לאמיר בדחילו ורחימו נאך שרייבען דאס לשון פונעם פעלשער פארמעגליך, וואס ווערט געלייענט דורך מיליאנען יודען פון דער גאנצער וועלט, לעצטענס זייט מען האט עס איבערטיישט אויף די 70 שפראכען, גייען ציקימען צו די זאלי פארטיי ביליאנען גוים, אלעס צו פארדאנקען ''פעלשער פארמעגליך''
איצט קאנפירמד, ר' אהרן טייטלבוים און זיין קאניבאלען הנהלה, האט ארויסגעווארפען די קינדער פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל פון זיינע מוסדות אין קריתקינדער פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל פון זיינע מוסדות אין קרית יואל.
זייט די אכזרישע אויפירונג פון ר' אהרן, דוד עקשטיין, אלישע שמואל האראוויטץ דער טאשן שניידער ובעל כנפיים, און מרדכי לייב גליק, צו דעם נפטר, פאר צוויי וואכען צוריק, זענען זיי אלע אינגאנצען משוגע געווארען. זיי האבען געמוזט אנעמען פארשידענע שריט צו קענען פארענטפערען זייערע שרעקליכע בזיון המת און חמסנות.
די ערשטע שריט איז געווען, צו לייקענען פאר זייערע שעפסען אלעס אלעס. דער בלאט האט אלע זייערע ליינער געמאכט פאר אקסען. נישט געווען קיין געזונגעכץ, דער נפטר איז נישט געווען אויסגעצאלט. און נאך פילע נארישקייטען וואס איז אפילו נישט ווערט "א טראפעלע טינט" פון מיין פעדער.
צווייטע שריט. ארויס צו ווארפען פון זייער קהילה, די אלע בעלי בתים וואס זענען קהילה לייט אין קהל יטב לב קרית יואל אונטער כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.
דריטע שריט. ארויס צו ווארפען אלע קינדער פון טאטעס וואס זענען קהילה לייט אין קהל יטב לב.
פערטע שריט. אפ צו זאגען לערערינס וועמענס מענער עס לערנען אין כולל ויואל משה.
אלזא האבען זיי געטון פיר שריט כדי זיך צו דעקען פון דעם הויפט שריט
ביז א הער שרייבט דער פעלשער!
על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו.
יא גערעכט, די פיר אויסגערעכנטע "עוולות" זענען באמת געטוהן געווארן, דאס איז דער דרך וואס מיר האבן מקובל מבית מדרשו פון הייליגן חתם סופר זי"ע, רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה ובעל דברי יואל זי"ע, רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו מחוצפים, מהרסים און מחריבים פון א קהלה קדושה בישראל. - און אויך האבן מיר דאס אלס "מעשה רב" פון אונזער "לאקאלן", עיין די לאנגע ליסטע ב"קול סאטמאר" פר' כי תצא תשס"ט.
אמת מ'האט אין דער בלאט אפגעענטפערט אלע זייערע שקרים און קלארגעשטעלט די שטעלונג פון געטרייע חברה קדישא, וואס האט אפגעשלאגן גאנצע מאסע פון שקרים און זיופים פון "דער איד", מיט אלע "אפענע בריוון", (וואס צוליב דעם שוואכן אפקלאנג האבן זיי דאס געמוזט בלית ברירה די וואך נאכאמאל מפרסם זיין, אין אן אנדערן אויסלייג, פון רעכטס צו לינקס, דער איד ב/30-31).
אמת, מ'האט ארויסגעווארפן אלע מהרסים וחמסנים פון אונזער קהלה קדושה אין קרית יואל, גענוי ווי יעדער רב בישראל האט געטוהן בשנים כתיקונם מיט מחוצפים אין זיין שטאט.
אמת, מ'האט געשיקט א מודעה פאר די "ערוועלטע" חברי הקהלה פון סאסמאן, אז בעפאר מ'קען ווייטער נעמען זייערע קינדער זאלן זיי צוריקציען פון זייער גניבה גזילה וחמסנות שטיק.
אמת, מ'האט געטוהן שריט צו פארזיכערן אז אין דעם יעצטיגן שווערן פינאנציעלן מצב, ווערט דעם ציבור'ס געלט, נישט געשטאפט פאר די "גאלדענע אינגעלייט" פון סאסמאן'ס כולל.
אבער, און דא קומט א שארפן "אבער"!!!!!!!
די משפחה פון דעם מנוח האברך החשוב ר' עוזיאל פערלשטיין ז"ל, האט מען ספעציעל אנגערופן, יא, דער "ארכי-גוי", ר' דוד עקשטיין הי"ו האט געלאזט אנרופן די משפחה, אז דער נייער איינפיר קעגן די חמסנים צילן חלילה נישט קעגן איר, און אירע קינדער קענען ווייטער רואיג לערנען אין די הייליגע מוסדות, "ישיבה תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל מסאטמאר קרית יואל".
הער פארמעגליך זאל ווייטער פארקויפן זיינע לגיונות, אבער דעם פאקט וועט דאס נישט משנה זיין