| נשלח ב-4/9/2009 03:16 |
|
| |
הונדערטער טויזענטער קארס ביים אין מאנהעטן קאר פיקעטינג
ווי עס קומט איצט די נייעס האט דער פראטעסט וואס איז פארופן געווארן דורך האדמו"ר הגאון הקדוש בשמים והארץ ובהאמאגאזינען ר' אהרן, איז אדורך מיט א געוואלדיגע סוקסוס. עס איז פארגעליינט געווארען א בריוו פון פרעזידענט אבאמא און פון ר' אברהם ווידער. די בריוו פון פרעזידענט אבאמא איז פארגעליינט געווארען דורך שמואל ווידער, און דער בריוו פון אברהם ווידער איז פארגעליינט געווארען דורך משה לייב וויטריאל וועלכער איז געקומען אנגעטון אין זיין פובליק סעיפטי מונדיר.
די פאליציי שאצט אז עס האבן אנטייל גענומען אין דעם קאר פיקעטינג פון דריי הונדערט טויזנט קארס און ארויף. די פונקטליכע נומערען וועט זיין נעקסטע וואך אין בלאט.
די פאליצייאישע אפשאצונג איז געבויעט ווייל אזויפיל קארס קומען אריין אין מאנהעטן יעדן טאג.
עס איז געווען א לעקציע פאר מדינת ישראל פארן זיך וואגן אויפצורעגן ר' אהרן און זיין גרופע עקשטיין, טעלער צוויבל און לואוב.
דער עולם האט זיך פונאנדער געטיילט אויפגעהייטערט און לעבעדיג.
כה לחי
תוקן על ידי באלאנד ב- 04/09/2009 3:13:25
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2009 16:26 |
|
| |
מלחמת הציונת איז נישט קיינעם'ס טוי,
עס איז א מלחמה לד' בעמלד מדור דור, מדורו של משה עד דורו של משיח,
אויב א קאר פיקעטונג אדער אן עצרת מחאה האט געהאט הצלחה,
האט די מלחמה קעגן ציונת געהאט הצלחה, און אויב איז עס געווען א דורכפאל האט די מלחמה קעגן ציונת געהאט א דורכפאל,
ריכטוג וואלט געווען אז ווען עס קומט צי די סארט זאכן זאל מען ארבעטן ציזאמען אינטער התאחדת הרבנים, נאר אזוי ווי מען האט דערקלערט אז אויב מען ציברעכט סאטמאר ציברעכט מען די מלחמה קעגן ציונות, במילא מיז מען מקיים פסק זיין און ציברעכען די מלחמה קעגען ציונת, אגב איך מיין אז עס איז איבריג מסביר צי זיין אז אז ווען 2 גרויסע סאטמערע רבי'ס וואלטן געווען פאראייניגט און די מלחמה, וואלט עס גארנישט פארמינערט פון די מלחמה קעגן ציונות אויב נישט פארקערט, נאר אזוי ווי אלע סאטמערע זאכן איז ביי עם כעפרא דערעא האט ער עס געניצט פאר א טוי אזוי ווי בייי אלעם, דאס גיט צו א אינטערהאלטונג פאר די הנחה אז דער סבלן ניצט דאס הייליגסטע באגריפן און סאטמאר, און די האקלסטע מצבים פון מענטשן, פאר זיינע אייגענע אינטרעסן, דאס ברענגט צום סך הכל אז ער איז א הארצלאזע מענטש צו אלעם וואס האט נישט קיין שייכות מיט איך מיך זיך,
אבער אזוי ווי ער איז יא געגאנגן אליין דארף מען ארויס קוקען אז די מלחמה זאל האבן א סקסעס,
יעדער פארשטייט אז ווען א צעווילע ארבער שטעלט זיך און זיינע קינדער צווישען אזעלעכע וואס מען וויל זיי הארגענן, כדי מען זאל קענען שרייען אז מען הארגעט צעווילע, אזוי זעט אויס אינזער סבלן ער האט זיך געשטעלט דא אויף א פלאץ וואס אויב אויב ער האט א דורכפאל קענען האבן אונזערע ברידער און ירשלים הנאנחים והנדכאים אויך א דורכפאל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 21:03 |
|
| |
Just got in email picture of yesterdays car piketing
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 09:28 |
|
| |
און דאס איז אלעס אויסער די הונדערטער באסעס וואס זענען געפארען אהין און צוריק...
זיי רעדן צווישן זיך אז די סיבה פארוואס עס איז נאר געקומען "צוויי הונדערט" קארס איז ווייל דער ציבור זייערער איז זייער צוקלאפט. זיי ליינען "אחים אנחנו" די לעצטע פאר וואכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 09:25 |
|
| |
יא, מיליאנען קארס. איך האב ענק געזאגט
דאס שרייבט רעביענקעל אין בעקערי פארום:
U/D: Over 200 Cars leaving now in 1 big Row Williamsburg to the picketing, Now the Line is from Bridge till whyte by South 5th
איצט אזוי. אויב די ארונים שרייבן צוויי הונדערט קארס, מעג מען לעגאל אראפנעמען אמווייניגסטנס זעבעציג פראצענט. אבער לאמיר ביים ענין פון קנאות יא אננעמען זייערע גוזמאות'ער. דא האט איר דאס בילד וואס ער ברענגט פון די 200 הונדערט קארס...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 09:20 |
|
| |
די בילד פון אריגענילער פון בעקערי פארום
דאס שרייבט אריגינעלער אין בעקערי פארום:
דער סאטמערער ראש הכולל הרב הגאון ר' הירצקא צוויבל טיילט אויס פאמפעלטען איבער די רשעות וואס טוט זיך אין ארץ ישראל
אזא מסירת נפש פון דעם צוויבעל איז טאקע ווערט באשריבען צו ווערען מיט גרינע אותיות. א ראש הכולל זאל אליין טיילן פאמפלעטן, דאס איז שוין א זעלטענער סימן אז ר' אהרן איז דער ריכטיגער קנאי און נאר ער מעג זיין רבי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 05:55 |
|
| |
געב א קוק אויף די אנווייזונגען פון מאסן פיקעטינג פאררופן דורך גאונים הצדיקים צוויבל עקשטיין לאוב, שטייט אויף נומבער אכט,
עס איז געשריבן מיט קלענערע אותיות, מיר וועלן דאס אראפרענגן פאר די וואס קענען נישט די קליינע אותיות
אונזונען האבן בשעתן פארן לקיים מצות עשה "ונקדשתי בתוך בני ישראל"
דאס ליצנות איז נעבעך אויפן העכסטן פארנעם, איז טאקע דער קדוש'ל וואס איז אנטלאפן קיין לאנדאן נישט אין כלל פון דעם מצות עשה, האט איר אמאל געזהען אויף א צעטל פון פראטעסט, וואס אינזינען צו האבן,
איך מיין אז ווען ר' יונה האט ארויפלגעלייגט אויפן טיש פון רבינו הקדוש דעם פראטעסט איז טאקע דער סעיף 8 באשלאסן געווארן,
ובכלל איז דאך דער גאנצער פיקעטינג געווען נאר כדי דער קדוש זאל נקדש ווערן בתוך בני ישראל,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2009 04:26 |
|
| |
איך מיין אז מער וועלן זיי דעם לוחם מלחמת ה' ברמה דער יונה דיין משה טייטלבוים נישט אנשפריצן מיט גאז,
די ציונים האבן זיך יעצט געלערנט א לעקציע, אז אונזער סבלן קען נישט צו פיל סובל זיין, חילול שבת פאר רבינו תם און מאשין מצות דאס יא - מען דארף פרעגן מורי הוראות - אבער טשעפן א לוחם מלחמת ה' דאס נישט,
|
|
|
|
|