בית פורומים אחים אנחנו

די קאניבאלען עסען ווייטער מענטשען פלייש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2009 00:34 לינק ישיר 
די קאניבאלען עסען ווייטער מענטשען פלייש

איצט קאנפירמד, ר' אהרן טייטלבוים און זיין קאניבאלען הנהלה, האט ארויסגעווארפען די קינדער פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל פון זיינע מוסדות אין קרית יואל.

זייט די אכזרישע אויפירונג פון ר' אהרן, דוד עקשטיין, אלישע שמואל האראוויטץ דער טאשן שניידער ובעל כנפיים, און מרדכי לייב גליק, צו דעם נפטר, פאר צוויי וואכען צוריק, זענען זיי אלע אינגאנצען משוגע געווארען. זיי האבען געמוזט אנעמען פארשידענע שריט צו קענען פארענטפערען זייערע שרעקליכע בזיון המת און חמסנות.

די ערשטע שריט איז געווען, צו לייקענען פאר זייערע שעפסען אלעס אלעס. דער בלאט האט אלע זייערע ליינער געמאכט פאר אקסען. נישט געווען קיין געזונגעכץ, דער נפטר איז נישט געווען אויסגעצאלט. און נאך פילע נארישקייטען וואס איז אפילו נישט ווערט "א טראפעלע טינט" פון מיין פעדער.

צווייטע שריט. ארויס צו ווארפען פון זייער קהילה, די אלע בעלי בתים וואס זענען קהילה לייט אין קהל יטב לב קרית יואל אונטער כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.

דריטע שריט. ארויס צו ווארפען אלע קינדער פון טאטעס וואס זענען קהילה לייט אין קהל יטב לב.

פערטע שריט. אפ צו זאגען לערערינס וועמענס מענער עס לערנען אין כולל ויואל משה.

אלזא האבען זיי געטון פיר שריט כדי זיך צו דעקען פון דעם הויפט שריט. יעדע איינע איז גרעסער אין טיפשות פון צווייטען. ווייל די אלע וואס באלאנגען אין קהל יטב לב, האבען דאך זיך לכתחילה "געוואלט" אפטיילען. זיי ווילען דאך נישט וויסען, הערען, זען, דעם ר' אהרן מיט זיין גאנצע קאניבאלישע קהילה. די אלע ווילן זיך אפטיילען ווי מער. זיי ווילען נישט עסן זיין פלייש "המהודרת", זיי ווילען אים נישט האבען אלץ זייער מסדר קידושין, זיי ווילען אים נישט שיקען זייערע קינדער. זיי האלטען פון אים אז ער איז נישט קיין מענטש, און אפגערעדט אז ער איז נישט א ערליכער איד.

נאך פיל טיפער. רובא דרובא פון די "ארויס געווארפענע" האבען אים און זיינע קאניבאלען שוין אפגעלאזט פאר לאנגע יארען צוריק. פאר זיי וואלט פיל מער וויי געטון אז מען ווארפט זיי "נישט" ארויס. גייט א קהילה און טוט אזעלעכע נארישע שריטען?

בלויז ווייל ר' אהרן רופט זיך דער רב אין קרית יואל, האט דאך די קהילה יטב לב אין קרית יואל אנגעהויבען בויען א נייע חתונה זאל ווי ר' אהרן זאל נישט קענען זיין מסדר קידושין, בלויז ווייל ר' אהרן רופט זיך דער רב אין קרית יואל, האט דאך די קהילה יטב לב אין קרית יואל געבויעט א  נייע בוטשער סטאר וואס וועט זיין אפען תיכף נאך סוכות, און מען וועט דארט נישט פארקויפן ר' אהרןס (מענטשען) פלייש. בלויז ווייל ר' אהרן רופט זיך דער רב אין קרית יואל, האט דאך די קהילה יטב לב אין קרית יואל געפענט א נייע בית החיים ווי  מען וועט זיך אויפירען מיט א נפטר/ת בכבוד.

קומען די נארישע יועצים, די "ילדים" און "ווארפען" ארויס די נייע קהלס לייט. איר הערט? זיי ווילען דאך נישט זיין ביי ענק. געוואלד, וועמען ווארפט מען ארויס? זיי ווילען אז מען זאל זיי סאך ווייטער ווארפן פון ר' אהרן און זיין מענטשען פרעסער קהילה!

אבער די לעצטע שריט צו ווארפען קינדער וואס זייער טאטע איז שוין לכל הדיעות נישט קיין קהלס מאן, איז דאס גרעסטע טיפשות און רשעות וואס די מענשהייט קען פארדייען.

איז נישט פארהאן איין נארמאלער מענשט אין זייער גאנצע פארטיי? האבען שוין אלע נארמאל באזעצענע מענטשען פארלאזט די ארונישע פארטיי? איז שוין נישט דא איין מענטש וואס פרעגט א קשיא, היתכן מען טשעפעט א אלמנה, מען טשעפעט יתומים? לא די וואס פארא בזיונות פאר דעם נפטר ווען ער איז נפטר געווארען, טשעפעט מען מיט זיין אלמנה און יתומים? איז שוין ניש דא איין מענטש וואס פרעגט די אכזרים, האט איר נישט קיין מורא פאר א אלמה און יתומים? האט איר נישט מורא אויס צו רייסן ברבים עטליכע לאווין אין די תורה? האט איר נישט קיין מורא אז דער נפטר פון יענע וועלט וועט זיך אן נעמען פאר זיין אלמנה און יתומים?

איז שוין אין די גאנצע ארוני פארטיי די בכל אתר ואתר, בכל קצוי תבל, נישט פאראן איין מענטש וועם עס רירט אן זיינע געפילען? איז שוין נישט פארהאן איין דיין ביי די ארונישע פארטיי וואס לאזט נישט טרעטען אויף די תורה אזוי בפרהסיא? איז שוין נישט דא איין דיין ביי די ארונישע פארטיי וואס האט עפעס געפילישע סטרונעס אין זיין קערפער?

אויף ר' אהרן קען מען נישט פרעגען קיין קשיות. ער איז געפילאז, מענטשליכקייטלאז, הארצלאז, תורהלאז, קינדערלאז און פרוילאז. אויף אזא סארט מענטש איז דאך נישט שייך צו פרעגען קיין נארמאלע פראגעס. אזא סארט מענטש איז דאך נישט נארמאל.

אויף דוד עקשטיין און אויפן טאשען שניידער איז ווידער נישט שייך צו פרעגען, ווייל אויף אזעלעכע מענשטען וואס קענען זיך צונויף זעצען א שעה נאך וואס עס איז געשען א טראגעדיע אז עס נפטר געווארען א 40 יעריגער יונגערמאן פון די גרעסטע בעלי חסד אין קרית יואל פון איין מינוט אויף די צווייטע, און זייער קאפ איז געווען אויפן פלאץ, און האבען נישט אויסגעבראכן אין א געוויין; עס האט זיי נישט בארירט קיין כי הוא זה. זיי האבען די בשורה רעה אויף גענומען ווי א בשורה טובה, מיט א פרייד, און זיי האבען לאנגע שעהן פלאנירט ווי אזווי מען גייט נעמען נקמה פון דעם טאטען פון נפטר, אויף אזעלכע מענטשען פרעסער, איז ווייטער נישט שייך צו פרעגען.

אבער אויף זייערע דיינים קען מען דאך יא פרעגען די קשיא: זענעט איר נארמאל? איז די תורה וואס איר לערענט, אייך עפעס מחייב? ווייל ווי עס קוקט אויס, ווי אזוי אייער רב, אייער ראשי הקהילה פירען זיך אויף, איז די תורה "עקסזעמפט" פון אייער קהילה.

איין תירוץ וואס מען קען ענפערען אויף די אלע פראגעס: עס איז משה גבאי. ווייל ווי עס ווייסען אלע, איז ער דער וואס איז פאראנווארטליך אויף אלע שמוציגע מעשים וואס איז געווארען אפגעטאן אין קרית יואל, וואס מאנכע אום וויסענדע, נאיווע, שוטים, גולמים, שעפסען, רשעים, שונאים, מתנגדים, ווילען עס ארויף ווארפען אויף ר' אהרן. אבער ווי עס ווייסען אלע וואס זוכען בלויז דעם אמת, אז ר' אהרן איז א יושב אוהל, א יושב בתענית, א שר הכשרות, לערענט "מתוך", אויסגעטאן פון די וועלט, ווערט אלעס געוואיר פערצופעליג, ווייסט פון גארנישט.

דעריבער מוז מען ענטפערען אז משה דער גבאי איז אויף די איצטיגע רשעות ואכזריות, בזיון המת, טעשפעט מיט א אלמנה אין אירע יתומים, אויך שולדיג.

משה גבאי האט געווארפען שטיינער אויף די רעביצין ע"ה, משה גבאי האט פארברענט ילד שעשועים און שיעור אום געברענגט מאמעס מיט פיצלעך קינדער, משה גבאי האט אריין געטראסקעט שטיינער אין מיטען די נאכט ביי מענטשען אין הויז. משה גבאי האט געטראסקעט שטיינער אויף ר' יחזקאל ראטה, משה גבאי האט ארויס געווארפען שארמאשער רב פון ביהמ"ד עטרת זקנים. משה גבאי האט געזאגט "עפרא לפומיה" אויפן קאשויער רב. משה גבאי האט געזאגט אויפן וויזשניצער רבין אז ער האט א "גילו עריות" פראגראם. משה גבאי האט אנגערופן קאשויער רב מיטען צונאמען "דער אלטער פון בעדפארד הילס". אלע אלעס האט משה גבאי געטון. דעריבער וועלן מיר אויף איצט אלעס ארויף לייגען אויף משה גבאי.

ווערט אבער שווער א געפערליכע הארבע קשיא: ר' אהרן איז דאך באוויסט אין די גאנצע וועלט, סיי ווער עס וויל וויסען און סיי ווער עס וויל נישט וויסען, אז ער איז א "תקיף", א "מנהיג", א "לידער", א פירער", א מענטש מיט ביינער, נו, פארוואס האט ער נאך נישט איינגעזען אז משה גבאי פארפירט אים? פארוואס לאזט ער זיך אלעס פון משה גבאי? פארוואס ווארפט ער אים נישט ארויס איין מאל פאר אלעמאל? פארוואס זעט נישט איין דער חכימא דיהודאי, ר' אהרן, אז מען מוז זיין ארום גענומען מיט מעסיגע און סאלידע מענטשען? פארוואס נעמט ער זיך נישט ארום מיט קלוגע און באזעצענע מענטעשן? פארוואס לאזט ער משה דעם גבאי אז ער זאל אים פארשווארצען און אנשטינקען זיין זויבערען און גאלנציגען נאמען?

תיקו – תשבי יתורץ קושיות ובעיות.



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 04/09/2009 0:35:07




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 21:09 לינק ישיר 

סקאט די קענסט דעם מאמר "ראוים הדברים למי שאמרם"?

פארפאלן די זאלי'ס רעדן איין פאר די וועלט אז די ארוינים זענען גענגסטער'ס און די וועלט גלייבט!

פארוואס? ווייל ראוים הדברים למי שאמרם, די וועלט ווייסט אז ענק זענען גענגסטערס מ'דארף נישט פארקויפן קיין ליגענט, דעריבער ווען ס'פאסירט ליידער אזא מעשה אז מ'ווארפט ארויס פון סקול א אינגע מיידל ווייל "איר טאטע" איז געווען א עסקן פארן צד שכנגד גלייבט דאס די וועלט ווייל קארגע צוויי וואכן צוריק האט די וועלט געזען ווי מ'לאזט א בר מינן זיך באקן אויף די זין ווייל "זיין טאטע" וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 04:17 לינק ישיר 

שארטקאט וויאזוי איז דאס אז אין אפאר טעג ווייסטו שוין פונקטליך וואס די "גאנצע" ארונישע קאמפאני ווייסט, האלט און זאגט, ביסט ארומגעלאפן פרעגן יעדן איינעם? האסט געהערט א סטעטמענט? ווי ווייט איך ווייס קוקט מיטאמאל אויס ווי די ארונים האבן זיך ציקראצט פון די גאנצע פאנטאזיעס ענקערע, דאס גאנצע וואס האט פאסירט ווי אז ס'מעגליך אנגעקומען עפעס א בריוו צו משפחת המנוח ע"ה, און די מוסדות הק' האט זיי אנגעקאלט ספעציפיש זאגן אז זיי ס'מיינט נישט זיי, און מרת פערלשטיין האט זיך שיין באדאנקט, די איביריגע מעשיות כאילו איינער פארענטפערט זיך דא איז ריינע דמיונות חלומות חזיונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 02:36 לינק ישיר 

סקאט וויאזוי איז דאס אז די גאנצע ארונישע קאמפעני האט זיך נישט געכאפט ביז היינט נאכמיטאג אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, נאר איין פעלשער האט דאס זיי איינגערעדט ביז זיי האבן שוין אליין געגלייבט אז זיי האבן דאס געטון,

אז עס קומט נישט ארויס קיין בלאט, ווייסט מען אליין נישט די פאקטן וואס מען טוט, דער בלאט וועט מוזן ארויסקומען טעגליך כדי דוד עקשטיין זאל געוואור ווערן וואס ער טוט באמת,

לאמיך דיר זאגן סקאט, איי גיוו יו קרעדיט, אז עטס קענסט פיטערן ענקערע קעלבלעך שטרוי,






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 02:30 לינק ישיר 

יא יא דער פארמעגליך,
HAS A LOT OF ANSWERING TO DO

ער האט דא איינגערעט דעם עולם א קאץ אין בויך, קודם האט ער די העזה צו קומען ער מיט הארבע באשולדיגונגען אויף די חברה הצלה, יעצט האט ער אויפגעקאכט א פרישע טאפ קאשע,

די נאמנות פון זיינע אלע מאמרים, טעג און געלט און שווייס ליגט אויף הינערענע פיס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 02:20 לינק ישיר 

עס האט גענומען גאנץ לאנג פאר די ארונים אויפצוקומען מיט דעם ספין אז דער בריוו פאר די עלטערן איז א פאלשער, אזיויי דער קליפ וואס דער מסור יאשקע האט געפעלשט פינעם באגלייטן,

איך האב הנאה אז עטס שעמטס שוין אמאל מיט די מעשים טובים פון ענקער צדיקל, אבער די נארונים קען מען דאס פארקויפן נאך א וואך וואס עטס געטס תירוצים צו פארענפערן דעם שרץ בק"נ טעמים, אז די עלטערן ווילן נישט זייער קינדער לערנען מיט אייניקלעך פון מוסרים, און אז מען האט שוין צוריקגעצויגן פאר פארמעגליך האט געשריבן,

ענליך האט עטס מודה געווען אז דער שוטה רשע וגס רוח האט איבערגעצויגן דעם שטריקל, האט מען זיך געכאפט אז עס א פשוטער פעלשעריי פון דעם פעלשער פארמעגליך,







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 01:54 לינק ישיר 

זאלי, ר' עוזיאל האט א באלאנס ביי די מוסדות יו.טי.עי. "המהודרת"?
ווער עס האט געקענט דעם נפטר ווייסט אז ער איז נישט געווען שולדיג אין ערגעץ א פעני אפילו זיין מעמבערשיפ איז ער געווען אויסגעצאלט עד פ"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 00:44 לינק ישיר 

AnashUpdates: SHOCKING: Our Moisdes In KY Called To Almuna Perlstein If Its True That Zalys Sent A False Letter About Throwing Out Kids From Our Moisdes She Answered YES!!, Hanhula Told Her, That Its Not True, She Can Leave Kids (yesoimim) &Dont Have To Pay Balance Now! She Is Very Thankfull



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2009 23:28 לינק ישיר 

די מעשה "מוז" זיין אמת. פינטל.

פארוואס? אה. כעל דיר זאגן.

ערשטנס, די מעשה איז אויפגעדעקט געווארן אין "אחים אנחנו", א פארום וועלכע איז אין א דירעקטע קעגנזאץ צו א "בעקערי פארום"... (נישטא ווער זאל אויספלאצן...).
צווייטנס, איז עס אנטדעקט געווארן דורך "פארמעגליך". א ניק וועלכע האט אין די היסטארי קיין ליגנט נישט געזאגט...

שטימט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/9/2009 21:18 לינק ישיר 

דער בעל ויואל משה און דברי יואל האט ממנה געווען טובי העיר, צווישן זיי ר' עזריאל גליק ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מיכל ראזנער, זיי זענען לכאורה די וואס קענען אויפנעמען א רב אין קרית יואל, די אנדערע וואס האבן אויך געקענט נעמען א שטעלונג איז געווען הרב ר' יוסף אשכנזי ר' לייביש לעפקעוויטש ר' סענדר דייטש ר' שלמה זלמן סאנדער, קיינער פון די האבן אים נישט אויפגענומן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2009 21:11 לינק ישיר 

מרא דאתרא איז געווען ר' משה טייטלבוים און דוד עקשטיין מיט לישע הורוויץ האבן אריינגעגעבן אין קאורט א תביעה אז ער איז נישט באלאבאס ער איז נאר זייערס א באצאלטער ארבייטער, זיי זענען די מורדים אינעם מרא דאתרא, אהרן טייטלבוים איז קיינמאל נישט אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא,

און פארוואס דער נאמען ויואל משה איז נישט מרידה אינעם מרא דאתרא נאר דעם נאמען יטב לב,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2009 21:07 לינק ישיר 

פורצי גדר איז צו מוריד זיין אינעם מרא דאתרא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 21:03 לינק ישיר 

וואס מיינט פורצי גדר? אז מען וויל נישט עסען קיין נבילה טשיקען אדער אריזאנע ווייץ איז מען א פורץ גדר, איך מיין אז אריינברענגן קלויזענבארג אין קרית יואל אין זיך פאטאגראפירן מיט אים אינאיינעם איז פירצה, אדער געבן אינטערוויוס אין ציוניסטישע מאגאזינען איז פירצת גדר,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2009 20:24 לינק ישיר 

אה, ס'האט יא מיטן מציאות.

ביסטו גרייט צו שרייבן טעיתי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:21 לינק ישיר 

דא האסט פון די מיריעם-וועבסטער דיקשאנערי

TERROR

 violent or destructive acts committed by groups in order to intimidate a population into granting their demands



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:16 לינק ישיר 

דו ווייסט נישט צו זיי זענען גערעכט צו נישט אבער דאס איז דער מציאות און במילא קען מען עס נישט כאראקערטיריזירן אלס טעראר..., סאו וואס מיינט יא טעראר א זאך וואס איז נישט במציאות?... למשל דאס וואס דו שרייבסט איז טעראר ווייל עס האט נישט מיטן מציאות?...

אבער איך וועל דיך דן זיין לכף זכות אז דו האסט געמאכט אזא פשעטיל, די ארונים טוהען געווענליך טעראר, און די ארונים זאגן געווענליך זאכן וואס האבן נישט מיטן מציאות, במילא מיינט טעראר זאכן וואס האבן נישט מיטן מציאות.

סארי מיין רבי האט געטייטשט טעראר, זאכן וואס מען טוט במציאות און איז נישט גערעכט....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די קאניבאלען עסען ווייטער מענטשען פלייש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext