ס'געווען קעגן א גזירה וואס יעדער איז געווען איינשטימיג דערקעגן} אין דאן האט רבינו שליט''א נאכגעזאגט וואס מר אביו {ז''ל} האט געזאגט אין מ'האט  זיך מיט  זיי  נישט צאמגעשטעלט וויבאלד זיי זענען איינשטימינג מיט די ציונים אויף געוויסע זאכען טאר מען זיך מיט  נישט צאמשטעלן אפ' אויף א פראטעסט אפי' קעגן די ציונים, (כ'האב פארגעסן דעם לשון פינקטליך, ווער עס  געדענקט די לשון זאל ביטע פאוסטען) די זעלבע פראבלעם וואלטן מיר יעצט געהאט ווען מיר וואלטן זיך ווען געדארפט צאמשטעלן מיט מענטשן וואס אנערקענען אפיציעל אין זייער חוקי סדום אין קלאגען אינזערע מוסדות אין ארה''ק אין זייער ציוניסטישען בית משפט אן קיין שום היתר, קעגן די התראה פין די גדולי ישראל שליט''א, {א זאך וואס אפי' די אגודה טוט נישט....} ר''ל

אבער ב''ה דער אייבישטער האט זיי אריינגעגבן אין קאפ, אין זיי טיילן  זיך אפ, מאכענדיג אליין די פראטעסטן ווי דארט האבען אויפגעטרעטן די שוואכערע סארט עלעמענטן, וואס האבען שמיציגע רעקארד'ס,  וואס פאר דעם אליין וואלטן מיר נישט געדארפט משתתף זיין,  אין יעדער האט געזעהן וואס זייער כוונה איז געווען וד''ל

תוקן על ידי rebyankel ב- 07/09/2009 21:06:05




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2009 02:23 לינק ישיר 

די שאלה איז וואס ציט מער אויפמערקזאמקייט.

די זאליס האבען עס געמאכט  אינמיטן טאג וואס האט די חסרון אז ווייניגער מענטשען קענען קומען אבער עס איז ווען סאך מער מענטשען פארן דורך

די אהרונים האבען די חסרון אז עס איז פארנאכט ווען מאנהעטען איז שוין ליידיג אבער עס איז נאך די ארבעט איך סאך מער מענטשען קענען קומען.

מצד שלישי שליסט דער קונסיל שוין צוויי אזייגער יעדען טאג איך פארוואס דארף עס זיין דארט? מען דארף עס מאכען אין א פלאץ ווי עס ציט מער פובליסיטי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 00:48 לינק ישיר 

דער ענין פון מרא דאתרא איז נישט קיין הקפדה פונעם רב ס'איז א הקפדה פון די פריעדיגע גדולים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 00:45 לינק ישיר 



תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 04/09/2009 0:41:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 00:41 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז 2 פראטעסטן קען נאר ברענגן און די ציונים וועלן כאפן
דאפעלטע פעטש ווי ביז יעצט,

 אבער היתכן קראך היט פארוואס ביזטו געווען נעכטן
ביים התאחדות פראטעסט וואס איז אקעגן דעם רבינס רצון
 ווייל רמ''ד נידערמאן און ר' אלימלך שטערן רעדן דארט
דער רבי קען האבן צער דערפון און מענטשן שטארבן פון זיין הקפדה
האסט נישט מורא???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 00:34 לינק ישיר 

איך האלט אז דער פיקעטינג קען זיין א גרויסער סוקסעס, עס קען ציען אסאך אויפמערקזאמקייט, מער ווי ווען מענטשן זענען פארזאמעלט אין איין ווינקל, (נישט ווייל איך וויל מינימיזרן די נעכטיגע הפגנה אדרבא הלוואי זאל עס עושה פירות זיין איך בין אויך דארט געווען נעכטן) און דער פאקט אז ס'שוין די צווייטער טאג דאס קען זיי אביסל נערווירן , בשם נשם נעשה ונצליח!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 23:51 לינק ישיר 
פין גליון העדה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/9/2009 22:37 לינק ישיר 

הערצי אהובי היקר, אונז ווייס מיר דאס אלעס, THATS PART OF LIFE

ליידער זינט די החזרת עטרה ליושנה האבן ביי די שווענץ, אלע פירצות הדור גענומען א BACK SEAT קעגן די פירצה פון אהרן ט"ב, וואס קען מען טאן, מ'דארף לעבן דערמיט, מדארף מיר פרובירן עס צו פארמיטן ווי ווייט מעגליך, פאקטיש איז יעצט די ברענעדיגע  אישו נאר אחינו בני ישראל בארצינו, עכ"פ פאר אונז חסידי רבינו שליט"א זיכער, און אויב ס'ארויסגקומען א תועלת פון די 2 פראטעסטן, אין די צייט וואס האט אונז נישט געשאדט פאליטיש, דארף מען זאגן ב"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 21:24 לינק ישיר 

עס איז א אמת, ס'איז מעגליך בדרך אגב א טובה.

אבער די סיבה פארוואס מען מאכט עקסטער איז עפעס אנדערש.

ביי די לעצטע פראטעסט האט מען געהאנדלט האנט ביי האנט מיט הצאחדות (די רעיון פונעם פראטעסט איז דאן ערשט געווארן אויפגעברענגט דורך אונזערע עסקנים - הערשט דערנאך האט זיך איצא גליק איינגעבעטן מיר זאלן מיטארבעטן מיט אים). למעשה האבן אונזערע עסקנים אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז אנשי שלומינו זאלן זיך משתתף זיין אין די מאסן ביי יענע פראטעסט (טראץ די פארשטענדליכע שווערע געפיל צו גיין מיט מענטשן וועלכע שפייען אויף אונז ואכמ"ל).

איין זאך האבן די עסקנים געבעטן אלס תנאי: מיילעך שטערן (הידוע לשמצה) און מ"ד נידערמאן זאלן נישט אויפטרעטן. און איצא האט עס גאראנטירט הונדערט פראצענטיג.

און למעשה.......... קענט איר זיך פארשטעלן... ביידע האבן אויפגעטרעטן!

קען מען מיט אזאנע פערזאנען גיין צום טיש??????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2009 21:22 לינק ישיר 

איך האב פארגעסן נאך א וויכטיגער נקודה אז איך בין 100% קאנווינסט אז קיין איין צד גייט נישט געווינען עפעס פאליטיש, אויב סיי וועלעכער פון די פראטעסטן זענען א סוקסעס אדער דורכפאל, נאך 10 יאר מעסטן מענטשן און מסיבות גייט מען נישט דא אנטשיידן א געווינער.

תוקן על ידי קראך_היט ב- 03/09/2009 21:19:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די 2 פראטעסטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext